color war אין הימל
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
color war אין הימל
עס איז אייך אודאי באקאנט דער סיפור פון דעם שיינעם תורה-וגדולה איד, מוכתר בכל המעלות שמנו חכמים, וואס ווען זיין געראטענע טאכטער איז אונטערגעוואקסן האט ער געלאזט וויסן פאר'ן רב אז לויט זיינע פיהלע מעלות קומט זיך איהם דעם רב'ס זוהן פאר אן איידעם, האט דער רב איהם געלאזט זאגן: אלע מעלות פארמאגסטו טאקע, דו ביסט דאך אבער א בעל גאוה – זאל גאט אפהיטן, שיקט איהם יענער צוריק: דער רב דארף זיך נישט זארגן, גיבט מיר א צוויי וואכן און איך וועל די מעלה פון ענוה אויך האבן ביי מיר...
*
אין א שיינעם זומער'דיגן טאג האט אין הימל אויסגעבראכן קאלערוואר, יא, אזוי ווי איהר הערט, פרעגטס בעסער נישט... גאט האט זיך פארשטעלט ווי דער שטן אליין... אוי האט זיך געטוהן אויף טישן און בענק, יעדער האט 'עכט' געמיינט... בקיצור, ס'איז קאלערוואר אין הימל.
פאר די היינטיגע אקטיוויטי וועט מען זיך טוישן ראלעס, גאט און אונזער לאקאלער בנש"ק, גאט וועט זיך פיהרן במנהגי האדמו"רות און אונזער בנש"ק וועט שפילן גאט.
[קלארט זיך אויס די שטימע און שנארכט אריין בענוות חן:] 'הערסטו, משה'ניו, כ'האב געקלערט אזוי אז בדרך אפשר קען מען זאגן אז א איד וועט חלילה זיין טאט'ן שלאגן זאל מען איהם דערווארגן... חחח...'
'
הערסט [בתנועה של ביטול], ממש יעצט אויפן וועג איז מיר איינגעפאלן, אז איינער זאל מיין נאמען שעלטן, קלער איך ס'וואלט אפשר כדאי געווען איהם צו באשטיינערן צום טויט...'
'גיי, משה'לע, זאג עס איבער פאר'ן עולם, פארשטייט זיך גארנישט איז מיין זכות... אלס איז בזכות אבותי הקדושים [הי הי הי...]'.
אט הערט מען ארויף א מנחה פון א איד, 'הגדול הגבור והנורא', איי איי איי, ס'צרות ווי א בארג, גאט הייבט אהן צו בלאשן [בייגט דעם קאפ זייטוועגס אויף אראפ]: 'וואס מאכסטו זיך נאריש... גדול? גבור? כ'טראכט נאר וואס כ'וואלט באמת געקענט זיין... אז כ'דערמאן זיך אינעם טאט'ן הכ"מ, אה, וואס בין איך?'
*
ת"ק פרסה אראפציהר זיצט אונזער בנש"ק אויבנאהן בקומה זקופה, די חסידים צושטיפט אויף די פארענטשעס, אט הייבט דער רבי אהן צו זאגן בקול אדיר: 'קינדער טייערע, וואס פארלאנג איך פון ענק? איך פארלאנג איהר זאלט ציטערן פאר מיר' – 'הייל!' שרייעט דער גאנצער עולם, 'איהר זאלט אויסגיין פאר ליבע דערמאנענדיג מיין לעכטיגן נאמען' – 'הייל!'...
דער רבי שטעלט זיך אויף מלוא קומתו, ספאנטאן פאלט דער גאנצער עולם אויף די קניען, א שמייכל שפרייט זיך אויס אויף דעם רבי'נס לעפצן: 'גוט טוהט איהר, צו מיר זאלט איהר זיך שטענדיג ביקן, אין פייער זאלט איהר טאנצן פאר מיר, יענעם? יענעם זאלט איהר צושטויסן און פארברענען.
שוין, גענוג געבוקט, יעצט שטעלט אייך אויף און טאנצט פאר מיר – ריקדו לפני, דערנאך זאלט איהר פאסטן א האלבן טאג, שחט'ן אפאר הינער און זיך טובל'ן אין איהר בלוט, אזוי וועט דאס זיין א גוטער שמעק אין מיינע נאז-לעכער, ווייל איך האב געזאגט און מיין באגער איז ערפילט געווארן.
ווער עס וועט אין מיין שטימע צוהערן וועט גוט זיין, און ווער נישט – אך און וויי איז צו זיין זעהל, אזעלכע מכות וועל איך איהם צוטיילן, זיינע אייגענע קינדער וועט ער עסן.
אבער אויף דערווייל קוקטס מיך גוט אהן, אזוי אז מיין מורא זאל בלייבן אויף ענקער פנים, שוין, דערנאך קען דער חזן אנהייבן זאגן מיינע שבחים, ווי גרויס, שטארק און הייליג איך בין'.
אה – דערמאנט זיך דער רבי – וואויל זענען די אויגן וואס האבן געזעהן ווי דעם טאטן ז"ל'ס חביבות צו אייסקריעם... ספעציעל האט ער געהאט איין מין וואס ער האט גאר שטארק געגליכן, דעם סענדוויטש סארט, מ'זאגט אז כל הון דעלמא וואלט ער פאר דעם אוועקגעגעבן, די זקני החסידים געדענקן נאך אודאי ווי ער האט זיך אזוי מוסר נפש געווען דערפאר אין לאגער, דאס האט יעדער געוואוסט: ביים טאט'ן גייט נישט דורך א טאג אהן אייסקריעם, אשרי עין ראתה, מען האט געקענט טאפן די אהבה אין די לופט, ס'האט גארנישט עקזעסטירט, נאר דער טאטע מיט'ן אייזקריעם.
דאס איז דאך א מורא'דיגער מוסר השכל פאר אונז אלע, אז מען לייגט זיך באמת אריין אין דעם, מען גיבט זיך אינגאנצן איבער, אז מען ווייסט ווי גוט דאס איז באמת – כל חפציך לא ישוו בה, דאן – נאר דאן – קען מען צוקומען צו אזא דרגא, כ'מיין איך דארף דאך ענק נישט זאגן ווי דער טאטע ז"ל האט אויסגעזעהן אין די וואכן פאר'ן אייסקריעם פעסטיוואל, נאר אינעם אייסקריעם איז ער געווען פארקאכט, ער פלעגט זיך אלץ אויסדרוקן: ווער עס וועט מיר שאפן א מילכיגן סענדוויטש אייסקריעם פון דזשענעווע, אזוי א הדר... נו, ר' יחזקאל פלעגט טאקע האבן די חזקה אויף אפלעקן דעם פאפיר'ל משום חביבות האייסקריעם'.
*
וואס איז? ס'איז פאני? דיו לעבד להיות כרבו, אז דער אייבערשטער האט משקיע געווען אין א גאנצע בריאה ווייל עס האט איהם געגלוסט צו האבן א דירה בתחתונים, מעג איך משקיע זיין קאפ און מוח אין מיין געליבטע אייסקריעם, ניין?
*
א"ר יצחק, מפני מה היו אבותינו עקורים? מפני שהקב"ה מתאוה לתפלתן של צדיקים.
כ'דערמאן זיך אזוי, אין לאגער ביי אונז איז געווען א קאפאו א סאדיסטישע רשע, ער האט געהאט א באזונדערע חיות צו זעהן ווי יענער בעהט זיך צו איהם פון אונטער זיינע שטיוול, מען זאגט אז די איידעלע פלעגט ער אן עקסטערן שטויס געבן, דעם איידלן קוויטש זייערן האט איהם געגעבן חיות אויף א האלבן טאג.
*
ביי אסאך פון אונז איז דא די מענטעלעטי אז אידישקייט איז 'The Party of No', עס איז געראטן זיך ארומצודרייען מיט שולד-געפיהלן אויף זיך אליין וכל המרבה ה"ז משובח, וואס דארער, צוקלאפטער און גרעסערער הויקער – אלס מער 'איד', וואו און אין וואס מען שפירט 'יא' איז א סימן אז דאס איז 'נישט', און וואס מער 'נישט' און אומבא'טעמ'ט אלס מער 'יא'.
גוטע אידן זענען ממאס אין א געשמאקן אייסקריעם פארדעם, ווייל עס איז געשמאק, מען קרומט אויף א באקוועמע קאר פארדעם, ווייל זי איז באקוועם, אן איידיעל וועלט וואלט געווען אז מען קען זיצן אגאנץ לעבן אין א פארשימעלטן בוידעם, פאסטנ'דיג, קראנק מיט 103 גראד היץ און זיך ברעכן די ציין אויף די קינות, ווען מען קען ווען דאס טוהן פאר 120 יאהר דאן וואלט מען שפיץ 'איד' געווען.
יא, די חסידים, זיי האבן זיך געטראפן עפעס א 'לופהאול' אינעם סיסטעם, זיי האבן זיך געטראפן עפעס א תירוץ פון עונג שבת ווען און וואו מען מעג יא הנאה האבן פון א שטיקל קוגל, דערנאך האמיר די פאר ליידיג גייער, גראבע יונגן אזעלכע, וואס ערלויבן זיך – גאט באהיט – צו גיין אין דזשים און מאכן עקסערסייז, אין עפעס א רמב"ם הענגן זיי זיך אהן 'היות הגוף בריא ושלם מדרכי ה' הוא', פארשטייסטו מיר? פונקט 'זיי' טרעפן דעם רמב"ם, זיך לאזן שחט'ן פאר'ן הייליגן בורא כל עולמים, אויף דעם זענען זיי אויך דא? אויך מיר אידן...
*
דער איינציגסטער אבן הבוחן וואס איז באמת דא אין די בריאה איז אמת ווס. שקר, גאט און זיינע ענינים זענען 'אמת' – ואמת הויה לעולם, אמת מפני שהוא אמת, דאס איז דער אמת'ער מציאות בכלל, זאכן וואס זענען נגד רצונו זענען שקר – זיי זענען נישט קיין אמת'ע מציאות.
באמת אמרו, דאס איז די אלטימעיט אמת\שקר, דער אמת איז אזוי אמת אז עס קען נישט צולאזן עפעס אנדערש, שקר איז מגרע פון איהם און דארף נישט צוגעלאזט ווערן, אין אני והוא יכולין לדור.
'אמת' איז ארויפגעקוקט און טייער-געהאלטן, דער אמת'ער מציאות פון גאט איז באמת 'גדול, גבור ונורא', גאט וועט דאס נישט לייקענען שעמעדיגעהייט ווייל דאס איז דער אמת – דער איינציגער אמת, און אין די זעלבע צייט [וכתוצאה] איז ער באמת א עניו וואס לאזט זיך אראפ, ער וויל הערן זיין לויב ווייל זי איז אמת, און אז א נברא באהעפט זיך דערצו איז איהם גוט ווייל ער איז טייל פונעם אמת.
דער פראבלעם אין גשמיות איז נישט ווייל זי איז באקוועם און געשמאק, דער פראבלעם איז אויב און ווען זי איז שקר, אוועקגעבן ליבע פאר אן אייסקריעם שלא באופן הראוי נעמט אוועק פון די ליבע צום אמת און גיבט עס צום שקר – צו א נישט אמת'ע מציאות, דאס איז דער פראבלעם וואס קען זיין אין גשמיות, אבער זיין אין פרידן מיט מיין עצם מציאות, גיין אין דזשים בקומה זקופה ובשמחה רבה, גוט אויסשמאטשקען א שטיקל בשר בהמה שבת אינדערפרי, א גוט שטיקל זיווג, די אלע זענען נישט בדיעבד'ס וואס האבן זיך אזוי אריינגערוקט, וואס ווען פלוני וואלט געוואוסט דערפון וואלטן מיר זיך געשעמט, אז עס איז עלייענד מיט'ן אמת איז קיין פראבלעם ואדרבה.
האקט עס אייך ארויס פון קאפ, אידישקייט איז נישט קיין ארבעטס-לאגער און דער אייבערשטער איז נישט קיין נאצי, פאר וועלכע שווארץ יאהר פאלט אייך איין אז עס שטערט איהם אז אידן האבן הנאה, אז מען נוצט אלעס אויס צו א מאקסימום? ער איז עפעס א סאדיסט? ער קען נישט צוקוקן ווי יענער לעבט אויף אלע באקן?
איין כלל איז דא: אמת\שקר, זייט משקיע אין אמת און האט וואס מער הנאה, און זייט ווייניגער משקיע אין שקר.
אמת מארץ מצמח, אז מיר וועלן אויסנוצן און צופיהרן די גאנצע בריאה צום אמת, וועט דער שקר אשר אין לו רגליים פאלן והי' דמיונו כלא הי', ומלאה הארץ דעה את הויה.
לחיים, לחיים...

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

-
- היימישער באניצער
- הודעות: 545
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
- האט שוין געלייקט: 447 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2595
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
- האט שוין געלייקט: 4455 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל
א חשובער ניק שרייבט מיר דאס אין אישי:
כאילו סהאט עפעס מיט מיר, [tag]קעלנער[/tag], וואס זאגסטו צו אזא געדאנק? איך האלט מזאל מאכן וואלן און אים אריינוועלן.
(נו, איינער האט עפעס א גוט ווארט פאר מיר? כהאב ארויסגעטראגן די גארבעזש נעכטן און געהאלפן מאכן די לעמאנעיד)
Btw
טו מיר, און פאר יעדן, א טובה און זע אז ונבנתה זאל בלייבן גבאי אדער וויזוי ס'ווערט גערופן, ווייל אז נישט וועט ער ווערן דער אלטר ונבנתה וואס שרייבט נאר איינמאל אין צוויי וואכן. יעצט גיסט זיך פון אים לענגערע זאפטיגע ווערק
כאילו סהאט עפעס מיט מיר, [tag]קעלנער[/tag], וואס זאגסטו צו אזא געדאנק? איך האלט מזאל מאכן וואלן און אים אריינוועלן.
(נו, איינער האט עפעס א גוט ווארט פאר מיר? כהאב ארויסגעטראגן די גארבעזש נעכטן און געהאלפן מאכן די לעמאנעיד)
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
כוכב, איך בעט דיר האב רחמנות, כ'ווייס נאכנישט ווי אזוי מען מאכט מציצה ווילסטו מיר דא איינזייפן?
[וואס עפעס אין שבת אחים? אין מאחורי איז נישט געווען קיין פלאץ?].
איי, יאיר ודאגותיו...
אמת מארץ תצמח וצדק משמים נשקף, עפעס וועט מען שוין מאכן דערמיט.

יאיר האט געשריבן:נו, ווי אזוי קומט מען צו צום אמת? ווי אזוי דערגרייכט מען די מדריגה וואס מען פארשטייט אז על פי אמת דארף מען פארשטיינערן דעם מקלל?
איי, יאיר ודאגותיו...
אמת מארץ תצמח וצדק משמים נשקף, עפעס וועט מען שוין מאכן דערמיט.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
ונבנתה כאטש ביסט גערעכט, איז אבער ע' פנים לתורה ולעבודה. קענסטו דען אוועקמאכן די אלע ספרים און מקורות וואס פאדערן שבירת התאוה בכל עת ובכל זמן? ספרי חסידות זענען דאך מלא וגדוש, די עיקר עבודה פון די תלמידי בעש"ט און וואס מען טרעפט אין ספרי מוסר איז קדש עצמך, פרישות מעוה"ז, און ווי רבי האט זיך אויפגעטון פאר זיין פטירה שלא נהניתי מעוה"ז אפילו מאצבע קטנה? איך פארשטיי אז דאס קען מען נישט פארלאנגען פון די קינדער/תלמידים, דאס דארף קומען מרצון ומתוך אהבת ה' וואס לאו כל אדם זוכה לזה, אבער גענצליך אוועקמאכן דעם דרך מאכט אויך נישט קיין סענס, פון ערגעץ האבן דאס די פארקועטשטע אידן בלע"ז גענומען, נישט אזוי?
וירח ה' את ריח הניחוח
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
ריכטיג, אבער אז מען פארשטייט דעם תוכן הדבר [פיינט האבן 'געשמאק' לשמה\גילטי קאנטשעס\גילטי פלעזשער ווס. אמת ושקר\געטליכקייט און זאכן וואס זענען אפגעטראגן פון אלוקות] האט עס אן אנדערע פנים און אנדערע תוצאות, און איז נוגע למעשה בחיי יום יום.
די פסיכא דערפון גייט ביי געוויסע זייער טיף, עס שלעפט זיי מן הפח אל הפחת, אלס ווייל זיי האבן געמיינט אז דער שונא הגדול איז 'געשמאק' אנשטאט פארשטיין אז עס איז מער א סימן ווי א סיבה אויף פיינט צו האבן, נישט בחינם האט דער אבני נזר געדארפט באווארענען אין זיין הקדמה צום אגלי טל אז מען מעג און דארף האבן א געשמאק אין לערנען.
די פסיכא דערפון גייט ביי געוויסע זייער טיף, עס שלעפט זיי מן הפח אל הפחת, אלס ווייל זיי האבן געמיינט אז דער שונא הגדול איז 'געשמאק' אנשטאט פארשטיין אז עס איז מער א סימן ווי א סיבה אויף פיינט צו האבן, נישט בחינם האט דער אבני נזר געדארפט באווארענען אין זיין הקדמה צום אגלי טל אז מען מעג און דארף האבן א געשמאק אין לערנען.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
- ראש הישיבה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
- האט שוין געלייקט: 914 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל
[justify]
אמת אז שבירת התאווה איז איינער פון די עבודות, וכן קדש עצמך.
די שאלה איז וואס איז מען עוסק אין תיקון אדער שבירה.
עס איז דא די שונא וואס ווארפט באמבעס כדי צו ציברעכן יענעםס בנין. עס איז דא די קאנטראקטאר וואס ציווארפט א אלטע הויז כדי צו קענען בויען אויף דעם ארט א שיינע נייע גרויסע בנין. אויב שבירה אליינס איז די מטרה איז עס אזויווי די שונא. אויב איז די בנין די מטרה און ער איז סותר על מנת לבנות איז עס א פרייליכע פאזעטיווע זאך.
עס איז דא א מעשה וואס דער צמח צדק פארציילט וויאזוי איינער האט געקויפט א זילבערנע טאבאק פישקע פארן אלטן רבי'ן. דער אלטער רבי האט געטראכט וואס קען ער טוהן מיט דעם. (ער איז נישט געווען רגיל מיט שיינע כלים כנהוג היום) האט ער צינומען די פישקע, ארויסנעמענדיג די ריגל פון די דעקל, און געניצט די אינעוויניגסטע זייט פון די דעקל פאר א שפיגל לצורך תפילין.
די חסידים פלעגן מדייק זיין די אריכות פון די סיפור אז פארוואס האט די צ"צ מאריך געווען וויאזוי דער אלטער רבי האט צונומען די פישקע? נאר ווייל 'ביי חסידים איז קיין שבירה ניט פאראן'.
עס איז יא דא אזויווי עס שטייט אין אלע ספרים, נאר עס מיינט אז די עבודה איז נישט שבירה די עבודה איז בנין. אמאל איז מען בונה, און אמאל מוז מען סותר זיין על מנת לבנות. אמאל מוז מען שובר זיין די תאווה אבער די עבודה איז נישט שבירה, דער עבודה איז תיקון. (שמעתי מרבי זלמן גופין)[/justify]
שמעקעדיג האט געשריבן:ונבנתה כאטש ביסט גערעכט, איז אבער ע' פנים לתורה ולעבודה. קענסטו דען אוועקמאכן די אלע ספרים און מקורות וואס פאדערן שבירת התאוה בכל עת ובכל זמן? ספרי חסידות זענען דאך מלא וגדוש, די עיקר עבודה פון די תלמידי בעש"ט און וואס מען טרעפט אין ספרי מוסר איז קדש עצמך, פרישות מעוה"ז, און ווי רבי האט זיך אויפגעטון פאר זיין פטירה שלא נהניתי מעוה"ז אפילו מאצבע קטנה? איך פארשטיי אז דאס קען מען נישט פארלאנגען פון די קינדער/תלמידים, דאס דארף קומען מרצון ומתוך אהבת ה' וואס לאו כל אדם זוכה לזה, אבער גענצליך אוועקמאכן דעם דרך מאכט אויך נישט קיין סענס, פון ערגעץ האבן דאס די פארקועטשטע אידן בלע"ז גענומען, נישט אזוי?
אמת אז שבירת התאווה איז איינער פון די עבודות, וכן קדש עצמך.
די שאלה איז וואס איז מען עוסק אין תיקון אדער שבירה.
עס איז דא די שונא וואס ווארפט באמבעס כדי צו ציברעכן יענעםס בנין. עס איז דא די קאנטראקטאר וואס ציווארפט א אלטע הויז כדי צו קענען בויען אויף דעם ארט א שיינע נייע גרויסע בנין. אויב שבירה אליינס איז די מטרה איז עס אזויווי די שונא. אויב איז די בנין די מטרה און ער איז סותר על מנת לבנות איז עס א פרייליכע פאזעטיווע זאך.
עס איז דא א מעשה וואס דער צמח צדק פארציילט וויאזוי איינער האט געקויפט א זילבערנע טאבאק פישקע פארן אלטן רבי'ן. דער אלטער רבי האט געטראכט וואס קען ער טוהן מיט דעם. (ער איז נישט געווען רגיל מיט שיינע כלים כנהוג היום) האט ער צינומען די פישקע, ארויסנעמענדיג די ריגל פון די דעקל, און געניצט די אינעוויניגסטע זייט פון די דעקל פאר א שפיגל לצורך תפילין.
די חסידים פלעגן מדייק זיין די אריכות פון די סיפור אז פארוואס האט די צ"צ מאריך געווען וויאזוי דער אלטער רבי האט צונומען די פישקע? נאר ווייל 'ביי חסידים איז קיין שבירה ניט פאראן'.
עס איז יא דא אזויווי עס שטייט אין אלע ספרים, נאר עס מיינט אז די עבודה איז נישט שבירה די עבודה איז בנין. אמאל איז מען בונה, און אמאל מוז מען סותר זיין על מנת לבנות. אמאל מוז מען שובר זיין די תאווה אבער די עבודה איז נישט שבירה, דער עבודה איז תיקון. (שמעתי מרבי זלמן גופין)[/justify]
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
ונבנתה העיר האט געשריבן:כוכב, איך בעט דיר האב רחמנות, כ'ווייס נאכנישט ווי אזוי מען מאכט מציצה ווילסטו מיר דא איינזייפן?
[וואס עפעס אין שבת אחים? אין מאחורי איז נישט געווען קיין פלאץ?].יאיר האט געשריבן:נו, ווי אזוי קומט מען צו צום אמת? ווי אזוי דערגרייכט מען די מדריגה וואס מען פארשטייט אז על פי אמת דארף מען פארשטיינערן דעם מקלל?
איי, יאיר ודאגותיו...
אמת מארץ תצמח וצדק משמים נשקף, עפעס וועט מען שוין מאכן דערמיט.
ווי האט דער קאצקער געזאגט, אז מ'פלאנצט איין שקר וואקסט ארויס דער אמת. דער פראבלעם איז נאר אז די משודדי קברים האלטן איר אין איין אויפגראבן.
האדם לא נברא אלא להתענג
- קינד_אן_קייט
- היימישער באניצער
- הודעות: 495
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
- האט שוין געלייקט: 728 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל
[tag]ונבנתה העיר[/tag], א שטארקע נקודה גאר שטארק ארויסגעברענגט, אבער מכל מקום, ס׳איז דאך שנים אוחזין באמת, זה אומר כולו שלי וזה אומר כולו שלי, און ווי דער יעניגער (אן פורט צו זיין בשמו) האט זיך אויסגעדרוקט: ״דער אמת איז מיינער, און ווער עס זאגט אנדערש איז א פאלנער שקרן!״.
און אז מ׳שפילט זיך מיט ראלעס קען מען דאך הא גופא נעמען א שטאפל ווייטער (א שטייגער ווי דער פאציענט וואס רעדט זיך אפ צום פסיכיאטאר ווי גענצליך פארלאשן ער איז פון שמחה, און דער דאקטאר שלאגט פאר ער זאל זיך פרובירן דערפרייען דאס הארץ עטוואס און גיין הנאה האבן פונעם באקאנטען צירקוס שוי שפילער וואס געפינט זיך פונקט אין שטאט, אן צו כאפען אז דאס איז דער מדובר אליין... ועיין עוד ערך היקר באנשים), דער עולם שרייט שקר, דער ראש מדריכים שרייט אמת, מעגליך אז מ׳איז זיך טועה, ס׳איז דאך אבער פארט color war, נו, ווי איז דער אמת?

כאן, חבל טבור הארץ.