ונשמרתם מאוד לנפשותיכם, ואהבת לריעך כמוך!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
בשבילי!
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

ונשמרתם מאוד לנפשותיכם, ואהבת לריעך כמוך!

שליחה דורך בשבילי! »

(באקומען אין אישי)

ליגט זיך ר' שלום אויפן קראנקען בעט און ווארפט זיך פאר יסורים ער דראפעט זיך אויף גראדע ווענט ער ליגט אויף א רעספערעטאר די קינדער שטייען ארום און באוויינען דעם טאטן וואס גייט אויס ווי א ליכט....

דער עלצטער זיינער א 17 יעריגער בחורל שטייט אין די זייט און שטילערהייט ווארפט ער זיך פאר געוויין ער פילט מיט דעם טאטנס צער נעבעך וויפיל דער טאטע האט שוין אדורך געמאכט די לעצטע צוויי יאר ....

ער דערמאנט זיך צוריק ווי פאר איין און אהאלב יאר צוריק האבן די טאטע און די מאמע צוגערופן אלע קינדער צום טיש אין דיינינג רום עפעס א פרעמדע מענטש א וואוילער איד מיט א לאנגער בארד איז אויך דארט געווען יענער איד פון ביקור חולים האט איבער געגעבן די ביטערע שווערע נייעס אז דער טאטע איז ל"ע דיאגנאזט געווארן מיט די ביטערע מעשה אויף די לונגען ה"י, יענער איד האט זיי זייער שטארק מחזק געווען און אויך געזאגט אז זיי זאלן גאר ערליך דאווענען און זיך אויפירן גוט דאן וועט זייער טאטע האבן א רפואה שלימה.

זינט דאן פלעגן די טאטע און די מאמע אסאך פעלן פונדערהיים דער איד פלעגט אסאך קומען צו זיי אנפיטערן פיינע ווארימע נאכטמאלס און זיי לייגן שלאפן אמאל פלעגט א גויטע קומען וואשן וועש און ביגלען אויפרוימען און קאכן, און אסאך מאל אויך אידישע נשים צדקניות, חשובע פארנומענע מאמעס פלעגן אויך קומען אראפציפן פון זייער טייערע צייט און קומען העלפן א משפחה אין נויט.

דער טאטע פלעגט אהיימקומען פון שפיטאל גאר שוואך צוקלאפט און צובראכן ווי א שארבן פיזיש און גייסטיש און ליגן אין בעט קוים מיט כוחות ביז צום קומענדיגן באהאנדלונג ה"י.
די וואך האט מען זיי שוין צום וויפלטן מאל געברענגט אין שפיטאל זינט די לעצטע דריי חדשים, אבער דאסמאל האט מען זיי נישט גראד אהיימגעשיקט אזויווי געווענליך נאר די טאטע האט מיט א קוים הערבארע שטימע זיי אלע געבענטשט און געקושט און זיך געזעגנט..... יא ליידער געזעגנט.... דערנאך האט מען געזאגט פסוקי יחוד און דער טאטע האט מיטגעזאגט ווען פלוצלינג רופט ער צו זיין עלצטער זון און מורמעלט אים אריין אין די אויערן, געדענק זיי אן ערליכן איד און זע אז די משפחה זאל נישט צופאלן.... האלט צאם די משפחה.
און די מאשין האט זיך גענומען פייפן די דאקטורים זענען געקומען צו לויפן אבער עס איז שוין ליידער געווען נצחו אראלים את המצוקים ונשבה.... סאיז שוין געווען דערנאך....

די נארוואס געווארענע יתומים האבן אויסגעפלאצט אין א יאמערליך געוויין, אז די הימלען האבן זיך ממש געשפאלטן, פון דארט איז שוין געגאנגען זייער שנעל א לויה הספדים שבעה און שוין אדורך דאס אויך און די משפחה פון 7 אינגע יתומים'לעך האבן פרובירט צו ווייטער גיין מיטן לעבן.
געלט איז נישט געווען די אפטסטער גאסט ביי זי אין שטוב און אין גראסערי האט זיי דער גראסערי מאן אלץ אנגעשריגן אז באלד לאזט ער שוין נישט אויפשרייבן אזוי אויך אין בוטשער, אין חדר זענען זיי געווען פון די שוואכסטע ווייל מען קען דאך נעבעך אים נישט פייניגן ער איז דאך א יתום און אזוי איז די גאנצע משפחה געווארן צוטראסקעט און צובראכן ליידער.

די דאקטורים האבן פעסטגעשטעלט אז די מחלה האט ר' שלום באקומען פונעם ציגארעטל, וואס דאס האט זייער דערווינדערט יעדן וואס האט אים געקענט און געוואוסט אז ער פארטראגט נישט קיין רויכערן....????
אההה יא יא ער האט טאקע נישט גערייכערט, אבער זייענדיג אן ערליכער איד איז ער געגאנגען הכנות פארן דאווענען און דארט איז גאר אסאך מאל די גאנצע אויר געווען פארויכערט.....
יא דער ליידיגייער האט פריער דא אנגעשמעקט דאס פלאץ ווייל ער האט געפילט באקוועם דאס צו טון...
פרעגנדיג אמאל פאר איינעם פארוואס ער טוט דאס האט ער געענטפערט מיט א קושיא און פול מיט ווינדער, האסט נישט געזען אז איך האב געעפנט די ווינדא??
דו אומענטש דו וואס דו ביסט דער ביהמ"ד איז דיינס....???
די הערסט אז א איד איז אוועק פון .... אויף די לונגען קענסטו דיר דען פילן רואיג??? ווער זאג אז דו האסט נישט קיין חלק אין דעם? וויפיל דורות קענסטו לייגן צוגרינד וועגן דעם? זיינע קינדער און זיינע אייניקלעך וואס האבן נישט געהאט קיין טאטע/זיידע און געווארן חרוב דערפון און אויסגעוואקסן ביקעס און א שידוך געטון גאר א שוואכע וכו' וכו' ענדיג אליין צו די מעשה....
קענסטו דען זאגן ידינו לא שפכה את הדם הזה??
דאקטורים האבן פעסטגעשטעלט אז second hand רויעך איז נאך ערגער....
אההה דער ....... (באטיטל אים אליינס) האט געדארפט דא אין ביה"כ א ציגארעטל....
רבותי וועקט אייך אויף, ובזכות זה וועלן מיר זוכה זיין צו אלעס גוטס.
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

שליחה דורך Kool man »

מ'קען אפשר פרובירען דן זיין לכף זכות, צומאל איז די שווערע ריח אין בית הכבוד אזוי אומדערטרעגליך, אז איך וואלט אויכעט זייער גערען ליבערשט אנגעצינדען א ציגארעטעל צו פארטרייבען די ריחות
ווייט פיש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 12:37 am
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך ווייט פיש »

אייועלט שיקט אויך אישי'ס?
בשבילי! האט געשריבן:(באקומען אין אישי)

באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

גוט געזאגט, בשבילי.

ווען איך שטיי נעבן א רויכערער וועל איך אייביג אויך נעמען א ציגרעטל, אזוי וועט עס נישט זיין קיין סעקאנד הענד וואס איז נאך ערגער...
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

בשבילי: דו ביסט א מיליאן פראצענט גערעכט. זייער שיין און ביטער אראפגעלייגט. איך קען א איד וואס האט ל"ע באקומען יענע מעשה אויף די לונגען. ער האט קיינמאל אין זיין לעיבן קיין ציגארעטל נישט אריינגענימען אין זיין מויל. אבער זיין "חבר", יא. ער רייכערט נאכאלץ (אפשר, שוין מיט א ביסל בושה און שולד געפיל(.
בשורה טובה. דער איד האט זיך ב"ה ארויסגעדרייט פון די מחלה. נאך א סאך נאכווייען און שווערע טריעטמענטס. אבער עפעס שיריים איז נאך געבליבן.. :? 8-) :roll: :evil: :twisted: :x :P :oops: :oops: :oops: :cry: :( ;) :o
באניצער אוואטאר
בשבילי!
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך בשבילי! »

יש''כ הרב בעל עגלה, אבער ווי געזאגט איז עס נישט מעשה ידי להתרומם.
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.
פארשפארט