אביסעל מענטשליכקייט!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

אביסעל מענטשליכקייט!

שליחה דורך Kool man »

איך ווייס נישט אויב ס'שוין דא אזא אשכול, אבער כ'באגעגען זיך שטענדיג מיט אזעלעכע אינצידענטען וואס מאכט מיין הארץ ארויסשרייען א ווייטאגליכע שטילע געשריי, וואו איז אביסעל מענטשליכקייט?

אין שוהל
ווען דו גיבסט א האפטשא [סניז בלע"ז] לייג ארויף דיין האנט אויפ'ן שפריצענדיגען פיסקעל, קיינער ארום דיר עקספעקט נישט יעצט קיין שאוער פון דיין באקטעריע שליים!
ווען דו ענדיגסט אויסבלאזען דיין נייזעל און דו האסט אנגעזאמעלט א שפאר ביסעל גרויליגע שמוציגע טישאס אויפ'ן טיש, לאז עס נישט בירושה פאר דעם נעקסטען מתפלל, זיי מוחל לייג עס אין מיסט קעסטעל!
אז דו האלטסט דו האסט א שיינע שטימע, מוזטו זיך פארט נישט אויסדרייען אריינזינגען, גארגלען און אריינשרייען גראד אין מיין אויער אריין, איך גלויב דיר פון צען פיס אוועק אויכעט!
ווען נעבען דיין שכן ליגט א ספר אנגעגרייט, פארשטיי'זשע אז די ספרים האבען נישט אהערגעווואקט פון זיך כדי דו זאלסט זיך מכבד זיין דערמיט ביים ליינען, דיין שכן האט זיך מטריח און זיי אויפגעזוכט און אהערגעברענגט, אפילו אויב ער האט צוויי, לאז זיי ווי זיי זענען און הייב אויף דיינע פיסעלעך זיך צו טרעפען דעם ספר וואס דו זוכסט!
ווען דו נעמסט ארויס א ספר, חומש אד"ג, זייזשע מוחל שטרענג אן דיינע טייערע הענטעלעך און לייג צוריק דעם ספר אין שאנק!
לייג נישט אריין דיינע גראבע האר פון דיין בארדע אין די גמרא, שו"ע אדער ספר, נישט קיין חילוק צו ס'יז שווארץ, ברוין, רויט אדער ווייס, ס'איז א גועל נפש!
טייערער שלאך, לייג נישט אראפ דיין קאוט אויפען טיש אין ביהמ"ד אויכעט נישט אויפען באנק, יעדעס ביהמ"ד האט הענגערס אדער הוקס פאר די מאנטלעך!
ווען דו ווילסט פארזיכען פון די קעיק ביי תיקון, טאפ נישט אויס און קוועטש נישט אויס אלע שטיקלעך מזונות ביז דו שפירסט מיט ביידע הענט וועלכע איז די מערסטע/ווייניגסטע אויסגעבאקען אדער ראפאגאש! [די זעלבע מיט שאלעשידעס בילקעלעך]
ווען דו באשליסט וועלכע שטיקעל מזונות שמייכעלט צו דיר, נעם אים אינגאנצען אראפ פון טאץ, ברעך נישט אפ דעם האלבען און לאז איבער דעם אנדערען האלבען ווי א יתום אן א קאפ אין'ם טאץ!
ביי'ן קידוש אדער שאלעשידעס, לייג נישט צוריק דיין געביסענע חלה/אייער קיכעל אין די דיפ/הערינג/טונא אדער פיש טעלער, פוי!
איבעריג צו זאגען, פוץ נישט דיין נאז אין ביהמ"ד אדער סיי ווי צווישען מענטשען, גראבען אוצרות זאלסטו אין ביהכ"ס אדער אין דיין דיינונג רום!

אין קאווע שטיבעל
ווען דו מאכסט דיין קאווע, לייג נאר אזויפיל וואסער ווי דו דארפסט, לאז גענוג פלאץ, ס'קומט נאך מילך, נישט פול אן ביז אויבן, און נעם דיך גיסען אויף אלע זייטען ווען די רעסעפי הייבט נישט אן צו שטימען בשעת'ן לייגען די מילך!
פול נישט איבער דעם כוס קאווע ווי יום הששי, נוץ אביסעל שכל!
די פלאץ פון שמוציגע גענוצטע קאווע גלעזלעך איז אין מיסטקאסטען, נישט אויפן טיש און נישט אין קאווע שטיבל!
ווען ס'איז דיר פארבליבען רעשטע אין די קאווע גלעזל, פארגיס נישט די פליסיגקייט אין מיסט, אין דעם ליידיגען קאפ אין די סינק, לייג דאס גלעזעל אין מיסט קאסטען, אין די פליסיגקייט אין סינק!
דיין האלב פארבליבענע געביסענע קאצקע צוקער ווארף אין מיסט אריין, לאז אים נישט אויפען טיש און נישט אין ק"ש!

המשך יבא
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

יא שוין דא.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך אויך האט געשריבן:יא שוין דא.

וואסי שוין דא. אן אשכול? א לינק ביטע. סתם מקשן או דברן ע"ה או ת"ח (פירוש תענית חלום.(... :? 8-) :lol: :roll: :x :P ;) :o
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

לאמיר פראבירן ממשיך צו זיי

אין מקוה

שטופ דיך נישט אריין מיט א צווייטן אינעם טורן סטייל. אויב האסטי נישט קיין געלט צו צאלן, גיי ארום ביי איין מנין און שאף דיר דאס געלט. אויב האסטי פארגעסן דיין קארטל אינדערהיים, פרעג איינער וואס גייט אויב די קענסט דיך מיטכאפן, נישט שפרינג אריין ווען ס'הייבט זיך אן צו דרייען

דריי נישט איבער אלע האנטוכער ביז די טרעפסט את שאהבה נפשך. אויב די מיינסט טאקע אז די אינטערשטע איז בעסער, נעם עס
שטייטעלעך ארויס און צעפאטשקע נישט די איבריגע

ווען די טיסטיך אויס די שיך, ריק עס אריין אונטערן באנק, לאז עס נישט ארומפליען אין די דורכגאנג

ווען ביסט פארטיג מיט די שוער, פארמאך די וואסער, סוף חודש קומט א ביל וואס דארף ווערן באצאלט.

לויף נישט אריין אין מקוה ווילדערהייט, אנדערע זענען נארוואס ארויס פון בעט און דאס קען זיי מאכן קאפ שמערצן פאר אגאנצן טאג

גיי נישט אין מקוה אן א שאוער פון פראנויס, ס'דא גענוג וואסער אין מקוה און ס'פעלט נישט אויס דיין שווייס זאל משלים זיין די מ' סאה

אויב די שפירסט אז די ברויכסט קטנ'ן זאלסטי מאכן א סטאפ אין בית הכבוד פאר די מקוה

ווען די קומסט ארויס פון בור, שפריץ נישט אראפ די וואסער פון דיין פוס פאר די ווייסט זיכער אז קיינער שטייט נישט אינטער דיך

ווען ביסט פארטיג, נעם דיין געניצטע האנטוך און ווארף עס אין קאסטן.
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך פלעין יודיש »

אויב ביסטו דיך נוהג להחמיר זיך נאר אויסציטין גראד לעבען מקוה בור, מאך זיכער אז דיינע אינטערוועש רירן נישט צו מיין ריינע האנטוך
ס'עקלט מיר יעדער מאל פונדאסניי
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

שליחה דורך מ גפני »

און וואס איז מיט די וואס נוצן דעם מקוה האנטוך אויך פאר די נאז :קראנק
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פאר אזעלכע איז נישט גענוג אן אשכול פון "אביסל" מענטשליכקייט. זיי דארפן א באזונדערע אשכול פאר גאר אסאך מענטשליכקייט!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

berlbalaguleh האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:יא שוין דא.

וואסי שוין דא. אן אשכול? א לינק ביטע. סתם מקשן או דברן ע"ה או ת"ח (פירוש תענית חלום.(... :? 8-) :lol: :roll: :x :P ;) :o

שוין פאראן עטליכע אשכולות,
איינס דערמאן איך זיך יעצט, דא
viewtopic.php?p=151785#p151785
וירח ה' את ריח הניחוח
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

אינדערהיים.

ווען די קומסט אהיים פון ארבעט, שטויס נישט דיין שיך לארבע כנפות הדירה.
אפילו ביזט זייער הינגעריג, פארזיך נישט גראד פין טאפ ארויס, נעם דיר א צלחת.
ווען די גייסט אויף הכנות, אדער אלטס וישן מפני חדש תוציא, געדענק עס איבערצילאזן מיטן זעלבן קאליר ווי איידער די ביזט אריין.
ווען די שפירסט אז א אויפשטויס (גרעפ"ס) איז אויפן וועג ארויף, טריי עס צי מאכן שטילערהייט.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

סמבטיון האט געשריבן:ווען דו שפירסט אז א אויפשטויס (גרעפ"ס) איז אויפן וועג ארויף, טריי עס צי מאכן שטילערהייט.

שוין די העכסטע צייט אז מענטשן זאלן האבן א בילט-אין וואליום (ק)נאב.
איך וואלט עס גענוצט ביי די וויינענדיגע בעיס און פאר די בעלי תפלה וואס שרייען צו הויך.
וירח ה' את ריח הניחוח
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

מענטשליכקייט אונטערוועגענס!

שליחה דורך Kool man »

ווען דו דארפסט זיך געבען א דריי פון די סטריט אדער עוועניא, אדער דו דארפסט טוישען לעינס אויפען הויכ-וועג, גיב א פליפ מיט דיין קליינעם פינגערעל און בלינק דיין בלינקער! דו קענסט טוהן חסד און אפילו ראטעווען מענטשען מיט נוצן די סיגנאלען וואס די געזעץ פארלאנגט, און דו קענסט חלילה אומגליקליך מאכען מענטשען מיט דיין נארישע פוילקייט צו נוצען דיין דעמם פינגערעל! ס'איז בכלל נישט קיהל!
די לינקע לעינס אויפען היי-וועג / פרי-וועג זענען געמאכט צו פעסען, אדער לכל הפחות צו פארען, נישט צו שלאפען אדער שפאצירען! זיי נישט סעלפיש און זיץ מיט א תמימות'דיקע רואיגקייט אין דעם לינקען לעין אויף א קלאציגען ספיד, ווען אונטער דיר שלענגלען זיך א רייע מיט קארס וועלכע ליידען פון דיין אומאויסגערעכענטע סעלפישקייט! [הג"ה, העכער 60 יאר שטיי ארויס פונעם לינקען לעין, פיריאד!]
די ראודס און הייוועיס זענען איינגעטיילט מיט ווייסע אדער געלע שטרייכען, יעדע קאר דארף זיך האלטען אין זיין ליניע, אויב טרעפסטו זיך פארען אויף צוויי ליניעס, דאן זוך אונטער דיין אלקאהאל לעוועל, אדער דיין מוח פליסיגקייט, אויב איז אלעס אין ארדענונג, און דאך קענסטו זיך נישט האלטען אין דיין לעין, זיי מוחל סורענדער דיין לייסענס, אבער זאפארט!
ווען דו פארסט ביינאכט אויפען וועג, סיי אויף היי-וועגען סיי אויף שטילע ראודס און א קאר קומט אקעגען אויף די אנדערע, זיי מוחל געדענק'זשע אויסצולעשען דיינע פריצ'ישע שארפע הויכ-ביעמס, נישט נאר פאר די סעיפטי פון דעם אקעגענקומענדיגען קאר, נאר אויכעט פאר דיי אייגענע סעיפטי, ווייל אויב פארלירט יענער דרייווער קאנטראל צוליב דיינע היי ביעמס, קען ער דיך צומאל מיטנעמען מיט זיך אויף זיין רייזע!
דאס זעלבע ווען דו פארסט אונטער א צווייטען, לעש אפ די היי ביעמס כדי נישט צו פארבלענדען יענעם'ס אויסזיכט! [יא, די זעלבע וואס פאסירט ביי דיר ווען איינער פארט אונטער דיר / אקעגען דיר און שיינט דיר אריין מיט די היי ביעמס, אט דאס זעלבע פאסירט ווען דו טוסט דאס צו א צווייטען]
ווען די נאכט הייבט אן צופאלען, טראץ וואס פאר דיר איז נאך גענוג לעכטיג צו זען אוואו דו פארסט, מאכט עס אבער שווער פאר רוב דרייווערס צו באמערקען א צווייטען קאר, ספעציעל אויף די קאנטרי ראודס, דעריבער פאר דיין סעיפטי, און פאר'ן וואוילזיין פון אנדערע, מאך אן דיינע לייטס וויבאלד ס'הייבט אן די [ערשטע] שקיעה!
די געזעץ אין נ"י לויטעט אז אויב דארפסטו נוצען ווייפערס, דאן דארפסטו אנצינדען דיינע לעמפ, אויך די שכל לויטעט אזוי!
ווען דו ווארטסט ביי א רויטען ליכט, ספעציעל אין די אנגעלייגטע גאסען ווי טרעפיק איז גרויס און לאנג, מאך זיכער צוצופארען נאנט צום פאדערשטען קאר, אז נישט ליידען דערפון די הינטערשטע קארס, ווען זיי בלייבען שטעקען אין אינטערסעקשאן ווייל דו ווילסט לאזען א געפ פון פלאץ פאר דריי קארס פארענט פון דיר!
ווען דו פארסט ארויס פון א דרייוועי, סטאפ סיין וכדומה, זיי נישט קיין אויבער-חכם און פליק אריין פונקט ווען אנ'אנדערער אויטא קומט צו רייסען, מיט די ביסעל קיהלקייט האבען פילע באצאלט מיט זייער לעבען!
הכלל, טראכט פון יענעם בשעת'ן פירען א מאטאר וויהעקעל, און טראכט פון דיר אויכעט, ס'איז דיין סעיפטי פונקט ווי יענעם'ס!

אויב וועסטו אויספאלגען די אלע זאכען, און טראכטען פון יענעם אויכעט, דאן וועט זייך טוב לצדיק וטוב לשכינו!
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

געוואלדיגע פאינטס, [tag]Kool man[/tag]

כ'וויל נאר צולייגן, ווען די מוזטיך אפשטעלן אינמיטן גאס פאר א וויכטיגע שמועס מיט'ן חבר וואס די האסט געטראפן אדער ווייל דיין ווייב איז ארייגעלאפן עפעס קויפן, זיישע מוחל און צו דיך אריין ביים נענסטן פאמפ, אפילו אויב די ביסט א לעלא מיט א פי בי עי סטיקער. בלייבן דאבעל פארקט פארשווערט דאס דרייוון און מאכט אן א טרעפיק.
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

קאאל-מען. זייער שטארקע נקודות.
די בלינקערס דארף מען אויך נוצן אין שטאט אפילו ווען עס איז דא נאר איין לעין, דאס איז אויך א טובה פאר די פיסגייערס, יענער ווארט צו קענען קראסן, ער ווייסט נישט וואו אהין דו פלאנסט צו גיין, און מיט איין ריק מיט די בלינקערס שפארסטו יענעם איינעם די צייט און נערווען.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
קפנדריא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 2:17 pm
האט שוין געלייקט: 393 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 558 מאל

שליחה דורך קפנדריא »

זייער וואלידע פונקטן קיהלער מאן, רוב נקודות גייען אויך אריין אין "ונשמרתם מאוד לנפשותיכם", אסאך דרייווערס טוען אסאך נאכלעסיגקייטן וואס גייט אריין בגדר רציחה אויף אנדערע, און צומאל אויך בגדר "מאבד עצמו.."

די איגנאראנט "לינקע לעין זיצערס" טוען אויפרעגן און מצער זיין די נארמאלע דרייווערס, און טוען פאראורזאכן אומגעהויערע טרעפיק..
Q X Y z 9 B הוכח שאינך רובוט
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

קען זיין זיי שטאמן פון ענגלאנד אדער אוסטראליע.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

שליחה דורך Kool man »

ברסלבער האט געשריבן:קאאל-מען. זייער שטארקע נקודות.
די בלינקערס דארף מען אויך נוצן אין שטאט אפילו ווען עס איז דא נאר איין לעין, דאס איז אויך א טובה פאר די פיסגייערס, יענער ווארט צו קענען קראסן, ער ווייסט נישט וואו אהין דו פלאנסט צו גיין, און מיט איין ריק מיט די בלינקערס שפארסטו יענעם איינעם די צייט און נערווען.

הוא אשר דברתי,
ווען דו דארפסט זיך געבען א דריי פון די סטריט אדער עוועניא, אדער דו דארפסט טוישען לעינס אויפען הויכ-וועג, גיב א פליפ מיט דיין קליינעם פינגערעל און בלינק דיין בלינקער!
אפשר נישט גענוג ארויסגעברענגט, שקויעך ברסלעבער פאר בעסער מסביר זיין!
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

שליחה דורך Kool man »

דריידל האט געשריבן:לאמיר פראבירן ממשיך צו זיי

אין מקוה


המשך לדריידל - מקוה
,
דיינע שיך באלאנגען אויפען פלאר, זיכער נישט אויפען באנק!
יעדע באנק איז צוגעשטעלט פאר אפאר מענטשען, געדענק דאס און רעכען זיך דערמיט, נישט הענג אויף יעדעס שטיקעל וועש אויף אנ'אנדערע הענגער, אזוי אז א גאנצע באנק איז דיר אויכעט נישט גענוג, די רעקעל אויף איינץ, דאס וועסטעל אויף א'נאנדערע, די געלע טלית קטן אויף א דריטען, די העמד מיט די פארשווארצטען קאלנער, די פארשוויצטע אונטער העמעד, און די גאטשע [וואס יעדער ווייסט אן דיין אויפהענגען אז דו גייסט דאס שוין דאס דריטען טאג] אא"וו, ס'איז דא נאך מענטשען אויף דער וועלט אויסער דיר!
געב דיר נישט אויס די געמויזעכץ פון דיין איבערגעפולטען נאז מיט א גוטען בלאז אויס אין די שאוער, ס'איז עקעלדיג און אומ'יושר'דיק פארען נעקסטען וואס וועט זיך דארפען ספראווענען דערמיט נאך דיר!
קעם דיר נישט אויס דיין בארדע אין די בור, ס'וואסער איז גענוג געספייסט און געפלעיווערט אן דעם!
אזוי אויכעט קראץ דיך נישט אויס אלע רמ"ח אברים אין בור, [אפילו שינוי מראה פסל'ט נישט דעם מקוה] איז דיינע שופען און אפפאל נישט קיין עססעט פאר די מקוה וואסער און פאר די יודען וואס קומען נאך דיר!
שטיין אין בור ווי א סטאטוע אנגעליינט מיטען פנים אויסגעדרייט צום אריינקומענדיגען עולם -ווי צו מקבל פנים זיין אלע אנקומענדיגע - שמעקט גארנישט גוט, ספעציעל ווען דאס גייט אן פאר א האלבע שעה, און יעדען טאג! [אויב דו דארפסט העלפ מעלד דיך אין אישי צו די גבאים]
בלאז דיר נישט אריין דיין נאזעכץ אין די מקוה האנטוך, [קרעדיט מ גפני] ס'איז אן'עקעל!
זיץ נישט א האלבע שעה און מער אויף די באנק אין מקוה צו איבערקעמען דיין בארד און פיאות צום אכצעטען מאהל ווען דיינע אויגעלעך וואנדערען ארום און ארום, מענטשען קענען נאך עכט מיינען אז דו האסט שמירת עינים פראבלעמען!
דיין האנטוך נאכען נוצען ווארף אריין אין פעסעל פאר שמוציגע האנטוכער [אויב די מקוה שטעלט צו אזעלכעס]
דיינע פארנוצטע אנגעאייטערטע באנדאזשען און שיריים פון דיינע וואונדען נעם מיט מיט זיך ביים ארויסגיין!
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

שליחה דורך Kool man »

ווען דו ווילסט פארקען פאראלעל, דארפסטו לעגאל בלינקען דיין סיגנאל, כדי די אנדערע דרייווער זאלען וויסען וואס'יז פשט פון דיין אפשטעל אינמיטען גאס,
ווען דו פארקסט, פארק נאנט צום טראטואר, מאך זעכער אז דו שטעקסט זיך נישט ארויס דריי פיס אין גאס אריין ווי א מירכא כפולה,
פאר צו צום קאר פראנט פון דיר אדער הינטער דיר, כדי דיין קאר זאל נישט אויפנעמען דריי פארקינג ספאטס, און אנ'נאנדערער מעג אויכעט האבען פלאץ נאך דיר,
ביים אריינקוועטשען זיך אין די פארקינג ספאט, זיי זיך משתדל נישט צו באמפען פינעף מאל די קאר פאר דיר און אכט מאל אין די קאר הינטער דיר,
ווען דו פארקסט אינמיטען גאס פאר סיי וועלעכע סיבה, צו ווייל דיין קאפי האט זזיך אויסגעגאסען און דו דארפסטיך ווישען, צו דיין וועדשטעבעל סעלעד האט זיך צושפריצט און צופלויגען איבעראויס די קאר, אדער פאר א גאר וויכטיגע סיבה למשל ווייל דו האסט געטראפען דיין חבר וואס דו האסט שוין נישט געזעהן פאר א שעה צייט און דו מוזט מאכען א שארטסטאפ אינמיטען גאס און פארקען דארטען אויפען פלאץ אינמיטען גאס צו כאפען א שמיעסעל מיט אים, אדער דו מוזט דורכליינען מיט עיון און כוונה א וויכטיגע נארישע וויץ אויף וואצעפ, דאן זיי'זשע מוחל און צינד אהן דיינע פריעקען פלעשערס - האזארד לייטס, פאר דיין סעיפטי און פאר אנדערע מענטשהייט,
ווען דו זעסט א סיין נאו פארקינג, אדער דו באמערקסט אז ס'יז א דרייוועי, פארק נישט דארטען, [ס'קען נאך זיין פאר דיין טובה אויכעט, ווייל די רעזאלטאטען זענען פיל מאל אומאנגענעמע],
ווען א קאר איז געפארקט דאבל-פארקט אקעגען איבער די גאס, זיי נישט פון די אקסען וואס פארקען פונקט קעגען איבער ווי אפצובלאקען די גאס אינגאנצען,
ווען דו פארקסט אריין אין א פארקינג לאט:
פאס אויף אויב ס'דא עראוס אדער סיינס אז ס'יז א וואן-וועי,
מאך זעכער אז דו פארקסט צווישען די צוויי ליינס, און נאך די דיוויידער ליין, נישט פארקען ווי א שיכור און אויפנעמען דריי פיר פארקינג ספאטס,
געב אכטונג פאר פיסגייער, אראפקלאפען א פיסגייער קען שטערען פון דיינע ווייטערדיקע פלענער און דיין סדר היום,
:geek:
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

פיסגייער מעננערס!

שליחה דורך Kool man »

דו האסט טאקע רייט אף וועי, דו מוזט עס אבער נישט אביוזען!
ווען דו מעגסט אריבער גיין ווייל פאר דיר איז גרין און דער קליינער שיינענדיקער מענטשעלע אויפען טאוועל ווינקט דיר מיט ליבשאפט קום נאר קום, דארפסטו נישט שפאצירען ווי א טשורעפאכע כדי דער דרייווער וואס דארף בעל כרחו ווארטען אויף דיר זאל צופלאצט ווערען ווייל דו ווילסט אויסנוצען [אביוזען] דיינע רעכטען,
אויב דו ווילסט דאך קראסען אינמיטען גאס, [וואס אגב, אויב ביסטו פארנומען מיט דיני דמלכותא פון די דרייווערס, זאלסטו וויסען אז ס'יז אומלעגאל,] זיי'זשע מוחל און קוק גוט פון ביידע זייטען אויב א קאר פארט נישט און בעקט נישט,
און זיי נישט קיין אויבער חכם צו שנעל אריבערלויפען ווען א קאר קומט צו רייסען אין דעם דיירעקשאן, אויב געלינגט דיר עס נישט, זאלסטו וויסען זיין אז ס'יז זייער א אומבאקוועמע פילינג צו ווערען געקלאפט פון א קאר, און אפילו אויב דיר געלינגט עס דאס מאל, זיי וויסען אז קינדער לויפען צומאל מיט מיט א ערוואקסענע ווען זיי זעהען אים קראסען, און ס'יז א געפאר,
ווען דו ארויף אויפען טראטואר און דו זעסט א קאר האט די ווייסע לעמפעלעך הונטערען קאר אנגעצינדען, מיינט דאס אז ער בעקט אין דיין ריכטונג, גיב אכטונג און וואק נישט אריין אין אים,
ווען דו גייסט אריבער'ם גאס, קוק נישט אריין ווי א מאנקי אין די פענצטער פון אלע ווארטענדיגע קארס וואס שטייען ביים רעד לייט, דאס אריינקוקען אין פנים פון די וואס זיצען אין די קארס איז גרויליג און פון די געמיינסטע אוממענטשליכקייטען,
אזויווי ס'יז דא אחריות אויף און געזעצען אויף דרייווערס, דאס זעלביגע איז דא פאר פידעסטריענס - פיסגייער!
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

שליחה דורך Kool man »

די וואך בין איך אריין אין א ביהמ"ד, זעה איך אין קאווע שטיבעל א טיש ווי מ'רעכט זיך צו די קאווע, און די גאנצע געמיש פון קאווע, צוקער, איקוועל און אדער ספלענדע, און צוויי סארט מילעך, הארט דערנעבען געפינט זיך א גרויסע ליידיקע גארבידש קען, די טישעל די פלאר און אלעס ארום איז פול מיט שמוציקע גלעזלעך, אויפגעריסענע איקוועל און ספלענדע פאפירלעך, פארברוינטע צוקערלעך אנגעזאפט מיט פארגאסענע קאווע, און די גארבידש קען דערנעבען זיצט דארט פארשעהמט און איז האלב ליידיק..

שטעל זיך די שאלה, דא גלייך נעבען דיר איז דא א אפענע ליידיקער גארבידש, פארוואס פאלט דיר נישט איין צו לייגען דעם שמוץ אין מיסט און נישט אויפ'ן טיש? ס'גייט מיר נישט אין קאפ אריין!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

דער רבי האט שוין געקלאגט דערויף

viewtopic.php?p=151785#p151785
וירח ה' את ריח הניחוח
medic
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 04, 2015 2:04 pm
האט שוין געלייקט: 70 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 75 מאל

שליחה דורך medic »

איך ווארט פאר די מחאה אויף די אוממענטשן וואס ווייסן יא וויאזוי ארויסצונעמען א האלבע שאנק מיט ספרים, אבער ווייסן אינגאנצן נישט וויאזוי צוריק צו לייגן, ס'איז אזוי עקלדיג און אוממענטשליך, די ביטול תורה פאר די מענטשן וואס זוכן די ספרים, די בזיון הספרים פון זיך ארום וואלגערן צווישן די ליידיגע שמוציגע קאפס און טישוס אויף די טישן, די כבוד הבית מדרש, און די עביוז פון די ספרים פאקער וואס דארף זיך ברעכן דאס רוקן צוריק צולייגן די בערג מיט ספרים וואס די סעלפישע עגאאיסטן האבן איבערגעלאזט אויפ'ן טיש.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

איינער האט אמאל געפרעגט ר' אביגדור מילער ז"ל וואס איז די ערשטע החלטה וואס א מענטש דארף מאכן נאכן ווערן נתעורר דורך לערנען א שיעור אין מוסר. האט ער געענטפערט, אז ער זאל זיך מקבל זיין צו פירן ווי א מענטש און צוריק לייגן די ספר במקומו.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
פארשפארט