ווייט פיש האט געשריבן:@אתא קלילא @בערל בעל עגלה דא איז אייערע שותפים וואס שרייען און שימפען קעגן די יידען וואס זענען מפרסם פאר די וועלט די תורה שטעלונג, כהוראת הק' מסאטמאר זצ''ל
ר' ווייט פיש. ייש"כ פאר צוברענגען דעם לינק. איך האב אבער נישט פארשטאנען מיין שייכות מיט די וועלכע שעלטן און שימפן אויף שיטת רביה"ק מסאטמאר, זי"ע און די אידן וועלכע פארשפרייטן ד'עם דבר ה'.
איך האב שוין כמה פעמים איבער געחזר'ט אז איך האב נישט קיין איין שלעכט ווארט צו זאגן אויף נטרונא, אדער אפילו די נטורי קרתא. וואס איך טענה איז, אז די דיבורים און הסברים העלפן גארנישט. ווייל די אלע שונאי ישראל למיניהם ווערן געטריבן דורך אן אנדער'ן כח. און דאס איז פשוט אלטמאדישע שנאת ישראל (נישט מדינת ישראל.). און זיי זענען נישט מבחין בין דם לדם. און זיי פארהערן קיינעם נישט צו מ'איז א קנאי אדער ציוני. דאס אנטי-ציוניזם און די מכלומר'שטע עוולות פון די ציונים זענען נאר א גוטער תירוץ פאר זיי. ווייל, לפי ידיעתי איז נאך קיין איין און איינציגער איד נישט געראטעוועט געווארן פון די ידי עשיו וישמעאל דורך די הבהרות פון נטרונא. אדער די פילע הפגנות וואו ערליכע אידן האבן קלאר ארויסגעזאגט זייער התנגדות צו ציונות.
א קליינע ראיה'לע וועל איך ברענגען צו מיינע ווערטער. בשעת די עראפלאן היידזשעקינג, וואס די דייטשע שגץ און שיקסע האבן פארכאפט מיט די הילף פון זייערע אראבישע פריינט, וועלכע האט געענדיגט אין ענטעבע, אוגאנדא, אין יאר '76 למספרם. האבן די טעראריסטן געמאכט א סעלעקציע. זיי האבן אפגעטיילט צווישן אידן און גויים פאסאזשירן אויף דעם עראפלאן. די גויים האבן זיי באפרייט און די אידן האבן זיי אריינגעלייגט אין געפענגענישט. איז געוועין דארט, צווישן די פאסאזשירן אן ערליכער, חסיד'ישער איד פון ווין, עסטרייך. ער האט אויכעט געהאט אן עסטרייכישן בירגערשאפט פאספארט. אויך האט ער געטענה'ט צו די טעראריסטן אז ער איז נישט קיין ציוני. און האט מיט ציוניזם קיין שום שייכות נישט. ס'האט איהם גארנישט געהאלפן. נאר זיי האבן איהם מיט די שפיץ פונ'ם ביקס אריינגעשטופט, צוזאמען מיט די אנדערע אידישע פאסאזשירן.
דעם סוף פון די מעשה וועל איך דא נישט איבערדערציילן. ווייל ס'האט צו טון מיט ציוניזם. און נישט איבער דעים איז דא דער וויכוח...