שם טוב'ס ישיבה
- shem-tov
- ידיד ותיק
- הודעות: 840
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
- האט שוין געלייקט: 379 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל
דאנערשטאג תצוה שובבי"ם ת"ת
היינט איז א גרויסער טאג ביי יודן יראים ושלמים. דער לעצטער דאנערשטאג פון שובבי"ם. מען פאסט מען לערנט מען מאכט א תענית הדבור. אין שם טוב'ס ישיבה פרובירט מען אריינצוברענגען דעם שובבי"ם גייסט אבער ס'גייט נישט. דא האט זיך ליידער אביסל אריינגעכאפט פון די גאס, די גייסט פון ליצנות כלפי דעם הייליגען ענין פון שובבי"ם. טייערע יודן לאמיר כאטשיק היינט מרבה זיין באמירת תהלים און לאמיר בעטן דעם אייבערשטן ער זאל משלב זיין און מעלה זיין אונזערע הייליגע תפלות מיט די תפלות פון די יודן וואס ווייסן יא וואס טוט זיך מיט זיי און טוען דיין רצון אויף די וועלט.
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
- shem-tov
- ידיד ותיק
- הודעות: 840
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
- האט שוין געלייקט: 379 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל
די וואך איינגעהאלטן פון זאגן
כדי צו פראקטיצירן די געהויבענע הדרכות מוז מען א געוואלד שלינגען... שתיקה איז זייער שווער אבער ווי איר זעהט איז רעדען אויך נישט קיין אפשען ווען מען דיעלט מיט אט די נשמות. אבער דא האט איר עס.
רעד נישט מאוס יעדע מינוט ווי א געמיינער שגץ... כ'בעט דיך דאווען א יודיש ווארט ווי איז דיין נשמה... אביסל מענטשליכקייט... מענערס... קוק דיך אן א שמוציג הוט א שמוציג רעקעל... וואס וועט זיין מיט דיר... 24 שעה אויפן מאשינקעל ממש נישט בגדר אנישי... ווי איז שוין ווייטער דיין ציצית די באם... וואס טשעפעסטו יעדעם די חי'.. ווי ביסטו געווען ביים דאווענען די גאנצע וואך צוברעכסט מיר די ישיבה... ווייטער הערסטו גוישע מיוזיק האמיר נישט געשמועסט... וואס איז מיט די קליינע קאפל... מען האט געשמועסט די גייסט דיך אפשערן שוין א חודש צוריק... קיין איין איינציג שעור האלטסטו נישט מיט... ווי האסטו דיך נעכטן אוועקגעכאפט פון ישיבה נאך 10 ביינאכט... דער מגי"ש זאגט מיר אז די האסט אנגעצינדן א פייערעל ביי לאנטש אין לאנטש רום די מטורף... אין דארמיטארי שטערסטו יעדען פון שלאפן ביז 4 פארטאגס גייסט שלאפן אן נעגעל וואסער נאך... האסט נאכאמאל ארויפגעלייגט טמנא זאכן אויף פעיסבוק... וויי איז דיין הארץ פאר דיינע עלטערען... שבת האסטו זיך ווידער געדרייט מיטן גרעסטען באם פון בארא פארק מאכסט די אן א שלעכטן נאמן די שוטה... די גאנצע ישיבה פארדארבסטו מיר מיט דיינע נידערטרעכטיגע גוישע געמיינע אנשיקענישן וואס די ברענגסט מיר דא אריין...
און יעצט זאג אז מען פייניגט דיך אויס א גאנצע וואך. סאיז זייער שרענג... וואס
רעד נישט מאוס יעדע מינוט ווי א געמיינער שגץ... כ'בעט דיך דאווען א יודיש ווארט ווי איז דיין נשמה... אביסל מענטשליכקייט... מענערס... קוק דיך אן א שמוציג הוט א שמוציג רעקעל... וואס וועט זיין מיט דיר... 24 שעה אויפן מאשינקעל ממש נישט בגדר אנישי... ווי איז שוין ווייטער דיין ציצית די באם... וואס טשעפעסטו יעדעם די חי'.. ווי ביסטו געווען ביים דאווענען די גאנצע וואך צוברעכסט מיר די ישיבה... ווייטער הערסטו גוישע מיוזיק האמיר נישט געשמועסט... וואס איז מיט די קליינע קאפל... מען האט געשמועסט די גייסט דיך אפשערן שוין א חודש צוריק... קיין איין איינציג שעור האלטסטו נישט מיט... ווי האסטו דיך נעכטן אוועקגעכאפט פון ישיבה נאך 10 ביינאכט... דער מגי"ש זאגט מיר אז די האסט אנגעצינדן א פייערעל ביי לאנטש אין לאנטש רום די מטורף... אין דארמיטארי שטערסטו יעדען פון שלאפן ביז 4 פארטאגס גייסט שלאפן אן נעגעל וואסער נאך... האסט נאכאמאל ארויפגעלייגט טמנא זאכן אויף פעיסבוק... וויי איז דיין הארץ פאר דיינע עלטערען... שבת האסטו זיך ווידער געדרייט מיטן גרעסטען באם פון בארא פארק מאכסט די אן א שלעכטן נאמן די שוטה... די גאנצע ישיבה פארדארבסטו מיר מיט דיינע נידערטרעכטיגע גוישע געמיינע אנשיקענישן וואס די ברענגסט מיר דא אריין...
און יעצט זאג אז מען פייניגט דיך אויס א גאנצע וואך. סאיז זייער שרענג... וואס
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
- shem-tov
- ידיד ותיק
- הודעות: 840
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
- האט שוין געלייקט: 379 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל
מיין 14 יעריגער זוהן וויל מער נישט גיין אין ישיבה
א מאמע פרעגט מיט ווייטאג וואס טוט מען דא מיין קליינער, קוים האט ער בר מצוה געהאט און ער וויל מער נישט הערן פון גיין אין ישיבה. גראדע א פיינער א נארמאלער אבער ער איז זייער דיסאפוינטעט פון די חברים די מגי"ש די סיסטעם, וואס כ'האב נאר פרובירט אים אויפצוקלערן שרייט ער צוריק אז ער בלייבט אינדערהיים און איך קען אים נישט צווינגען צו גיין אויף א פלאץ וואס ער וויל נישט. וואס וואלט איר גע'עצה'ט די מאמע
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים