ספר אביר הרועים: מיין פאסטוך איז אסאך שטערקער

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

ספר אביר הרועים: מיין פאסטוך איז אסאך שטערקער

שליחה דורך יאיר »

א נייער ספר איז ארויסגעקומען אויף סאטמארער רבי זי"ע לכבוד זיין בעפארשטייענדע יארצייט: אביר הרועים. דער ספר איז, כשמו כן הוא, א ריזיגער ליקוט פון סיפורים מיט סאטמארער רבי'ן און אנדערע "רבנים ואדמו"רים", אויפצואווייזן אז דער סאטמארער רבי איז געווען דער שטערקסטער צווישן אלע פאסטוכער. דער ספר ווערט ארויסגעגעבן דורך ר' שלמה יעקב געלבמאן, וועלכער איז שוין כנראה נמאס געווארן פון די מושיען של ישראל בענדער אויף וואס ער אליין געדענקט שוין נישט וועלכע באנד ער האלט שוין.

אגב, די חסידישע ספרי תולדות האבן א געוואלדיגע מעלה, אז זיי שרייבן אראפ יעדע שטות פון זייערע רבי'ס, ווייל אין יעדע זאך זעען זיי סודות און גבורות, און זיי כאפן נישט אז גאר אסאך פון וואס זיי שרייבן, כאטש ביי א חסיד איז דאס הייליג און טייער, איז ביי א נייטראלער מענטש נאריש אדער אפילו גאר א חסרון. א גוטער ביישפיל איז דער ספר מבית אבותי ורבותי וואס @אבטולמוס האט לעצטנס באשריבן.

איך האב אריינגעקוקט אין דעם אביר הרועים, און דורכגעליינט די הקדמה. איך וויל מעתיק זיין געוויסע פרטים פון די הקדמה וואס גיבן א בליק אויף סאטמארער רבי און אויף דער וועלטבליק פון זיינע חסידים. דער מחבר שרייבט, פארשטייט זיך, ווי אלע גדולים מקטנם ועד גדלם האבן זיך ממש געביקט פאר דעם רבי'ן. ווען דער סאטמארער רבי איז נאר אנגעקומען ערגעץ, זענען אלע גדולים ארום דעם פלאץ געקומען צולויפן און הערן וואס דער רבי האט צו זאגן. נאכמער, ברענגט ער ארויס, דער חידוש איז געווען אז כאטש וואס ווען סאטמארער רבי האט זיך גע'טענה'ט מיט אנדערע גדולים פלעגט ער שרייען אויף זיי מיט קולות, פונדעסטוועגן האבן אים אלע מכבד געווען און ארויסגעוויזן א הערצה.

אמאל האט סאטמארער רבי באזוכט ביי "אחד האדמור"ים" אין חול המועד. אינמיטן האט דער "אחד האדמורי"ם" ר"ל אנגעהויבן רעדן "דברי ציונות בדברי הבל ורעות רוח" (נו פארשטייט זיך אז ס'איז ציונות אודאי איז עס דברי הבל). דער רבי "בלשון קדשו" האט זיך אנגערופן "איך בין נישט סובל דברי מינות." יענער האט פרובירט ווייטער רעדן, האט ער געגעבן א זאג א גוטן מועד און איז ארויסגעלאפן. אין קאר האט דער רבי ווי עס זעט אויס חרטה געהאט פאר'ן זיך אויפפירן ווי אן אוממענטש. האט ער געזאגט "באמת האב איך נישט געדארפט אזוי ווייט מוחה זיין, נאר איך האב זיך נישט געקענט איינהאלטן ווייל ער האט גערעדט ממש דברי מינות וואס מען טאר נישט הערן."

נאך עטליכע טעג האט דער רבי באשלאסן צוריקצוגיין צו יענעם אדמו"ר, "מפני שלא נפרד ממנו כראוי". ויהי לפלא. ווי פלעגט נאר דער רבי זאגן, שאני מינות דמשכי.

אונטער דעם קעפל "מערכות אלקים חיים" שרייבט דער מחבר אז ווען דער רבי האט זיך געטראפן מיט "רבנים ואדמור"ים" וואס האבן באלאנגט צו אגודה, פלעגט דער רבי פרובירן מסביר זיין מיט שיינעם "בדרכי נועם" זיין הייליגן "דעת קדשו, להעמידם על קוטב האמת, ועל פי רוב השפיע רבינו בנועם שיח". דער רבי האט זיך ממש אראפגעלאזט צו די אלע רבנים ואדמורי"ם, אויף זייער לעוועל, "ומן ההר אל העם ירד להסבירם בטוב טעם ודעת להבינם את חומר הדבר עד היכן הדברים מגיעין" (זעסט, אז מ'גייט מיט שיינעם ארבעט עס).

אבער עס זענען ליידער געווען אזעלכע "שנשפעו מאויר הרחוב", און דער "אש הציונות בערה בקרבם". די רבנים האבן במזיד פרובירט צוריקצוענטפערן דעם רבי'ן "ולדבר במכוון דברי ציונות בפניו הקדוש לקנטרו בדברים". נו, אז דער רבי האט געזען אז עס גייט נישט מיט גוטנס האט ער פרובירט מיט בייזנס "וכדרכו של רבינו אש לפניו תלך ללחום מלחמת ה', להגן על כבוד שמים שלא יתחלל, ולא נשא פני איש."

אונטער'ן קעפל "פה להם ולא ידברו" שרייבט דער מחבר אז אלע רבנים און אדמורים וואס ווערן דערמאנט אין דעם ספר זענען געזעצן פאר'ן רבי'ן "ביראה וברעדה". "מעשה ברב אחד שהיה לו לשון מדברת גדולות ובכל עת ובכל מקום השמיע את דעתו אף שלא נשאל עליו, ולא התחשב עם אף אחד" (דערמאנט אייך פון איינעם?). בקיצור, ווען דער גרויסער מוילמאכער איז געקומען צום רבי'ן, האט אים אנגעכאפט אזא פחד, "ונשתתק וכאילם לא יפתח פיו." אפילו דער גרויסער צולייגער האט איינגעפאקט פאר דעם נאך גרעסערן אריינזאגער.

אונטער'ן קעפל "שבחן של רועי ישראל" ווערט געברענגט א תורה פון דברי יואל אז דער "עוד מעט וסקלוני" וואס אידן האבן געזאגט אויף משה רבינו איז אויך געווען א שבח. דער מחבר איז ממשיך אז אין די צייטן וואס דער רבי האט געכאפט די חיצים ובליסטראות פון די אידישע צייטונגען, "בימים ההם רוב הרבנים ואדמורים נתפטמו מקריאת העיתונים הללו, ולכן נשתבש דעתם בשנאה נגד רבינו." אבער שפעטער ווען זיי האבן קענענגעלערנט דעם רבי'ן, "כולם השכימו לפתחו של רבינו לדרוש את ה' וכפפו קומתם לפניו בהכנעה". אפילו די ציוניסטישע רבנים האבן "בסתר לבם" מעריץ געווען דעם רבי'ן, ווייל זיי האבן געוואוסט אז ער איז דער "נקודת האמת של כלל ישראל."

דער מחבר ווייסט אפילו צו דערציילן די סיבה פארוואס דער רבי האט אנגעהאלטן בכלל א קשר מיט די רבנים וואס זענען געווען גענויגט צו אגודה און ציונות. "רבינו בעומק חכמתו היה לו כונה מיוחדת שהיה בידידות עם רבנים אלה אף שידע שרוח אחרת עמהם." ער ברענגט דארט די מעשה (אן א נאמען) ווי דער באבובער רבי האט נישט געוואלט אונטערשרייבן די בחירות ווייל ער האט נישט געוואלט מצער זיין זיין ידיד, דעם סאטמאר רב. "וכן היו עוד כמה וכמה ענינים שרבנים נמנעו מלעשות נגד דעת יראי ה' ושיטת הקנאים, כי מורא יעלה על ראשם שלא יפגמו בזה את ידידותו של רבינו ז"ל."

קאמענטארן זענען איבריג.
האדם לא נברא אלא להתענג
ווייט פיש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 12:37 am
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך ווייט פיש »

יאיר נישט לאנג צוריק האט ליבאוויטש ארויסגעגעבן איבער זייער לעצטע רבי בנוגע די פארבינד וואס אנדערע האבען געהאט צו אים און ווי כאילו גאנץ כלל ישראל האט געזאגט און געהאלטען אז ממש ער איז דאס שטארקסטער רועה
א שאד אז @יאיר האט זיך נישט גענימען איבער יענס, (מעגליך ס'איז א לייק חשבון)

אז מען רעדט שוין יא די בליק פון גדולים איז א שאד דעס צו פארפאסען, א בליק פון א ליטוואק
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

שליחה דורך I'm back »

ווייט פיש האט געשריבן:יאיר נישט לאנג צוריק האט ליבאוויטש ארויסגעגעבן איבער זייער לעצטע רבי בנוגע די פארבינד וואס אנדערע האבען געהאט צו אים און ווי כאילו גאנץ כלל ישראל האט געזאגט און געהאלטען אז ממש ער איז דאס שטארקסטער רועה
א שאד אז @יאיר האט זיך נישט גענימען איבער יענס, (מעגליך ס'איז א לייק חשבון)


אז מען רעדט שוין יא די בליק פון גדולים איז א שאד דעס צו פארפאסען, א בליק פון א ליטוואק


אפגעפרעגט ד אשכול
.
באניצער אוואטאר
הירשל ציג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:41 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 112 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך הירשל ציג »

ווייט פיש האט געשריבן:יאיר נישט לאנג צוריק האט ליבאוויטש ארויסגעגעבן איבער זייער לעצטע רבי בנוגע די פארבינד וואס אנדערע האבען געהאט צו אים און ווי כאילו גאנץ כלל ישראל האט געזאגט און געהאלטען אז ממש ער איז דאס שטארקסטער רועה
א שאד אז @יאיר האט זיך נישט גענימען איבער יענס, (מעגליך ס'איז א לייק חשבון)

אז מען רעדט שוין יא די בליק פון גדולים איז א שאד דעס צו פארפאסען, א בליק פון א ליטוואק


די חילוק איז נאר אז מיין פאסטוך האט עס געטוהן מיט גוטענס, נישט מיט טעראר....
באזוכט מיין בלאג
hirsheltzig.com
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

ווייט פיש האט געשריבן:
אז מען רעדט שוין יא די בליק פון גדולים איז א שאד דעס צו פארפאסען, א בליק פון א ליטוואק

נו נו, ער לייגט אראפ א גוטע פערפארמענס, דער ליטוואק,

יאיר פארגעס פון 'די שיטה' א מינוט, האבן די גדולים סיי די חסידישע און סיי די ליטווישע דען נישט געהאלטן פון אים וועלטן, מער ווי פון אנדערע?
איך פרעג עס אלס שאלה, אדרבה איך בין גרייט צו הערן אויב דו האלסט אנדערש, גיב משלים, לשונות וואס מען האט זיך אויסגעדרוקט אויף אנדערע אדמורים מיט אזעלכע גרויסע לשונות וואס מען האט זיך אויסגעדרוקט אויפן סאטמאר רב, בריוו הספדים וכו',
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

True, it was a litvish style hesped that isnt really prefered by chasidim.
ווייט פיש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 12:37 am
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך ווייט פיש »

I'm back האט געשריבן:
ווייט פיש האט געשריבן:יאיר נישט לאנג צוריק האט ליבאוויטש ארויסגעגעבן איבער זייער לעצטע רבי בנוגע די פארבינד וואס אנדערע האבען געהאט צו אים און ווי כאילו גאנץ כלל ישראל האט געזאגט און געהאלטען אז ממש ער איז דאס שטארקסטער רועה
א שאד אז @יאיר האט זיך נישט גענימען איבער יענס, (מעגליך ס'איז א לייק חשבון)


אז מען רעדט שוין יא די בליק פון גדולים איז א שאד דעס צו פארפאסען, א בליק פון א ליטוואק


אפגעפרעגט ד אשכול

בכלל נישט איים בעק / איך אויך /קאווע טרינקער אלע וואס זיכען אלץ נאר דאס צו הערן קענען ווייטער דאס הערן
איך האב נאר געפרעגט א סימפעל שאלה פון @יאיר

הירשל ציג האט געשריבן:
ווייט פיש האט געשריבן:יאיר נישט לאנג צוריק האט ליבאוויטש ארויסגעגעבן איבער זייער לעצטע רבי בנוגע די פארבינד וואס אנדערע האבען געהאט צו אים און ווי כאילו גאנץ כלל ישראל האט געזאגט און געהאלטען אז ממש ער איז דאס שטארקסטער רועה
א שאד אז @יאיר האט זיך נישט גענימען איבער יענס, (מעגליך ס'איז א לייק חשבון)

אז מען רעדט שוין יא די בליק פון גדולים איז א שאד דעס צו פארפאסען, א בליק פון א ליטוואק


די חילוק איז נאר אז מיין פאסטוך האט עס געטוהן מיט גוטענס, נישט מיט טעראר....

איך האב דא בכלל נישט געוואלט קאמפערן דיין פאסטוך צום סאטמאר רב,

(גראדע אז די דערמאנסט שוין יא איבער טעראר איז אינטערסאנט איבערצוגעבן איין פאל צווישען פילע ענליכע אזעלכע פעלער, וואס דארט בין איך דערביי געווען, דאס איז געווען אין א געוויסע זמן ווען פון ליבאוויטש האט מען פשוטו כמשמעו 'געפאנגען' נשמות פון סאטמאר זיי האבן געזיכט צו כאפען נשמות קיין ליבאוויטש, איז דעמאלטס געווען א פאל ביי איינע פון מיינע באקאנטע ווי א גוט בחורל איז דארט פארכאפט געווארן אין די חבורה וואס האט געשלעפט נשמות אהין, און די עלטערן זענען גאר שטארק צוקלאפט געווארען עד כדי אז איינע פון די עלטערן האבן געדארפט ליגן אין בעט פאר א שטיק צייט פון שוואכקייט, און דער בחורל מורא האבענדיג אז ער טוט נישט ריכטיג מיט דעם וואס ער איז מצער זיינע עלטערן מיטן טוישען זיין לבוש און זיך גרייטענדיג צו חתונה האבען מיט א ווילד פרעמד מיידל וואס האט בכלל נישט געפאסט צו דעם סארט נפש, איז דער בחור אריין בכבודו ובעצמו פרעגן די רבין מ'ליבאוויטש צו ער טוט ריכטיג מיטן זיך שלאגען מיט זיינע עלטערן
און שוין די תשובה פעלט שוין נישט אויס דא צו זאגען הויעך אינדרויסען פון צימעס, =אבער נישט פארגעסן די פאסטוך האט נישט געהאנדעלט מיט טעראר=)
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

tongue in cheek

שליחה דורך ישראל קאפקע »

diff האט געשריבן:True, it was a litvish style hesped that isnt really prefered by chasidim.

    Why diff, why do you say it isn't preferred by chasidim? It's a beautiful hesped,
    diff
    וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
    וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
    הודעות: 1717
    זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
    האט שוין געלייקט: 185 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

    שליחה דורך diff »

    Meant, Chassidim don't prefer hespadim. So you cannot compare.
    באניצער אוואטאר
    יאיר
    שריפטשטעלער
    שריפטשטעלער
    הודעות: 4765
    זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
    האט שוין געלייקט: 6187 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

    שליחה דורך יאיר »

    איך זע אז דער עולם האט אינגאנצן נישט פארשטאנען די כונה פון דעם אשכול. עס איז נישט קיין חידוש ביי מיר אז דער סאטמארער איד - פונקט ווי יעדער אנדערער חסיד - האלט אז זיין רבי איז דער הייליגסטער און דער גרעסטער און אלע רביס האבן אפילו אליין מודה געווען אז זיי זענען כקליפת השום כנגדו. דער חידוש איז די מעשיות וואס זיי ברענגען צו אונטערשטיצן זייער שטעלונג. מיר פערזענליך אינטערעסירט גאנץ ווייניג וואס רב שך אדער רב רודערמאן האט יא אדער נישט געזאגט אויפ'ן סאטמאר רבי'ן, וואס מיר אינטערעסירט איז, וואספארא פערסאנאליטי דער סאטמארער רבי האט פארמאגט. און לויט ווי די מעשיות וואס זיינע אייגענע חסידים ברענגען, באקומט ער גאר א שלעכטע בליק. יעדער נארמאלער מענטש פארשטייט אז אויב דער סאטמאר רב האט אנגעשריגן אנדערע רבנים, אדער אז ער האט באטיטלט יעדן וואס האט געהאלטן אנדערש ווי אים אלס איינער וואס רעדט כפירה, דאן איז ער מסתמא געווען א גרויסער בעל גאוה און אוממענטש. אבער די סאטמארע אידן שטאלצירן דערמיט. אדרבה, במקום בוליאתו שם אתה מוצא גדולתו. וואס בעסער און שארפער דער רבי האט יענעם אריינגעזאגט, אלס גרעסער ווערט ער אין זייערע אויגן.
    שלמה יעקב געלבמאן פארשטייט נישט אז אויב דער באבובער רב האט נישט געוואלט אונטערשרייבן אויף די בחירות ווייל ער וויל נישט מצער זיין דעם סאטמארער רבי'ן, דאן מיינט דאס אז ער איז געווען א לב טוב מיט א ווייך הארץ, וועלכער האט זיך נישט געפאטשט אין בויך אני ואפסי עוד. ער כאפט נישט אז אויב די איינציגע סיבה פארוואס דער סאטמארער רבי האט אנגעהאלטן ידידות מיט אנדערע רבנים איז געווען כדי זיי צו חנפ'ענען זיי זאלן מיטשטימען מיט אים, דאן איז ער געווען א נידריגער מאניפולירער. ער כאפט נישט אז אויב אנדערע רבנים האבן געהאט דרך ארץ פאר אים און אים אפגעגעבן דעם גרעסטן רעספעקט, כאטש ער האט זיי צומאל באהאנדלט אוממענטשליך, דאן איז דאס ווייל זיי זענען נישט געווען אזוי אימפולסיוו ווי אים, און האבן זיך געקענט האלטן זייער אייגענעם כבוד און דעם כבוד פון אנדערע מענטשן אפילו ווען יענער האט זיי נישט שיין באהאנדלט.
    גראדע האלט איך נישט אז דער סאטמארער רבי איז געווען א מושחת במידות, איך האלט אז ער האט פשוט געהאט עטליכע חסרונות וואס זענען ארויסגעקומען אויף גאר א בולט'ע פארנעם ביי אים און זיינע מענטשן. דער חידוש איז אז זיינע חסידים שטאלצירן מיט זייער רבי'נס חסרונות.
    האדם לא נברא אלא להתענג
    diff
    וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
    וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
    הודעות: 1717
    זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
    האט שוין געלייקט: 185 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

    שליחה דורך diff »

    White fish, are you speaking to yourself. either you say or don't begin
    רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום diff, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
    באניצער אוואטאר
    ישראל קאפקע
    חבר ותיק
    חבר ותיק
    הודעות: 2181
    זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
    געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
    האט שוין געלייקט: 1284 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

    שליחה דורך ישראל קאפקע »

    @יאיר,
    פיין, דאן איז די קעפל פארפירעריש.
    באניצער אוואטאר
    יאיר
    שריפטשטעלער
    שריפטשטעלער
    הודעות: 4765
    זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
    האט שוין געלייקט: 6187 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

    שליחה דורך יאיר »

    ישראל קאפקע האט געשריבן:@יאיר,
    פיין, דאן איז די קעפל פארפירעריש.

    דער קעפל האט גאר א טיפער באדייט, כדרך די עמקות'דיגע מימרא וואס מען זאגט נאך פון די הייליגע תינוקת של בית רבן "מיין טאטע איז סאך שטערקער, ער קען דיך צאמשלאגן". ויש מוסיפין עוד: "ער האט א באקל פאסיק". על דרך זה קען מען דא זאגן פשט, "מיין רבי איז אסאך שטערקער, ער האט יענעם אזוי גוט אריינגעזאגט. ער האט אים אזוינס באשריגן און ארויסגעווארפן פון שטוב!" די מער איידעלע דרוקן זיך אויס "און דער רבי האט זיך צובייזערט און נישט געוואלט מער הערן וואס ער האט צו זאגן". יעצט גלייב אז מיין רבי איז דער שטערקסטער טאמער נישט ביסטו א כופר!
    האדם לא נברא אלא להתענג
    באניצער אוואטאר
    ישראל קאפקע
    חבר ותיק
    חבר ותיק
    הודעות: 2181
    זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
    געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
    האט שוין געלייקט: 1284 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

    שליחה דורך ישראל קאפקע »

    יאיר האט געשריבן:
    ישראל קאפקע האט געשריבן:@יאיר,
    פיין, דאן איז די קעפל פארפירעריש.

    דער קעפל האט גאר א טיפער באדייט, כדרך די עמקות'דיגע מימרא וואס מען זאגט נאך פון די הייליגע תינוקת של בית רבן "מיין טאטע איז סאך שטערקער, ער קען דיך צאמשלאגן". ויש מוסיפין עוד: "ער האט א באקל פאסיק". על דרך זה קען מען דא זאגן פשט, "מיין רבי איז אסאך שטערקער, ער האט יענעם אזוי גוט אריינגעזאגט. ער האט אים אזוינס באשריגן און ארויסגעווארפן פון שטוב!" די מער איידעלע דרוקן זיך אויס "און דער רבי האט זיך צובייזערט און נישט געוואלט מער הערן וואס ער האט צו זאגן". יעצט גלייב אז מיין רבי איז דער שטערקסטער טאמער נישט ביסטו א כופר!

    :lol: :lol:
    דאך פארפירעריש, מיסלידינג בלע'ז,
    סאיז נישט קיין פסוק אויף וואס מען קען מאכן א שיינער תורה, א ווארט, א 'כאפ', עס דארף 'פירן' צו די אינהאלט פונעם ארטיקל, בפשטות!
    אויב נישט איז עס ''פארפירעריש' (Mis'leading') :P ;) :roll:

    'ער האט א באקל פאסיק', נוסח אחר 'א בליטעדיגע פאסיק' :lol:
    באניצער אוואטאר
    יאיר
    שריפטשטעלער
    שריפטשטעלער
    הודעות: 4765
    זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
    האט שוין געלייקט: 6187 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

    שליחה דורך יאיר »

    איך בין געווען אין א דברי יואל גיסטע ווען כ'האב געמאכט דעם קעפל :)
    האדם לא נברא אלא להתענג
    באניצער אוואטאר
    טאמבל סאס
    שריפטשטעלער
    שריפטשטעלער
    הודעות: 4290
    זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
    געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
    האט שוין געלייקט: 6640 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

    שליחה דורך טאמבל סאס »

    די שטארקע חסידים וועלכע זענען ביזי שטענדיג בלאזן פראפאגאנדע און גרויס מאכן זייערע רעבעס האבן אלעמאל שוועריגקייטן צו קענען דזשאגלען און וועגן צווישן דעם רעבינ'ס פירערשאפט כח און עזות דקדושה און פונדעסטוועגן דאך/מצד שני זיין גרויסע עניוות און איידלקייט. ס'איז נעבעך א רחמנות אז די מיליאנע ספרים פון דרעשן און דרעשן איבער עמיצער וואס ליגט שוין לאנג אין די קרקע, ברענגט אים גארנישט. געבליבן דער זעלבער פעטער אלטער אנטיק אייקאן וואס מ'שלעפט אמאל ארויס אויף א רעבישע חתונה ער זאל זאגן אביסל חרוזים. פאר די פינף מינוט בשעת תיקון נאך שחרית, איז ער נאך ווערט א האלבע אויער.
    דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
    פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
    diff
    וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
    וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
    הודעות: 1717
    זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
    האט שוין געלייקט: 185 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

    שליחה דורך diff »

    Rest assured that on you nobody will even care to say a word
    באניצער אוואטאר
    outspoken
    וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
    וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
    הודעות: 1227
    זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
    האט שוין געלייקט: 269 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

    שליחה דורך outspoken »

    ווייט פיש האט געשריבן:יאיר נישט לאנג צוריק האט ליבאוויטש ארויסגעגעבן איבער זייער לעצטע רבי בנוגע די פארבינד וואס אנדערע האבען געהאט צו אים און ווי כאילו גאנץ כלל ישראל האט געזאגט און געהאלטען אז ממש ער איז דאס שטארקסטער רועה
    א שאד אז @יאיר האט זיך נישט גענימען איבער יענס, (מעגליך ס'איז א לייק חשבון)

    אז מען רעדט שוין יא די בליק פון גדולים איז א שאד דעס צו פארפאסען, א בליק פון א ליטוואק

    מיינסט די בוך שמן ששון מחיברך ?

    שמן ששון מחבריך הוא סידרה בת ארבעה כרכים של אנציקלופדיה על קשריו של הרבי עם מאות גדולי הרבנים בדורנו ובדור הקודם. נערך ונכתב על ידי הרב שלום דובער וולפא.

    במשך שנות נשיאותו של הרבי נפגשו עימו אדמו"רים ורבנים מהרבה חוגים ורבים נוספים עמדו עימו בקשרי מכתבים. הסדרה סוקרת בקצרה את הביוגרפיה של הדמויות ואת מסכת הקשרים שהיו להם עם הרבי. הספר כולל תצלומים ומסמכים נדירים.

    בין גדולי ישראל ניתן למצוא על הקשרים עם הרבי של: אדמו"רי גור לדורותיהם, האדמו"ר מסטמאר, הבאבא סאלי, שושלת רבני בריסק לדורותיהם, שושלת רבני חתם סופר, הרב עובדיה יוסף, הרב מאיר מזוז, המקובל הרב כדורי, הרב מרדכי אליהו, הרב נריה ועוד.

    בה' בטבת תש"ע הוציא הרב וולפא את הכרך הרביעי בסדרה ובו חושף כי בקרוב יצא כרך חמישי ובו מילואים לגדולי ישראל אשר לא נכנסו בכרכים קודמים

    אינטערסאנט דארט לייגט ער אראפ אז די 'רבי' איז געווען מער קנאי ווי האדמו"ר מסטמאר.
    פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
    ווייט פיש
    ידיד השטיבל
    ידיד השטיבל
    הודעות: 164
    זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 12:37 am
    האט שוין געלייקט: 23 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

    שליחה דורך ווייט פיש »

    ער איז דאך געווען נשיא הדור וואסי שייך צו פרעגן קשיות, לויט ווי זיי באשרייבען אים האבן דאך אלע וועלטס לענדער און אירע פרעזידענטן געציטערט פאר די ווארט פון די נשיא הדור.

    @יאיר איך כאפ נישט גענוי פ''וו פונקט דער בוך באט דיר געמאכט אזוי שפרינגען
    קען זיין די ביסט נישט סובל וואס גדולי ישראל האבן געזאגט אויף סאטמאר רבי? (שווער צו גלייבן, גדו''י שפילט ביי דיר קיין ראלע)
    באניצער אוואטאר
    outspoken
    וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
    וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
    הודעות: 1227
    זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
    האט שוין געלייקט: 269 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

    גרויל

    שליחה דורך outspoken »

    ווייט פיש האט געשריבן:
    @יאיר איך כאפ נישט גענוי פ''וו פונקט דער בוך באט דיר געמאכט אזוי שפרינגען
    קען זיין די ביסט נישט סובל וואס גדולי ישראל האבן געזאגט אויף סאטמאר רבי? (שווער צו גלייבן, גדו''י שפילט ביי דיר קיין ראלע)


    in my humble opinion גרויל In one word the book is a.
    פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
    באניצער אוואטאר
    שמעקעדיג
    שריפטשטעלער
    שריפטשטעלער
    הודעות: 16680
    זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
    האט שוין געלייקט: 18071 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

    שליחה דורך שמעקעדיג »

    יאיר, אלס א סאטמארער פארגין איך דיר נישט קיין לייק, אבער האסט ריכטיג געשריבן, און איך מוז דערביי אויסדרוקן מיין פארדרוס אין דעם ענין, איך פארנעם עס אויך נישט, שוין יארן וואס עס מאכט מיר נערוועז, און דאס איז אייניג ביי (כמעט) אלע רבי'ס/חסידים, איינער מער איינער ווייניגער, אבער הצד השווה שבהם אז אלע גייען אויף דעם ריכטונג.

    א רבי איז מענטש, יא, בלויז א מענטש צווישן אנדערע מענטשן, מיט מדות (גוטע און שלעכטע), און פילינגס (הויכע און נידריגע), און יעדער נארמאלער מענטש פארשטייט דאס. אבער די חסידים קענען נישט פארנעמען אזוינס, דער רבי דארף צו זיין אן אפגאט, אזא גדולים צדיקים יותר ממלאכי השרת טיפ! ממילא ווען דער רבי פירט זיך אויף ווי א ב*טש איז עס פשוט "גאווה דקדושה", ווען ער פליקט אריין א צווייטן איז עס פשוט "קנאות", ווען יענער פליקט אים צוריק און פארשעמט דעם רבי'ן עד לעפר איז עס נאר "חצים ובליסטראות פון די רשעים", ווען דער רבי גייט אריין אין א שרעקליכן כעס איז עס "ריתחא דאורייתא", ווען ער איז אין א גוטע מוד און מאכט ווערטלעך איז עס "בנועם דבריו", "תחת אחד השיחים", ווען ער שרייעט קולות דאן איז עס "דברים חוצבים להבות אש מנהמת לבו הטהור", ווען ער זאגט סיי וועלכע אויסדרוק איז עס "דברות קודש", טאמער שמועסט ער שטיל מיט אן אנדער רבי'ן איז עס פלוצים "בסוד שיח שרפי קודש", ווען ער האט מער נישט קיין געדולד און האלט ביי גארנישט איז עס בלויז "מוחין דקטנות", א מחלוקת ביי אים איז שטענדיג א "מחלוקת לשם שמים" (וואס דען), ווען מען כאפט אים גאר ביי גראבע עבירות איז עס אן "עבירה לשמה", אדער זאגט מען "אויף א רבי'ן פרעגט מען נישט קיין קשיות", ווען עס כאפט אים אן דער רוח איז עס "רוח הקודש", וכהנה וכהנה, די ליסטע איז נאך א לאנגע.. ([tag]קאווע טרינקער[/tag], ביטע העלף צו מיט די איבריגע....)

    פרעג איך אייך, איז דאס נישט צודרייט? חסידים, וועקט אייך אויף! סטאפט מיט די נאנ-סענס!
    וירח ה' את ריח הניחוח
    באניצער אוואטאר
    יין שרף
    חבר ותיק
    חבר ותיק
    הודעות: 2570
    זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
    געפינט זיך: ביים שוויגער...
    האט שוין געלייקט: 4803 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

    שליחה דורך יין שרף »

    אלץ ציוני פארגין איך יעדעם א לייק, אפילו פאר א סאטמארע...
    כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

    מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
    ווייט פיש
    ידיד השטיבל
    ידיד השטיבל
    הודעות: 164
    זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 12:37 am
    האט שוין געלייקט: 23 מאל
    האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

    שליחה דורך ווייט פיש »

    שמעקעדיג אז די ביסט יא א סאטמארער נו אדרבה אפשר לערנסטו אפ פשט דארט אינעם בוך אין די מעשה מיטן פארטוישען א מחלה פון א רב מיט אן אלטען ערל. עס איז ערגעץ אין די ערשטע באשרייבונג פון איינע פון די גדולי ישראל וואס האבן שייכות געהאט מיטן סאטמאר רב

    אפשר קען מיר מע''כ מסביר זיין פשט אין די מעשה
    פארשפארט