smartinof האט געשריבן: ער קוקט מיר צו זיין א שנה ראשונה יונגערמאן, לויפט נאך סאפער צום שוויגער, גייט ארום שנארען די באבע טיפס, ער האט שוין לכאורה געטוהן עפעס זאכליך, געמאכט ווירידיען, און פאדרייט דעם קאפ פון יעדן עובר ושב, וואס מאכסטו מיט'ן צונג פארן וויסען די פאקטען, יא עס זענען פארהאנען מענטשען, וואס טוען כל מה שביכולתם לעשות און דעקן זיך נישט, איך פארשטיי נישט דעם עגאיסטישען מהלך פון ווייזען דעם באשולדיגונגס פינגער פאר דעם עני, אלס נאר ווייל דיר גייט גוט
די קענסט מיר נישט אין די מטכסט הנחות. איך קיינמאל נישט געזאגט אז דער עני איז שילדיג פאר נישט האבן געלט, מזוני איז במזלא, אבער ער האט זיך אליינס אריינגעלייגט אין די מצב פין האבן צוועלעף קינדער, אין אמת יעצט האט ער זיי שוין אין וואס קען ער טוהן, די רחמנות איז טאקע זייער גרויס אבער דאס צישטעלען צי איינער וואס האט נישט קיין קינדער אין ער קען זיך נישט אליינעס העלפען איז נישט ריכטיג.
אפשר גיבסטו אונז דיין מאטעמאטישע חשבון, וויאזוי ביזט אנגעקומען צו דער מסכנה.
smartinof האט געשריבן:דאס נערישע טענה אז ער האט נישט געדארפט האבען אזויפיל קינדער, וואס מען האט שוין כמה פעמין דא און שטיבעל דן געווען די אומאויסגעהאלטענקייט פון אפהאלטען
אזוי! וואו האט מען דאס דן געווען???
.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל

איך זעה נישט וואס די פארשטייסט נישט, האבען אסאך קינדער מיט עניות איז נישט געבינדען, א עני וואס און צוגאב פון זיין עניות מאכט דאס דער עניות, נאך שווערער, איז דאס נישט קיין שכל'דיגער טענה צו מחליט זיין אז עניות איז ווייניגער צער ווי ערירות, מען איז דן אויף דער עצם צער, ופשוט, אבער כבר הוכחתי, אז אפילו נניח אז ער האט זיך דאס געברענגט מאכט עס נאך נישט קלענער אדער גרעסער די ווייטאג און דא האט מען שוין געשמועסט פון דעם
אפשר די וואס דארפסט לויפען צום שאנק צו וויסען וואס צו פילען איז עס אזוי, אבער ביי מענטשעליכע געפילען, איז אז די צער איז גרעסער, מיינט אז יענעמס ווייטאג איז גרעסער, און אז יענעמס ווייטאג איז גרעסער, איז ווען איך שפיר יענעמס צער שפיר איך עס אויך גרעסער, אבער כמיין אז מען איז דן דא אויף דער עצם צער
סמארטינאף, איך האלט אויך אז ס'טוישט נישט די צער אויב ער איז יא שולדיג אדער נישט. דו האסט אבער געזאגט צוויי סטעיטמענטס וואס זענען מעורר תמיהה.
1) מער קינדער קאסט מער געלט, וממילא אויב האט ער געברענגט 12 קינדער אויפן וועלט אן א חשבון פון וואו ער וועט זיי מפרנס זיין, האט ער געברענגט עניות אויף זיך. מיר האבן שוין ערגעץ אין ק"ש אראפ געברענגט דעם ערוך השולחן וואס זאגט אז איינער וואס האט מקיים געווען פו"ר, דארף א היתר צו מעגן האבן נאך קינדער, אויב ער האט נישט קיין פרנסה פאר זיי.
2) מען האט אויף עטליכע ערטער מברר געווען דא אין ק"ש אז מניעת הריון איז א נושא פשוטה מאוד מאוד! עס איז קלאר אז מען מעג טון פעמעלי פלענינג! איז וואס פארדרייסטו א קאפ וועגן "אומאויסגעהאלטן"?
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
אויב מאראליש, איז קלאר אז ברענגען קינדער אן קיין שום חשבון איז א פשיעה. הלכה'דיג, האט מען דאך שוין געשמיעסט אז עס איז נישט דא קיין חיוב נאר אפשר גאר אן עוולה. ווייטער וועלכע צער איז בעצם גרעסע,ר איז נישט שייך צי מעסטען יעדער איינער ווען עפס קוועטשט אים גאר גאר שטארק איז ער משוכנע אז עס איז די ערגסטע ווייטאג וואס קען נאר זיין, לגבי וואס מען האט געזאגט אז מען דארף זיי העלפען פונקט אין אפשר מער ווי די קינדערלאזע, אויף דעם האב איך געזאגט אז איינער וואס שנייט זיך אליינס די הענט איז א רחמנות אבער די רחמנות איז גרעסער אויף איינעם וואס מען האט אפגעהאקט זיין הענט בניגוד לרצונו.
א הא גופא קען מען דן זיין אויב אוממראלישקייט כדי זיך צו האלטען צו די מאראל, איז לעגעטים, כמדומה אז מען האט דאס שוין אמאל לועס געווען דא וכבר אמרתי לעיל שהדיון פה הוא בעיצומו של הצער מה גדול ממה, ואם יוכיח על גדלות האחד הרחמנות נופל על זה יותר מהשני ועי"ש