ספר אביר הרועים: מיין פאסטוך איז אסאך שטערקער

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6659 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8389 מאל

ספר אביר הרועים: מיין פאסטוך איז אסאך שטערקער

שליחה דורך יאיר »

א נייער ספר איז ארויסגעקומען אויף סאטמארער רבי זי"ע לכבוד זיין בעפארשטייענדע יארצייט: אביר הרועים. דער ספר איז, כשמו כן הוא, א ריזיגער ליקוט פון סיפורים מיט סאטמארער רבי'ן און אנדערע "רבנים ואדמו"רים", אויפצואווייזן אז דער סאטמארער רבי איז געווען דער שטערקסטער צווישן אלע פאסטוכער. דער ספר ווערט ארויסגעגעבן דורך ר' שלמה יעקב געלבמאן, וועלכער איז שוין כנראה נמאס געווארן פון די מושיען של ישראל בענדער אויף וואס ער אליין געדענקט שוין נישט וועלכע באנד ער האלט שוין.

אגב, די חסידישע ספרי תולדות האבן א געוואלדיגע מעלה, אז זיי שרייבן אראפ יעדע שטות פון זייערע רבי'ס, ווייל אין יעדע זאך זעען זיי סודות און גבורות, און זיי כאפן נישט אז גאר אסאך פון וואס זיי שרייבן, כאטש ביי א חסיד איז דאס הייליג און טייער, איז ביי א נייטראלער מענטש נאריש אדער אפילו גאר א חסרון. א גוטער ביישפיל איז דער ספר מבית אבותי ורבותי וואס @אבטולמוס האט לעצטנס באשריבן.

איך האב אריינגעקוקט אין דעם אביר הרועים, און דורכגעליינט די הקדמה. איך וויל מעתיק זיין געוויסע פרטים פון די הקדמה וואס גיבן א בליק אויף סאטמארער רבי און אויף דער וועלטבליק פון זיינע חסידים. דער מחבר שרייבט, פארשטייט זיך, ווי אלע גדולים מקטנם ועד גדלם האבן זיך ממש געביקט פאר דעם רבי'ן. ווען דער סאטמארער רבי איז נאר אנגעקומען ערגעץ, זענען אלע גדולים ארום דעם פלאץ געקומען צולויפן און הערן וואס דער רבי האט צו זאגן. נאכמער, ברענגט ער ארויס, דער חידוש איז געווען אז כאטש וואס ווען סאטמארער רבי האט זיך גע'טענה'ט מיט אנדערע גדולים פלעגט ער שרייען אויף זיי מיט קולות, פונדעסטוועגן האבן אים אלע מכבד געווען און ארויסגעוויזן א הערצה.

אמאל האט סאטמארער רבי באזוכט ביי "אחד האדמור"ים" אין חול המועד. אינמיטן האט דער "אחד האדמורי"ם" ר"ל אנגעהויבן רעדן "דברי ציונות בדברי הבל ורעות רוח" (נו פארשטייט זיך אז ס'איז ציונות אודאי איז עס דברי הבל). דער רבי "בלשון קדשו" האט זיך אנגערופן "איך בין נישט סובל דברי מינות." יענער האט פרובירט ווייטער רעדן, האט ער געגעבן א זאג א גוטן מועד און איז ארויסגעלאפן. אין קאר האט דער רבי ווי עס זעט אויס חרטה געהאט פאר'ן זיך אויפפירן ווי אן אוממענטש. האט ער געזאגט "באמת האב איך נישט געדארפט אזוי ווייט מוחה זיין, נאר איך האב זיך נישט געקענט איינהאלטן ווייל ער האט גערעדט ממש דברי מינות וואס מען טאר נישט הערן."

נאך עטליכע טעג האט דער רבי באשלאסן צוריקצוגיין צו יענעם אדמו"ר, "מפני שלא נפרד ממנו כראוי". ויהי לפלא. ווי פלעגט נאר דער רבי זאגן, שאני מינות דמשכי.

אונטער דעם קעפל "מערכות אלקים חיים" שרייבט דער מחבר אז ווען דער רבי האט זיך געטראפן מיט "רבנים ואדמור"ים" וואס האבן באלאנגט צו אגודה, פלעגט דער רבי פרובירן מסביר זיין מיט שיינעם "בדרכי נועם" זיין הייליגן "דעת קדשו, להעמידם על קוטב האמת, ועל פי רוב השפיע רבינו בנועם שיח". דער רבי האט זיך ממש אראפגעלאזט צו די אלע רבנים ואדמורי"ם, אויף זייער לעוועל, "ומן ההר אל העם ירד להסבירם בטוב טעם ודעת להבינם את חומר הדבר עד היכן הדברים מגיעין" (זעסט, אז מ'גייט מיט שיינעם ארבעט עס).

אבער עס זענען ליידער געווען אזעלכע "שנשפעו מאויר הרחוב", און דער "אש הציונות בערה בקרבם". די רבנים האבן במזיד פרובירט צוריקצוענטפערן דעם רבי'ן "ולדבר במכוון דברי ציונות בפניו הקדוש לקנטרו בדברים". נו, אז דער רבי האט געזען אז עס גייט נישט מיט גוטנס האט ער פרובירט מיט בייזנס "וכדרכו של רבינו אש לפניו תלך ללחום מלחמת ה', להגן על כבוד שמים שלא יתחלל, ולא נשא פני איש."

אונטער'ן קעפל "פה להם ולא ידברו" שרייבט דער מחבר אז אלע רבנים און אדמורים וואס ווערן דערמאנט אין דעם ספר זענען געזעצן פאר'ן רבי'ן "ביראה וברעדה". "מעשה ברב אחד שהיה לו לשון מדברת גדולות ובכל עת ובכל מקום השמיע את דעתו אף שלא נשאל עליו, ולא התחשב עם אף אחד" (דערמאנט אייך פון איינעם?). בקיצור, ווען דער גרויסער מוילמאכער איז געקומען צום רבי'ן, האט אים אנגעכאפט אזא פחד, "ונשתתק וכאילם לא יפתח פיו." אפילו דער גרויסער צולייגער האט איינגעפאקט פאר דעם נאך גרעסערן אריינזאגער.

אונטער'ן קעפל "שבחן של רועי ישראל" ווערט געברענגט א תורה פון דברי יואל אז דער "עוד מעט וסקלוני" וואס אידן האבן געזאגט אויף משה רבינו איז אויך געווען א שבח. דער מחבר איז ממשיך אז אין די צייטן וואס דער רבי האט געכאפט די חיצים ובליסטראות פון די אידישע צייטונגען, "בימים ההם רוב הרבנים ואדמורים נתפטמו מקריאת העיתונים הללו, ולכן נשתבש דעתם בשנאה נגד רבינו." אבער שפעטער ווען זיי האבן קענענגעלערנט דעם רבי'ן, "כולם השכימו לפתחו של רבינו לדרוש את ה' וכפפו קומתם לפניו בהכנעה". אפילו די ציוניסטישע רבנים האבן "בסתר לבם" מעריץ געווען דעם רבי'ן, ווייל זיי האבן געוואוסט אז ער איז דער "נקודת האמת של כלל ישראל."

דער מחבר ווייסט אפילו צו דערציילן די סיבה פארוואס דער רבי האט אנגעהאלטן בכלל א קשר מיט די רבנים וואס זענען געווען גענויגט צו אגודה און ציונות. "רבינו בעומק חכמתו היה לו כונה מיוחדת שהיה בידידות עם רבנים אלה אף שידע שרוח אחרת עמהם." ער ברענגט דארט די מעשה (אן א נאמען) ווי דער באבובער רבי האט נישט געוואלט אונטערשרייבן די בחירות ווייל ער האט נישט געוואלט מצער זיין זיין ידיד, דעם סאטמאר רב. "וכן היו עוד כמה וכמה ענינים שרבנים נמנעו מלעשות נגד דעת יראי ה' ושיטת הקנאים, כי מורא יעלה על ראשם שלא יפגמו בזה את ידידותו של רבינו ז"ל."

קאמענטארן זענען איבריג.
האדם לא נברא אלא להתענג

דער אשכול פארמאגט 36 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר