די אימגעלונגענע געשיכטעס פון תהלים כולל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

ווי יעדער בר דעת ווייסט זענען די געשיכטעס פון תהלים-כולל ושאר מרעין בישין אויסגעזויגן פון פינגער און א ליצנות געמאכט פונעם מענטשהייט. וואך איין וואך אויס — אן קיין וואך וואס זאל פונקט נישט פאסירן מופתים — פארקויפן זיי פאר'ן ציבור פריש געבאקענע לאקשן פרי עמלם פון ערשט-קלאסיגע נאוואל שרייבער. דער פראבלעם איז אז אין דער דעמאקראטישער וועלט איז דא א געזעץ אז מען איז innocent until proven guilty און ס'איז שווער צו ברענגען קראנטע ראיות און זיי אפפרעגן אז די מעשיות זענען נישט געשטויגן און נישט געפלויגן. תהלים-כולל איז נישט קיין יחיד, און די מענטשהייט-ליצנות-גליונות מערן זיך ווי שוועמען נאך א רעגן און insult'ן די intelligence פון דאס יהדות החרדית.

די וואך, אבער, איז ארויסגעקומען די ריכטיגע פרצוף פון די אלע שטותים-והבלים-גליונות אונטערן שלייער פון ניסים און מופתים. לייענדיג דעם "גליון אור החיים" וואס ווערט ארויסגעגעבן דורכ'ן "מפעל אור החיים", האב איך מיך געריבן די אויגן נישט גלייבענדיג וואס פארא שוואכע בעקער די חברה פארמאגן. כ'האב איבערגעליינט די געשיכטע עטליכע מאל קלערענדיג אז ס'מוז זיין אז איך בין דער פראבלעם דא און עפעס איז נישט אין ארגענונג מיט מיין reading comprehension.

שטעלט זיך אבער ארויס אז איך בין גארנישט משוגע. הערט א מעשה.

די רעדע איז פון א איד וואס האט זיך געמוטשעט צו טרעפן א דירה אין בארא פארק און האט זיך אונטערגענומען צו לערנען אור החיים הק' פאר איין חודש און אויב וועט ער טאקע טרעפן א דירה וועט ער ממשיך זיין די קביעות און אויב נישט וועט ער אפלאזן דעם קביעות.

"ס'איז פארלאפן א חודש און למעשה האב איך נישט געפונען קיין צוגעפאסטע דירה. אבער איין מאל איך האב שוין געשפירט אין דעם איינעם חודש די זיסע טעם און רוחניות'דיגע געשמאק פון דעם הייליגן ספר 'אור החיים', האב איך דאס בשום אופן נישט געקענט אפלאזן און אפרייסן פון דעם תענוג רוחני. און אונזער קביעות האלט שוין אן פאר עטליכע יאר. נאכדעם האב איך זיך אונטערגענומען אז אויב איך וועל טרעפן א דירה וועל איך מפרסם זיין די מעשה, אצינד איז אריבער ארום פינף וואכן און בס"ד האב איך געפונען אן הערליכע דירה..."


קאמאנטארן זענען איבריג.
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

און איך גראדע ווער נתפעל פון די מעשה! די אינגערמאן האט געטראפן את שאהבה נפשו, א טעם אין לערנען אוה"ח הק' און עס ממשיך געווען אפילו אן טרעפן זיין סגולה דעראין. עס איז א שטארקע גבורה פון אים.

די וועלט דערציילט א מעשה פון צוויי חסידים ואס זענען געפארן אין א באן, א פוילישער חסיד און א חבד'סקער חסיד. ביידע פארן אין מארק אריין, און כאפן א שמועס אונטער וועגנ'ס.
רופט זיך אן דער פוילישער, ווייסט וואס א בעל מופת מיין רבי איז, איך בין אמאל געווען א גרויסער גביר, פעלדער און וועלדער האבן באלאנגט צו מיר. דער רבי האט מיר געהייסן אלעס פארקויפן, און איהם אריין ברענגען די געלט, בשכר זאת ועט ער מיט-טיילן ביי מיינע שמחות און טאנצן מצוה טאנץ, אזוי האב איך געטוהן, און ברוך השם, איך האב מיך צוריק אוועק געשטעלט ווי פריער, און נאך אסאך מער.
רופט זיך אן דער חבד'סקער, מיין רבי איז נאך אסאך גרעסער, איך בין אויך געווען א גביר, א וועלט פון פארמעגן האב איך געהאט, דער רבי האט מיר געהייסן אלעס פארקויפן, אזוי האב איך געטוהן, און איך בין געבליבן א בלוטיגער ארימאן.
"וואו איז דא דער מופת"? פרעגט דער פוילישער.
וואס פארשטייסטו נישט, ענטפערט ער איהם, דער מופת איז, אז איך בין געבליבן א חסיד! ווייל איך בין א חסיד, נישט פון א רבי וואס טאנצט מיט מיר מצוה טאנץ און גיבט מיר עשירות, נאר פון א רבי וואס שניידט אינעם זיבעטן ריפ אריין! ער פאדערט תורה מיט יראת שמים, ער לאזט נישט קיין מנוחה. ע"כ המעשה שאינו מדוקדק, וכעין זה שמעתי מיט א חסיד פון מהרי"ד מבעלזא זי"ע.

די חידוש פלא פון די מעשה איז, אז די אינגערמאן נאכן פעיל'ן זיין ערשטע מופת, האט ער נאך ווייטער געזוכט נאך א מופת אז
אפטעמיסט האט געשריבן:נאכדעם האב איך זיך אונטערגענומען אז אויב איך וועל טרעפן א דירה וועל איך מפרסם זיין די מעשה, אצינד איז אריבער ארום פינף וואכן און בס"ד האב איך געפונען אן הערליכע דירה..."

אבער אזוי ווי דו שרייבסט
אפטעמיסט האט געשריבן:קאמאנטארן זענען איבריג.
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
פארשפארט