דר. הרב הערשל מייזעלס

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
באניצער אוואטאר
שליח
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 11, 2013 11:43 am
געפינט זיך: th dimension'∞
האט שוין געלייקט: 459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 767 מאל

שליחה דורך שליח »

ס'איז דא מער ווי איין נידון איבער מילך. די מערסטע עקסטרעם איז שיטת Colin Campbell בספרו The China Study ושא"ס, אז מילך (ובפרט די באשטאנדטייל casein) איז א גורם עיקרי צו קענסער רח"ל. וכמובן יש חולקים הרבה (ולדעתי העני' האט ער אריינגעלערנט זיינע אייגענע אגענדעס אינעם כינעזער שטודיע).

בכלל איז גוט אריינצונעמען אין קאפ, אז nutrition איז נאכנישט קיין exact science (ויש לדון צו ס'קען בכלל אמאל ווערן), ס'איז רעלאטיוו זייער א נייע שדה מחקר, און ס'האלט בערך דארט וואו אסטראנאמיע האט געהאלטן בימי תלמי (איינער פון די גאר גרויסע אין דעם פעלד שרייבט די צושטעל, שוין פארגעסן ווער). ס'איז נישט קלוג זיך צו נעמען א שטעלונג אין קאנטראווערסיאלע נושאים מיט א זיכערקייט און זיך נישט אוועקרירן, בעסער איז זיך צו באזירן אויף זאכן וואס זענען אנגענומען כמעט בלי חולק, ווי אז גרינצייג (בעיקר מיט טיפע, שארפע און געמישטע קאלירן) און איבונגען זענען געזונט, און trans-fat, smoke און stress זענען נישט. ס'לוינט זיך קיינמאל נישט צו גיין צו עקסטרעם אדער simplistic, אויב זעהט איר איינעם אנלייגן כל המחלה אשר שמתי במצרים אויף א מאנגל אין פיש-אויל (למשל) קענט איר זיין זיכער אז ער איז נישט אינגאנצן גערעכט.
examine.com איז א סייט איבער nutrition והמסתעף וואס לייגט עקסטער געוויכט נישט צו מישן זיכערע פאקטן מיט האלב-זיכערע און שטערקערע שטודיעס מיט שוואכערע, ובכלל זעען זיי אויס צו זיין גאנץ באלאנסירט און unbiased.

(מיינע ווערטער באציען זיך נישט אויפן נושא האשכול, כ'האב אים קיינמאל נישט געהעריג אויסגעהערט, נאר בכלליות).
ראית איש חכם בעיניו תקוה לכסיל ממנו (משלי כו יב).
Skepticism is not necessarily a badge of tough-mindedness; it may equally be a sign of intellectual cowardice ~ John Beloff
באניצער אוואטאר
הערשי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 347
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 203 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 948 מאל

שליחה דורך הערשי »

סאשי פיש האט געשריבן:[tag]הערשי[/tag] אפשר קומסטו אביסעל מסביר די מילך פרשה, אזוי ווי דו האסט אזוי שיין און גוט מסביר געווען די אינסאלין פרשה
איך ווארט מיט שפאנונג
viewtopic.php?p=149601#p149601


איבער די מילך פרשה איני יודע. כ'ווייס נאר אז אין תנ"ך סתם מילך איז ציגן מילך, ממילא מסתמא איז דאס גאר שטארק געזונט.

סאשי פיש האט געשריבן:אייער - ער האלט אז א מענטש זאל עסען אייער, און אז אייער איז נישט שעדליך פאר די קאלעסטראל.
ווייל עס איז דא צוויי מיני קאלעסטראל גוטע מיט שלעכטע און מענטשען ווייסען נישט קיין חילוק צווישען די צווי מישען זיי אויס און אז זיי זען אז א זאך האט קאלעסטראל מיינט מען שוין אז עס איז סם המוות.
.

קאלעסטעראל (קאל.) איז געוויסע סארט פעטן וואס אלע בעלי חיים פראדוצירן, חוץ די גאר פרימיטיווע באקטעריע. אפילו פאנגוס האט ענדליכע ערגאסטעראל. קאל. איז אן אינטעגראלע טייל פון די צעלן הייטל (20% אין רויטע בלוט צעלן, צום ביישפיל), איז פון וואס פארשידענע הארמאנען (טעסטאסטעראן, צב"ש) ווערן געמאכט, און נאך צוועקן. פארשטייט זיך אז קאל. איז נישט קיין מאנסטער. דאס איז וויכטיג ווי לופט אויף צו לעבן.
קאל., אלס א מין פעטן, מישט זיך נישט מיט וואסער. כדי ארומצופירן קאל. (און אנדערע פעטן) אין די וואסער-באזירטע קערפער ברויך מען דאס איינוויקלן אין וואסער-ליבהאבנדע פראטעין. ליפאפראטעין (ל"פ) איז דאס שאטעל וואס פירט ארום פעטנס אין די בלוט. מיטן זאגן גוטע אדער שלעכטע קאל. מיינט מען נישט קאל. גופא, וואס איז אלס דאס זעלבע, נאר וואסערע מין ל"פ שאטעל פירט דאס ארום. לייכט-וואגיקע ל"פ LDL איז שלעכטע קאל., ווייל זייער רוט גייט פון די לעבער ארויס צו די קערפער, ווי ס'דעליווערט קאל. צו די צעלן. שווער-וואגיקע ל"פ HDL איז די גוטע קאל., ווייל זייער רוט פירט די איבעריגע קאל. אהיים צו די לעבער. באמת דארף מען האבן ביידע סארט, פאר שיבה און פאר ביאה, נאר דער מדובר איז איבער די ראטע פון שלעכטע צו גוטע. שטודיעס האבן געוויזן, און אזוי איז דער אנגענומענע מעדיצינישע מיינונג, אז א הויכע ראטע LDL צו HDL איז פארבינדן מיט הארץ קרענק. די טעאריע איז אז מיט צופיל דעליווערי בויס לאנדעט קאל. אין די הארץ אדערן און ס'בלייבט דארטן שטעקן, ווייל ווי געשמועס אויל מישט זיך נישט מיט וואסער, און ס'פארשטאפט די הארץ אדערן.
די לעבער פראדוצירט קאל. מ'קען אויך קריגן קאל. פון די דייעט. פלייש און אייער צב"ש זענען רייך אין קאל., גוטע און "שלעכטע". קאל. ווערט נישט פארדייעט, נאר זאפט זיך איין כמות שהוא, מער ווייניגער. די לעבער דערשפירט אז די בלוט קאל. שטאפלן זענען גענוג, און ווערט באפרייט פון מאכן אייגענע. ווידער אז מען עסט נישט קיין דבר הבא מן החי, ארבעט די לעבער דאפלט און פראדוצירט מער קאל. כפי הצורך.
די פראגע וואס פאראינטערעסירט דייעטישאנס איז וואס זענען די נאכפאלגן וואס א דייעט רייך אין קאל. האט אויף בלוט שטאפלן פון טאטעל קאל. ,LDL+HDL, און LDL קאל. די אנגענומענע מעדיצינישע מיינונג, אזוי זאגן די טעקסט ביכער און רעגירונג ליטעראטור, איז אז דייעט קאל. העכערט בלוט קאל., ספעציעל LDL קאל. אויף דעם פרט איז הרב מייזעלס מחולק. לדעתו, און ער פארלאזט זיך אויף וואס ער האט געליינט, איז פונקט קאפויער. פלייש און אייער נידערט LDL קאל.
נאך א פרט, מייזעלס קימערט זיך נישט בכלל איבער טאטעל קאל. זיין שיטה איז אז אויב די ראטע פון HDL צו LDL איז הויך איז שוין גוט, אפילו אויב LDL קאל. איז אויך, אין אבסעלוט נומערן, הויך.
ענדליך איז די מעשה מיט טרייגליסעריידס (טר"ג). אין טר"ג אליינס איז דא פארשידענע סארטן, אבער טר"ג, די געווייקטע סארט, איז דער יסוד פון בעלי חיים פעטנס. הויכע שטפאלן פון טר"ג איז אויך פארבינדן מיט הארץ קרענק, דייעביטיס, וכולי. טר"ג ווערט יא צונעמען ביים פארדייען, אבער באלד צוריק צאמגעשטעלט. די לעבער פארמאגט די מאשינעריע צו מאכן פון צוקער פעטנס וכן להיפך, פון פעטנס צוקער, הכל כפי הצורך. טר"ג ווערט געשאטעלט דורך גאר-לייכטע ל"פ VLDL.
די אנגענומענע מעדיצינישע מיינונג איז אז א דייעט רייך אין פעט העכערט בלוט טר"ג שטאפלן. מייזעלס האלט בלא (לכאורה נאר פאסטן טר"ג, ווייל נאכן עסן א פעטן מאלצייט האלט ער מסתמא אויך אז די טר"ג גייען מאמענטאל ארויף). ער טענה'ט אז דוקא עסן קארבס העכערט טר"ג שטאפלן.

סאשי פיש האט געשריבן:רויטע מילך - איך מיין אז טויזענטער מענטשען האבען אנגעפאנגען טרינקען רויטע מילך אנשטאט די בלויע אדער גרינע מילך.
ער גייט לשיטתו אז פעטס איז געזונט פארען קערפער און אז א מענטש מוז האבען פעטענס פאר די מוח ווייל די מוח איז איין שטיק פעט.

רויטע מילך הייסט מילך מיט מער פעטנס. מייזעלס גלייכט צו זען ברעקלעך סמעטענע שווימען אויפן פלאך פון זיין קאווע.
די מוח איז נישט איין שטיק פעט. ס'איז באשטייט בעיקר פון נוראל טישו. די מוח האט נישט הנאה פון פעט, נאר פון צוקער. (די מארך סארט מוח איז טאקע יא כמעט א שטיק פעט, עכ"פ ביי אן ערוואקסענעם.)
היט זיך פון א סבלן'ס כעס.
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

המשך - חלק ג'

שליחה דורך סאשי פיש »

איך גיי יעצט שרייבען וועגען זיין וועג פון עקסערסייז,

איך ווייס נישט צו די עקסערסייז איז געמאכט צו בויען מוסקעלין,
אבער עס איז זייער געזונט פאר די הארץ ווייל עס שטארקט די הארץ,
און אויך פאר די קערפער ווייל עס מאכט אז די קערפער זאל נאטורלעך ארויסגעבען Growth_hormone וואס ווערט פארלוירען מיט די עלטער.

פאר די עקסערסייז דארף מען נישט האבען קיין ספעציפישע מאשין.

איך גיי רעדען אויב מען מאכט עס אויף א טרעידמעל,

עס ארבעט אזוי
מען הייבט מיט 3 מינוט א WARM UP, מען וואקט נארמאל
נאכדעם פאר א האלבע מינוט לויפט מען די שנעלסטע וואס נאר מעגליך
נאכדעם פאר איין האלב מינוט וואקט מען נארמאל
נאכדעם פאר א האלבע מינוט לויפט מען די שנעלסטע וואס נאר מעגליך
נאכדעם פאר איין האלב מינוט וואקט מען נארמאל
אזוי טוט מען אכט מאל,

עס קומט אויס אז עס נעמט 19 מינוט,
און עס איז דא 4 מינוט פון עכטע עקסערסייז,
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

[tag]איחוד פעלד[/tag] [tag]לבונה זכה[/tag] איך האב ענק מסביר געווען זיין וועג פון עקסערסייז
וואס זאגט עטס צו דעם?
אויב איינער קען לינקען צי שטודיאס איבער דעם וואלט איך הנאה געהאט
לבונה זכה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 118
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 11, 2013 3:36 pm
האט שוין געלייקט: 257 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 234 מאל

שליחה דורך לבונה זכה »

סאשי פיש האט געשריבן:[tag]איחוד פעלד[/tag] [tag]לבונה זכה[/tag] איך האב ענק מסביר געווען זיין וועג פון עקסערסייז
וואס זאגט עטס צו דעם?
אויב איינער קען לינקען צי שטודיאס איבער דעם וואלט איך הנאה געהאט


איך בין נישט אזוי שטארק אויסגעקאכט אין דעם נושא. הגם איך ווייס ערשטהאנטיג פון מענטשן וועלכע נוצן דעם טאקטיק און עס ארבעט וואונדערבאר. דא האט איר א לינק צו דעם וויקיפידיע פעיטש:

http://en.wikipedia.org/wiki/Interval_training
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

דארף מען עסען שטאט???

שליחה דורך סאשי פיש »

איינער האט אמאל געפרעגט הרב מייזעלס וועגען די נושא פון עסען שטאט צו עס העלפט פארלירען וואג ווייל די באבעס זענען אזוי ביזו?!
הרב מייזעלס כדרכו פירט ארום די מענטש אז ער זאל פארשטיין וואס ער האלט אפילו ער קען עס נישט אריסזאגען אפען,
ער ענטפערט זייער פארשטענדליך אז אפילו קליינע קינדער קענען פארשטיין, אז די קערפער איז נישט משוגא אז ווייל מען עסט שטאט ווערט ער שנעלער זאט די קערפער דארף זיין פארציע עסען נישט קיין חילוק שנעל אדער שטאט, ער זאגט טאקע אז קען זיין אז ביי די סעודה גייט מען עסען ווייניגער אבער דורך׳ן טאג וועט עס די קערפער משלים זיין, ער שמוסט אויס די שטודיעס אויף וואס די באבע מעשה איז געבויעט און עס איז נישט דא קיין שום שטודיע אויף וואס דאס איז געבויעט.
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

איך ברענג אראפ וואס [tag]berlbalaguleh[/tag] האט געשריבען אין אן אנדערע אשכול!
berlbalaguleh האט געשריבן:ר' .... דו קענגט מיך רופן היימיש, חסידיש,שמאלקעפיג אדער אלע דריי שבחין אסדר. אבער דער מציאות איז אז דער הרב מייזלס איז א נוטרישאניסט וועלכער האט גוטע רעזאלטס פון זיינע עצות. איך ווייס נישט פון וועלכן אוניווערסיטי ער האט א דיפלאם. אבער דער איינגעפרעימטער סערטיפיקעיט אויפ'ן וואנט מיינט גארנישט. איך קען מענטשן וועלכע האבן א פולן וואנט מיט דיפלאמא'ס און פארשטייען צו דאקטעריי פונקט וויפיל מיין באבע. אן דהע אדהער הענד. איז דא דאקטוירים וועלכע האבן נישט אפילו איינס און זענען גרויסע מומחים. אין בארא פארק איז געוועין מיט יארן צוריק א מענטש וועלכער האט זיך גערופן "דר." ראם. ער איז געווען זיייער א גוטער דאקטער. דער מענטש איז קיינמאל אין מעדיקל סקול נישט געגאנגען. ער האט געהאט אן איינציגן סערטיפיקעיט וואס איז געהאנגען אין זיין פרייוועט אפיס. פון די יו. עס. ארמי,ביי די צווייטע וועלט מלחמה.ר'איז געווען א "מעדיק." אבער ער האט איינגעפאקט א סאך דאקטוירים מיט זייערע דיפלאמאס. :roll: :o .
באניצער אוואטאר
דער (פינטעל) איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1192
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2013 6:02 pm
האט שוין געלייקט: 784 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 950 מאל

שליחה דורך דער (פינטעל) איד »

ס'האט ווייניג צו טאן. למעשה קען מען זיך נישט רופן דאקטאר אן זיין אין דאקטאר סקול 7 יאר צו 10. אפילו דו ביזט גרעסער פונעם גרעסטן רופא אין מאנטשעסטער שפיטאל.
באניצער וועלכע וואלטן געלייקט דער (פינטעל) איד פאר די הודעה אויב ס'וואלט געשריבן געווארן דורך א צווייטן (93 בסך הכל):
אי • אפשר • לפורטם • כי • רבים • הם
ראנג: 99.9%
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

דער (פינטעל) איד האט געשריבן:ס'האט ווייניג צו טאן. למעשה קען מען זיך נישט רופן דאקטאר אן זיין אין דאקטאר סקול 7 יאר צו 10. אפילו דו ביזט גרעסער פונעם גרעסטן רופא אין מאנטשעסטער שפיטאל.

גערעכט גערעכט
1+1 איז ביי מיר 2 און נישט 50
ער האט געלערנט אין קאלעדזש? ניין, ער האט א דעגרי? ניין
ער ווייסט אסאך? יא, יש חולקים עליו? יא

סא איז ער א גוטער עסקן אין דייעט, שיין
איין זאך, צו הייסען "הגה"צ מגיד מישירים" איז ער זיכער, זיינע דרשות זענען אזוי געצוקערט, בכלל נישט לויט זיינע תקנות אין צוקער, עכט נישט דייעיטעריק, און א שאד אז מען הערט עם נישט גענוג
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

אבטולמוס האט געשריבן:
מאראנצןזאפט האט געשריבן:
הערשל מייזליש
ער האט געמאכט ממש א מהפיכה אין דער אידישער גאס, און אריינגעברענגט אן אויפמערקזאמקייט צו אכט געבן אויף דעם געזונט, וואס איז געווען א פרעמדער מושג פאר א היימישן איד ביז לעצטנס, און היינט איז שוין יעדער איבערצייגט אז האקן סעסעמי טשיקן נאכט נאך נאכט ביי טי פארטיס איז נישט קיין סגולה פאר אריכות ימים.

ער האט געטוישט די אידישע מארק און די אלע זערא טראנס פעט סטיקערס איז אים צו פארדאנקען. עס איז נישט קיין ספק אז זיין פאפולעריטעט איז צו פארדאנקען אויסדרוקלעך פאר קול מבשר.

סאשי פיש האט שוין געווידמעט איבער אים א לענגערן הערליכן אשכול, ומשם תדרשנו לטובה

לכבוד פורים האט הרב מייזליש ארויסגעגעבן א קונטרס אויף מגילת אסתר, חידושים עפ"י טעמי המקרא. אין דעם קונטרס שרייבט ער זיך שטאלץ אונטער ווי "נואם בקו הטלפון שע"י קול מבשר."
בילד
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

אין די "מאמענט" די וואך אן אינטערוויא מיט אים.
בייגעלייגטע פיילס
image.jpg
image.jpg (344.51 KiB) געזען געווארן 3036 מאל
חכם עתיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 225
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 25, 2014 12:21 pm
האט שוין געלייקט: 210 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

שליחה דורך חכם עתיק »

שוין אפגעמאכט פאריגע וואך, אז מיר קויפן מער נישט דעם אויסגאבע, אבער לכבוד ר' הערשלן וועלן מיר יא מוזן.

@RabbiMeisels: I have been interviewed (interrogated?) in the NEW Moment magazine (Yiddish). Enjoy reading it. http://t.co/mXl33nabU5
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

כ'האב נאכנישט געליינט דעם ארטיקל, אבער אויב איך מעג פרעגן — וואס איז פשט אין דעם קעפל "די שטימע וואס שאקלט די וועלט? וואס פעלט אויס אזעלכע נארישע איבערגעטריבענע קינדערישע גוזמאות? ס'האט נישט קיין זין.
באניצער אוואטאר
עפל סיידער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 7:19 am
געפינט זיך: בעיר החסד והתורה מאנסי הבירה
האט שוין געלייקט: 140 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך עפל סיידער »

אפטעמיסט האט געשריבן:כ'האב נאכנישט געליינט דעם ארטיקל, אבער אויב איך מעג פרעגן — וואס איז פשט אין דעם קעפל "די שטימע וואס שאקלט די וועלט"? וואס פעלט אויס אזעלכע נארישע איבערגעטריבענע קינדערישע גוזמאות? ס'האט נישט קיין זין.

און צו וועמען רעדט די וועכענטליכע קאלערינג בוך?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אפטעמיסט האט געשריבן:כ'האב נאכנישט געליינט דעם ארטיקל, אבער אויב איך מעג פרעגן — וואס איז פשט אין דעם קעפל "די שטימע וואס שאקלט די וועלט? וואס פעלט אויס אזעלכע נארישע איבערגעטריבענע קינדערישע גוזמאות? ס'האט נישט קיין זין.

איך האב געטראכט דאס זעלביגע.
אבער נאכדעם האב איך געטראכט אז אויף יעדע STAR קען מען דאס זאגן, למעשה אין די אידישע וועלט איז כמעט נישטא נאך אזא כח וואס האט אזויפיל מענטשן נישט בלויז צוהערער נאר טאקע מקיים הלכה למעשה. אפשר וואלט מער פאסיג געווען צו זאגן "שאקלט די אידישע וועלט". אדער חרדי'שע וועלט.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

גערעכט, איך וואלט אויך געשריבן "חרדי'שער וועלט". די אלע אומנויטיגע גוזמאות מאכט זיי נאר אויסזעהן ווי נאך א "בלאט" אדער "איד".
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

וואס איז דאס גלאטען?

שליחה דורך טיטאניק »

געזען היינט די קליפ פון מיין באליבטער בדחן ר' שימי קימעל שליט"א, איך האב פשוט נישט הערשל מייזעלס אימעל אדרעס סא קימט עס דא
איך בין נייגעריג פארוואס דער בדחן האט נישט קאנפראנטעט הערשל אליינס? וואלט ער געוויסט? יא אדער ניין?
(מיין מיינוג: אויב וואלט עס געווען בפתע פתאום "ניין"....)
https://www.youtube.com/watch?v=AdJFE1sp4Fw
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=gDI2xZMf3cE[/youtube]
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

טיטאניק האט געשריבן:געזען היינט די קליפ פון מיין באליבטער בדחן ר' שימי קימעל שליט"א, איך האב פשוט נישט הערשל מייזעלס אימעל אדרעס סא קימט עס דא
איך בין נייגעריג פארוואס דער בדחן האט נישט קאנפראנטעט הערשל אליינס? וואלט ער געוויסט? יא אדער ניין?
(מיין מיינוג: אויב וואלט עס געווען בפתע פתאום "ניין"....)
https://www.youtube.com/watch?v=AdJFE1sp4Fw


זיין אימעיל איז rm@jfwd.org
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

ארויפגעברענגט פאר ווער עס האט עס נאכנישט געליי[ק](נ)ט
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

געטראפען אן אלטע שמועס דא אין שטיבעל איבער וויטימאן די. און איבער הערשל מייזעלס.
viewtopic.php?p=30664#p30664
לייב פאללאק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אפריל 28, 2012 9:52 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

שליחה דורך לייב פאללאק »

הרב מייזליש איז זייער א גוטע רעדנער אבער מ'טאהר אים נישט פאלגן בלינדערהייט. זיין דייעט איז קלאר נישט געמאכט פאר יעדעם
און מ'דארף געדענקען אז ער גייט קעגן די מעינסטרים. דאס מיינט אין אנדערע ווערטער אז ער איז אן עקסטרעמיסט

איך האב אביסל געזוכט שטיצע צו זיין דיעטע, אבער זייער ווייניג זאגן אז ווי מער סעטשורעיטעד פעט איז געזונט. פארקערט איז דא לרחצה.
איין דוגמא, דוקא פאר דייעביטיס ליידענדע https://www.youtube.com/watch?v=JDM5HsQ9qPM
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

וואס ווילסטו מיט די יוטוב ווידיא? איך קען דיך ברענגען צען יוטוב ווידיאס אויף פארקערט...
מנשה לוסטוג׳ס ווידיאס האבען שוין מער מענטשען געקוקט ווי דיין ווידיא וואס דו ברענגסט...
פארשפארט