אמעריקאנע אידען בראשות ר''א מ'סאטמאר געבן אריין א מאושען
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
יאיר האט געשריבן:קודש, ווען א גוי בארויבט דיר שאקלסטו אויך מיט'ן קאפ און דו זאגסט גזירת הגלות אדער דו רופסט שומרים אים צו אנברעכן די ביינער? ווען דער פאליציאנט שפריצסט מעיס אויף א יונגערמאן זאגסטו אויך גזירת הגלות אדער דו ברויזט און שטורעמסט אויף די בארבארישע פאליציאנטן?
ומשם ראיה? אז גלות איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן?
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 164
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 12:37 am
- האט שוין געלייקט: 23 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל
קדש הילולים האט געשריבן:איש עברי האט געשריבן:מקבל זיין גזירת הגלות איז א פרישע המצאה פון יארע תשט"ו בערך, אידן האבן אלעמאל געהאסט די גלות, געזוכט צו פארבעסערן זייערע אומשטענדן, זיך נוקם געווען אין די גויים ווען מעגליך, און פיינט געהאט דאס גלות בתכלית השנאה.
אפשר קענסטו ברענגען באווייזן אויף דעם?! לפי ידיעתינו, שטייט אין דו גמ און אין אלע ספה״ק פארקערט.
אפשר רעדסטו פון אזעליכע ״יודן״ וואס זייער״יודישקייט״ באשטייט פון עפעס אנדערש ווי אונזער תורה?
די פרעגסט צו אפשר רעדט ער פון אזעלכע איזראעליס? עס איז דען א ספק, ביי טייל א.ג. ''אידן'' איז יעדער אשר בשם איזראעלי מכונה אן אוטענטישער ממשיך פינעם אידישען מסורה ומנה לא תזועו
- איש עברי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 798
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
- האט שוין געלייקט: 997 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל
איך קען נישט "אלע ספה"ק" אבער וויפיל איך קען האב איך נישט געטראפן רעדן וועגן אזאנע זאכן ווי מקבל זיין גלות באהבה, אין די גמרא פון די שלש שבועות האט אסאך גמרות פארקערט, מקען זיך א עצה געבן מיט אגדתא גמרות, דוכט זיך אז אין וויליאמסבורג גייען די נשים נישט ארויס טאנצן אין די גאסן ט"ו באב כאטש אין גמרא שטייט אזוי, און אזוי אויך איז נישט יעדער מקפיד צו האבן א בית כסא סמוך לשולחנו.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 199
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
- האט שוין געלייקט: 105 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל
יאיר האט געשריבן:קודש, ווען א גוי בארויבט דיר שאקלסטו אויך מיט'ן קאפ און דו זאגסט גזירת הגלות אדער דו רופסט שומרים אים צו אנברעכן די ביינער? ווען דער פאליציאנט שפריצסט מעיס אויף א יונגערמאן זאגסטו אויך גזירת הגלות אדער דו ברויזט און שטורעמסט אויף די בארבארישע פאליציאנטן?
ווען דו רעגירוגג ערלויבט עס ווען, איז עס א גרויסער פראבלעם. און דו איינצוגסטע עצה עפ״י תורה איז ״לברוח ולהנצל״.
אבער אז דו רעגירינג גיבט מיך מיינע רעכטן, מעג איך מיך פארטיידיגן- טאקע דורוך זייער רעגירינג.
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
איש עברי האט געשריבן:איך קען נישט "אלע ספה"ק" אבער וויפיל איך קען האב איך נישט געטראפן רעדן וועגן אזאנע זאכן ווי מקבל זיין גלות באהבה, אין די גמרא פון די שלש שבועות האט אסאך גמרות פארקערט, מקען זיך א עצה געבן מיט אגדתא גמרות, דוכט זיך אז אין וויליאמסבורג גייען די נשים נישט ארויס טאנצן אין די גאסן ט"ו באב כאטש אין גמרא שטייט אזוי, און אזוי אויך איז נישט יעדער מקפיד צו האבן א בית כסא סמוך לשולחנו.
סמוך לשלחנו? יא! דו קענסט איינער וואס האט נישט?
(איינער וואס האט א ברעקל סכל ווייסט וואס 'סמוך' לשלחנו בזמן הגמרא מיינט)
דארפסט דאך נישט נוצן א גאר נארישע ראיה!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 199
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
- האט שוין געלייקט: 105 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל
איש עברי האט געשריבן:איך קען נישט "אלע ספה"ק" אבער וויפיל איך קען האב איך נישט געטראפן רעדן וועגן אזאנע זאכן ווי מקבל זיין גלות באהבה, אין די גמרא פון די שלש שבועות האט אסאך גמרות פארקערט, מקען זיך א עצה געבן מיט אגדתא גמרות, דוכט זיך אז אין וויליאמסבורג גייען די נשים נישט ארויס טאנצן אין די גאסן ט"ו באב כאטש אין גמרא שטייט אזוי, און אזוי אויך איז נישט יעדער מקפיד צו האבן א בית כסא סמוך לשולחנו.
נו אז ביי דיר איז א הגדתא גמ׳ גארניש, און דו קענסט זאגן פאקטן וואס זענען נישט געשטויגן, אז מען האט אייביג געזוכט בועט צו זיין בגזירת הגלות, און אט דו פאקט וואס דו האסט נישט קיין שום ראי׳ אויף דעם , איז ביי דיך שטערקער פון א גמ׳ מפורשת, האב איך טאקע נישט וואס מיט דיר צו שטיין אין ווארט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קדש הילולים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3150
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
- האט שוין געלייקט: 414 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל
איש עברי האט געשריבן:ווען נאפוליון האט געקלערט פון געבן אויטאנאמיע פאר אידן איבער ארץ ישראל האבן אלע אידן אריינגערעכנט די גדולים געשטרעבט אז דאס זאל פאסירן
נו וודאי אונטער נאפאיאנס הערשאפט וואס איז דען די פראבלעים ?
דו פראבלעים איז צו נעמען א אייגענע גאולה אין די אייגענע הענט אן ווארטן אויף גאטס באפרייונג דורך אליהו
אפי' בזמן שהיו ישראל שרוים על אדמתן האט מען גארנישט געקענט טון ווי גיין אין מלחמה אן רשות פון אורים ותומים די קעניג האט נישט געהאט קיין אייגענע דעה ער האט אלעס אנגעפרעגט ביי די נביאים ביי די אורים ותומים
אידן סיי אין גלות און סיי אן א גלות האבן אלעמאל א באשעפער וואס פירט יעדע טריט און שריט מ'קען גארנישט טון אליינס און דעטס איט
- איש עברי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 798
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
- האט שוין געלייקט: 997 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל
אגדתא גמרא איז זייער חשוב אבער עס איז קלאר אז מען קען נישט אויף דעם בויען דאס גאנצע אידישקייט, אינטרעסאנט אז אין שולחן ערוך זעהט עפעס נישט אויס אז מען דארף זיך מכניע זיין פאר די גוים, אט איז אביסל וואס שטייט אין שו"ע סימן שכ"ט אין הלכות שבת, מען רעדט דארט פון נעבעכדיגע גנבים וואס קומען גנב'נען שטרוי, אין אידן וואס האבן געווער, עס קלונגט עפעס זייער "נישט היימיש"
[justify]סעיף ו: עכו"ם שצרו על עיירות ישראל אם באו על עסקי ממון אין מחללין עליהם את השבת באו על עסקי נפשות ואפילו סתם יוצאים עליהם בכלי זיין ומחללין עליהם את השבת ובעיר הסמוכה לספר אפילו לא באו אלא על עסקי תבן וקש מחללין עליהם את השבת:
הגה: ואפילו לא באו עדיין אלא רוצים לבוא (אור זרוע)
סעיף ז: יש מי שאומר שבזמן הזה אפילו באו על עסקי ממון מחללין שאם לא יניחנו ישראל לשלול ולבוז ממונו יהרגנו והוי עסקי נפשות (ומכל מקום הכל לפי הענין) (פסקי מהרא"י סימן ק"נ)
סעיף ח: הרואה ספינה שיש בה ישראל המטורפת בים וכן נהר שוטף וכן יחיד הנרדף בפני עכו"ם מצוה על כל אדם לחלל עליהם שבת כדי להצילם. (ועיין לעיל סוף סימן ש"ז מי שרוצים לאנסו אם מחללין עליו שבת) סעיף ט: כל היוצאים להציל חוזרים בכלי זיינם למקומם:[/justify]
[justify]סעיף ו: עכו"ם שצרו על עיירות ישראל אם באו על עסקי ממון אין מחללין עליהם את השבת באו על עסקי נפשות ואפילו סתם יוצאים עליהם בכלי זיין ומחללין עליהם את השבת ובעיר הסמוכה לספר אפילו לא באו אלא על עסקי תבן וקש מחללין עליהם את השבת:
הגה: ואפילו לא באו עדיין אלא רוצים לבוא (אור זרוע)
סעיף ז: יש מי שאומר שבזמן הזה אפילו באו על עסקי ממון מחללין שאם לא יניחנו ישראל לשלול ולבוז ממונו יהרגנו והוי עסקי נפשות (ומכל מקום הכל לפי הענין) (פסקי מהרא"י סימן ק"נ)
סעיף ח: הרואה ספינה שיש בה ישראל המטורפת בים וכן נהר שוטף וכן יחיד הנרדף בפני עכו"ם מצוה על כל אדם לחלל עליהם שבת כדי להצילם. (ועיין לעיל סוף סימן ש"ז מי שרוצים לאנסו אם מחללין עליו שבת) סעיף ט: כל היוצאים להציל חוזרים בכלי זיינם למקומם:[/justify]
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 199
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
- האט שוין געלייקט: 105 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל
איש עברי האט געשריבן:גלות איז א גזירה נוראה מן השמים פונקט ווי אלע גזירות, אין מען דארף טוהן אלעס פטור צו ווערן פון די גזירה, פונקט ווי קיינער איז נישט מקבל די גזירה פון יענע מחלה באהבה נאר מען קעמפט מיט אלע מיטלן אפצושלאגן די גזירה.
פונקט נישט א גוטע משל!
ביי רפואה פרעגן דאך שוין דו ספרים וויאזוי מ׳מעג טוהן אנדערש ווי ס׳איז דו רצון ה׳. און זיי ענטפערן אז ווען נישט וואס דו תורה זאגט״ורפא ירפא״ וואלט מען טאקע נישט ג׳מעגט! כ״ש וק״ו ווי ס׳שטייט קלאר ארויס אין דו גמ׳ אז מען טאהר נישט טון קיין שום פעולות, טאר מען נישט.
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
אישל היקר דו קענסט אוודאי דעם ווארט פון זיך נישט טענה'ן מיט א שוטה ווייל ער וועט דיך אראפנידערן צו זיין לעוול און דארט וועט ער דיר באזיגן. אט ווערט דאס באשיינפערליך פארווירקליכט דא פאר אונז לייוו!
און יעצט גיי טענה דיך ארום מיט די חברה פונקליך ווי ווייט די ביהכ''ס הייסט סמוך לשולחנו.. כאילו דאס איז געווען דיין עיקר פוינט.

Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 199
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
- האט שוין געלייקט: 105 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל
איש עברי האט געשריבן:אגדתא גמרא איז זייער חשוב אבער עס איז קלאר אז מען קען נישט אויף דעם בויען דאס גאנצע אידישקייט, אינטרעסאנט אז אין שולחן ערוך זעהט עפעס נישט אויס אז מען דארף זיך מכניע זיין פאר די גוים, אט איז אביסל וואס שטייט אין שו"ע סימן שכ"ט אין הלכות שבת, מען רעדט דארט פון נעבעכדיגע גנבים וואס קומען גנב'נען שטרוי, אין אידן וואס האבן געווער, עס קלונגט עפעס זייער "נישט היימיש"
[justify]סעיף ו: עכו"ם שצרו על עיירות ישראל אם באו על עסקי ממון אין מחללין עליהם את השבת באו על עסקי נפשות ואפילו סתם יוצאים עליהם בכלי זיין ומחללין עליהם את השבת ובעיר הסמוכה לספר אפילו לא באו אלא על עסקי תבן וקש מחללין עליהם את השבת:
הגה: ואפילו לא באו עדיין אלא רוצים לבוא (אור זרוע)
סעיף ז: יש מי שאומר שבזמן הזה אפילו באו על עסקי ממון מחללין שאם לא יניחנו ישראל לשלול ולבוז ממונו יהרגנו והוי עסקי נפשות (ומכל מקום הכל לפי הענין) (פסקי מהרא"י סימן ק"נ)
סעיף ח: הרואה ספינה שיש בה ישראל המטורפת בים וכן נהר שוטף וכן יחיד הנרדף בפני עכו"ם מצוה על כל אדם לחלל עליהם שבת כדי להצילם. (ועיין לעיל סוף סימן ש"ז מי שרוצים לאנסו אם מחללין עליו שבת) סעיף ט: כל היוצאים להציל חוזרים בכלי זיינם למקומם:[/justify]
נו פיר אויס... איז פון דעם א ראיה מפורשת אז יודן האבן און אלע דורות געזוכט בועט צו זיין בגזירות הגלות.....
משא״כ פון דו גמ׳ איז נישט קיין ראיה בכלל אז יודן נעמען יא אן דו גזירות הגלות, ווייל ס׳איז נאר א הגדתא...
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

- קינד_אן_קייט
- היימישער באניצער
- הודעות: 495
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
- האט שוין געלייקט: 728 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל
[tag]ישראל קאפקע[/tag],
הגם כ׳האב מיר בעבר בדרך כלל מונע געווען דא אויפ׳ן פארום אריין צו גיין מיט דיר אין א דין דברים ווייל חזקה עלי אז עמיציר וואס שטעלט זיך אהער אלץ גענצליך גענויגט צו איין זייט און פאר׳עקשנ׳ט זיך אז א פארצווייגטער ענין איז בלויז שווארץ אדער ווייס, מיט אזא איינעם איז א לאגיקער שמועס זינלאז.
בפרט, ווען ס׳האנדלט זיך מיט א שטיקל בר דעת וואס האט אבער מייסטענס הנאה פון קאמבעיקס (דוגמת ראש לימבאו ודומיהם), איז דער ויכוח נאר לשם ויכוח און ס׳איז מיר א שאד די צייט.
עכ״ז, און היות דו שטעלסט דא פאר א ריין הומאניטארישער אויסבליק וואס איז נישט דייקא באזירט אויפ׳ן שיטה, וויל איך פארט פרובירן אך הפעם.
קודם כל, אנצונעמען דיין הנחה, מיינט צו פארטייטשן אז די ישראלים (ציונים בלע״ז) זענען קאלטבלוטיגע אכזרים וואס זוכן צו באהערשן און פייניגן א כמעט שוצלאזער פאלק פון ארימע פליטים.
דער מציאות איז פארשטייט זיך ווייט נישט אזוי.
אז מען רעדט פון בריטישע קאלאנאיעליזם איז ריכטיג צו זאגן אז די מטרה איז געווען איינצונעמען די וועלט. היטלער ימ״ש און זיינ׳ס גלייכן זענען אויך געפארן אויף די ליניע און געצילט צו אקאפירן ווי מער שטחים נאר שייך. דער גרינדונג און געדאנק פון מדינת ישראל עד היום הזה איז לגמרי נישט אין דעם ריכטונג.
לאמיר זיין אויפריכטיג דא, מדינת ישראל האט קיינמאל נישט געזוכט צו בעל הבית׳עווען אויף די אראבער, זיי האבן געצילט אויפשטעלן א היימלאנד פאר אידישע קינדער און די וועלט (אפילו די היינטיגע יפי נפש היפאקריטן) האט דעמאלט קלאר מסכים געווען דערצו. די ארומיגע אראבישע שכינות׳דיגע לענדער האבן זיך יא קעגנגעשטעלט כידוע, בעיקר משום טעמי שנאה וכבוד, און דערקלערט א מלחמת חרמה וואס מדינת ישראל האט צום מזל געווינען.
נאכ׳ן קריג, איז עזה פארבליבן ביי די עגיפטער און דער מערב ברעג פאר די ירדנ׳ער. אין די זעלבע צייט, זענען פארבליבן אין מדינת ישראל הונדערטער טויזנטער אראבער וועמען מען האט נישט געטשעפעט ווילאנג זיי האבן זיך אויפגעפירט פרידליך, זיי האבן געלעבט פראנק און פריי און האבן זיך זינט געבויעט אלץ דעמאקראטישע און גלייכע בירגער, זייער מצב איז אזוי עד היום הזה און זיי ציילן זיך אין די מיליאנען (זיי זענען היינט קרוב צו צוואנציג פראצענט פונעם מדינת ישראל באפעלקערונג).
די דרויסענדיגע אראבער ווידער, סיי די פאלעסטינער און סיי די אראבישע לענדער האבן דערקלערט אן ענגילטיגער קריג אויף מדינת ישראל וואס דער ציל איז אראפ צו רוימען דאס אידיש לענד׳ל פון די מאפע לעולם ועד. אין די קומענדיגע יארן, האבן אט די שכנים זיך כסדר געפאכעט ביי די גרעניצין און די מדינה האט געמוזט קעמפן פאר איר עקזיסטענץ און וואוילזיין, אלץ רעזולטאט, האט מדינת ישראל אינעם נעקסטען קריג (1967), אויסגעברייטערט אירע גרעניצן און איינקאסירט עזה און דעם מערב ברעג.
די מדינה׳ס ציל איז קלאר נישט געווען איינצוקאסירן פרישע מיליאנען אראבישע בירגער, כל מי שיש לו מח בקדקדו פארשטייט אז דאס איז א שלעכט געשעפט מיט קאפ ווייטאג סיי פאר׳ן הווה און סיי פאר׳ן עתיד, ס׳איז אבער געווען נחוץ פון א מיליטערישן שטאנדפונקט, ווייל אט די סטראטעגישע שטחים האבן געדינט אלץ מסך המבדיל צו דערווייטערן אפענע שונאים פון קענען גרינג אריין דרינגען אין מדינת ישראל אנצוזייען חורבנות.
נאך 1967, האבן די פאלעסטינער אין די אקופירטע געביטן פארלוירן זייערע עגיפטישע און ירד׳נישע אפוטרופוס׳ער (וואס מ׳מוז מוסף זיין האבן זיך באמת קיין סאך נישט געקימערט איבער זיי מלכתחילה), און אנשטאט ווערן פרידליכע איינוואוינער ווי זייערע ברודער אין די מדינה, האבן זיי זיך דערקלערט אלץ ממשיכי דרך פונעם קאמף קעגן מדינת ישראל. אויך נאכדעם וואס ירדן און עגיפטן האבן דערגרייכט שלום אפמאכן מיט די מדינה האבן זיי נישט אראפ געלייגט דאס געווער, נאר פארקערט, זיי האבן דערקלערט א מערדערישען אינטיפאדא, בעיקר דורך טעראר, און געצילט אומפארשעמטערהייט בעיקר קעגן ציווילע בירגער (א גרינגער און מער ווייטאגליכער ציל).
מ׳האלט שוין באלד 50 יאר נאכדעם און זייער ציל איז געבליבן דאס זעלבער.
וואלט זייער ציל געווען בלויז צו פארזיכערן אן אייגענע אוטאנאמיע פאר זיך זעלבסט, וואלטן זיי דאס שוין פון לאנג עררייכט. ווי שוין ערווענט, האט מדינת ישראל שלום געמאכט מיט רוב געוועזענע שונאים און זיי זיי זענען היינט צו טאג׳ס נאענט אלאאירט פריינטליכערהייט. דער פראבלעם מיט די פאלעסטינער איז אז וואס זיי פארלאנגען איז אומרעאליסטיש, זיי ווילן זיך אומקערן אריין צוריק אין די מדינה זעלבסט (מזרח ירושלים) בו בזמן וואס זיי ערקלערן ווייטער אלץ ציל אונטערצוברענגן די גאנצע מדינה. דאס איז פארשטייט זיך קעגן השכל און אוודאי נישט אן אויסקוק אויף ״שלום״.
אין די יארן זינט, האבן די ישראלים ערלויבט פאזעס פון נארמאליזאציע, מ׳האט אפיציעל שלום געמאכט מיט אראפאט (סוף ימיו) און אנגעהויבן צוריק צוגעבן די אוטאנאמיע איבער די שטחים. כאטש ס׳לייגט זיך נישט אויפ׳ן שכל צו ערלויבן פאר אן אפענעם אומצווויליזירטער שונא א נאענטקייט און מעגליכקייט זיך צו ערהאבן א מיליטער אדער קראפט פון א מיליטער, האבן די ישראלים דאס יא געטאן, בתנאי און מיט האפענונג אז דאס וועט צוביסלאך פירן צו פרידליכע צייטן.
אז מ׳קוקט היינט אויפ׳ן מציאות, קומט דאס פאר ווי א שרעקליכער טעות אויף וואס מ׳באצאלט א טייערן פרייז.
די פאלעסטינער לעבן אין דמיון און זענען נישט בכח איינצוגיין אויף פשרות. בשעת וואס די ישראלים האבן זיך געשינדן די אייגענע הויט (תוכנית התנתקות דורך אריאל שרון (!), גוש קטיף וכו׳) כדי צו ווערן נאענטער צו א מעגליכער שלום, האבן די פאלעסטינער דאס אנגענומען אלץ א צייכן צו פארשטארקן זייער מלחמה פון שפיכות דמים און גלייך דערנאך ערוועלט חמאס, אן ארגענאזאציע וואס ווידערהאלט איר תפקיד אומצוברענגן מדינת ישראל.
די גרעסטע טעות וואס די פאלעסטינער מאכן איז אז זיי ערווארטן אז מדינת ישראל זאל לייזן זייער פראבלעם, דאס איז א בת היענה׳שער מהלך, און ס׳גייט נישט געשען. זיין מוזן זיך אליין לייזן זייער צרה, נישט דורך געווער און פאלשע מיליטערישע אילוזיעס, נאר דורך איינזעהן אז שלום איז דער איינציגער לענגליכער און אמת׳ער אויסוועג, ס׳איז טאקע שווערער און ס׳געשעט נישט איבערנאכט, אבער מיט קוראזש און געדולד קענען זיי עררייכן א בעסער׳ן צוקונפט פאר זייערע קינדער און איבערלעבער.

- צו זאגן אז מדינת ישראל געפינט זיך דארט מרצונם הטוב און נישט בכדי צו פארטיידיגן אירע גרעניצין און אירע אינטערעסן איז א שקר גס,
צו זאגן אז דאס קליינטשיג און נישטיגע פראצענט פון מתנחלים האלט צוריק דעם גאנצן שלום איז א תירוץ און א אמתלא (אגב, אינטערעסאנט וויאזוי קיין שום איד מעג נישט וואוינען צווישן די פאלעסטינער און מדינת ישראל ערלויבט מיליאנען אראבער אן קיין שום שטער),
צו גלייבן (אזויווי ראבין בשעתו) אז ביי די פאלעסטינער געפונען זיך שטארקע פירער בעלי השפעה וואס קענען פירן דעם פאלק צו אן אמת׳ן שלום איז אומרעאליסטיש ווי דער מציאות ווייזט ליידער,
צו גלייבן אז אויב מדינת ישראל וועט צוריק געבן פאר די פאלעסטינער מזרח ירושלים וועט זיך דער קאנפליקט ענדיגן איז נאאיו און לעכערליך, ולבנון יוכיח.
די גרעסטע טעות וואס די פאלעסטינער מאכן איז אז זיי ערווארטן אז מדינת ישראל זאל לייזן זייער פראבלעם, דאס איז א בת היענה׳שער מהלך, און ס׳גייט נישט געשען. זיין מוזן זיך אליין לייזן זייער צרה, נישט דורך געווער און פאלשע מיליטערישע אילוזיעס, נאר דורך איינזעהן אז שלום איז דער איינציגער לענגליכער און אמת׳ער אויסוועג, ס׳איז טאקע שווערער און ס׳געשעט נישט איבערנאכט, אבער מיט קוראזש און געדולד קענען זיי עררייכן א בעסער׳ן צוקונפט פאר זייערע קינדער און איבערלעבער.
כאן, חבל טבור הארץ.
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
- האט שוין געלייקט: 185 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל
Wrote this to kodesh. with you its a waste of time. This is your only answer for all his work
BTW im not buying your joke, that you was not satmar
ישראל קאפקע האט געשריבן:געלייקט פארן נעמען די מיה צו ענטפערן אזוי ציוויל און רואיג, נישט קיין הודאה
BTW im not buying your joke, that you was not satmar
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום diff, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.