קאלאניעליזם - איר אנהייב און איר ענדע

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
באניצער אוואטאר
נאה דורש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 02, 2013 10:54 am
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

קאלאניעליזם - איר אנהייב און איר ענדע

שליחה דורך נאה דורש »

צו פארשטיין די וועלט אויסשטעל פון לענדער און פעלקער. צו פארשטיין די מלחמות פון די לעצטע טויזנט יאר ביזן היינטיגן טאג דארף מען צוריקגיין צו א תקופה פון ארום טויזנט יאר צוריק און פארשטיין ווי אזוי די וועלט מאפע האט דעמאלסט אויסגעקוקט און וואס האט צוגעברענגט צו די אלע טוישונגען אויף די מאפע ווי גאנצע לענדער און פעלקער האבן זיך געטוישט און געפארעמט.

וואס האט מיר צוגעברענגט צו נעמען די פעדער און די היינט און אביסל אראפשרייבן די אלווילטליכע היסטאריע? קיין שרייבער בין איך נישט און איך פרוביר מיר נישט אראפצושטעלן אלץ א שרייבער נאר וואס דען? זייענדיג א ליבהאבער פון היסטאריע פון מיין יוגענט האב איך אלס געלייענט און געלערנט נאר אידישע היסטאריע און אלעס מיט א אידישע תורהדיגן בליק. ווען איך בין עלטער געווארן האב איך באקומען צוטריט צו אלוועלטליכע היסטאריע און איך האב אנגעפאנגען לייענען אבער מיטן לייענען איז אויך צוגעקומען אז איך האב אנגעפאנגען צוזאםצושטעלן אידישע היסטאריע מיט די וועלטליכע היסטאריע פון די זעלבע תקופה און ווען מען נעמט עס ארום מיט א בליק פון ארום ביידע זייטן טוישט זיך די גאנצע בליק אויף די תקופה פון וואס מען האט געוויסט אדער געלייענט. אסאך טראכטן און אסאך ווי מען קען עס אנרופען פאנטאזיע לייגט צו צום בילד און מען באקומט א בליק אויף די תקופה ווי גלייך מען וואלט עס מיטגעלעבט און נישט נאר געלייענט און א היסטאריע בוך.

די אידישע תקופות גלייב איך זענען מער ווייניגער באקאנט פאר אונזער עולם דא און אפילו די וועלטליכע היסטאריע און תקופות זענען דא געוויסע וואס ווייסען מן הסתם מער ווי איך. איך גיי דא אבער פרובירן אביסל צו צוזאמענשטעלן די אידישע און וועלטליכע היסטאריע אז מען זאל עס קענען אביסל בעסער פארשטיין און אז די מח זאל האבן אויך צוצושפילן די פאנטאנזיע פון די טראכטערס אויף ארוסצוהאבן די היסטאריע און תקופות מלחמות און אזוי ווייטער.

ס'איז זייער שווער אנצוהייבן פון א געוויסן יאר אדער תקופה ווייל אייביג דארף מען פארשטיין וואס איז געווען פארדעם וואס האט צוגעברענגט צו דעם תקופה אבער איך מוז דאך אנהייבן ערגעץ. האב איך שמועסענדיג מיט חברים וואס קענען אסאך און ווייסען אסאך געזעהן אז איין שטיקל פון היסטאריע וויסען זיי זייער ווייניג פון און דאס איז די תקופה ווען קאלאניעליזם האט זיך אנגעהויבן. און טאקע דארט וועל איך אנהייבן.

איך וועל אויך פרובירן צוצוברענגען מאפעס פון די לענדער וואס מען רעדט צו בעסער פארשטיין פון וואו און וואס מען רעדט.

קודם וועל איך מאכן א קורצע הקדמה ווי אזוי די וועלט האט אויסגעקוקט פאר די אויפקום פון קאלאניעליזם און ברענגען אפאר מאפעס.

און איך וועל אנפאנגען מיט די תקופה וואס איז אונז יעצט בא בימים.

חורבן בית המקדש השני איז ווי באקאנט פארגעקומען און יאר ג׳ אלפים תתכ״ח. 68 AD למספרם (ר׳ שמעון בן גמליאל ר׳ יוחנן בן זכאי)
און די תקופה האבן די תנאים דאמינירט די אידישע רבנישע און הלכה וועלט. זיי האבן אויך געהאט א גרויסע השפעה אויף די אידישע קעניגן. נאך די חורבן האבן די תנאים אויך איבערגענומען א גרויס טייל פון די אידישע פירערשאפט אלס עסקנים פארן ציבור און פאר זייערע גשמיות און רוחניות.

פון נאכן חורבן איז דא פיר דורות פון תנאים וואס האט זיך געצויגן א משך פון ארום 150 יאר ביזן חתימת המשניות ג׳ תתקע״ח (218 BC) און די לעצטע דור פון תנאים איז געווען רבי וחביריו.

ווי אזוי די אידישע וועלט האט זיך אויסגעקומען מיט די רוימישע איז א עקסטערע פרשה פאר זיך. די תקופה איז די ראמען אימפעריע.

נירון קיסר וועלכער האט פארברענט די בית המקדש איז געווען די פיפטער עמפראר און די ראמען אימפעריע. האט געקעניגט פון 54 AD ביז 68 AD. ג׳ אלפים תתי״ד ביז תתכ״ח שנת החורבן. וואס פון דארט איז דא חילוקי דעות וואס איז געשען מיט אים.

זיין זיידע אוגוסטוס האט געגרינדעט די ראמען אימפעריע און איז געווען איר ערשטע עמפראר פון יאר 27 BC ביז יאר 14 AD. ג׳ אלפים תשל"ג ביז תשע"ד

אוגוסטוסהאט גע'ירש'נט די מלוכה פון זיין עלטער פעטער יוליוס קייסער וואס איז געווארן דער'הרג'עט און א אנטענענט. ער מיט נאך צוויי גענעראלן האבן מלחמה געהאלטן מיט די אויפשטענדלער און זיי באזיגט. דעמאלסט איז די רוימישע מלוכה געווארן צוטיילט און דריי. שפעטער האט ער מיט זיי אויך מלחמה געהאלטן און זיי באזיגט און ער האט זיך געקרוינט אלס ערשטער עמפראר פון די רומישע עמפייער Roman empire בלע״ז.
ער האט אסאך אויסגעברייטערט זיין מלוכה און אנגעשלאסן אסאך לענדער און די רוימישע מלוכה. (קוק מאפע) ער האט איינגענומען דייטשלאנד און מזרח און מצרים פון מעריב און נאך אסאך לענדער. אויך האט ער שפעטער געמאכט א שלום מיט די פערסישע מלוכה.

רוימישע אימפעריע
רוימישע אימפעריע
roman_empire_trajan_117ad1.png (383.97 KiB) געזען געווארן 1101 מאל


פון די אנדערע זייט האט די פערסישע מלוכה דאמינירט א גרויס חלק פון די וועלט. זיי האבן דאמינירט אלע לענדער וואס ווערן היינט פארעכנט אלס אראבישע לענדער ווי אויך אינדיע. אפאר פון די באקאנטע לענדער איראן. איראק. אפגאניסטאן. ארמעניע. טערקיי. און נאך אסאך. זיי האבן געוועלטיגט פון יאר 247 BC ביז יאר 224 AD. ג אלפים תקי״ג ביז תתקפ"ד.

פערסישע אימפעריע
פערסישע אימפעריע
Map_Parthian_Empire-fr.png (217.7 KiB) געזען געווארן 1101 מאל

מאפע

די צוויי מלוכהס די פערסישע און רוימישע האבן דאמינירט די גרעסטע חלק וועלט וואס האט עקזעסטירט אויף די דעמאלסטיגע מאפע און די יארן פון פארן און נאכן חורבן. זיי זענען ביידע געווען א דיקטאטארישע הערשאפט וואס איז איבערגעגאנגען פון טאטע צו זון אדער נעפיו אדער פעטער.

נאך א גרויסע אימפעריע פון יענע צייטן איז געווען די האן דינאסטיע פון טשיינע זיי זענען געווען און די זעלבע יארן בערך ווי די רוימישע און די פערסישע אימפעריעס געשטאנען פון 206 BC ביז 195 AD ג' אלפים אסאך מךחמות בעיקר בירגער קריגן האבן עס אונטערגעברענגט פאר אסאך יארן אינמיטן און שפעטער איז עס צוטיילט געווארן אלס צוויי מלוכות

גי מלוכות אויף א וועלט מאפע
גי מלוכות אויף א וועלט מאפע
1024px-World_1_CE.PNG (247.45 KiB) געזען געווארן 1101 מאל



איך וויל מיר נישט אפשטעלו ביי יענע תקופות יעצט ס'איז דא א געוואלד וואס מען קען לייענען ווי אזוי די אימפעריעס זענען געגרינטעד געווארן און אונטערגעגאנגען אבער דאס אן אנדערע מאל וועל איך צוריקומען.

דעמאלסט האט קוים אנגעפאנגען די קריסטליכע רעליגיע צו עקזעסטירן און די אידישע רעליגיע להבדיל אלף אלפי הבדלות איז געווען די איינציגסטע וואס האט געדינט דעם אייבירשטען. און יענע יאר איז געווען אסאך קולטס און אפגעטער געווענליך לויט די געגנט. די אידן זענען געווען די איינציגסטע פאלק וואס איז געבליבן אלס א פאלק אפילו נאכדעם וואס זייער מדינה איז צוזאם געפאלן. היינט איז עס שווער צו פארשטיין ווען עס איז דא דריי גרויסע רעליגיעס און רוב וועלט געהערט צו איינעם פון די דריי. אבער יענע צייטן איז נישט געווען נאך א גלאבאלע רעליגיע חוץ אידישקייט. און דערפאר אז א מדינה איז איימגענומען געווארן האט זיך די גאנצע מדינה רעליגיע געקענט טוישן לויט די מדינה וואס האט איר איינגענומען.

צוריק צו די רוימישע. און די יארן גלייך נאכ'ן חורבן איז געווען זייער א שטורמישע יאר פאר די רוימישע אימפעריע און איינע פון יענע ערשטע יארן נאכן חורבן איז געווען די יאר וואס ווערט אנגערופען "די יאר פון פיר עמפרארס" און יענע יאר איז געווען פיר קעניגין און רוים דאס איז יאר ג תתכ"ט ולמספ' 69 די לעצטע פון די פיר איז אונזער אלעמען באקאנטער אספיאנוס קייזער ער האט אנגעהאלט די מלוכה פאר 10 יאר ביז זיין טויט

דערנאך איז געווערן קעניג זיין זון דעם אלעמען באקאנטען טיטוס הרשע ער האט נאר געקיניגט פאר 2 יאר

אונז וועל מיר געבן א שפרינג אביסל צו שפעטער נאר קודם א קליינע סך הכל און די 200 יאר פון פארן חורבן ביז ארום 200 יאר נאכן חורבן האט זיך די וועלטליכע מאפע נישט געטוישט דראמאטיק. עס זענען פארגעקומען אסאך מלחמות און אסאך קעניגן האבן זיך דורכגעדרייט און די 400 יאר עס זענען גווען שטורמישע יארן סיי פאר אידן און להבדיל גוים. אבער די דריי גרויסע מלוכות זענען אנגעגאנגען די רוימישע. פערסישע. און די האן פון טשיינע.

און די יארן פון סוף ג אלפים פאר די אנהייב פון ד' אלפים איז געווען וואו געשמועסט די לעצטע דור פון תנאים רבי וואס האט מסדר געווען די משניות (רש"י לפי איגרת רב שרירא שיטה הצרפי) אדער גאר מחבר געווען די משניות דאס הייסט אראפגעשריבן (רמב"ם לפי אגרת רב שרירא) איז געווען א קרוב למלכות וואו עס ווערט געברענגט כמה פעמים און די גמרא. די קעניג מיט ווען רבי האט געהאט שייכות איז געווען אנטינינוס ער איז געווען קעניג אויף די רוימישע אימפעריע פון תתצ"ח ביז תתקל"א ולמספ' 138 – 161 ער איז געווען די פיפצענטע 15 קעניג פון די רוימישע מלוכה (וואס איז וואו געשריבן פריער געווארן געגרינדעט און יאר ג׳ אלפים תשל"ג ביז תשע"ד)


מארגן וועלמיר ווייטער שרייבן אלע הערות און א אנדערען אשכול ביטע! יישר כחכם
באניצער אוואטאר
נאה דורש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 02, 2013 10:54 am
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

שליחה דורך נאה דורש »

נעכטן האב איך געמאכט א שטיקל טעות וואס איך האב שוין פאראכטן. איבער אנטינינוס וואס איז געווען א ידיד מיט רבינו הקדוש. דאס איז געווען אנטינינוס פיאוס וואס איז געווען די פיפיצענטע עמפראר און ער האט איז געווען גאר א באליבטע קעניג ביים פאלק. עס איז ווערט צו שרייבן אז ער איז קיינמאל נישט געגאנגען און קריג און ער האט קיינמאל נישט געפירט קיין ארמיי. זיין 23 יאר אלס עמפראר זענען געווען די רואיג'סטע יארן פון די רוימישע מלוכה.

און יאר תתקנ"ג ולמספ' 193 איז געווען גאר שטורמישע יאר פאר די רוימישע מלובה ווען און יענע יאר איז געווען 5 עמפרארס

די לעצטער פון די פינף איז געווען סעפטימיוסוואס האט געלעבט אויף מלחמות ער האט זייער אויסגעברייטערט די אימפעריע ער האט אויך מלחמה געהאלטן מיט פערסישע אימפעריע ווי ער האט איינגענומען זייער הויפשטאט ער איז געווען די לעצטער עמפראר וואס האט אנגעפנגען א נייע דינאסטיע ווייל נאך זיין דינאסטיע האט זיך די רוימישע אימפעריע צופאלן ווי מיר וועלן שפעטער זעהן. ער האט געקיניגט פון תתקנ"ג ביז תתקע"א בערך ץ ולמספר' פון 193 ביז 211
און זיינע יארן האבן געלעבט די אידישע

צוריק אביסל צו די אנדערע אימפעריע'ס די פערסישע אימפעריע איז געשטענען פון יאר ג' אלפים תקי"ג ביז תתקפ"ד דאס 471 יאר א קנאפע 200 יאר פארן חורבן און כמעט 300 יאר נאכן חורבן ולמספר' 247 ביז 224
סאיז אומקלאר און די היסטאריע ווער האט געפירט די אימפעריע די ערשטע יארן נאכדעם וואס עס האט זיך געגרינדעט.

הסבר אויף אימפעריע

דאס דארף מען אלעמאל פארשטיין אז ווען מען רעדט פון א אימפעריע וואס האט זיך אנגעפאנגען מיינט נישט אז פארדעם האט נישט עקזעסטירט דארט א אנדערע אימפעריע ס'מיינט נאר אז נייע דינאסטיע (משפחה פון קעניגין) האבן זיך אנגעפאנגען דורך מלחמות וואס זיי האבן געפירט מיט די קעניגין פון פריערדיגע משפחות און זיי האבן געוואונען און געמאכט גרויסע טוישונגען. וויבאלד אלע אימפעריע'ס {אימפעריע'ס זענען געווען צוזאמענגעשטעלט פון אסאך לענדער} האבן יענע צייטן געהאלטן אונטער זייער קעניגרייך צענדליגע לענדער מיט פארשידנארטיגע קולטורן און נאר דורך זייער מיליטער האבן זיי צוזאמגעהאלטן די אלע לענדער וואס איז אבער געשען טאמער א קעניג פון איינע פון די לענדער אונטער זיין אימפעריע האט ריוואלטירט אנטקעגן די אימפעריע איז אזוי האט די עמפראר געוואונען די אויפשטאנד איז אלעס צוריק אונטער אים. האט ער פארלוירן איז עס געווען די ענדע פון די אימפעריע ווייל אלע אנדערע לענדער אונטער זיין אימפעריע האבן געזען אז זיין כח איז אפגעשוואכט און אויפגעהערט צובאצאלן שטייערן און האבן אויך ריוואלטעט און נייש אימפעריע'ס האבן זיך געפארעמט דורך וואס געוויסע פון די לענדער האבן איינגענומען אנדערע לענדער. סאיז געווען א מצב וואס ווער עס איז געווען שטערקער פלינקער און קליגער האט געקענט אנפאנגען א נייע אימפעריע פארשטייט זיך אז זיי פלעגן קודם מאכן עלייענסעס מיט אנדערע מדינות מיט וועם זיי האבן געוואלט גיין צוזאמעםן און מלחמה אדער געוואלט פארמיידן מלחמה.


עכ"פ די אויבן דערמאנטע פערסישע קעניגרייך האט זיך אנגעפאנגען ווען אנדראגארעסוואס איז געווען א גאווערנער אין איינע פון די פראווינצן פון די פריערדיגע מלוכה האט געמאכט א אויפשטאנד און א צייט פון מלחמה און א צווייטער ארשאקהאט אויסגעניצט די געלעגנהייט און אויך ריוואלטירט און געגרינדעט די נייע פערסישע אימפעריע וואס האט זיך געצויגן קנאפע 470 יאר

ווי געשריבן פריער האט די ערשטע קעניג פון די רוימישע אימפעריע אוגוסטוס געמאכט א שלום אפמאך צו וואס ביידע צדדים האבן זיך געהאלטן ביז 16 יאר פארן חורבן ווען די פערסישע קעניג האט אינוואדירט ארמעניע און געשטעלט דארט א קעניג איינעם פון זיין משפחה וואס דאס איז געווען קעגן די אפמאך וואס זיי האבן געהאט מיט רוים. דאס האט אריינגעפירט די צוויי גרויסע אימפעריעס און א מלחמה וואס האט זיך געצויגן פינף יאר. די מלחמה האט אנגעפירט נירון קייסער וואס איז געווען די רוימישע עמפראר ער האט אויך אהינגעשיקט אריסטובולס. שפעטער האבן זיי שלום געמאכט און ער האט געהאט גוטע באציאונגען מיט אספייאנוס קייזער.
Untitled_opt.png
Untitled_opt.png (73.2 KiB) געזען געווארן 945 מאל

ער האט אויך גענדיגט די העלעניזם. זונטאג העמיר גיין ווייטער
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

נו וואס איז

שליחה דורך ישראל קאפקע »

געווארן מיט חלק ב?
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

רבי איז געוועהן מסדר משניות אדער מחבר?

וואס איז די חילוק?
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
פארשפארט