פסק דין אין באבוב: אומדירעקטע תוצאות פאר׳ן כלל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל

פסק דין אין באבוב: אומדירעקטע תוצאות פאר׳ן כלל

שליחה דורך קינד_אן_קייט »

ס׳איז שוין דא אן עיקר אשכול וועגן דעם באבוב׳ער פסק דין גופא, און אויך אנדערע אשכולות וואס באציען זיך צום סכסוך דארט בכלליות. מנגד, ערלויבט מיר ביטע דא צו ווידמען א נייעם אשכול בנוגע די תוצאות וואס דער פסק דין שטעלט פאר פאר׳ן גארער ציבור, לאו דוקא חסיד באבוב, און לאזן וואס און וויאזוי עס אפעקטירט די צדדים אין באבוב אין די אשכולות הראוי במקומם.

טייל פון די ענינים, האט מען שוין אנגעהויבן אויסצושמועסן אין די שפאלטענ׳ס פון די עקזיסטירענדע אשכולות, אבער ס׳פארלאנגט זיך צו זיין א נושא בפני עצמו לפע״ד.

כ׳וויל דערביי בעטן די חשוב׳ע מעמבערס חברי השטיבעל בעלי דעת זאלן זיך משתתף זיין כיד הטובה עליהם, און די מנהלים זאלן ביטע פרובירן צו פארסירן אז דער אשכול זאל פארבלייבן ריין און אויף די דאזיגע רעלסן. יישר כח למפרע.
כאן, חבל טבור הארץ.
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל

אומדירעקטע תוצאה א׳ - ״דעת תורה, היינו דעת בעלי בתים״

שליחה דורך קינד_אן_קייט »

הקדמה

דער אידישער גאס טומלט זיך יעצט איבער׳ן פסק דין אין באבוב, אבער כדרך העולם וועט זיך דאס אפשטילן מיט די צייט. די פרשה איז נאך טאקע נישט פארטיג און ס׳וועלן ווארשיינליך נאך אפיר קומען פרישע עליות וירידות בקרוב ובמשך הזמן, אבער היות עולם כמנהגו נוהג, ונייעס האחרונות משכחות את הראשונות, וועט צום סוף דאס אפעקטירן בעיקר די צוויי צדדים וואס וועלן זיך ספראווען מיט די תוצאות יעדער צד כדרכו.

מ׳קען אבער נישט שטיין פון די זייט און זיך איינרעדן אז דער פסק אפעקטירט בלויז באבוב, ווייל כאטש דער עצם מחלוקת איז טאקע אינערליך, שטעלט דאס אבער פאר השלכות אויך אויפ׳ן רעשט פונעם יהדות החרדית. די תוצאות פון דעם פסק דין און פון די אנדערע מחלוקת׳ער בתוככי החסידות ומבצרי התורה איבער די לעצטיגע יארן, אפעקטירט יעדן איד וואס האט א סכסוך און זוכט לכתחילה זיך צו באגיין עפ״י תורה.

נאך מער, די חסידות מחלוקת׳ער זעלבסט, אן קיין אונטערשייד ווי עס האט נאר אויסגעשלאגן (סאטמאר, ויזניץ, באבוב, וכו׳), אפעקטירט יעדן וואס רופט זיך ״א חסידישער איד״, און ס׳איז ווי א שפיגל וואס שטעלט פאר א מער קלארערע בילד איבער׳ן אידענטיטעט און צוקונפט פון אונז היימישע אידן אינעם איין און צוואנציגסטע׳ן יאר הונדערט.

דערפאר איז וויכטיג צו פארשטיין און אויסצושמועסן וואס די ראמיפיקאציעס פון אט די דין תורות זענען פאר אונז יחידים. נישט אלץ א קרעכץ אדער א זיפץ אויפ׳ן ״סיסטעם״, נאר בבחינת ״תן לחכם ויחכם עוד״, און כדי ס׳זאל נישט פעלן אין הבנה. זאל יעדער בר דעת זיך מתבונן זיין און נישט זיין א צועק לשעבר.

*

אומדירעקטע תוצאה א׳ - 
״דעת תורה, היינו דעת בעלי בתים״


מלפנים בישראל, איז א דורכשניטליכער רב (בפרט אין די שטעטלאך) געווען ווי א כלבו, א ת״ח, א מורה הוראה, א דרשן, א בעל תפילה, א בעל מכשיר, א שוחט, וכו׳, כמעט אלעס אינאיינעם געפעקעדזשעט אין איין פערזענליכקייט.

נאכ׳ן קריג האט זיך דער בילד געטוישט, יעדעס פרט פאר זיך האט זיך אויסגעשטעלט אלץ א באזונדערע תפקיד, א רב איז לאו דוקא א מורה הוראה, און א בעל מכשיר איז לאו דוקא א תלמיד חכם. פארט אבער, האבן זיך די סארט בעלי תפקידים מתחילה פאררעכנט אלץ ׳כלי קודש׳ וואס בעצם תורתם אומנתם, און דאס עוסק זיין אין די ענינים אלץ פרנסה איז געווען בבחינת מתן שכרה בצידה. 

(לדוגמה, ווען דער סאטמארער רבי זי״ע האט באאויפטראגט דעם וואוידיסלאווער רב ז״ל זיך אריינצולאזן אין כשרות איז נישט געווען קיין רעדע אז דאס זאל פאר אים זיין א מקור חיונה, נאר פשוט אלץ ת״ח, ערליכער איד, און טיכטיגער מענטש, איז ער געווען א פאסיגער קאנדידאט אהערצושטעלן א שטיקל סיסטעם אויף וואס דער ציבור זאל זיך קענען פארלאזן. פון דעם האט עווענטועל ארויסגעשפראצט די ״התאחדות הרבנים״ מחלקת הכשרות, אויך מיט׳ן כוונה צו דינען בלויז דעם ציבור, ביז ס׳איז דע פאקטא פארוואנדלט געווארן אין א ביזנעס.)

היינט, דארף מען קיינעם נישט דערציילן דעם סוד, גייט עס פארקערט. צום אלעם ערשטן זענען די סארט תפקידים א ביזנעס, און ס׳איז פארשטייט זיך בעסער און שטערקער אויב איז דער מדובר אויך א יודע ספר, אבער ס׳איז נישט מוכרח. (יראת שמים איז רעאליסטיש גערעדט שוין נישט אויף די רשימה, ווייל ס׳איז כמעט נישט שייך אפצושאצן דברים שבלב, און יעדער האט זיך זיין אייגענער מעסטער).

דערפאר, איז היינט ע״פ רוב דער משמעות פון א רב, סך הכל איינער וואס פארמאגט א בית המדרש (בעל הבית פונעם בנין אדער העומד בראשו בבחינת בעל עגלה), כלי קודש זענען מלמדי דרדקי אדער מגידי שיעור, דרשנים זענען געלערנטע רעדנער (א טייל, פראפעשענאל׳ס וואס האבן זיך געלערנט דורך מאכן אפפיעל׳ס פאר שנאר אקציעס וכדומה), שוחטים = בלויזע פאכלייט (טייל געוועזענע מוהלים), אאוו״א.

ווען ס׳קומט אבער צו דיינים ומורי הוראה, האט מען זיך אבער איינגערעדט אז דער בילד איז נאך אביסל אנדערש.

מילא די טוענים, זיי זענען אפיציעלע Hired Guns און ביזנעסלייט וואס ניצען אויס זייערע כשרונות און קענטעניסן זיך צו שלאגן פאר׳ן אמת ווען זייער קליענט איז דער גערעכטער, און זענען אויך בפירוש גרייט זיך צו באניצן מיט די תורה כקרדום לחפור בה ווען זייער קליענט איז דער גבר אלים. אבער די דיינים גופא, זיי זענען אריין געטאן ראשם ורובם אין חושן משפט און זוכן קלאר צו מאכן דעם דעת תורה וואס איז היפוך דעת בעלי בתים.

אזוי האט מען אנגענומען בתמימות.

דער פסק דין אין באבוב אבער, צווינגט אונז צו כאפן א נאענטער׳ן בליק און איינזעהן דעם אמת, און כ׳מיין דייקא נישט די טענות פון קארופציע וואס ווערן יעצט געלופטערט ווייל דאס איז בכלל נישט מיין טענה אדער נקודה דא.

די נקודה איז, אז דער דיין איז היינט בעצם א בעל הבית, ער פירט א ביזנעס, צו ס׳איז הכשרים, מוסדות אדער דין תורות, איז א קנאפער אונטערשייד, הצד השוה איז אז זיין דעת ברויך לכאורה נישט פאררעכנט ווערן ווי עפעס אנדערש פון דעת בעלי בתים.

ס׳פארהאן גענוג בעלי בתים וואס זענען שיינע תלמידי חכמים, און ס׳איז קיין שום חסרון נישט אז ס׳זענען אויך פארהאן תלמידי חכמים וואס זענען עוסק אין מסחר. אבער די ליניעס דארפן זיין פעסט און קלאר, און א היינטיגער דיין וואס איז עוסק אין מסחר דארף פארלירן זיין באהויפטונג אלץ ריינער דעת תורה אדער שטעלפארטרעטער פון הלכה.

כ׳בין למעשה נישט אויסן פארצושלאגן וועלכער עס איז בעסער, צו דעת תורה אדער דעת בעלי בתים, דאס ווענדט זיך אלעס לפי המקום והזמן און יעדער מענטש זאל זיך קלויבן וואס אים איז מער פאסיג לויט זיין מצב, אבער אין קיין אילוזיעס טאר מען נישט לעבן און זאלן די צוויי בלייבן פונאנדערגעשיידט.
כאן, חבל טבור הארץ.
ווייט פיש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 12:37 am
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך ווייט פיש »

יושב בסתר
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 05, 2014 1:18 pm
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

אפרש פארקערט

שליחה דורך יושב בסתר »

אויב בי"ד וואלט ארויסגעגעבן א מעסיגע פשרה, כאטש ס'איז זיי מבורר געווארן אז איין צד איז גערעכט, וואלט עס גורם געוועהן אז אסאך וואס האבן א די"ת (אין האלטן אז זיי זענען גערעכט) וועלן שוין נישט גיין צו די"ת.
(פארשטייט זיך אז דער וואס איז נישט גערעכט וועט וועלן גיין אין די"ת צו מאכן א פשרה).
moshe613
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 139
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 2:15 pm
האט שוין באקומען לייקס: 18 מאל

שליחה דורך moshe613 »

היינט האב איך נאכגעהערט אז 3 דין תורות זענען געקענסעלט געווארן כתוצאה פין פחד ווי ווייט א קארופטער בי״ד קען אהנקומען, איינער פין די דיי תורהס איז רא״ב ראזענבערג געדארפט זיין א שליש. קען עס איינער קאנפירמען?
בארא פארקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 24, 2014 9:41 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך בארא פארקער »

יא יא, אבער ביסט ראנג מיט די נומבער'ס ס'נישט דריי דין תורות, ס'דרייסיג.
כ'הער אויך אז הרב ראזענבערג האט שוין חרטה וואס ער האט געפאסקענט.
אין הרב באבד גייט נאכגעלט אין שומר שבת ווייל ער איז דערנאך
אין די טשאקעווע זיצט אין תפיסה,

כ'מיין כ'האב עס געהערט פון די זעלבע מקור ווי דיר
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אפטעמיסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: צוגעלייגט "הרב"
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

תוצאה ב'

אז ווען מען גייט צו א שווערע דין תורה וועט מען זיך אויסנעמען אז מען מוז פסק'נן ווי מיין צד, אז נישט מוז זיין אז ענק וועלען נעמען שוחד....


אופס, כ'מאך א ווערטעל.

אן אמת'ר תוצאה איז שוין געוועהן אין חב"ד וואס האט גענומען רז"ב פאר א בורר צו שליש, און האבען זיך אויסגענומען א זמן ווילאנג די דין תורה מעג נעמען.

אין די פסק רעדט זיך רז"ב אהן אז מען האט נישט געהאט גענוג צייט וכו''.

עס איז בעצם א קלוגער זאך פאר עניבאדי מיט א דין תורה צו טוהן.

אין די באבאווער דין תורה איז די פסק געלעגען אנגעשריבען אכצען חדשים פאר עס איז ארויס, פאר נא גוד ריזען.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
כנור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

שליחה דורך כנור »

פעטערגריפין זאגט דא זייער גוט.
viewtopic.php?p=218149#p218149
בין א פריוואטע איד מיט א מיינונג.
איטשע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 36
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 6:55 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

שליחה דורך איטשע »

דער וועלט שטייט אין דער זייט און קוקט, און מאכט החלטות.
מען וויל נישט וויסן וואס די צדדים האבן געטוען, פארלאנגט, וואס מען האט געאפפערט. וואס ס'האט זיך אפגעטוען 9 יאר.

דער די"ת.

כ'וויל נישט אריין אין קיין ויכוחים דא, ווער עס האט אן אינטערעסע, קען זיך נאכפרעגן און געוואויר ווערן:
דא האבן ביידע צדדים פארלאנגט א דין תורה - ביידע צדדים האבן בפירוש "נישט" געוואלט הערן פון קיין פשרה.
קיינער איז נישט קארופטעט, פאר ניין יאר, האט הן בי"ד, הן זייטיגע רבנים וואס האבן געהאט אן אינטערעסע, פראבירט מפשר צו זיין, מען רעדט דא פון א פשרה הן לגבי געלטער מער פון דאפלט וואס בי"ד האט עם צוגעווארפן, און הן לגבי די נאמען, אז ער מוז עס נישט גענצליך אויפגעבן.
אבער צד א' האט נישט געוואלט הערן פון גארנישט.
מען רעדט פון א צד, וואס דער "גאנצע וועלט" האט פארשטאנען, אז "אלעס" קומט זיי זיכער נישט. דאך זענען זיי געשטאנען, און געשריגען "הכל שלי", אפילו נאכ'ן פארלירן "9" פסקי דינים זמנים וחלקיים. מען איז דא געגאנגען מיט'ן קאפ אין וואנט, בי"ד האט זיך מיט זיי פשוט נישט קיין עצה געגעבן.

אויב גייט עס צו אלס א דין תורה, איז נישטא קיין פשרה, און אז ס'איז נישטא קיין פשרה, באקומט איין זייט "אלעס", אזויווי בי"ד האט גע'פסק'נט.
צד א' איז נישט צופרידען מיט דער די"ת ווייל זיי האב באקומען "צו ווייניג", צד א' איז נישט צופרידן מיט דער די די"ת, ווייל זיי האבן נישט באקומען "אלעס".

קומט זיך דער גאס מענטש און שרייט: הלמאי, קארופציע, איין זייטיג, נישט יושר?
העלאו?! די ווייסט די טענות? די ביזט געזעצן דארט'ן.

9 יאר.
אין די ניין יאר האט בי"ד גע'פסק'נט צען די"ת, ניין קלענערע און איין גרויסע.
פון די ניין יאר, האט מען צוויי יאר גארנישט געטוען, נאר געווארט, אז צד א' זאל קומען אונטערשרייבן דער פס"ד.
ס'איז נישט לאנג, ס'איז שנעל.

בד"א, דער פסק איז שוין גרייט כמעט צוויי יאר, און "נאכדעם" האט מען נאך אלס פראבירט מפשר צו זיין, מיט שווערע סומעס געלט, אבער צד א' האט נישט געוואלט.
--
וואס מען דארף זיך אפלערנען פון דער די"ת איז, אז אויב "פאלאנגסטו אלעס", האסטו א טשאנס צו "פארלירן אלעס"!
באניצער אוואטאר
Lexus
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2013 7:55 pm
האט שוין געלייקט: 874 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

שליחה דורך Lexus »

איטשע, די זאגסט זייער גוט, און איך האב דיר געוואלט געבן א לייק, אבער איך האב א פאליסי אז איך געב נישט פאר איינער וואס האט נאך קיינמאל נישט געלייקט
איטשע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 36
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 6:55 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

שליחה דורך איטשע »

נאדיר א לייק...
מאיר הערש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 183
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2013 4:38 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל

שליחה דורך מאיר הערש »

איך גיי מיך נישט אריינמישן אין באבוב'ער פוליטיקס. איך בין נישט קיין דיין און נישט קיין זון פון א דיין. איך ווייס נאר איין זאך וואס קינד און קייט האבן געלערנט און ווייסן וואס דער הייליגער רש"י זאגט אין פרשת בראשית אז די לבנה האט גע'טענה'ט "אין שני מלכים משתמשין בכתר אחד", האט דער רבש"ע געזאגט פאר די לבנה "לכי ומעטי עצמך", אויב אזוי, ביסטו גערעכט און מאך דיך קלענער, דער מלך וועט זיין דער צווייטער און נישט דו."

אז איינער טענה'ט איך בין דער באבוב רבי און נישט דער צווייטער, זאגט דער רבש"ע פונקט פארקערט, יענער איז רבי און דו נישט. אויב דער בית דין וואלט געגאנגען אין די וועגן פון באשעפער "והלכת בדרכיו" און גע'פסק'נט אזוי אדער כאטשיג זיי אויסגעגליכן א ביסל - ווי נישט ווי, עס קומט זיך דער צווייטער זייט וואס פירט ווייטער נאך דער הייליגער צדיק, דער הייליגער רבי, דער עלטערער ברודער דער צדיק יסוד עולם זצוק"ל, און וואס האט כאטשיג איבערגענומען א דריטל פונ'ם קהילה אויב נישט מער - וואלטן זיי (דער בי"ד) מער מצליח געווען מיט'ן פסק הלכה און געהאט מער כבוד סיי פון באבוב און סיי פון דער וועלט. יעצט גייט איין זייט ארום אין דער וועלט מיט'ן נאז אראפ און דער צווייטער זייט טוט דער נאז פון דער וועלט אראפקוקן אויף זיי. בקיצור, ביידע האבן פארלוירן.

לכתחילה וואלט עס געווען פיל שענער אז עס זענען דא צוויי באבוב'ער רבי'ס אדער אפילו 5 באבוב'ער רבי'ס, אזוי ווי ס'איז דא א סך נאדווארנער רבי'ס, א סך ספינקער רבי'ס, א סך חוסטער רבי'ס וכו'. קען אויך זיין א סך באבוב'ער רבי'ס און די וועלט וועט נאר פארדינען דערפון. - מען דארף דאך קענען פארגינען...

איך האב געהערט אז א סך חשוב'ע אידן אין באבוב 48 האבן געהאפט אז "מען" וועט מסכים זיין מאכן עטליכע באבוב'ער קהילות. עס וואלט געווען סך בעסער פאר די חסידים צו האבן א רבי אויף א קלענערן פארנעם. דער פאקט איז, ווען דער מהר"ש השני זצוק"ל האט אנגעפאנגען פירן נאך די מלחמה האט ער געהאט א קליינעם עולם און זיך געקענט אפגעבן מיט זיי ממש פערזענליך און עס זענען טאקע אויסגעוואקסן חשוב'ע חשוב'ע חסידים, אנדערש ווי די חסידים וואס זענען צוגעקומען שפעטער אין די הונדערטער אדער טויזנטער און דער מהר"ש האט זיך נישט געקענט אזוי אפגעבן מיט זיי.


דרך אגב, ס'איז דא איין באבוב'ער רבי - רמ"ד. די שאלה איז נאר ווער איז באבוב'ער רב – רב"צ אדער ר"י?
חרבונה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 69
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 4:19 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

באבוב וועט זיך שוין מסדר זיין בע''ה, וואס וועט זיין מיט אונז

שליחה דורך חרבונה »

די פסק איז שוין היסטארי, וואס ווייטער?

קהל באבוב רמ''ד וועט זיך אויסקומען בעז''ה, וואס וועט זיין מיט אונז?

די נושא פינעם פסק דין אין באבוב האט שוין דא אריינגעצויגען פילע בלעטער פון געמויזעכץ און פארברענט הינדערטער שעות פלאפלערייען, וואס מער ווייניגער געהערט דאס שוין צו די היסטאריע ביכער

די שאלה איז וואס ווייטער? וואס גייט מען יעצט טון מיט די הינדערטער און טויזענטער נשברי לב און אידן וואס ברויכען צוקומען לדעת את אשר יעשון און ווילען טון די רצון ד' פון גיין זיך מתדיין זיין ביי א בית דין פון אידן כשרים, וואס גייט זיין ווייטער זייער עתיד? גייען זיי עפעס געהאלפען ווערן למעשה? גייט זיך עמיצער קימערן אויף זייערע שאנטאזען וואס זיי האבען דורכצוגיין?

אויף די דערשלאגענע און צובראכענע פינעם פס''ד און באבוב, דארף מען נישט זיין צופיל באזארגט ווייל מסתמא וועט מען זען און מען זעט שוין צו שאפען די נויטיגע פאנדן צוריק אויפצובויען דעם מלכות באבוב און איר אהערשטעלן אויפען שענסטן און בעסטן, מיט פרישע כוחות טראץ וואס מען האט אזוי מיאוס צוגעפיקסט די קהילה, וועלן זיך יאווען פרישע ענערגישע כוחות איר צו אוועקצושטעלן אלץ א כלילת יופי

אבער וואס וועט זיין מיט די יחידים סתם שלעפערס וואס קענען נישט זיך ספראווען מיט די מאפיאנערישע סיסטעם וואס טוט באדראען דעם עתיד פין ערליכע דין תורה'ס אין כלל ישראל, און טוט רואינירען לעבנס/פארמעגנס... פון אידישע קינדער וואס ווארטען צו הערן א יושר'דיגע פס''ד

האט עמיצער א לעזונג אדער עצה פאר דעם?

מעגליך אז ס'שוין צייט צו פארופען א כינוס (כלל ישראל) פון יודען חשובע בעלי בתים זען וויאזוי מען קען אוועקשטעלן א ערליכע דין תורה סיסטעם. און איינוועגס וועלן שוין די רבנים/קהילות/אדמורי''ם אויך קענען נהנה זיין דערפון אז בשעת זיי וועלן זיך קריגען אויף זייערע ירושות/ רבנות וכדומה וועט זיין א נארמאלע יושרדיגע הנהגה און סיסטעם וואס פסקנט כדת של תורה און אנשטאט צאלען די רויבערישע סכום פון ''פינעף מיליאון דאלער'' פאר א דין תורה וועט אזא געשעפט קענען ערלעדיגט ווערן בלויז פאר קליינע נומערן ערגעץ אין די טויזענטערס.
באניצער אוואטאר
חסיד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל

אדרבה הערשט יעצט וועט מען גיין צו בתי דינים

שליחה דורך חסיד »

קען מיר עמיצער מסביר זיין דאס וויי געשריי?
איך זעה דא א ישועה פאר אידן בכלל.
אז א איד האט א דין תורה און ער ווייסט אז כולו שלי און כ'בין גערעכט, האט ער מורא אז דער דיין וועט וועלן שפילן 'נייס גיי' און געבן חצי חצי צו ווייזן וואסערע מפשר ער איז, און ווייזן ווי גוט ער איז מיט יעדן, בפרט אז אין די גאס און משפחה וכדו' האבן מער סימפאטיע מיט דעם אנדערן צד, משא''כ אין קאורט ווייסט ער אז ס'איז נישט דא קיין חכמות, גערעכט איז גערעכט, נישט קיין חילוק וואס דעת הקהל זאגט וכדו' ע''כ אין אזא מצב שמעקט אזא איד דייקא ערכאות

דאס איז ביז צו די באבוב'ער פסק

נאך די פסק זעט א איד אז אפילו ווען רבנים זענען אונטער אסאך פרעשור און זיי ווייסן זעהר גוט אז קיין חיים טובים וועלן זיי נאכדעם נישט האבן, איבעראל וועט מען זיי נאכקוקן מיט פארדאכט און באשמיצן מיטן ארגסטען דורך מענטשן וואס ווייסן נישט בחייכון וואס די צדדים זענען,
אעפי''כ איז ארויסגעקומען א קלארער פסק מיט א שטארקע געווינער פאר איין צד מיט גאר קליינע קענסעציעס!
דאס איז תורה! דאס איז א פסק! אדרבא יעצט וועט מען ערשט גיין אין בית דין!
חייםהערש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 03, 2012 8:45 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך חייםהערש »

דער איינציגען תוצאה וואס איך זע פון באבוב
אז קיין שום בעל דין טאר בשום אופן נישט מסכים זיין אויף א שטרי בירורין אז דער רב מיז נישט שרייבען מהיכן דנתוני
האלב פון די קארופטירטע חברה וועלן נישט קענן טון וואס זיי ווילן אויב זיי מוזען גיבען א דין וחשבון אויפן פסק
באניצער אוואטאר
חסיד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל

שליחה דורך חסיד »

חייםהערש האט געשריבן:דער איינציגען תוצאה וואס איך זע פון באבוב
אז קיין שום בעל דין טאר בשום אופן נישט מסכים זיין אויף א שטרי בירורין אז דער רב מיז נישט שרייבען מהיכן דנתוני
האלב פון די קארופטירטע חברה וועלן נישט קענן טון וואס זיי ווילן אויב זיי מוזען גיבען א דין וחשבון אויפן פסק


עס איז נישט קיין שלעכטע געדאנק אז מ'זאל פארלאנגן דעם מהיכן דנתני, עס וועט זיכער זיין געשמאקער צו לייענען פסקים נאכדעם, לדוגמא אין באבוב וואלט עס מונע געוועהן פארשידענע טענות. דער איינציגער פרובלעם איז אז ס'עפענט אויף אז רבנים זאלן זיך כסדר מוזן פארענטפערן פאר כל בר בי רב דחד יומא וועלכער וועט ערפינדן א טינא וטענה של מה בכך און אויספויקן לאור עולם כאילו ער האט ערפינדן אמעריקע און די רבנים וועלן אדער אויסזען ווי פארלירער אדער קיינמאל נישט פארטיג ווערן
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

להבדיל, אין די גויאישע ערכאות (עכ"פ אין אמעריקע) זענען אלע פסקים פון ריכטערס לאנגע בלעטער, מיט כמעט נאר "מהיכן דנותני", סברות, הכחות, מדמה מילתא למילתא, וכו', ספיציעל ווי מער היי-פרופיל קעיסעס און העכערע געריכטן, סקען אסאך מאל זיין 20-30 בלעטער און ממש נאר די לעצטע אדער די ערשטע שורה איז די עצם פסק, יעדער פסק איז א תורה שלימה פאר די דורות הבאים, ביי דין תורות וואלט עאחכו"כ געברויכט אזוי זיין, ספעציעל אזא היי-פרופיל קעיס, און זיי האבן געהאט די וועלטס צייט, 9 יאר,
חרבונה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 69
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 4:19 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

שליחה דורך חרבונה »

איך ווייס נישט פארוואס מען האט טענות איבער די מהיכן דנתוני אין באבוב

דא האט איר זייער קלאר

צד 45

צד 45

צד 48 (הברי ושמא)
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

אינטרעסאנט אז דער וואס פארלירט איז דער וואס וויל פארלאנגען מהיכן דנתני. פארוואס? ער האפט כאטש עפעס מיט דעם צו מאכען.

ווען דער וואס געווינט פארלאנגט עס, וואלט עס געוויזען אז וועלט איז וועלט.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
חסיד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל

שליחה דורך חסיד »

עס ווענט זיך אויב דער היכן דנתני איז א שאלה אדער א קשיא (און לויט די תירוץ פון "גדולי ישראל" ודי לחכימא)
אדמו״ר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 26
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 12:31 am
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 36 מאל

שליחה דורך אדמו״ר »

האט אפשר איינער א עצה וואס מ׳וואלט געדארפט טון אז ס׳זאל נישט ארויסקומען קיין ״אומדערעקטע תוצאה פארן כלל ישראל״?
אויב האבן די דיינים איינגעזען אז צד רב״צ איז גערעכט, איז וואס איז דא צי טענהן?
אלא מאי, איז די פראבלעם נישט אז די פסק איז כל וכך, וויל אויב דער צד איז גערעכט האט מען דאך אזוי געדארפט פסקנען, נאר דער פראבלעם איז אז יעדער האלט אז ״ער״ פארשטייט ביידע צדדים אזוי גוט, און אנע נגיעות, אז ער ווייסט שוין קלאר אז די דיינים האבן זיך טועה געווען, און במילא איז קאראפציע?
איך פארשטיי נישט, עס איז דאך לכאורה קלאר אז ס׳זענען דא דא 2 צדדים, ווער קען זאגן מיט א זיכערקייט אז ער ווייסט אז יא! צד .... איז גערעכט! נו, אז מ׳האט במילא א ספק, פארוואס זאל מען אנעמען אז די דין תורה איז קטראפטירט?
לאמיר נישט פארגעסן אז א דין תורה האט סייעתא דשמיא, די שכינה איז דארט (אויב מען זיכט דעם אמת-פארשטייט זיך).
פארשפארט