זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

פליז לאז אפ אונזער שטיבל עס איז פונקט גוט כמו שהוא
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

ראשעקאל האט געשריבן:לייג א עד בלאקער

די עדבלאקערס ארבעטן נישט אויף געוויסע היימישע וועבזייטליך וויבאלד זיי נוצן נישט די עד סערווערס פון די גרויסע עד קאמפאני'ס, נאר קלענערע היימישע קאמפאני'ס. ממילא דארף מען גיין צו יעדע עד אויפן פעידזש, רייט קליקן, אדער אין די סעטינגס פונעם עד בלאקער, געוואנדען אין וועלכע מ'נוצט. מ'טוט דאס איין מאל, ס'נעמט דריי מינוט, און מ'שפארט זיך אסאך צער ועגמ"נ.
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

שליחה דורך מ גפני »

האט איינער פון ענק דא שוין פראבירט צו לייענען נייעס אויף NEWS12.COM? זייער אסאך מאל קומט ארויף א ריזיגע באקסל - וואס מ'קען נישט עקסן - און אויף צו קענען בכלל אריין גיין אויף די וועב-זייטל מוז מען זיך איינשרייבן מיט א אי-מעיל אדרעס און קריעטען א פאסווארד, פארוואס טוהן זיי דאס? פארגינען זיי נישט אז מ'קען לייענען זייער נייעס?
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

סתם אנטיסעמיטען
טיען עס נאר אפציטין אידען ווייל ווער זיצט אויף אינטערנעט אויב נישט אידען????
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

ארטיקעל װעגן סעליולער סערװיס אין אמעריקע, ס׳איז א װײטאג.

http://www.bloombergview.com/articles/2 ... vice-stink
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ישמעאל הכהן האט געשריבן:ס'דא א פראגרעם וואס מ'קען דאונלאודען בכינם ס'וועט בלאקן אלע עד'ס
מ'האקט

ישמעאל כהן גדול: יפה דיברת. דו האסט געשריבן "בחינם" מיט די אותיות פון "כינם". ווייל ס'דא א באקאנט ווערטל. "בחינם קריגט מען כינם"... :? י-) :lol: :roll: :P :oops: ;) :o
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

טיטאניק האט געשריבן:מיר גראדע רעגט אויף אז קאווע שטיבל האט "נישט " קיין עדס
די מושג פון האבען עדס איז לאו דוקא די געלט וואס קימט אריין
עדס צייגען אז דער וועב סייט איז פיקט אפפ און מענטשען טיען דאס אנערקענען מיטען צאלען געלט ווערען געזען ביי זייער אסאך ליינערס

טיטאניק: ס'שטייט אין די גמרא. "קריינא דאיגרתא איהו ליהוי פרוונקא". דער וואס ליינט דעם בריעף זאל מקיים זיין וואס שטייט דארט.. נו, הייב אן. לאז וויסן דעם עולם ווען דער טיטאניק פארט ארויס פון די מאנהעטן פיער. יעצט וועסטו שוין וויסן צו וואטשן אז די שיף זאל נישט אריינקראכן אין אן אייזבארג... :? 8-) :lol: :lol: :lol: :P :oops: ;) :o
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

איך קען נישט דערליידן ווען איינער זאגט "אבער" במקום "אדער". לעצטענס ארבעט איך מיט איינעם וואס האלט אין איין זאגן "יא אבער ניין" "דעיס אבער יענץ ". ס'מיר שווער יענעם צו זאגן עפעס ווייל ער איז סאך עלטער ווי מיר אבער איך ווער צעפלאצט יעדעס מאל איך הער עס.

איך האף אז יענער דרייט זיך דא אין שטיבל און ליינט מיין תגובה.
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דריידל האט געשריבן:איך קען נישט דערליידן ווען איינער זאגט "אבער" במקום "אדער". לעצטענס ארבעט איך מיט איינעם וואס האלט אין איין זאגן "יא אבער ניין" "דעיס אבער יענץ ". ס'מיר שווער יענעם צו זאגן עפעס ווייל ער איז סאך עלטער ווי מיר אבער איך ווער צעפלאצט יעדעס מאל איך הער עס.

איך האף אז יענער דרייט זיך דא אין שטיבל און ליינט מיין תגובה.

יא. איך דריי מיך (ב"ה) דא אין קאווע שטיבל. אדער דו ווילסט דאך נישט אז מ'זאל מגלה זיין ווער דו ביסט. כ'גע- דיר צוויי ברירות. אבער שטעלסט דו זיך ארויס אבער נישט... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: ;) ;) ;) :o
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

איך ווייס נישט יא "אבער" ניין ער דרייט זיך דא, "אדער" זיין איידעם דרייט זיך זעכער דא.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

שטילע אינגערמאן האט געשריבן:כ'רוף א גרויסע שטארקע קאמפעני ווי א ער-ליין צו א טעלעפאון קאמפעני אדער אפי דער באנק, אין א שיקסע וואס ווייסט נישט ווער האט זי די קאפ געשטעלט הייבט אויף די טעלעפאון.
מ'קען אראפ גיין פון זינען מיט די טיפשותדיגע חברה מיט א צובראכענע ענגליש וואס פארשטייען נישט בחייכון די ערשטע זאך פון די קאמפעני וואס זיי ארבייטען.
כ'קען נישט יעצט אויסשרייבען באריכות וואס כהאב יעצט מיטגעלעבט, קריטיש וויכטיג געדארפט עפעס ארלעדיגן אין די פארשאלטענע טיפוש קען ענגליש ווי איך כנעיזיש,
פראבירט זיך צו מאכן באטאמט מיטן אויס ליינען פון א צעטעל אז אלע קאלס זענען ריקארדוד וגו'

א חוצפה פון די קאמפעני פארן דינגען זעלעכע חברה. פאר דעים צאל איך גראב געלט? כדי דער שוטה זאל מיך לייגן אויף האלט ווייל זיי וויסט נישט גארנישט אין נאך א האלבע שעה ארויף שטעלען א צווייטע גולם?????
:evil: :evil: :evil: :evil:

כ'האלט פאר א הארץ עטאקע, פארשאלטענע גולמים, הענגטס ענק אלע אויף, גייטס אין די ערד, משגועים,
its me
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 93
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 12:06 am
האט שוין געלייקט: 44 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל

שליחה דורך its me »

דריידל האט געשריבן:איך קען נישט דערליידן ווען איינער זאגט "אבער" במקום "אדער". לעצטענס ארבעט איך מיט איינעם וואס האלט אין איין זאגן "יא אבער ניין" "דעיס אבער יענץ ". ס'מיר שווער יענעם צו זאגן עפעס ווייל ער איז סאך עלטער ווי מיר אבער איך ווער צעפלאצט יעדעס מאל איך הער עס.

איך האף אז יענער דרייט זיך דא אין שטיבל און ליינט מיין תגובה.

I have the same problem with my boss, it drives me insane. Also, when he wants me to call somebody, he says "kol em up" in yidish.
Let me guess your coworker is north of 50
If I want your opinion, I'll ask you to fill out the necessary forms.
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:איך ווייס נישט יא "אבער" ניין ער דרייט זיך דא, "אדער" זיין איידעם דרייט זיך זעכער דא.


געווענדליך שרייבסטי גוט און איך שטעל דיר אויפ'ן חזקה אז דאס איז אויך גוט. אבער וואס זאל איך טאן אז איך פארשטיי נישט וואס די שרייבסט?

זיי מסביר, ביטע
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

לאמיר דיר מסביר זיין מיין [tag]דריידל[/tag].

(איי איי מסביר זיין א ווערטעל איז סתימת הגולל פונעם ווערטעל אבער שוין..)

איך באצי מיך צו דיין צווייטע נקודה אז דו האפסט דער "אבער" זאגער ליינט קאווע. מיין ריספאנס איז אז זיין איידעם ליינט זעכער, ווייל מיין שווער רעדט אויך אזוי.

מיין סטעיטמענט טוישט אויך ארום די צוויי ווערטער "אבער" מיט "אדער" ודוק כי עמוק הוא.

דא דארף מען לאכן :lol:
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

:lol: :קלאטש
פארדריי די דיר דיין קאפ
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

ס'ארא מין חוצפה! איך לײען עפעס דא אין שטיבל אדער אפילו אמאל איז עס װאס איך האב געשריבן, און ס'גײט נישט אדורך קײן האלבע שעה און א חבר שיקט עס אויף װאטסעפפ. איך מײן אדער שרײב פון װאו ס'קומט אדער כאטש שרײב ק/פ. איטס אנבליװעבל װיפיל זאפטיגע לשונות װערטלעך אדער תגובות קומען פון קאװע שטיבל און מען געט נישט קרעדיט. העלאו! דו לײנסט זיך אן דא?! האסט הנאה?! דו שיקסט נאכדעם ארום פאר אלע חברים עפעס װאס זײ האבן אויך געלײנט דא אדער גײען באלד לײנען דא. זײ װײסן אז דו לײנסט אויך דא, סא פארװאס באהאלטסטו עס?

סטענד פראד!
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
קאפקעיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 97
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 7:28 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 76 מאל

שליחה דורך קאפקעיק »

מיך רעגט אויף די סוף פון די הארלעם ריווער דרייוו ארויף צו דעם דז'ארדז' וואשינגטון ברידז', איך קען זיצן און זיצן און נאכאמאל זיצן, און מ'קומט אן צום רעמפ און ס'פארט ארויף א מחייה, וואס די גיהנום איז מען געזעצן ביז יעצט?! די רעמפ פארט גוט, די ברידז' איז גוט, (חוץ ווען קריסטי וויל אפטוהן איינעם...) סוי וואס איז מען געזעצן ביז יעצט?!
ווער ס'וויל קען טאקע נעמען די וויליס עוועניו ברידז' צו דעם מעידז'ער דיגען עקספרעסוועי, און דארט כאפן די דז'ארדז' וואשינגטון ברידז', אבער איך ווארן פון פריער, מ'קען פון איין זייט זעהן די צווייטע הייוועי, אריבער די וואסער, און בדוק ומנוסה, יעדע מאל איך נעם די הארלעם ריווער דרייוו פארט די דיגען גוט, און יעדע מאל איך נעם די דיגען פארט די הארלעם ר. ד. גוט, און דאס רעגט אויף!
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

די נוסח פון פסוקי דזמרה בימים הנוראים, ספעציעל ביי די וואס האבן א חיות אין קוועטשן און ציהען ווערטער.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

אוי ונבנתה דו דערמאנסט מיך. װאס װעט זײן פון הײ יאר און װײטער אין באבוב 45? מען װעט דארפן
טוישן דער גאנצע נוסח פון חודש תשרי :twisted:
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
בערל_פרוכטבייסער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 119
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 1:37 am
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

יחזקאל (זיגי) בראך געמאכט א דיעל פאר 17 מיליאן דאללער!!!

שליחה דורך בערל_פרוכטבייסער »

רבותי איך פארגין אים נישט!
וואס הייסט אידן האבן נישט ווי צו וואונען מען צאהלט פאר א לעכל אין בארא פארק שווערע אלפים, און דער זיגי האט פארקויפט א ריזן לאט וואס וואלט געקענט גענוצט ווערן פאר דירות פאר א קהילה (געהערט האב איך פאר באבוב רמ"ד) פאר גאנצע זיבעצן מיליאן דאללער.
די לאט איז אויף דעהיל אין 38 סטריט לעבן די נייע סאטמאר (רז"ל) מקוה.

פשט איז אזוי, זאל ער האבן מיליאנען אבער באשעפער דער זיגי האט עס נישט געקענט פארקויפן פאר דעוועלאפערס, וואס עפעס פאר א קהילה
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

כ'פארשטיי נישט קיין ווארט. פליז זיי מסביר.
Under influence
בערל_פרוכטבייסער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 119
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 1:37 am
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך בערל_פרוכטבייסער »

קאווע טרינקער האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט קיין ווארט. פליז זיי מסביר.


וואס פארשטייסטו נישט
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ערב יום טוב. ביי מיר אין אפלייענס געשעפט (*) איז דער הייסטער סעזאן פונעם יאר, עס טוט זיך א טומל און א געפילדער, ס'קוים דא צייט צו כאפן דעם אטעם, קאסטומער שטראמען כסדר אריין ב"ה, און פארלאזן דעם געשעפט מיט פולע באגאזשן סחורה און דער רעדזשיסטער וואקסט ווי אויף הייוון. שטייצעך די גרעסערע אפלייענסעס דארף מען אראנדזשירן דעליווערי, קאסטומער סערוויס פארנעמט אויך א וויכטיגן מקום, יעדער מיט זיינע/אירע ספיקות און פראגעס, ביז מען באשליסט וועלכע מאדעל איז פאסיג, און שפעטער די רעטורנס, די פאון סטאפט נישט קלינגען, מען קען פשוט נישט נאכיאגן דעם דימענד ב"ה. לכבוד יו"ט.

דער טעלעפאן קלינגט שוין ווידעראמאל. האלא, אפלייענס געשעפט, האו קען איי העלפ יו? יא, א גוטן, דא רעדט מיסיס קאצנבורג, א שנור פון די עביוזער פאמיליע – זאגט זי מיט א רואיגע שטימע, האבענדיג די וועלטס צייט – איך האב א שטיקל פראבלעם מיט א מיקסער וואס איך האב געקויפט ביי אייך א האלב יאר צוריק. איך וואלט אפשר געקענט האבן פון אייך די גענויע מאדעל נומבער און דע טעלעפאן נומער פון די קאמפאני'ס קאסטומער סערוויס? אוי, פונקט יעצט! טראכט איך צו מיר, אבער איך פארבייס די ליפן, און אנשטאט זאג איך, "זיכער, לאמיך אייך אויפזוכן די פארלאנגטע נומערן".

'געטראפן!' זאג איך, 'דא האט איר די נומבערס'. "איין מינוט, לאט מיר נעמען א פעדער, נא, וואו האב איך א פעדער, לאמיר זעהן אין די לעדל, נאופ, אפשר אין די אנדערע לעדל, ווייטער נישטא, אלע שרייב געצייג פאקן די קינדער ארויס פון דא, לאמיך זעהן אויפן קאונטער, אה איך האב געפינען איינס, וואס איז די נומבער? אוי, דער פעדער שרייבט דאך נישט, האק האק האק, אפשר דאך ווילסטו ארבעטן? ניין, נאך אלץ נישט, עס בלייבט פאר'עקשנ'ט, וואס טוה איך דא? חנה'לע! חנה'לע!!! נו, איך רוף דיר, הערסט נישט? קום אהער! האסט אפשר ערגעץ א פעדער אדער א בליי?"

"נו , נו," מורמל איך אונטער בשעת מיינע נערוון האלטן פאר אן אויספלאץ רח"ל, "אסאך מענטשן ווארטן דא, יאגט אייך אונטער מיסיס",

"יא יא, איין מינוט, איימסארי, די פעדער האט פונקט אויפגעהערט ארבעטן, חנה'לע, האסט עפעס פאר מיר צו שרייבן? יא, אקעי, א קרעיאן איז אויך גוט, אבער ברענג שוין ווייל דע מענטש ווארט! אויף וואס ער ווארט? כעל דיר באלד זאגן, קודם ברענג מיר דעם קרעיאן מיט א שטיקל ליידיגע פאפיר אויף וואס איך קען שרייבן, אוי, פונקט א לייט בעיזש קאליר האסטו מיר אנגעברענגט? מען קען דאך נישט ליינען דערפון, ברענג א דארקערע קאליר קרעיאן, יא די צובראכענע איז אויך גוט, אבער ברענג שוין עפעס, נו שנעל......

מען דארף נאך צוענדיגן?? וויפיל מאל מאכט זיך ווען מענטשן קלינגען אריין פאר אינפארמאציע, און "פארגעסן" אז אין א מינוט ארום גייען זיי דארפן שרייבן! פאר א פריקען יאר, גרייט דיר אן א גוטן פעדער און א שטיקל פאפיר בעפאר דו הייבסט אויף דעם טעלעפאן!! פארוואס שפילסטו מיט יענעמ'ס צייט און דו זיצט יענעם אויף די געהירן???

* סעזאן און געשעפט נעמען פארענדערט
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט