"דער בלאט"

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
משה רוקח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 434
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 7:45 pm
געפינט זיך: רואיגערהייט ביים וואסער
האט שוין געלייקט: 133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

שליחה דורך משה רוקח »

איך האב געזעהן דער בלאט דער וואך ביי מיין טאטן און איך הייב אהן עס צו ליינען פונעם דעקל.
איינער האט אן אנונג וואס דער וויל מיט'ן גרעף אויפ'ן דעקל? לויט דער גרעף קומט אויס אז דילאן האט געוואונען דעם פארמעסט, נישט ווי זיי שרייבן אז וועלאסקועז האט געוואונען.
אין דעם קעטסקילס אפטיילונג ביי דעם ארטיקל איבער דער מנחה עריע שטייט אז אויב מאכט מען צדקה אקציעס וכו' מאכט מען א גרויסע "חידוש השם". ס'זעהט אויס ווי איינער האט פארגעזאגט און דער צווייטער האט געטייפט און נישט פארשטאנען וואס דער ערשטער האט געזאגט.
חרפות און בושות אזוי צו שרייבן.
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף די כשרות פון אונזערע תגובות. מיר זיפן די מעל און באקוקן די אייער.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

משה רוקח האט געשריבן:אין דעם קעטסקילס אפטיילונג ביי דעם ארטיקל איבער דער מנחה עריע שטייט אז אויב מאכט מען צדקה אקציעס וכו' מאכט מען א גרויסע "חידוש השם". ס'זעהט אויס ווי איינער האט פארגעזאגט און דער צווייטער האט געטייפט און נישט פארשטאנען וואס דער ערשטער האט געזאגט.
חרפות און בושות אזוי צו שרייבן.

בכל יום ויום יהיו בעיניך כחדשים...
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

לפענ״ד דארף מען נישט קיין בעסערן ביישפיל פון די וואכעדיגע בלאט. ווען מען זעהט ווי עקלהאפטיג די גאנצע ענין און פראפאגאנדע פון די וואלן איז געדעקט און קינדעריש באשריבן, מיט נאך א שטאך פארן צד שכנגד אין יעדן פאראגראף, און נאך מער ביי די בילדער אפטיילונג, אזוי קינדיש, כאפט ממש א איבל.  א שאנדע!!
וירח ה' את ריח הניחוח
שימעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 12, 2012 5:34 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

שליחה דורך שימעלע »

אז מרעדט פון די קוואליטעט פון די בלאט דארף עס זיין אן די פאליטיק, ווייל דאס קען מען טרעפען אין די יוד די זעלבע.
באניצער אוואטאר
קלאר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך קלאר »

איך בין נישטו צו פארטיידיקען דער בלאט,
עס קוקט מיר אויס ווי די אטאקירער האבען דא א אגענדע קעגן דער בלאט
איך שטעל מיך פאר אז פשוט, די זעלבע פראבלעם וואס די ארונים האבען מיט דער איד
די זעלבע פראבעם אדער אפשר נאך מער האבען די זאליס מיט דער בלאט

איך ליין וועכענטליך ביידע צייטונגען
אלע באמערקונגען קען מען טרעפן ענליכס אין ביידע צייטונגען
אלע א''ד קריטיק זענען סתם קינדערישע ביישפילן, געזיכט מיט לעכט
ביידע צייטונגען האבען לעצטנס אסאך ארומגעטוישט זייערע צייטונגען, דער איד האט געטוישט די פאדערשטע אויף 'רעזשוואלקע' סטייל
דער בלאט האט ציגעלייגט די אוצר אפטיילונג וואס מען קען זיך באלעקן אין מען קען עס רואיג געבן פאר די קינדער צו ליינען אויך אפגעטיילט די ציבור אפטיילונג
דער איד האט שיין פארבעסער זייער תורה אפטיילונג (אבער ווייט פין דער בלאט'ס אוצר), ווי אויך זייער קינדער ביילאגע קוקט מיר אויס זייער ציענד פאר די יוגענט

איך בין אגב נייגעריג געווען אויב איינער ווייסט ווי מען באשטעטיגען וויפיל קאפיעס ביידע צייטונגען פארקויפן
צו באשטעטיגן וואס איך שוין געהערט פין עטליכע אז דער בלאט פארקויפט א היבש ביסל מער קאפיעס פין דער איד
:בלאבל: ווען איר שרייט הערט מען אייך!
:אזוי: ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
:ששש ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
באניצער אוואטאר
קלאר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך קלאר »

שמעקעדיג האט געשריבן:לפענ״ד דארף מען נישט קיין בעסערן ביישפיל פון די וואכעדיגע בלאט. ווען מען זעהט ווי עקלהאפטיג די גאנצע ענין און פראפאגאנדע פון די וואלן איז געדעקט און קינדעריש באשריבן, מיט נאך א שטאך פארן צד שכנגד אין יעדן פאראגראף, און נאך מער ביי די בילדער אפטיילונג, אזוי קינדיש, כאפט ממש א איבל.  א שאנדע!!

מיט דעם פרט איז דער איד אסאך ערגער
דער בלאט איז נאך גאלד קעגן דער איד מיט דעם ענין
:בלאבל: ווען איר שרייט הערט מען אייך!
:אזוי: ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
:ששש ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

שמעקעדיג האט געשריבן:לפענ״ד דארף מען נישט קיין בעסערן ביישפיל פון די וואכעדיגע בלאט. ווען מען זעהט ווי עקלהאפטיג די גאנצע ענין און פראפאגאנדע פון די וואלן איז געדעקט און קינדעריש באשריבן, מיט נאך א שטאך פארן צד שכנגד אין יעדן פאראגראף, און נאך מער ביי די בילדער אפטיילונג, אזוי קינדיש, כאפט ממש א איבל.  א שאנדע!!
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
ראש המדברים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 02, 2012 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

שליחה דורך ראש המדברים »

דער אמת איז אז היינט איז אין די גאנצע וועלט די צייטונג א גאר שוואכער ארטיקל
די מידיע ווי אינטערנעט וכדומה האט שטארק געקנאקט די צייטונג'ס רווחים

ביי אונז אידן איז קלאר אז קול מבשר האט שטארק געקלאפט די צייטונגען פון אלע זייטן
און אויסער דער שטערן-שפאקטיוו-זמן איז נישטא קיין גרויסע פארלאנג פאר צייטונגען (אויף אידיש)
ביידע צייטונגען סיי דער איד און סיי דער בלאט פארקויפן נישט מער ווי 5000 קאפי'ס
און דאס ברענגט אראפ די רווח צו ממש גארנישט, נאכדערצו איז דא די אימזינסטע אדוועטייזמענט
וואס בייסן אריין אין די גאר קליינער רווח פון די צייטונגען וואס מאכט עס פאר א הפסד נישט קיין רווח

איך ווייס פאר קלאר אז ביידע סיי יושע פרידמאן און מיילעך דייטש ווילן פארמאכן די צייטונגען
אבער וויבאלד די פאליטיק מוז האבן א צייטונג בלייבט עס אפן

דערפאר האלט איך אז עפענען א נייער צייטונג וועט אונטער גיין שנעלער ווי מ'מיינט
דאס איז היינט נישט קיין ביזנעס מיט רווחים און ווען נישט די שטיצע פון די גרויסע מוסדות
וואלט עס שוין לאנג נישט געווען במילא צאלן זיי גאר ווייניג פאר שרייבער און די תוצאה איז דאס וואס מיר זהען

דער איד האט זיך געמאכט א חשבון צו באשרייבן מער חרדישע נייעס און מאכן א פרויען און קינדער אפטיילונג
וואס פאר דעם איז דא מער גוטע און ביליגע שרייבער'ס ווי פאליטישע און היסטארישע שרייבערס
און דער בלאט האט געמאכט א חשבון צו לייגן בילדער וואס קאסט גארנישט און אזוי אנפילן די עמודים
קוקט אויס אז דער בלאט האט זיך נישט טועה געווען ווייל סיי די צייטונג און סיי דער איד גייען אין זיינע פיס טריט

און ביידע רעדאקטערס אדער בעה"ב קוקן נישט וואס אונזער שטיבל שרייבט ווייל ווי געזאגט האט ער 5000 ליינער'ס
אלבערט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 241
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 8:36 pm
האט שוין געלייקט: 116 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

שליחה דורך אלבערט »

קארל, איך האב שטארק מיטלייד מיט דיינע טענות אויף די צייטונגען און מיך פלעגט אויך שטארק עגבערן די שטיפע צו וואס זיי האבן זיך דערקייקלט. אבער היינט באדערט מיר עס שוין נישט, איך קוק שוין נישט אן א צייטונג אלס א קוואל פון אינפארמאציע און אינטעליגענץ. עס איז פארביי די צייטן ווען מען האט געמאסטן א מענטש לויט וואס ער איז פאראינטערעסירט צו לעזן אין א צייטונג. פון די מינוט וואס די מערהייט בלעטער זענען פארנומען געווארן מיט נארישע עדווערטייזמענטס און דער גאנצער קאנקורענץ איז ווער עס קען פארכאפן מער קינדער אין פרויען אין זייער קלייענטעל, האט דער באגריף צייטונג באקומען א נייע באדייט. אפגעזען ווען די צייטונגען זענען געווארן די אפיציעלע ארטילעריע אינעם ברודער קריג. גענוי ווי עס באדערט קיינעם נישט אז דבר יום ביומו און די אנדערע ליפלעטן פירקלען הבלים ווי קליינע קינדער, אזוי איז אויך די צייטונגען.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

ראש המדברים האט געשריבן:דער אמת איז אז היינט איז אין די גאנצע וועלט די צייטונג א גאר שוואכער ארטיקל
די מידיע ווי אינטערנעט וכדומה האט שטארק געקנאקט די צייטונג'ס רווחים

ביי אונז אידן איז קלאר אז קול מבשר האט שטארק געקלאפט די צייטונגען פון אלע זייטן
און אויסער דער שטערן-שפאקטיוו-זמן איז נישטא קיין גרויסע פארלאנג פאר צייטונגען (אויף אידיש)
ביידע צייטונגען סיי דער איד און סיי דער בלאט פארקויפן נישט מער ווי 5000 קאפי'ס
און דאס ברענגט אראפ די רווח צו ממש גארנישט, נאכדערצו איז דא די אימזינסטע אדוועטייזמענט
וואס בייסן אריין אין די גאר קליינער רווח פון די צייטונגען וואס מאכט עס פאר א הפסד נישט קיין רווח

איך ווייס פאר קלאר אז ביידע סיי יושע פרידמאן און מיילעך דייטש ווילן פארמאכן די צייטונגען
אבער וויבאלד די פאליטיק מוז האבן א צייטונג בלייבט עס אפן

דערפאר האלט איך אז עפענען א נייער צייטונג וועט אונטער גיין שנעלער ווי מ'מיינט
דאס איז היינט נישט קיין ביזנעס מיט רווחים און ווען נישט די שטיצע פון די גרויסע מוסדות
וואלט עס שוין לאנג נישט געווען במילא צאלן זיי גאר ווייניג פאר שרייבער און די תוצאה איז דאס וואס מיר זהען

דער איד האט זיך געמאכט א חשבון צו באשרייבן מער חרדישע נייעס און מאכן א פרויען און קינדער אפטיילונג
וואס פאר דעם איז דא מער גוטע און ביליגע שרייבער'ס ווי פאליטישע און היסטארישע שרייבערס
און דער בלאט האט געמאכט א חשבון צו לייגן בילדער וואס קאסט גארנישט און אזוי אנפילן די עמודים
קוקט אויס אז דער בלאט האט זיך נישט טועה געווען ווייל סיי די צייטונג און סיי דער איד גייען אין זיינע פיס טריט

און ביידע רעדאקטערס אדער בעה"ב קוקן נישט וואס אונזער שטיבל שרייבט ווייל ווי געזאגט האט ער 5000 ליינער'ס

לשיטתך, וואזוי איז מעגלי אז פונקט אלבערט האלט נאך זיין צייטונג אפען ווען ער האט נישט קיין פאליטיקעל ריזענס דערפאר ??? עפעס שטימט נישט דא מיט דיין גאנצע הנחה
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
אךשמח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 362
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 5:34 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

שליחה דורך אךשמח »

וויפיל איך ווייס האלט קיינער נישט ביים פארמאכן זייער צייטונג. איך קען נישט די פינאנצן אבער עס זעט דערווייל אויס אז די בעלי בתים מאכן שיין פרנסה דערפון, אפשר ווינציגער ווי אמאל אבער גענוג שיין אז עס זאל לוינען אנצוגיין ווייטער.

די גענויע ציפערן וויפיל עקזעמפלארן עס גייען ארויס איז שווער צו זאגן, איך וועל אננעמען אז דער פריער דערמאנטער ציפער פון פינף טויזנט קאפיעס איז נענטער צום אמת ווי די צען, צוועלף אדער גאר פופצן טויזנט קאפיעס וואס די רעדאקציע וועט איינרעדן דעם פאטענציעלען עדווערטייזער.

איך וועל מער שרייבן איבער מיין פארשונג פון וויפיל עס ווערט פארקויפט, מיט גענוי ציפערן אין א צווייטע געלעגנהייט ביים אשכול וואס איז דן אין דעם נושא.

עס איז קלאר אז דער אונטערגאנג פון די זשורנאליסטישע עטיקעט וואס דער בלאט האט אנגעהויבן, העלפט נישט צוצוברענגען קונים צו ליינען די צייטונגען, וואס דאס מיינט אז די עדווערטייזער זעען נישט די צוגעזאגטע רעזולטאטן און זייער געלט צו אנאנסירן דערין איז פשוט ארויסגעווארפן, וואס דאס מאכט דעם צייטונג נישט צו קענען צאלן פאר גוטע שרייבער און וחוזר חלילה.

דער עיקר שטער פאר די צייטונגען איז געקומען פון די וועכנטליכע אויסגאבעס ווי די שאפערס רוט, בולעטין וכד', וואס דער בלאט האט שטארק געשפירט ווען זיי זענען ארויסגעקומען מיט זייער אייגן אויסגאבע עטליכע יאר צוריק, אבער האבן פארמאכט גאנץ שנעל.

קול מבשר איז היינט דער סאמע בעסטער פלאץ צו עדווערטייזן מיט הילכיגע רעזולטאטן, אבער דאך איז עס נישט אוועקצונעמען עדס פון די פרינטעד מידיע, און מיין מיינונג איז אז ווען דער בלאט וואלט געהאלטן זייערע גוטע שרייבער ווי ראלניצקי, גלויבער און נאך, וואלטן זיי געהאט מער ליינער וואס וואלטן אנערקענט די קוואליטעט פון זייער צייטונג.

און מאכט נישט קיין טעות. נישט דווקא אזעלכע וואס זענען אויפן אינטערנעט און האבן צוטריט צו פיל בעסערע סחורה ווי די צייטונגען, עקלען זיך פונעם בלאט, נאר אויך אנדערע וואס פארשטייען ווי אזוי א געשריבן ווארט דארף אויסזען און אפגעזען די וואס קענען אנווייזן אויף די פולע הימל שרייענדע טעותים און גראבע עמי הארצות וואס ווערן וועכנטליך אריינגעדרייט אינעם פאפיר, גרוילן זיך דערפון.
באניצער אוואטאר
ראש המדברים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 02, 2012 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

שליחה דורך ראש המדברים »

דאס וואס די צייטונג גייט נאך אן איז ווייל קיינער פארמאכט נישט א צייטונג, און טאקע אברהם פר"מ האט שוין עטליכע מאל געוואלט פארקויפן די צייטונג פאר באבוב אדער סאטמאר מהר"א ווילאמסבורג, נאר ס'איז געבליבן שטעקן אבער קיין גרויס געלט אז איינער זאל עפענען א נייער צייטונג איז זיכער נישטא, און ווען נישט די פאליטיק וואלט לדעתי דער בלאט און אפשר אויך דער איד זיך פארמאכט, (ווען נישט דער פאליטיק? אוי איז דאס א ווארט, ווען נישט דער פאליטיק וואלט נאך דער איד געווען אסור ביי די בני יואל און קאשוי און מותר ביי די סאטמאר מהר"א).

דער בלאט האט אנהייב געמאכט אסאך געלט פון אדוועטייזנעמט האט ער געהאט געלט צו געבען פאר רלניצקי און אנדערע גוטע שרייבער'ס אבער אז די גוטע צייטן האט זיך גענדיגט קען ער נישט נעמען א שרייבער וואס בעט פאר א ארבעט גאר גרויס געלט ער מוז נעמען שרייבער'ס וואס זענען נאך נייע און ביליג, און אזוי איז ער געפאלן, דער איד האט אבער שוין אלטע שרייבע'ס האט ער נאך עטליכע בעסערע ארטיקלען אבער די נייע שרייבער'ס פון דער איד זענען די זעלבע ווי דער בלאט.

דער בלאט האט זיך נאר געמאכט א חשבון אז מיט 16 עמודים קאליר בילדער איז ער שוין גענוג גוט ווייניגסטנס ווי די וואך און דערפאר האט ער אנגעהוין מיט א בילדער מגזין וואס ציט א שיינער צאל קינדער און פרויען וואס מיט איין בילד הערן זיי דאס ביסל איבריגע נייעס וואס קול מבשר האט זיי נישט דערציילט, און מיט אביסל שמוציגע ארטיקלן פון די סאטמאר פאליטיק שלעפט ער נאך עטליכע קונים וואס צאלן 2.50$ פארן צייטונג.
באניצער אוואטאר
chasid
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 244
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 1:02 am
האט שוין געלייקט: 146 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל

שליחה דורך chasid »

אז מ'רעדט שוין, וואס איז טאקע פשט אז אין די נישט סאטמארע קרייזן איז נאך קיינעם נישט איינגעפאלן צו עפענען א אידישע נישט-סאטמארע צייטונג?
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

chasid האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין, וואס איז טאקע פשט אז אין די נישט סאטמארע קרייזן איז נאך קיינעם נישט איינגעפאלן צו עפענען א אידישע נישט-סאטמארע צייטונג?

האסט פארגעסן פונעם "צייטשריפט"?
די ריכטיגע תירוץ איז ווייל זיי ליינען המודיע.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
קלאר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך קלאר »

דער איד האט די וואך אליין'ס אלעס קלאר געשטעלט

אויב איינער נישט געזעהן אז די אטאקע קעגן דער בלאט קומט פין א שרייבער וואס האט אן אגענדע,
כאילו דער איד איז עפעס בעסער אין זשענעראל
דאן האט עס דער איד די וואך ווידער געפראווט
דער איד האט די וואך אוועקגעגבן די ערשטע 8 זייטן פין זייער ''ערעסטע'' צייטונג
צו אטעקירן די ארונים אין דער בלאט'ס פאריגע וואכענדיגע ריאקציע איבער די ארונישע מאמענטום נאך די וואלען
פארגעסט נישט מען האלט שוין 10 טאג נאך די וואלען
ביידע צייטונגען האבען שוין געפייער ניצחון עד כמה שידם מגעת
אין די אטאקע פין דער איד די וואך איז נאר א ענטפר פאר די בלאט
איך רעדט שוין נישט וויאזוי ער טראגט זיינע ליינער אויף א רייד מיט היידפארק סטייל ספינעריי, וואס דאס דארף ער טוהן לצורך זיינע ליינער
נאר דאס אוועקגעבן די ערשטע 8 זייטן צו אטאקירן זיין קאמפעטישאן איז זייער נעריש לשיטתי

(יעצט פארשטייט איר שוין פארוואס ווען איך פרעג
אז לשיטתו פארוואס פארקויפט זיך מער קאפיעס פין דער בלאט
באקום איך די ענטפר אז עס א בעיבישע פראגע)
:בלאבל: ווען איר שרייט הערט מען אייך!
:אזוי: ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
:ששש ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

קודם כל ס'נישט 8 זייטן. נאכדעם כך עטליכע פון די זייטן זענען אדווערטיייזמענטס. און צום לעצט, קענסט עפענען א "איד" אשכול.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
קלאר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך קלאר »

זר זהב האט געשריבן:קודם כל ס'נישט 8 זייטן. נאכדעם כך עטליכע פון די זייטן זענען אדווערטיייזמענטס. און צום לעצט, קענסט עפענען א "איד" אשכול.


דא האסטו די בילד, עס איז נאר 7 זייטן...
pic.twitter.com/c2OR7xvN

דאס איז א חוץ די איבריגע זייטן ווי אויך די בריוו פין מענצער אא''וו
:בלאבל: ווען איר שרייט הערט מען אייך!
:אזוי: ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
:ששש ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 879
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

שליחה דורך אבי גערעדט »

ספעציעל פאר חבירינו היקר זר זהב
בייגעלייגטע פיילס
AxCxd4aCEAEGRW6.jpg
AxCxd4aCEAEGRW6.jpg (7.6 KiB) געזען געווארן 2424 מאל
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

שקויעך! לאמיר קוקן, ס'שטייט 2 3 4 5 6 7 8 סוי דאס מיינט דאך 8 זייטן.....
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

און עטליכע פון די זייטן זענען "דאנק אדווערטייזמענטס"
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
קלאר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1230
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
האט שוין געלייקט: 162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך קלאר »

נישט פארגעסן
עס האט נאך א קעפל אויפן ערשטן זייט
די אטאקע קעגן בלאט איז די צווייט גרעסטע העדליין די וואך

עס רעדט פאר זיך
:בלאבל: ווען איר שרייט הערט מען אייך!
:אזוי: ווען איר רעדט פארשטייט מען אייך!!
:ששש ווען איר זענט שטיל האט מען אייך ליעב!!!
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

איך קוק עס נישט אן פאר אן אטאקע קעגן בלאט, סארי. זיי האבן געווארט א וואך מיינענדיג אז די ענד רעזאלטס וועלן שוין זיין פובליק די וואך. -- די אלע ארטיקלן וואלטן זיי געשריבן פאריגע וואך. (חוץ די מענצער בריוו)
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 879
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

שליחה דורך אבי גערעדט »

באמת דאס אליינס אז דער איד האט זיך געדארפט אזוי העפטיג אויפרייסן די וואך אין פרובירן מיט אלע סארט לשונות מסביר זיין פאר זיין פארטיי אז "עכט" זענען זיי יא די געווינער, דאס זאגט אויך אסאך
פארשפארט