אמעריקאנע אידען בראשות ר''א מ'סאטמאר געבן אריין א מאושען

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
קדש הילולים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

שליחה דורך קדש הילולים »

diff האט געשריבן:אבער אז דו רעגירינג גיבט מיך מיינע רעכטן, מעג איך מיך פארטיידיגן- טאקע דורוך זייער רעגירינג.
Well said, that's why we waited for balfour dec, and the UN

א) דו UN איז בכלל נישט קיין רעגירונג, זיי האבן נישט דו אויסשליסליכע בעלות אויפן לאנד.
ב) אויב מען ווארט אויף דו UN, וואס איז געשען בשנת תשכ״ז?!
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

I'm back האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:How about both together?


Is there any difference between the 2?

יא, אין סאטמאר טראגט מען נישט מיט די עירוב אום שבת, די אראבער טראגן נישט מיטן עירוב פרייטאג, ;)
קדש הילולים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

שליחה דורך קדש הילולים »

קינד_אן_קייט האט געשריבן:[tag]ישראל קאפקע[/tag],

הגם כ׳האב מיר בעבר בדרך כלל מונע געווען דא אויפ׳ן פארום אריין צו גיין מיט דיר אין א דין דברים ווייל חזקה עלי אז עמיציר וואס שטעלט זיך אהער אלץ גענצליך גענויגט צו איין זייט און פאר׳עקשנ׳ט זיך אז א פארצווייגטער ענין איז בלויז שווארץ אדער ווייס, מיט אזא איינעם איז א לאגיקער שמועס זינלאז.

בפרט, ווען ס׳האנדלט זיך מיט א שטיקל בר דעת וואס האט אבער מייסטענס הנאה פון קאמבעיקס (דוגמת ראש לימבאו ודומיהם), איז דער ויכוח נאר לשם ויכוח און ס׳איז מיר א שאד די צייט.

עכ״ז, און היות דו שטעלסט דא פאר א ריין הומאניטארישער אויסבליק וואס איז נישט דייקא באזירט אויפ׳ן שיטה, וויל איך פארט פרובירן אך הפעם.

קודם כל, אנצונעמען דיין הנחה, מיינט צו פארטייטשן אז די ישראלים (ציונים בלע״ז) זענען קאלטבלוטיגע אכזרים וואס זוכן צו באהערשן און פייניגן א כמעט שוצלאזער פאלק פון ארימע פליטים.

דער מציאות איז פארשטייט זיך ווייט נישט אזוי.

אז מען רעדט פון בריטישע קאלאנאיעליזם איז ריכטיג צו זאגן אז די מטרה איז געווען איינצונעמען די וועלט. היטלער ימ״ש און זיינ׳ס גלייכן זענען אויך געפארן אויף די ליניע און געצילט צו אקאפירן ווי מער שטחים נאר שייך. דער גרינדונג און געדאנק פון מדינת ישראל עד היום הזה איז לגמרי נישט אין דעם ריכטונג.

לאמיר זיין אויפריכטיג דא, מדינת ישראל האט קיינמאל נישט געזוכט צו בעל הבית׳עווען אויף די אראבער, זיי האבן געצילט אויפשטעלן א היימלאנד פאר אידישע קינדער און די וועלט (אפילו די היינטיגע יפי נפש היפאקריטן) האט דעמאלט קלאר מסכים געווען דערצו. די ארומיגע אראבישע שכינות׳דיגע לענדער האבן זיך יא קעגנגעשטעלט כידוע, בעיקר משום טעמי שנאה וכבוד, און דערקלערט א מלחמת חרמה וואס מדינת ישראל האט צום מזל געווינען.

נאכ׳ן קריג, איז עזה פארבליבן ביי די עגיפטער און דער מערב ברעג פאר די ירדנ׳ער. אין די זעלבע צייט, זענען פארבליבן אין מדינת ישראל הונדערטער טויזנטער אראבער וועמען מען האט נישט געטשעפעט ווילאנג זיי האבן זיך אויפגעפירט פרידליך, זיי האבן געלעבט פראנק און פריי און האבן זיך זינט געבויעט אלץ דעמאקראטישע און גלייכע בירגער, זייער מצב איז אזוי עד היום הזה און זיי ציילן זיך אין די מיליאנען (זיי זענען היינט קרוב צו צוואנציג פראצענט פונעם מדינת ישראל באפעלקערונג).

די דרויסענדיגע אראבער ווידער, סיי די פאלעסטינער און סיי די אראבישע לענדער האבן דערקלערט אן ענגילטיגער קריג אויף מדינת ישראל וואס דער ציל איז אראפ צו רוימען דאס אידיש לענד׳ל פון די מאפע לעולם ועד. אין די קומענדיגע יארן, האבן אט די שכנים זיך כסדר געפאכעט ביי די גרעניצין און די מדינה האט געמוזט קעמפן פאר איר עקזיסטענץ און וואוילזיין, אלץ רעזולטאט, האט מדינת ישראל אינעם נעקסטען קריג (1967), אויסגעברייטערט אירע גרעניצן און איינקאסירט עזה און דעם מערב ברעג.

די מדינה׳ס ציל איז קלאר נישט געווען איינצוקאסירן פרישע מיליאנען אראבישע בירגער, כל מי שיש לו מח בקדקדו פארשטייט אז דאס איז א שלעכט געשעפט מיט קאפ ווייטאג סיי פאר׳ן הווה און סיי פאר׳ן עתיד, ס׳איז אבער געווען נחוץ פון א מיליטערישן שטאנדפונקט, ווייל אט די סטראטעגישע שטחים האבן געדינט אלץ מסך המבדיל צו דערווייטערן אפענע שונאים פון קענען גרינג אריין דרינגען אין מדינת ישראל אנצוזייען חורבנות.

נאך 1967, האבן די פאלעסטינער אין די אקופירטע געביטן פארלוירן זייערע עגיפטישע און ירד׳נישע אפוטרופוס׳ער (וואס מ׳מוז מוסף זיין האבן זיך באמת קיין סאך נישט געקימערט איבער זיי מלכתחילה), און אנשטאט ווערן פרידליכע איינוואוינער ווי זייערע ברודער אין די מדינה, האבן זיי זיך דערקלערט אלץ ממשיכי דרך פונעם קאמף קעגן מדינת ישראל. אויך נאכדעם וואס ירדן און עגיפטן האבן דערגרייכט שלום אפמאכן מיט די מדינה האבן זיי נישט אראפ געלייגט דאס געווער, נאר פארקערט, זיי האבן דערקלערט א מערדערישען אינטיפאדא, בעיקר דורך טעראר, און געצילט אומפארשעמטערהייט בעיקר קעגן ציווילע בירגער (א גרינגער און מער ווייטאגליכער ציל).

מ׳האלט שוין באלד 50 יאר נאכדעם און זייער ציל איז געבליבן דאס זעלבער.

וואלט זייער ציל געווען בלויז צו פארזיכערן אן אייגענע אוטאנאמיע פאר זיך זעלבסט, וואלטן זיי דאס שוין פון לאנג עררייכט. ווי שוין ערווענט, האט מדינת ישראל שלום געמאכט מיט רוב געוועזענע שונאים און זיי זיי זענען היינט צו טאג׳ס נאענט אלאאירט פריינטליכערהייט. דער פראבלעם מיט די פאלעסטינער איז אז וואס זיי פארלאנגען איז אומרעאליסטיש, זיי ווילן זיך אומקערן אריין צוריק אין די מדינה זעלבסט (מזרח ירושלים) בו בזמן וואס זיי ערקלערן ווייטער אלץ ציל אונטערצוברענגן די גאנצע מדינה. דאס איז פארשטייט זיך קעגן השכל און אוודאי נישט אן אויסקוק אויף ״שלום״.

אין די יארן זינט, האבן די ישראלים ערלויבט פאזעס פון נארמאליזאציע, מ׳האט אפיציעל שלום געמאכט מיט אראפאט (סוף ימיו) און אנגעהויבן צוריק צוגעבן די אוטאנאמיע איבער די שטחים. כאטש ס׳לייגט זיך נישט אויפ׳ן שכל צו ערלויבן פאר אן אפענעם אומצווויליזירטער שונא א נאענטקייט און מעגליכקייט זיך צו ערהאבן א מיליטער אדער קראפט פון א מיליטער, האבן די ישראלים דאס יא געטאן, בתנאי און מיט האפענונג אז דאס וועט צוביסלאך פירן צו פרידליכע צייטן.

אז מ׳קוקט היינט אויפ׳ן מציאות, קומט דאס פאר ווי א שרעקליכער טעות אויף וואס מ׳באצאלט א טייערן פרייז.

די פאלעסטינער לעבן אין דמיון און זענען נישט בכח איינצוגיין אויף פשרות. בשעת וואס די ישראלים האבן זיך געשינדן די אייגענע הויט (תוכנית התנתקות דורך אריאל שרון (!), גוש קטיף וכו׳) כדי צו ווערן נאענטער צו א מעגליכער שלום, האבן די פאלעסטינער דאס אנגענומען אלץ א צייכן צו פארשטארקן זייער מלחמה פון שפיכות דמים און גלייך דערנאך ערוועלט חמאס, אן ארגענאזאציע וואס ווידערהאלט איר תפקיד אומצוברענגן מדינת ישראל.

    צו זאגן אז מדינת ישראל געפינט זיך דארט מרצונם הטוב און נישט בכדי צו פארטיידיגן אירע גרעניצין און אירע אינטערעסן איז א שקר גס,

    צו זאגן אז דאס קליינטשיג און נישטיגע פראצענט פון מתנחלים האלט צוריק דעם גאנצן שלום איז א תירוץ און א אמתלא (אגב, אינטערעסאנט וויאזוי קיין שום איד מעג נישט וואוינען צווישן די פאלעסטינער און מדינת ישראל ערלויבט מיליאנען אראבער אן קיין שום שטער),

    צו גלייבן (אזויווי ראבין בשעתו) אז ביי די פאלעסטינער געפונען זיך שטארקע פירער בעלי השפעה וואס קענען פירן דעם פאלק צו אן אמת׳ן שלום איז אומרעאליסטיש ווי דער מציאות ווייזט ליידער,

    צו גלייבן אז אויב מדינת ישראל וועט צוריק געבן פאר די פאלעסטינער מזרח ירושלים וועט זיך דער קאנפליקט ענדיגן איז נאאיו און לעכערליך, ולבנון יוכיח.
דער הומאניטארישער קריזיס איז טאקע ווייטאגליך, אבער דער שולד שטעקט נישט אינגאנצן אויף די ישראלים, אויב עפעס, פרובירן זיי זיך צו באגיין היפש מענטשליך (אויף וויפיל ס׳איז מעגליך פאר א מיליטער) אונטער די אומשטענדן.

די גרעסטע טעות וואס די פאלעסטינער מאכן איז אז זיי ערווארטן אז מדינת ישראל זאל לייזן זייער פראבלעם, דאס איז א בת היענה׳שער מהלך, און ס׳גייט נישט געשען. זיין מוזן זיך אליין לייזן זייער צרה, נישט דורך געווער און פאלשע מיליטערישע אילוזיעס, נאר דורך איינזעהן אז שלום איז דער איינציגער לענגליכער און אמת׳ער אויסוועג, ס׳איז טאקע שווערער און ס׳געשעט נישט איבערנאכט, אבער מיט קוראזש און געדולד קענען זיי עררייכן א בעסער׳ן צוקונפט פאר זייערע קינדער און איבערלעבער.

דער ס״ה וואס קומט ארויס פון דיין ארטיקעל: העברתם את פי השם והוא לא תצלח.
יא, שוין 60 יאר וואס דו מדינה שטייט, און נאכאלץ קען זי נישט האבן אביסל מנוחה.
ס׳איז ממש ווינדערליך, דו מדינה וואס איז געווען דו הויפט ציל אירע צו פארווייניגרען אנטיסעמטיזם, אזויווי דער ״חוזה המדינה״ הערצל ימ״ש שרייבט אין זיין בוך, אט דו מדינה, שטייט שוין 65 יאר, און זי האט נאכאלץ נישט זוכה געווען צו מנוחה.
ווער האט דאס געקענט פאראויס זאגן פאר 60 יאר צוריק?! אז ס׳וועט דערעכגיין אזויפיל יאר און נאכאלץ זאל דו מדינה זיין אין א מצב מלחמה?!
ס׳האטט זיך נישט געלייגט אויפן שכל! אט דער פסוק האט משה רבינו געזאגט פאר דו מעפילים,(וואס האבן געוואלט גיין אין ארץ ישראל אנעם צוו השם) ״למה זה אתם עוברים את פי השם והוא לא תצלח״, און אט דו פסוק ווערט מקויים פאר אונזערע אויגן!
אויב איז דא איינער וואס האט יא פאראויסגעזאגט דו מצב מיטן מדינה היינט, איז עס געווען רביה״ק מסאטמאר זי״ע. ס׳פארציילט הרה״ח ר׳ בערל פריעדמאן ע״ה (יעצט אוועק) אז ער האט אמאל ביים שמוסען מיטן רבין געפרעגט, וויאזוי קען דו רבי זאגן אז דו מדינה וועט בטל ווערן, מ׳זעט דאך אז ס׳שטייט יא!?- ס׳איז דעמלטס געווען 10 יאר פון ווען ס׳איז געווארן דו מדינה, און ס׳איז געווען א גרויסער פאמפע צום ״שנת העשור לגאילה״.
האט דער רבי גענטפערט: דו האסט געהערט פון כת שץ? וויפיל יאר איז עס אנגעגאנגען דו כת? האט ער געזאגט: איך ווייס נישט. האט אים דו רבי געזאגט: איבער 100 יאר איז זיין כת אנגעגאנגען! אבער צום סוף איז עס בטל געווארן. ווייל א זאך וואס איז נגד התורה, מוז בטל ווערן! האט דער רבי געזאגט, דו זעלבע איז מיט דו מדינה, עס וועט זיכער בטל ווערן, איך ווייס נישט ווילאנג ס׳וועט נעמען אבער דאס איז זיכער אז ס׳האט נישט קיין זכות קיום!
נעמט אריין אין קאפ דו ווערטער פונעם צדיק אמת דו מדינה האט נישט קיין זכות קיום פארשטייט מען שוין אלעס! דו גאנצער מצב מיט דו מדינה כהיום!

ביים מלחמת ששת הימים שנת תשכ״ז, ווען דו וועלט אידישע וועלט איז געווען פאר׳תמם׳ט מיט דו נצחונות און ״ניסים״, דו חרידישע צייטונגען האבן זיך נישט געשעמט צו שרייבן אז: דו ניסים פון יציאות מצרים ווערן פארטינקעלט קעגן דו יעצטיגע ניסים, עפ״ל, איז געווען איינער!, וואס האט דאן זיך ארויסגעשטעלט בריש גלי, און געזאגט דעם דעת תורה אמיתית אן מורא, האט ער דאן באחד השיחים געזאגט אט דו ווערטער: ״עס וועט זיי נאך באנק טאן דו נצחונות״! דו דאזיגע -דעמלטסדיגע אומפארשטענדליכע- ווערטער האט קיינער נישט פארשטאנען. אבער האמת ניתן להיאמר, אויב האבן זיך סאטמארע יודן דעמלטס געשעמט מיט דו ווערטער, דאן איז עס היינט פאר זיי דו גרעסטע חיזוק! ווען מ׳זעט ווי זיינע הייליגע ווערטער זענען אמת ויציב! ולא נפל מדבריו ארצה.

טאמער האט איינער אמאל זיך גמיטשעט צו פארשטיין פשט אי פסוק העברתם את פי ה׳ והוא לא תצלח, איז היינט דו מדינה דער בעסטער משל אויף דעם! און דאס איז פאר אונז דער גרעסטער חיזוק, אז ״זאת התורה לא תהא מוחלפת״
עס בלייבט נאר איבער פאר אונז מתפלל צו זיין אז ס׳זאל טאקע שוין בימינו דידן בטל ווערן די גאנצע מדינה, מתוך רחמים וחסדים, ס׳זאל ח״ו נישט שאדן פאר קיין אידיש נפש, נאר טאקע דורוך הקב״ה אליין, דער אייבערשטער האט גענוג וועגן, מיר דארפן נישט גיבן קיין עצו פארן באשעפער, זאל עס שוין זיין בקרוב אמן
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

שליחה דורך I'm back »

אז מען לעבט נישט במנוחה, מיינט עס א דורכפאל?

דאכט זיך מיר אז אין די מדבר זענען געווען אידן וואס האבן געזאגט די זעלבע.

געדענקסט עפעס?
.
ווייט פיש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 12:37 am
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך ווייט פיש »

ממש אזוי?
הערצלס חזיון איז ממש דומה צום מדבר?
911#
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

שליחה דורך I'm back »

א גוט חודש רבי ווייט פיש (מיט א פינטל)
.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

I'm back האט געשריבן:א גוט חודש רבי ווייט פיש (מיט א פינטל)

איי'ם בעק, בלע"ז.: דו האסט מיך אזוי שטארק געמאכט לאכן. איך ווייס נישט אויב אין ר"ח (אדער גאנץ חודש) אלול מעיג מען אזוי שטארק לאכן... :? 8-) :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :roll: :x :P :oops: ;) :o
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

קדש הילולים האט געשריבן:
diff האט געשריבן:אבער אז דו רעגירינג גיבט מיך מיינע רעכטן, מעג איך מיך פארטיידיגן- טאקע דורוך זייער רעגירינג.
Well said, that's why we waited for balfour dec, and the UN

א) דו UN איז בכלל נישט קיין רעגירונג, זיי האבן נישט דו אויסשליסליכע בעלות אויפן לאנד.
ב) אויב מען ווארט אויף דו UN, וואס איז געשען בשנת תשכ״ז?!

So you are the one to decide when kj may fight its nbrs and Israel may not.
Also thanks for your navi’s saying that the world will change. Nobody thought of it. At least one thing changed the wicked wmbg people cannot do what they used to.
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

I'm really hurt!!

שליחה דורך ישראל קאפקע »

diff האט געשריבן:
קדש הילולים האט געשריבן:
diff האט געשריבן:אבער אז דו רעגירינג גיבט מיך מיינע רעכטן, מעג איך מיך פארטיידיגן- טאקע דורוך זייער רעגירינג.
Well said, that's why we waited for balfour dec, and the UN

א) דו UN איז בכלל נישט קיין רעגירונג, זיי האבן נישט דו אויסשליסליכע בעלות אויפן לאנד.
ב) אויב מען ווארט אויף דו UN, וואס איז געשען בשנת תשכ״ז?!

So you are the one to decide when kj may fight its nbrs and Israel may not.
Also thanks for your navi’s saying that the world will change. Nobody thought of it. At least one thing changed the wicked wmbg people cannot do what they used to.

So Mr. Diff am I from the wicked Williamsburg people? :cry: :oops: :o
פליישיגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 85
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

שליחה דורך פליישיגער »

עס איז דא נייעס אין די פרעסע וועגן די פאספאורט קעיס
פליישיגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 85
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

שליחה דורך פליישיגער »

ליינט מער דא.
פארשפארט