קינד_אן_קייט האט געשריבן:[tag]ישראל קאפקע[/tag],
הגם כ׳האב מיר בעבר בדרך כלל מונע געווען דא אויפ׳ן פארום אריין צו גיין מיט דיר אין א דין דברים ווייל חזקה עלי אז עמיציר וואס שטעלט זיך אהער אלץ גענצליך גענויגט צו איין זייט און פאר׳עקשנ׳ט זיך אז א פארצווייגטער ענין איז בלויז שווארץ אדער ווייס, מיט אזא איינעם איז א לאגיקער שמועס זינלאז.
בפרט, ווען ס׳האנדלט זיך מיט א שטיקל בר דעת וואס האט אבער מייסטענס הנאה פון קאמבעיקס (דוגמת ראש לימבאו ודומיהם), איז דער ויכוח נאר לשם ויכוח און ס׳איז מיר א שאד די צייט.
עכ״ז, און היות דו שטעלסט דא פאר א ריין הומאניטארישער אויסבליק וואס איז נישט דייקא באזירט אויפ׳ן שיטה, וויל איך פארט פרובירן אך הפעם.
קודם כל, אנצונעמען דיין הנחה, מיינט צו פארטייטשן אז די ישראלים (ציונים בלע״ז) זענען קאלטבלוטיגע אכזרים וואס זוכן צו באהערשן און פייניגן א כמעט שוצלאזער פאלק פון ארימע פליטים.
דער מציאות איז פארשטייט זיך ווייט נישט אזוי.
אז מען רעדט פון בריטישע קאלאנאיעליזם איז ריכטיג צו זאגן אז די מטרה איז געווען איינצונעמען די וועלט. היטלער ימ״ש און זיינ׳ס גלייכן זענען אויך געפארן אויף די ליניע און געצילט צו אקאפירן ווי מער שטחים נאר שייך. דער גרינדונג און געדאנק פון מדינת ישראל עד היום הזה איז לגמרי נישט אין דעם ריכטונג.
לאמיר זיין אויפריכטיג דא, מדינת ישראל האט קיינמאל נישט געזוכט צו בעל הבית׳עווען אויף די אראבער, זיי האבן געצילט אויפשטעלן א היימלאנד פאר אידישע קינדער און די וועלט (אפילו די היינטיגע יפי נפש היפאקריטן) האט דעמאלט קלאר מסכים געווען דערצו. די ארומיגע אראבישע שכינות׳דיגע לענדער האבן זיך יא קעגנגעשטעלט כידוע, בעיקר משום טעמי שנאה וכבוד, און דערקלערט א מלחמת חרמה וואס מדינת ישראל האט צום מזל געווינען.
נאכ׳ן קריג, איז עזה פארבליבן ביי די עגיפטער און דער מערב ברעג פאר די ירדנ׳ער. אין די זעלבע צייט, זענען פארבליבן אין מדינת ישראל הונדערטער טויזנטער אראבער וועמען מען האט נישט געטשעפעט ווילאנג זיי האבן זיך אויפגעפירט פרידליך, זיי האבן געלעבט פראנק און פריי און האבן זיך זינט געבויעט אלץ דעמאקראטישע און גלייכע בירגער, זייער מצב איז אזוי עד היום הזה און זיי ציילן זיך אין די מיליאנען (זיי זענען היינט קרוב צו צוואנציג פראצענט פונעם מדינת ישראל באפעלקערונג).
די דרויסענדיגע אראבער ווידער, סיי די פאלעסטינער און סיי די אראבישע לענדער האבן דערקלערט אן ענגילטיגער קריג אויף מדינת ישראל וואס דער ציל איז אראפ צו רוימען דאס אידיש לענד׳ל פון די מאפע לעולם ועד. אין די קומענדיגע יארן, האבן אט די שכנים זיך כסדר געפאכעט ביי די גרעניצין און די מדינה האט געמוזט קעמפן פאר איר עקזיסטענץ און וואוילזיין, אלץ רעזולטאט, האט מדינת ישראל אינעם נעקסטען קריג (1967), אויסגעברייטערט אירע גרעניצן און איינקאסירט עזה און דעם מערב ברעג.
די מדינה׳ס ציל איז קלאר נישט געווען איינצוקאסירן פרישע מיליאנען אראבישע בירגער, כל מי שיש לו מח בקדקדו פארשטייט אז דאס איז א שלעכט געשעפט מיט קאפ ווייטאג סיי פאר׳ן הווה און סיי פאר׳ן עתיד, ס׳איז אבער געווען נחוץ פון א מיליטערישן שטאנדפונקט, ווייל אט די סטראטעגישע שטחים האבן געדינט אלץ מסך המבדיל צו דערווייטערן אפענע שונאים פון קענען גרינג אריין דרינגען אין מדינת ישראל אנצוזייען חורבנות.
נאך 1967, האבן די פאלעסטינער אין די אקופירטע געביטן פארלוירן זייערע עגיפטישע און ירד׳נישע אפוטרופוס׳ער (וואס מ׳מוז מוסף זיין האבן זיך באמת קיין סאך נישט געקימערט איבער זיי מלכתחילה), און אנשטאט ווערן פרידליכע איינוואוינער ווי זייערע ברודער אין די מדינה, האבן זיי זיך דערקלערט אלץ ממשיכי דרך פונעם קאמף קעגן מדינת ישראל. אויך נאכדעם וואס ירדן און עגיפטן האבן דערגרייכט שלום אפמאכן מיט די מדינה האבן זיי נישט אראפ געלייגט דאס געווער, נאר פארקערט, זיי האבן דערקלערט א מערדערישען אינטיפאדא, בעיקר דורך טעראר, און געצילט אומפארשעמטערהייט בעיקר קעגן ציווילע בירגער (א גרינגער און מער ווייטאגליכער ציל).
מ׳האלט שוין באלד 50 יאר נאכדעם און זייער ציל איז געבליבן דאס זעלבער.
וואלט זייער ציל געווען בלויז צו פארזיכערן אן אייגענע אוטאנאמיע פאר זיך זעלבסט, וואלטן זיי דאס שוין פון לאנג עררייכט. ווי שוין ערווענט, האט מדינת ישראל שלום געמאכט מיט רוב געוועזענע שונאים און זיי זיי זענען היינט צו טאג׳ס נאענט אלאאירט פריינטליכערהייט. דער פראבלעם מיט די פאלעסטינער איז אז וואס זיי פארלאנגען איז אומרעאליסטיש, זיי ווילן זיך אומקערן אריין צוריק אין די מדינה זעלבסט (מזרח ירושלים) בו בזמן וואס זיי ערקלערן ווייטער אלץ ציל אונטערצוברענגן די גאנצע מדינה. דאס איז פארשטייט זיך קעגן השכל און אוודאי נישט אן אויסקוק אויף ״שלום״.
אין די יארן זינט, האבן די ישראלים ערלויבט פאזעס פון נארמאליזאציע, מ׳האט אפיציעל שלום געמאכט מיט אראפאט (סוף ימיו) און אנגעהויבן צוריק צוגעבן די אוטאנאמיע איבער די שטחים. כאטש ס׳לייגט זיך נישט אויפ׳ן שכל צו ערלויבן פאר אן אפענעם אומצווויליזירטער שונא א נאענטקייט און מעגליכקייט זיך צו ערהאבן א מיליטער אדער קראפט פון א מיליטער, האבן די ישראלים דאס יא געטאן, בתנאי און מיט האפענונג אז דאס וועט צוביסלאך פירן צו פרידליכע צייטן.
אז מ׳קוקט היינט אויפ׳ן מציאות, קומט דאס פאר ווי א שרעקליכער טעות אויף וואס מ׳באצאלט א טייערן פרייז.
די פאלעסטינער לעבן אין דמיון און זענען נישט בכח איינצוגיין אויף פשרות. בשעת וואס די ישראלים האבן זיך געשינדן די אייגענע הויט (תוכנית התנתקות דורך אריאל שרון (!), גוש קטיף וכו׳) כדי צו ווערן נאענטער צו א מעגליכער שלום, האבן די פאלעסטינער דאס אנגענומען אלץ א צייכן צו פארשטארקן זייער מלחמה פון שפיכות דמים און גלייך דערנאך ערוועלט חמאס, אן ארגענאזאציע וואס ווידערהאלט איר תפקיד אומצוברענגן מדינת ישראל.
צו זאגן אז מדינת ישראל געפינט זיך דארט מרצונם הטוב און נישט בכדי צו פארטיידיגן אירע גרעניצין און אירע אינטערעסן איז א שקר גס,
צו זאגן אז דאס קליינטשיג און נישטיגע פראצענט פון מתנחלים האלט צוריק דעם גאנצן שלום איז א תירוץ און א אמתלא (אגב, אינטערעסאנט וויאזוי קיין שום איד מעג נישט וואוינען צווישן די פאלעסטינער און מדינת ישראל ערלויבט מיליאנען אראבער אן קיין שום שטער),
צו גלייבן (אזויווי ראבין בשעתו) אז ביי די פאלעסטינער געפונען זיך שטארקע פירער בעלי השפעה וואס קענען פירן דעם פאלק צו אן אמת׳ן שלום איז אומרעאליסטיש ווי דער מציאות ווייזט ליידער,
צו גלייבן אז אויב מדינת ישראל וועט צוריק געבן פאר די פאלעסטינער מזרח ירושלים וועט זיך דער קאנפליקט ענדיגן איז נאאיו און לעכערליך, ולבנון יוכיח.
דער הומאניטארישער קריזיס איז טאקע ווייטאגליך, אבער דער שולד שטעקט נישט אינגאנצן אויף די ישראלים, אויב עפעס, פרובירן זיי זיך צו באגיין היפש מענטשליך (אויף וויפיל ס׳איז מעגליך פאר א מיליטער) אונטער די אומשטענדן.
די גרעסטע טעות וואס די פאלעסטינער מאכן איז אז זיי ערווארטן אז מדינת ישראל זאל לייזן זייער פראבלעם, דאס איז א בת היענה׳שער מהלך, און ס׳גייט נישט געשען. זיין מוזן זיך אליין לייזן זייער צרה, נישט דורך געווער און פאלשע מיליטערישע אילוזיעס, נאר דורך איינזעהן אז שלום איז דער איינציגער לענגליכער און אמת׳ער אויסוועג, ס׳איז טאקע שווערער און ס׳געשעט נישט איבערנאכט, אבער מיט קוראזש און געדולד קענען זיי עררייכן א בעסער׳ן צוקונפט פאר זייערע קינדער און איבערלעבער.