מבצע צוק איתן - א סוקסעס אדער דורכפאל?

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

מבצע צוק איתן - א סוקסעס אדער דורכפאל?

שליחה דורך איש עברי »

נעכטן איז אריין אין א קראפט א פייער אפשטעל צווישן מדינת ישראל און כאמאס, די פייער אפשטעל איז אפיציעל פראקלאמירט געווארן דורך מצרים, און אונטער די קאליסן האט אמעריקע אויך געשפילט א ראלע, מיט'ן דרוקן אויף קאטאר זאל געבן די באפעל פאר כאמאס צו אננעמען דעם פארשלאג

די פייער אפשטעל האט געענדיגט 50 טעג פון שלאכטן, באמבאדירונגען, אסעסינאציעס, דארונטער אויך א ברייטע ערד אינוואזיע, ביז אהער זענען די קאסטן געווען אויף די פאלעסטינער זייט, איבער 2000 טויטע, דארונטער ליידער פולע ציווילע, טויזענטער הייזער חרוב, און צענדליגע טויזענטער היימלאזע, און אויף די ישראל'דיגע זייט 64 סאלדאטן וואס זענען ליידער אומגעקומען, און 5 ציווילע וואס זענען געשעדיגט געווארן פון די ראקעטן.

די "עפטערמעט" פון די מלחמה ברענגט נאטורליך מיט זיך אינטערנאציאלע קאנסעקווענצן, און נאך מער האט דאס אנגעצינדן א פאלטישע ויכוח אינערהאלב די פאליטיקאנטן און אנאליסטן אין ארץ ישראל צו די מדינה האט עפעס פארדינט פון די יעצטיגע קריג, אדער גאר דערלייגט, צו די פרייז פון 65 טויטע זעלנער איז בארעכטיגט אז דאס ברענגט צו אזא אויסגאנג.

א גרויס חלק פון די קריטיק וואס מען ווארפט אין ריכטונג פון די רעגירונג איז עמאציאנעל, און נישט קיין זאכליכע קריטיק, ווי למשל די איינוואוינער פון דרום וואס גיסן אויס זייער אויפברויז אויף זייערע שווערע אומשטענדן, און די אוממעגליכע ראקעטן-רוטין אין וועלכע זיי לעבן, און אין זייערע אויגן האט די רעגירונג נישט געטון גענוג צו דאס אפשטעלן איינמאל פאר אלעמאל, ווידער איז דא רעכטע פאליטיקנטן-אקטיוויסטן וואס פארפירן אז מען האט פארפאסט א געלעגנהייט צו אייננעמען עזה פונדאסניי, וואס דאס איז אויך א היבש אומרעאליסטישע טענה, דאן איז דא די געווענליכע רעטאריק פון די לינקע קרייזן אז מען קען אלעס לעזן אויף דיפלאמאטישע אופנים.

מיט א אביעקטיווע בליק איז שווער צו זעהן א אנדערע אויסגאנג צו די יעצטיגע קריג, און פארן שפרונגען צו א מסקנה אויב ישראל איז ארויס א געווינער, דארף מען פון פריש דעפינירן וואס מיינט "נצחון" אנדערש ווי אין די ווייטע פארגאנגנהייט וואס א נצחון איז געווען שווארץ ווייס, די זייט וואס האט איינגענומען לאנד, געברענגט די שונא צו די קניען איז א געווינער.

ווען מען איז אין קריג מיט א טעראר ארגאניזאציע, אפילו עס איז א קאנווענציענעלע מלחמה [דאס איז א אנאליז פאר זיך צו די יעצטיגע קריג איז געווען א קאנוונציאנעלע מלחמה צווישן צוויי ארמייען איז כמעט אוממעגליך צו ענדיגן די קריג אויף א נארמאלע אופן ווי קריגן ענדיגן זיך, ווען צוויי מדינות קריגן זיך ווערט די קריג אנטשידן דורך ראציאנאלע חשבונות, ווען איין צד זעהט אז ער מוז זיך אונטערגעבן ווייל אזוי וועט ער ארויסגיין מיט גאנצע ביינער, אדער ווען די אנדערע זייט נעמט איין דאס לאנד און צווינגט די דארטיגע ארמיי זיך אונטערצוגעבן, אין נארמאלע פעלער וועט די באזיגטע ארמיי זיך אונטערגעבן ווייל עס האט נישט קיין זין זיך צו שלאגן אומזיסט.

ווען עס האנדלט זיך פון א טעראר ארגאניזאציע וואס זייער סטראטעגיעס זענען נישט באזירט אויף ראציאנאלע און ריאליסטישע חשבונות, זייער לעבן טראגט נישט קיין ווערט, און זיי האבן נישט וואס צו פארלירן, איז זייער שווער צו האבן א דעפענעטיווע נצחון, איבערהויפט די פאלעסטינער וואס ווי מער שאדן זיי האבן הייבט דאס זייער שטיצע אינטערנאציאנאל מאראליש און פינאנציעל, דאס לאזט איבער בלויז צוויי וועגן צו באזיגן, אדער דורך אייננעמען די שטח אין פשוט עלימינירן טויזענעטער קעמפער און אונטערדרוקן די באפעלקערונג, אדער דורך פירן א פסיכאלאגישע קריג וואס זאל גורם זיין פאר זיי צו פארשטיין אז עס לוינט זיי צו איינרוען.

ביי די יעצטיגע רונדע איז נישט געווען קיין פלאן פון צוריק אייננעמען די עזה שטרייף, דאס קאסט א געוואלד פון מענטשליכע פאטאליטעטן און קען ברענגען מער שאדן ווי תועלת סיי פראקטיש און סיי אויפן דיפלאמאטישן פראנט, די מטרה איז דעריבער געווען צו ברענגען כאמאס צו א שטאפל אז זיי זאלן איינזעהן אז זיי צאלן צו א טייערע פרייז פאר זייערע פראוואקאציעס, און זיכער מאכן אז זיי האלטן צוריק זייער פייער אויף א לענגערע צייט, די פרעמעיער מיניסטער האט טאקע נישט דערמאנט אז ער זוכט צו אומווארפן כאמאס נאר כסדר גערעדט אז די מטרה איז צוריקצוברענגען די שטילקייט אין דרום, טראץ וואס ווארשיינליך איז געווען א האפענונג אז די בירגער אין עזה וועלן רעוואלטירן קעגן חאמאס אבער די שאנסן דערצו זענען לכתחלה געווען גאר קליינע [אין פאקט ווערט כאמאס געשטארקט פון אזעלכע מצבים]

דעריבער האט מדינת ישראל געשטעלט פון אנהייב א פארשלאג פאר כאמאס צו פשוט אויפהערן שיסן און עס וועט נישט קומען קיין שום רעאקציע "שקט ייענה בשקט" און טאמער כאמאס וואלט דאן אויפגעהערט שיסן וואלטן זיי פארמיטן טויזענטער טויטע און מיליארדן דאלער שאדן, און אלע קאנסעקווענצן וואס דאס האט געברענגט מיט זיך.

כאמאס האט געבויט אויף א פאלשע סטראטעגיע אז דורך שטופן מדינת ישראל צו א הרגנ'ן א גרויסע צאל פון פאלעסטינע ציווילע - דורך פלאצירן זייערע געווער אין געדעכט באוואוינטע געגנטער – וועט דאס שאפן א דרוק אויף מדינת ישראל צו קומען צו א הסכם אויף א פייער אפשטעל, און די אראבישע וועלט וועט מיטשטיין מיט זיי, און אזוי ארום וועלן זיי ביים פארהאנלונגס טיש באקומען וואס זיי קענען נישט באקומען מיליטעריש, נעמליך עפענען די גרעניצן, און אראפנעמען אלע באגרעניצונגען, און דאס וויכטיגסטע, צייגן א נצחון וואס זאל זיי צוריקקערן זייער געשעדיגטע לעגיטימאציע אין עזה.

אבער מדינת ישראל האט דאס פארמיטן מיט'ן זיך פאראיינגין מיט די נייע פרעזידענט פון מצרים, וועלכע האט פיינט חאמאס נישט ווייניגער ווי ישראל, און זעהט אין זיי א פיליאלע פון די פארהאסטע "ברודערשאפט" גרופע אין מצרים, און דעריבער האט ער מיטגעארבעט מיט מדינת ישראל און זיך געשטעלט אלס פארמיטלער, און דערביי פארגעשלאגן א פייער אפשטעל וואס געט גארנישט פאר חאמאס און שטעלט פשוט צוריק די מצב צום אלטן [אזוי ווי מדינת ישראל האט לכתחלה פארגעשלאגן]

חאמאס האט דאן פרובירט מיט זייער אליאירטע אין קאטאר און אין טערקיי און פרובירט מאנעווירן אז זיי זאלן זיין די פארהאנדלער, [און עס איז זיי אפילו געלונגען צו מאנופעלירן סעקערטערי קערי אין דעם ריכטונג] אבער מדינת ישראל איז געבליבן ביי איר שטעלונג אז זי זעט מצרים אלס די איינציגע לעגיטימע פארהאנדלער, און אזוי אויך איז עזה היסטאריש פארבינדען מיט מצרים וואס דאס האט נאטורליך געגעבן א אויבערהאנט פאר מצרים.

זעענדיג אז עס גייט זיי נישט ארויסצוקוועטשן א ממשות'דיגע נצחון האבן זיי אנגעהויבן שפילו א אנדערע שפיל, און מסכים געווען צו די מצרישע אינטערווענצן אבער פרובירט ארויסצוקוועטשן וואס מער, און גלייכצייטיג געארבעט אויף הוילע פראפאגאנדע איבער זייער מעכטיגע נצחון וואס זיי האלטן אינמיטן אפהאלטן אויף די "ציוניסטישע פיינט" און געוואשן די מוחות אין עזה ווי שטארק די פיינט איז ערשטוינט פון זייערע מעכטיגע דערגרייכונגען, און נאך ענליכע נארישע בארימערייערן וואס נאר קעמל-רייטנדיגע אראבער קענען דאס אפקויפן.

ווי מער חאמאס איז געווארן געדרוקט צום וואנט האבן זיי מער אנגעהויבן נוצן די נארישע פראפאגאנדע מעטאדן, און פארקויפט פאר זייערע שעפעלעך איבער די היסטארישע נצחון וואס זיי האלטן אפ איבער די פיינט, בעת וואס האלב עזה ליגט אונטער חורבות, די פירערשאפט איז אדער טויט אדער באגראבן אין בונקערס, טויזענטער מענטשן דרייען זיך אן א דאך איבערן קאפ, לעקטער איז נישט דא, קוים עסן איז דא, אבער די מאסן האבן ליב צו הערן אזעלכע זיסע לידער פון נצחון און לאזן זיך נישט פארדרייען א קאפ פון די רעאליטעט.

עווענטועל האט נעכטן כאמאס געליטן א היסטארישע נידערלאגע, זיי זענען קוים געווען א צד אין די פארהאנדלונגן, קיין איין איינציגע פארלאנג פון זיי איז נישט אנגענומען געווארן, אלע זייערע תנאים וואס זיי האבן געשטעלט פאר א פייער אפשטעל איז אפגעווארפן געווארן, און זיי האבן אייגנטליך אראפגעלייגט די געווער ווי שעפעלעך.

אבער פארלוירן? וואס ווי ווען, אין די חרוב'ע עזה האט מען נעכטן נאכט געטאנצן אין די גאסן, אויף די חורבות פון עזה זענען זיך צוזאמגעקומען טויזענטער צוהיצטע אראבער פייערן די "היסטארישע נצחון" אויף די ציוניסטישע אקופירער, די כאמאס פירער זענען ארויסגעקומען פארשטויבט פון די בונקערס, און געהאלטן דעמאגאגישע רעדעס, און געפיטערט די הונגעריגע מאסן מיט הוילע רעטאריק.

מיט א אביעקטיווע בליק האט מדינת ישראל אפגעהאלטן א דעפענעטיווע נצחון, זיי האבן קלאר געווינען די שפיל, אבער די מאסן אין מדינת ישראל זענען געמאכט פון א אנדער מאטריאל פון זייער שכנים אין עזה, אנטשאט זיך פאטשן אין בייכל און זיך פרייען, הערשט א אנטוישונג, סיי די פאקט אז די כאמאס דערקלערט זיך אלס געווינער שמעקט נישט פאר די ישראל'דיגע מאסן וואס דארשטן צו זעהן א צוביילטע און נידערגעשלאגענע חאמאס, און אזוי אויך פאלשע האפענונג וואס גרויס-פיסקיגע פאליטיקאנטן האבן געגעבן איבער "עלימינירן חאמאס" דאס שאפט יעצט א אנטוישונג, ווען אין פאקט האט מדינת ישראל לויט די אומשטענדן אויסדרוקליך געווינען די יעצטיגע שפיל.
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

קדש הילולים האט געשריבן:איך זאג איין ווארט: נעבעך נעבעך...
נעבעך אויף דו מדינה.
נאך א גרעסערע נעבעך אויף די וועלכע טאנצען איר נעבעך נאך און זענען נאך פויבסטליכער פונעם פויבסט...
און צייט וואס מען זעט שוין איין אפילו אין די מדינה אליין וואספארא נערישקייט מ׳באגיייט, זענען אבער דו פרומע ציונים נאך יא פארגלייבט אין דו כוחי ועוצם ידי...
נאכאמאל: נעבעך נעבעך...


וואס איז דאס דא? וואס איז דאס?

איז דאס דער גילגול פון [tag]נאר,,פרייליך[/tag]?

דו קודש הילולים, הער אויס א מינוט. אין א אידישע פארום גייט כסדר זיין אשכולות און הודעות איבער די אידישע מדינה דארט אין מיטל מזרח, אמאל איז עס מיליטערישע נייעס, אמאל איז עס סתם קרישקעלעך, און דאס מיינט אויסדריקליך נישט אז דו גייסט יעדעס מאל מגיב זיין עפעס קעגן ציונות און/אדער מדינת ישראל, פארשטאנען?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום לאליפאפ, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

ס'האט זיך בכלל נישט געלוינט לדעתי. ראקעטן קענען ווייטער אריינפליען ווייל מען האט עס נישט אינגאנצען פארניכטעט, די "הרתעה" פון מד"י איז ערענסט געשעדיגט געווארן נאכ'ן ליידן ביטערע פארלוסטן, און די אראבישע באפעלקערונג סיי אין עזה און סיי איבער דער וועלט האט אנגענומען חד משמעית אז די פאלעסטינער האבן געווינען. איי די אלע טויטע אראבער? דאס גייט פאר כאמאס נישט צופיל אן, נאכדערצו יעצט אז זייער צופרידענהייט-ראטע איז געשטיגן. די איינציגסטע פארלוסט וואס כאמאס האט געליטן איז די פאר טונעלן און ראקעטן וואס זיי האבן יעצט ווייניגער, אבער ווילאנג גייט דען נעמען ביז זיי זאמלען זיך אן פרישע סחורה?
מדינת ישראל האט נישט גע'חלומ'ט אז צום סוף וועלן זיי גאר זיצן און פארהאנדלען מיט כאמאס. איך פערזענליך האלט אז ס'איז ביזיונות.
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

די הרתעה פון מדינת ישראל איז אויסדרוקליך געשטארקט געווארן פון די אקציע, עס איז א אלטע טאקטיק פון די אראבער צו שרייען צוביילטערהייט אז זיי האבן געווינען, אין פאקט האבן זיי "גארנישט" פארדינט פון די יעצטיגע רונדע געוואלדטאטן, זיי האבן געהאפט כאטש צו כאפן א סאלדאט אז זיי זאלן קענען באפרייען די ארעסטאנטן פון די שליט אפמאך און עס איז זיי נישט געגאנגען, למעשה האבן זיי זיך אונטערגעגעבן, די כלומר'שטע דעגרייכונגען איז א פיל וואס ישראל האט מסכים געווען זיי צו געבן צו מאכן לייכטער דאס זיך אונטערגעבן.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אויב איז אמת אז די אראבישע וועלט שיקט זיי געלט און אנדערע הצטרכות און זיי קענען אלעס צוריק אויפבויען פונדאסניי, ס"ה וועלן אלע אלטע פארקראכטע הייזער ווערן שיין ניי איבערגעבויעט, דאן קענען די אראבער אריינגיין אין קאטעגאריע פון "חוטא נשכר", און מדינת ישראל האט גאנץ ווייניג פארדינט פון די גאנצע קאפוויי.
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

@איש עברי לויט ווי איך פארשטייט האט מען עפעס נאך געגעבן פאר כאמאס סוי פארוואס רעדטסטו נישט דערוועגן קען זיין אז עס איז ממש נישט ווי אפטעמיסט זאגט, באט ליינעדיג דיין אנאליז קוקט אויס ווי דו פארהוילסט עפעס,
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

מען האט זיי נאכגעגעבן נישטיגע פארלייכטערונגען, וואס מען וועלט זיי סיי ווי נאכגעגעבן, ווי למשל פארגרעסערט די שטח ווי עס איז זיי ערלויבט צו כאפן פיש.
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

נו, האט מען דען גע'חלומ'ט אז ס'וועט גאר זיין חוטא נשכר? דאס איז איינמאל זיכער אז אין מד"י אליין איז ביבי ארויסגעקומען א פארלירער.
ווייט פיש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 164
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 12:37 am
האט שוין געלייקט: 23 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

שליחה דורך ווייט פיש »

די כאמאס שפרינגען יעצט אין די גאסען אינאיינעם מיט זייערע פירער כאילו עס איז זיי יעצט געבוירען געווארן פרישע טויזענטער קעמפער דאס פאר זיך איז מסתמא איינע פון די סוקסעסן :D

דאס אז כאמאס קעשט איין די טויזענטער פגרים זייערע אויף גרויס געלט דאס קען מען אויך צושרייבן צו די סוקסעס פינעם מבצע

דעס אז די מדינה האט געברויכט פאלען צו די פערשט פון די וועלט אז מען זאל לאזען די פאסאזשירען איבער די וועלט קומען צו זייער לאנד איז אויך א היבשער טייל פינעם הצלחה

דאס אז מען דארף זיך דורכקומען מיט כאמאס אויף פארהאנדלונגען און די שטארקע דרוק אויף שלום איז אויך נישט אוועקצומאכען

די העכערונג אין סימפאטיע-בלינדקייט פון פילע אידן איבער די וועלט צום גוסס'דיגע לאנד איז אויך א היבשע סוקסעס פארן געלונגענער מבצע

און נישט פארגעסן אז דאס אויפקומען אויף די שפורען פון די רוצחים פון די דריי בחורים הי''ד איז אויך א טייל פינעם סוקסעס :D

היות דא קריגט מען שווער לייקס פאר אזעלכע תגובות וועל איך מיר אליין מכבד זיין

:like
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום ווייט פיש, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
בשבילי!
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך בשבילי! »

מדינת ישראל האט זיך קיינמאל נישט אראפגעזעצט פארהאנדלען מיט כאמאס. זיי האבן געדילט מיט מצרים
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

ווען מ׳רעדט פון סוקסעס אין די אויגן פון כאמאס, דארף מען עס קוקן מיט כאמאס׳ישע גלעזער, אדער לפחות מיט מוסלעמעינער השקפה.
טויטע דזשיהאדיסטן איז ביי זיי נישט קיין אמת׳ע פארלוסט, צובראכענע הייזער ברעכט נישט זייער מאראל.
זיי לעבן מיט אן אידאלאגיע, אומ-רעאליסטיש.
משל למה הדבר דומה, אזוי ווי די ציונים פראבירן אריינשלעפן די חרדי׳שע יידן אין די מיליטער, און זיי שניידן די תקציבים, וכדומה. נישט נעמענדיג אין באטראכט די מהלך המחשבה פון א טיפיקל חרדישער איד.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

שליחה דורך shem-tov »

רבותי סאיז ביטער ווי א גאל. די יעצטיגע מלחמה האט אלעס געטוישט סאיז א נייע ריאליטי. איך מיין אז די פרייע וועקן זיך אויף צום פאקט פון אם ה' לא ישמר עיר. די חברה האבן ערפינדן א פלאן פון לייגן ראקעטן אין רעזידענשאל עריעס - אגב גגנבט די איידיע פון לבנון - און די מדינה קען זיך אויפן קאפ שטעלן. נאר דער אייבערשטער היט די יודן. די פירער זענען צושאסן ללעג ולקלס אין די גאנצע וועלט. ממה נפשך ביים אראבער איז ער דאך סיי ווי אראפגעקוקט און ביים אמעריקאנער גוי איז ער יעצט א ביטערער לוזאר. כמיין די רעדס פון איראן זייער גרויס אבער די קענסט נישט אנמקלען די ביינער פאר אפאר פאלעסטינער יונגעלעך. די חברה כאמאס ימ"ש שרעקען זיך נישט פון קיינעם יעדער טויטער איז ביי זיי א געווינס עפעס א בחינה וואס כהאב אמאל געהערט פון רק בדם תהי לנו הארץ. נחפשה דרכינו ונחקורה ונשובה אל ה' כי אין עצה ואין תבונה נאר בעטן אבינו מלכנו קרע רע גזר דננו
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

ונזכה להתרוממות קרן התורה והתגלות כבוד שמים עלינו, וביטול מלכות המינים בב"א
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

שליחה דורך I'm back »

מען וואונדערט זיך נאך פארוואס די גוטע שרייבער פארלאזן די פלאץ?

איין טראל נאכן אנדערן, און די מנהלים זענען נאר פארנומען פארמעקן די תגובות ווי מען שרייבט קעגן זיי.
.
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

@איש עברי גװאלדיג! ענדליך שרײבט אײנער דערװעגן. אין די ביסל צײט װאס איך האב בין איך פארנומען
לײנען די באבאװער אשכולים.


און דערביי פארגעשלאגן א פייער אפשטעל וואס געט גארנישט פאר
חאמאס און שטעלט פשוט צוריק די מצב צום אלטן [אזוי ווי מדינת ישראל האט לכתחלה פארגעשלאגן]


ס׳דערמאנט עפעס װאס רעגט אויף אסאך מענטשן אין די יעצטיגע טעג.
שוין אײם סארי איך װיל נישט פארדרײען..
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
מנחם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 12:08 am
האט שוין געלייקט: 266 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל

שליחה דורך מנחם »

ווייט פיש האט געשריבן:די כאמאס שפרינגען יעצט אין די גאסען אינאיינעם מיט זייערע פירער כאילו עס איז זיי יעצט געבוירען געווארן פרישע טויזענטער קעמפער דאס פאר זיך איז מסתמא איינע פון די סוקסעסן :D

דאס אז כאמאס קעשט איין די טויזענטער פגרים זייערע אויף גרויס געלט דאס קען מען אויך צושרייבן צו די סוקסעס פינעם מבצע

דעס אז די מדינה האט געברויכט פאלען צו די פערשט פון די וועלט אז מען זאל לאזען די פאסאזשירען איבער די וועלט קומען צו זייער לאנד איז אויך א היבשער טייל פינעם הצלחה

דאס אז מען דארף זיך דורכקומען מיט כאמאס אויף פארהאנדלונגען און די שטארקע דרוק אויף שלום איז אויך נישט אוועקצומאכען

די העכערונג אין סימפאטיע-בלינדקייט פון פילע אידן איבער די וועלט צום גוסס'דיגע לאנד איז אויך א היבשע סוקסעס פארן געלונגענער מבצע

און נישט פארגעסן אז דאס אויפקומען אויף די שפורען פון די רוצחים פון די דריי בחורים הי''ד איז אויך א טייל פינעם סוקסעס :D

היות דא קריגט מען שווער לייקס פאר אזעלכע תגובות וועל איך מיר אליין מכבד זיין
:like


לי יצייר ווען דער סוקסעס זאל ווען זיין גרויס לשיטתך, טוישן זיך די שיטות? די שיטה שטייט נאר ווען עס איז טאקע א עולה פון מדינת ישראל און די מבצע איז דרוכגעפאלן?
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

חמאס האט געטראפן עפעס א פסוק "העברת פי ה' והוא לא תצלח" מוז דאך בע"כ זיין, אז זיי האבן געוואונען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאטי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

ווי אזוי עס זאל נאר זיין שטעלט זיך ארויס אז דער פרעימיניסטער באקומט נאך אלס 50% שטיצע.
איך פערזענליך באוואונדער די כח ההנהגה פונעם ראש הממשלה מר [tag]בנימין נתניהו[/tag], זיין פערזענליכקייט איז ווערד אן עקסטערע אשכול אין קאווע שטיבל צו באשרייבן.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

פון אלע פונקטען פון דעם מלחמה/קאנפליקט װאס איז יא גערעכט מאראליש צו נישט. אדער דער האט
געװאונען און דער האט פארלוירען מײן איך איז דער פאקט אז מד״י האט זיך נישט געלאזט פון דער
װעלט מיט דער אלטװעלטליכע מידיע נאר האבן צוריק געשאסען טאקע ארײן אין די ציװילע געגענטער
פון װי די טעראריסטען האבן ארויס געשאסען איז עפעס װאס האט אװעק געשטעלט צום ערשטן מאל
א מציאות פאר כאמאס אז זײער שונא איז אויך נישט די זעלבע פון אמאל נאר איז גרײט צו טוהן װאס
מען ברויך אזוי װי א יעדע נארמאל לאנד װאלט געטוהן. איך װײס נישט אויב דאס װעט זיך לוינען פאר
די מדינה שפעטער װען/אויב די פאלעסטינער גײען גײן צו די אינטערנאציאל קרימינאל געריכט.

פארשטײט זיך ס׳איז דא נאך זאכן װאס קען שאטן צוליב דעם אבער כאטש אויף אזוי פיל װײזט עס
אז מען קען נישט אויף הײבן א טעלעפאן און הײסן טוה אזוי, גײ דא, הער אויף שוין יעצט, איך װיל נישט
הערן נאר הער װאס איך רעד צו דיר, נאר כאמאס זעט אז זײ קענען טאקע פארפירן און מעגן זײן
גערעכט אויך אבער עס גײט גײן בײדע װעגן.
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
I'm back
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 833
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 30, 2013 9:38 am
האט שוין געלייקט: 2105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 315 מאל

שליחה דורך I'm back »

פארוואס? האט געשריבן:ווי אזוי עס זאל נאר זיין שטעלט זיך ארויס אז דער פרעימיניסטער באקומט נאך אלס 50% שטיצע.
איך פערזענליך באוואונדער די כח ההנהגה פונעם ראש הממשלה מר [tag]בנימין נתניהו[/tag], זיין פערזענליכקייט איז ווערד אן עקסטערע אשכול אין קאווע שטיבל צו באשרייבן.

וכל שכן אז ער האט א ניק דא
.
קדש הילולים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

שליחה דורך קדש הילולים »

@פארוואס: ס׳איז טאקע צום באווינדערן זיין הנהגה, וויאזוי אינטער זיין פירערשאפט ווערט די מדינה איזעלירט פון די גאנצע וועלט ממש, אויך די ביז איצטיגע פריינט וואס זענען אזוי קריטיש וויכטיג פארן צוקאנפט פון די מדינה, ווערן וואס א טאג שפעטער אלס מער אפגעפרעמדעט און אפגעהאקט פון די מדינה.
אויף די מיניט איז ער טאקע א ״שטארקער״ און ער קען זיך גרויסן אז קיינער קען אים נישט איינטיילן וואס צו טון, אבער ווייסט מען דען נישט אז עס קאסט א פרייז?! אז אין די צוקאנפט וועט עס גארנישט אזוי פויגעלדיג זיין?!
צו רעדט זיך איינער איין אז די מדינה קען זיך אליין באשיצן פון די וואס ווילן איר איינשלינגען?!
ה״י זיינע הפקירות׳דיגע מעשים זאלן נישט שאדן פאר יודישע קינדער.
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

ווידער א פארפירערישער קעפל, לארטיקלתך איז עס נישט קיין 'אדער

שליחה דורך ישראל קאפקע »

א זייער איינזייטיגע 'אנאליז',
די גרעסטע סוקסעס פון מדינת ישראל האט נישט צו טון מיטן איצטיגע מלחמה, נעמליך אז די אייראן דאום ארבייט אייזן, דריי דריי אהאלב טויזנט ראקעטן און קיין איין טויטער (אפשר יא איין אויסלענדישע ארבייטער) כאמאס קען שיסן פון היינט ביז מארגן אבער חוץ שווער מאכן פאר די איינוואוינער אין דרום, קענען זיי נישט טון קיין פאטאלע שאדן,

די מדינה'ס גרעסטע דורכפאל, אז זיי האבן פארלוירן 65 סאלדאטן און דאך נישט געקענט אויספירן די עיקר מיליטערישע ציל, אפצושטעלן די ראקעטן (אפגעזען פון די כלומרשטע 'אמת'ע' ציל צו צעשטערן די (אלטע נייעס) טונעלן)

איך ווייס נישט וואס פונקטליך וואס די בלאקאדע פארגרינגערונג מיינט, וואו ווייט כאמאס האט עררייכט זייער עיקר אנגעבליכע ציל, אבער וועלט סימפאטיע האבן זיי שטארק פארדינט, און ליידער איז זיי געלונגען צו הרגנען א פרעצעדענטלאזע 65 מ.י. סאלדאטן נעבעך, און אויך האבן זיי ווידער גאר שטארק ארויסגעברענגט זייער אויסהאלט קראפט, אין די לעצטע טעג האבן זיי געשאסן איבער הונדערט הונדערט-צוואנציג ראקעטן פער טאג, מער ווי סיי וועלכע טאג פארדעם, טראץ די אומגלויבליכע חורבן וואס עס האט פאראורזאכט אין עזה,

די אלגעמיינע עזה באפעלקערונג האט פילייכט גאר שטארק פארלוירן, חוץ אויב די בלאקאדע גייט טאקע שטארק פארלייכטערט ווערן, (וועסטו פרעגן צוויי טויזנט טויטע לוינט זיך פאר א פארלייכטערונג אין די בלאקאדע? די תירוץ איז אז אזוי ווי סאיז געווען אין די לעצטע אכט יאר איז פילפאכיג ערגער פאר אפאלק ווי צוויי טויזנט טויטע, מען דארף נעמען אין חשבון די פילע וואס שטארבן 'שטילערהייט' אין אזא אלגעמיינע מצב פון בלאקאדע, נישט האבנדיג קיין צוטריט צו וויכטיגע מעדיצינען, מעדיצינישע עקספערטיז, ביליגע ריינע וואסער, און די אלגעמיינע פינאנציעלע דערדרוקעניש,)

פערזענליך האט נתניהו זייער שיין פארדינט אבער דאס האט גאר דראמאטיש אויסגעוועפט אין די לעצטע צוויי וואכן, און ער שטייט יעצט דאכט זיך מיר די שוואכסטע וואס ער איז נאר געשטאנען סיי ווען,
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

די פאקט אז אייראן דאום ארבעט איז אויסדרוקליך א טייל פון די סוקסעס, איך פארשטיי נישט דיין פוינט, די סך הכל איז אז מדינת ישראל האט נאכאמאל געוויזן אז זיי האבן די מיליטערישע און טעכנאלאגישע אויבערהאנט, און חמאס קען איר מיטאמאל שעדיגן.
כאמאס האט פארדינט רעספעקט??? חמאס איז ארויס ביטער צוביילט, איר גוטע פריינט איראן איז געשטאנען אין די זייט, אין מצרים איז מען איר מחרים, די וועלט וואס האט געהאלטן אט אט ביים אנערקענען אין חמאס האט איר צוריק אנערקענט אלץ טעראר גרופע, און צום אלעם וויכטיגסטן, זיי האבן נישט דערגרייכט קיין איין איינציגע פארלאנג וואס זיי האבן געבעטן.
פארשפארט