זייט אָנהייב חודש אלול קאָכט זיך ביי מיר אין האַרצן. איך פּראָביר אַוועק צו קוקן, זיך אויסצודרייען, זיך נישט צו טון מאַכן אָבער עס פּועלט נישט. במשך אלול בין איך געווען אין שיל אין די וואָכן בלויז אויף ראש חודש און אפשר נאָך איין טאָג אין דער מיט. הערן שופר קומט מיר אָן שווער, דער ברומען פון לדוד ה' אורי אַן אָפּקומעניש, דער לכו נרננה פאַר תהילים אַ לאַסט. דער שופר רעדט צו מיר אָבער איך וויל עס נישט הערן. עס הייסט מיר נישט תשובה טון נאָר עס דערמאַנט מיר אַז פאַר אַ יאָר האָט עס אויך געבלאָזן און איבער אַ יאָר וועט עס ווייטער בלאָזן און אויסער האַקן אין טשייניק טוט עס קיין סאַך נישט אויף. עס טרומפּייטערט אַז מען זאָל זיך אומקערן אָבער אויך אַז מען וועט זיך נישט אומקערן. עס רופט אויס ווי קאַפּריזיק איז דער מענשטליכער האַרץ. עס וויל איין זאַך און טוט דוקא וואָס עס וויל נישט.
איך קען מיך אויך נישט באַהאַלטן ווייל אַז איך בין נישט ביים אלול איז דער אלול אָבער ביי מיר. איך קוק אָן מיין פרוי און איך בין איר מקנא. ביי איר איז ראש השנה אַ יום טוב ווי אַלע נאָר פּשוט מיט אירע מנהגים. מען איז אַביסל לענגער אין שיל, מען הערט שופר און מען זאָגט אַסאַך פונעם מחזור. באָט נאָטינק טו געט עקסייטיד אַבאָויט. פאַר מיר ווייטער איז עס אַן עקסיסטענציעלן מצב. כל באי עולם עוברין לפניך כבני מרון און איך ווייס אפילו נישט וואָס די בני מרון זענען.
איך האָב שבת געלייענט אַז רבי ר' זושא פלעגט יעדער נאַכט מאַכן אַ חשבון הנפש און זאָגן 'זושא, היינט האָט נישט געטויגט אָבער מאָרגן וועט מען זיך נעמען און עס וועט זיין גאַנץ אַנדערש.' באַלד דערנאָך האָט ער מיט זיך געטענהט, 'אָבער נעכטן האָסט דו דאָך אויך אַזוי געזאָגט.' און צו דעם האָט ער זיך פאַרענטפערט, 'אמת, נעכטן האָב איך אַזוי געזאָגט אָבער מאָרגן וועט טאַקע אַזוי זיין.'
וואָס זאָל איך אייך זאָגן. ביי מיר איז יעדער נאַכט און יעדער פרייטיק צו נאַכט ווי ביי רבי ר' זושא. איך זאָג מיך צו אָז מאָרגן און דער קומענדיקער וואָך וועלן שוין זיין בעסער. איך וועל גיין אינדערפרי אין שיל, מער פאַרברענגן מיט די קינדער, ווייניקער צייט בטלן ביים אַרבעט און דער עיקר זיך נעמען צום שרייבן כּדת וכּדין. אָבער וויבאַלד איך בין שוין געווען ביי אַ שרינק און אַ קאָויטש ווייס איך אויך פאַרוואָס אַזעלכע הבטחות צי פון רבי ר' זושא צי פון מיר זענען בלויז אַ סגולה צו ווערן אַנטוישט. ווייל מיט אַזעלכע ברייטע, אַלגעמיינע און נישט ספּעציפישע אונטערנעמונגן קען מען גאָרנישט אויפטון.
קומט אָבער חודש אלול און איך קלאָג נישט נאָר אויפן פאַרגאַנגנהייט נאָר אויך אויפן צוקונפט. אויפן קומענדיקן יאָר ווען איך וועל שטיין אין אָט דעם מצב און זיך קלאַפּן אשמנו אויף די זעלבע עבירות. ועל אלה אני בוכיה אַז חוץ פון שווערע געפילן העלפט דער אלול גאָרנישט. אַ חשבון הנפש? וואָס העלפט אַ חשבון אַז דער סך הכל איז אַז נישט נאָר מען איז באַנקראָט נאָר מען גיין זיך ווייטער באָרגן? בעסער נישט וויסן דער דעפיציט, נישט זען דאָס טיפעניש פונעם גריב אַז מען הערט סייווי נישט אויף צו פאַלן. עורו ישינים מתרדמתכם? אפשר איז ענדערש צו שלאָפן ווי צו זיין וואַך און נישט וויסן אויף וואָס מען איז אויפגעשטאַנען.
איך מיז אָבער דאָך גיין הערן דער ערשטער אשרי יושבי ביתך. עס רופט צו מיר און איך קען דערפון נישט אַנטלויפן. האָב איך מיר צוגעזאָגט אַז איך וועל זאָגן סליחות מוצאי שבת אין דער שיל אויף מיין בלאָק און דאָס וועט אויך גוט זיין. די סליחה פון ביי נאַכט איז אַזוי גוט ווי פאַרטאָגס, פאַר חצות אַזוי גוט ווי נאָכן נץ. קום איך צו גיין אין שיל צו קבלת שבת און אויפן טיר הענגט אַ פרישע צעטל פון אַלע ימים נוראים זמנים ביז מוצאי שבת בראשית און פון אויבן שטייט 'יום א' סליחות..................5.45'. איך ווער פאַרגליווערט און פרעגט מיר נישט פאַרוואָס. זאָגן ביי נאַכט איז כּשר וישר און פונדעסטוועגן וויל איך די אָטענטישער תפילה, דעם באַשטימטן אַרטיקל, די סליחות מיטן ה' הידוע. איך פאָרכט פון אויפשטיין דעם ערשטן טאָג סליחות צו אַ העלן טאָג מיט אַ שיינעדיקע זין. סליחות מיז זיך אָנהייבן אין די גרויע קאָלירן פונעם פרימאָרגן אויף פאַכמאַרעטע האַלב פאַרשלאָפענע פנימער.
שבת נאָכמיטאָג האָב איך געבעטן מיין זון זאָל מיך אויפוועקן נאָך אַ שעה אַז מוצאי שבת זאָל איך קענען לייכט איינשלאָפן. מוצאי שבת איידער איך האָב מיך געלייגט האָב איך מיר אַראָפּגענומען דאָס סליחות'ל פונעם הויכן פּאָליצע און זיך געלייגט שלאָפן מיט אַ מחשבה טובה אויפצושטיין און גיין אין שיל מיטן שווייגעדיקן שטראָם פון סליחות-גייערס. איך האָב געוואָלט זען דער שטאָלץ אויף די קינדער'ס פנימ'ער אַז זיי זענען אויפגעשטאַנען פאַרטאָגס, און זיך דערמאַנען ווען מיין טאַטע פלעגט מיר אויפוועקן און איך האָב אָנגעכאַפּט מיין עברי טייטש סליחות אויסגעקריצט מיט מיין נאָמען פון פאָרנט.
מורי ורבותי, איך בין אָנגעקומען אין שיל האַלב אַכט. איכה ישבה בדד, אַ שטיבל זונטיג אינדערפרי האַלב אַכט און עס איז נישט דאָ אַ נפש חיה אויסער אַ בחור איבער אַ גמרא און אַ איד וואָס דאַווענט ביחידות. פון דעם עמוד ביזן לעצטן טיש פון הינטן האָט זיך געשפּירט אַז אידן זענען שוין געווען, שוין געקרעכצט, שוין אויסגעזאָגט תהילים, שוין געזאָגט אל הורית לנו לומר און שוין מקיים געווען במוצאי מנוחה קדמנוך תחלה. איך שטעל מיך אַוועק ביים בלעמער, די צוויי קראַצערס זענען שוין אויך אַוועק, איך מיש אויף דאָס סליחותל און אויפן ערשטן בלעטל שטייט, מתחילין להשכים לומר סליחות מן יום א' בשבוע שחל בו ר"ה. איך פאַרקוק די פּאָר הלכות וועגן זאָגן ברכת התורה ווען מען שטייט אויף איידער עס טאָגט און איך נעם מיך זאָגן. אשרי יושבי ביתך, לך ה' הצדקה, הנשמה לך והגוף שלך, אל מלך יושב על כסא רחמים. היימישע ווערטער, באַקאַנטע ברומערייען, אור אַלטע נסחאות. דער זון שיינט אַריין און לייכט אויף די ווערטער, די ווערטער שיינען אַריין אין מאַכן ליכטיק און לייכטער דאָס האַרץ.
די ימים נוראים האָבן זיך שוין אנגעהויבן, דער יום הדין קומט אט אט, און מארגן בלי נדר...
קטלא קניא