מנשה לוסטיג האט געשריבן:פון וועמען האט ער דאס גענומען אז אפילו בהסתרה שבתוך הסתרה געפונט זיך דארט אויך גאט?
זייער פשוט די גרעסטע ראייה איז אז ״גם בהסתרה שבתוך ההסתרה בוודאי גם שם השי״ת נמצא״ איז דווקא פון הייליגע סקוירא- סקוירא שטעטל דער עיר הבירה שבגלילות ספרינג וואלי וואס מיט די גאנצע הסתר פנים וואס גייט דארט אן אין פילען זין פון ווארט כידוע לכל אפילו הכי אויך אין די קומוניסטישע שטעטל אין די טיפע הסתר פנים שבתוך הסתר פנים וואס דאס מיינט צו זאגען אז מווייסט גארנישט אז סאיז בכלל דא א הסתר פנים, אפילו הכי איז זיכער אז ״בודאי גם שם נמצא השי״ת״!
די ניגון קומט צו דערמאנען אז חוץ פון ענקער רעבין מיטן שטיוועל איז אויך פאראהן א בורא ומנהיג אויף די גאנצע וועלט אין נישט נאר א קומוניסטישע פיררעשאפט!
אין די ניגון וועקט אויף צובראכנע יידישע הערצער וואס אין די פונסטערניש פון די ״הייליגע קאמוניסטישע שטעטל״ צוטערען זיי ארויס זאגען בגלוי דעם אייבערשטענס נאמען אז זיי זאלען זיך בארוהיגען אין דער רבש״ע איז נאך נישט אינגאנצען באנקראטירט אין אפילו אין סקוירא שטעטל איז אויך דא איין איינציגער באשעפער
כהאב געויסט פון די ערשטע מינוט אז איך זאג דא ארויס א חידוש עצום!
איז היידא,! סקוירא חסידים וואס זענען באגאסען פון ריין גאלד רוסישע פויערען אפשטאם וואס גייען אויפן בעל שם הקדוש׳ס דרך מיט א קפידא נישט משנה צו זיין גארנישט נאר ״ארגינאל בעל שם הקדוש״ גייען זיך פון יעצט שטארקען אין די ווערטער פון רבינו הקדוש רבי נחמן זי״ע.
ענק זענען אלע באשטעלט צו פראווען דעם קומנדיגען ראש השנה אין אומאן במחיצתו פון רבינו הקדוש צוזאמען מיטן ״הייליגען צאדיק״ סקוירא וואנדער ראבינער זכותו יגן עליו