איך בין א יינגעמאנטשיק אין די הויכע 20 יאר׳ן איך ליין אסאך קאווע שטיבל שוין קרוב צו א יאר, סאיז א גיוואלדיגע מקום וואס קלינגט מסוף העולם ועד סופו ושמעו הולך בכל המדינות, סאיז חודש אלול א צייט פון תשובה האב איך אריינגקלערט אלץ הכרת הטוב איך זאל אויך שרייבען דא דארט מיינע צוויי גראשען
שמעקעדיג האט געשריבן:Wow עס קלינגט מסוף העולם ועד סופו... ושמעו הולך בכל המדינות.... פשיהא, אריין אין אשכול פון זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט....
האסט געמיינט אז דארט איז די גראז גרין און ס'נישט דא אויף וואס צו קוועטשען?....
א געווענליכע מנחה-מעריב יונגערמאן, איך גלייך די מענטשהייט אבער געב זיך אכטונג צו האלטן אביסל א שטרענג פנים נישט צו ווערן קהל'ס נער, פון די אנדערע זייט בין איך דער לאכעדיגע פעטער און די אויפגעקלערטע שוואגער, דער וואס איר וואלט אויסגעוועלט צוצוגיין אין בית מדרש פרעגן ווען די נעקסטע מנין איז אדער בארגן א גארטל. מיין מצב, טאלאנטן, אינטרעסן, יארגאנג, פלענער, און חסידות, זענען דינאמיש, עס טוישט זיך פון תקופה צו תקופה, טיילמאל פלאן איך צו ווערן א תלמיד חכם, און טייל מאל פלאן איך צו באגיין זעלבסמארד, עס זעהט אויס אז ביידע וועלן נישט פאסירן אין די נאנטע צוקונפט בעזהשי"ת. וואס איך וויל מיטטיילן מיט חברים? איך האב נישט קיין סך צו אפערן, גאנץ ווייניג חכמה, און א קליין ביסל לעבנ'ס ערפארונג, איך וויל מיך דרייען אין שטיבל, קאמענטירן, נערווירן, לאכן, און אונטערוועגנס געוואויר ווערן אפאר נייע זאכ'ן וואס וועלן מיר אפשר קלוגער מאכן אין די אויגן פון מיין ווייב. און יא איך ווייס וועלכע פרוכט מען נוצט פאר ד' מינים...
פארוואס, ווייל ס׳איז אינטערסאנט בכלל און פארשידענע ארטיקלען פאר מיר בפרט. ספעציעל אין אקטועלע נייעס און היסטאריע. טאלאנטן, שאיפות, לענ״ד האב איך אינטערעסאנטס צו מיט טיילן אין די און אויך אנדערע טאפיקס
וואס איז די ראי' איך האלט גראדע אז @דלפון איז א פרישע ניק, פאר א תלמיד אלכסנדר איז נארמאלע נישט צו וועלן האבן א ניק דא אפי' קיינער ווייסט נישט עס איז פשוט א נחות דרגא פאר זיך אליין, אבער מחמת הכרח האט ער נישט קיין ברירה... לאמור האפן מיר וועלן הנאה האבן פון עם אין אנדערע אשכולות אויך.
נייעסטיקער האט געשריבן:פארוואס, ווייל ס׳איז אינטערסאנט בכלל און פארשידענע ארטיקלען פאר מיר בפרט. ספעציעל אין אקטועלע נייעס און היסטאריע. טאלאנטן, שאיפות, לענ״ד האב איך אינטערעסאנטס צו מיט טיילן אין די און אויך אנדערע טאפיקס
איך האב אויסגעקליבן צו ווערן א חבר אין קאווע שטיבל, ווייל עס זענען דא חברה וואס רעדן דברים של טעם, און אסאך מאל פעלט זיך אויס א קליינע הערה אדער תגובה וואס קען צוהעלפן ארויסצוברענגן דעם קלארן פאקט
איך בין א געווענלעכער שטילער מענטש וואס נוצט די אויגען מער וי דאס מויל, גאמאכט פון הויט אין ביין בשר ודגים בלע״ז, א צוזאמשטעל פון א גוף מיט א נשמה וואס קלאפען זיך איינער דעם אנדערען, איינער מיז בלייבען צוקלאפט אין דאס בין איך א צוקלאפטע הושענא אויסגעפליקט אין אנגעזעצט כדבעי,
איך בין שטיל איך שטיי אין זייט וי דער הושענא אויסגעקלאפט ימים ידברו סוועט נאך קומען א צייט ווען אלעס וועט פארען גרינג אין גלאט
איך בין גאנץ גיט באקאנט מיט אייער סיסטעם דא, אלץ א גאסט וואס ציזט שעות אויף שיינע ארטיקלען, אריינגערעכענט די אינערליכע פאליטיקס וואס שוועבט דא ארום צוישען די ווענט אין די טונט וואס גיסט זיך פון די פענס אין חשובע שרייבער, סאיז דא אסאך וואס צו מוסיף זיין איך האף צו מאכען צייט אין שרייבען וישמחו בי חברי ואשמח בהם