שידוכים מיט טעכנילאגיא

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שידוכים מיט טעכנילאגיא

שליחה דורך פליקער »

איך וואלט געוואלט דורך שמיסן מיט דעים עולם וועיגן די פראבלעים וואס איז פארהאן ביי שידוכים, לאו דווקא א פראבלעים וואס טיט אפעקטירן די גאנץ כלל ישראל, מער איבער די אלט מאדישע מהלך וואס עס איז פארהאן ביי די קשר צווישן א שדכן מיט די וועים מען טראגט אן א שידוך, מיר וועלן אין אנריפן משידך, דער משידך וויל מען זאל אים אנטראגן א שידוך, דער שדכן וויל אויספירן א שידוך, דער שדכן'ס אינטערעסע איז פרנסה, ער וויל טאקע מקיים זיין די מצוה פון גמילת חסד, אבער אלע ווייסען אז די טאש איז די עיקר, ער וויל לייזן א פעט ביינדל.

ווען דער שדכן פאלט איין א שידוך אויף אנציטראגן, איז דא עטליכע פראבלעימען, קודם כל וויל ער זייער משדך זיין באראן ראטשילד מיטן שר מקיצי פארוואס דען נישט, אויב וועט ער אויספירן יעקלע טעקסי דרייווער מיט חצקל דער קצב, וואס וועט שוין דען בלייבן, אבער אויב פירט ער אויס די רייכסטע שידוך וועט דאך אים איבערבלייבן א שיין ביסן, אבער ווי אלע ווייסן אז דער שר מקיצי איז א שיינער איד, ער וועט זיך נישט משדך זיין אבי מיט וועים, ער וויל דער בעסטען בחור אויפן כדיר, על כן וועט דער שדכן מיזן מאכן א באשלוס אז ער גייט מיזן דערלייגן שדכנית פון צד אחד, אבער אבי ער וועט אויספירן עפעס א שידוך מיט כאטש איין זייט וואס וועט שיין געיבן, כאטשיק ער וואלט וועין יא געוואלט אויספירן די שידוך וואס ביידע זענען עשירים, מיז ער אבער זיין ציפרידן מיט איין צד וואס צאלט עשיריש.

איין גרויסע פראבלעים וואס שפראצט תיכף ארויס, איז אז דער עושר שפירט גלייך דער דריק פינעם שדכן, ער שפירט גלייך אז דער שדכן טראגט אים אן הודי מיט בוידי, אבי שיסן פייגן אפשר וועט עפעס קלעיבן, ער ווייסט אז ער האט נישט ארויס וואס דער עושר וויל, ער פראבירט צי נישטערן, זעין צי ער וויל א בן תורה, אדער א שיינע משפחה, ער ווייסט נישט צי דער עושר איז רעליסטיק, אדער ער איז נאך אין די ספערן.

עס זענען דא פיל מער ביטערע פראבלעימען ווי דאס, נעמליך די אנשים פשוטים, וואס זענען נישט פארעכנט געניג חשוב עולה צו זיין מפטיר יונה, אדער זיי זענען נישט ווערט מען זאל זיי פאריפן אויף א רייכע מאלצייט לכבוד א וויכטיגע מוסד, ווייל זיי איז נאך נישט באשערט געוועין צו זיין ראוי לאותו איצטלה, זיי זענען נאך געבינדן צי פיי סמך, זיי שוויצען נאך צו דעקן דאס טעיגליכן, זיי זענען נישט די עינגע קרייז, זיי זענען נישט געוועין פונקט ביי פרשת המן, ווען דער בורא עולם האט געטיילט, אדער ווי א לץ פלעיגט זאגן ער האט גענימען מיט א גאפל, חחח.

פאר די פשוטים איז טיען שידוכים א גיהנם, לא די זיי זענען נישט אויף קיין שום ליסטע, קיינער טראגט זיי גארנישט אן, אויב יא וואלט נאך בעסער געוועין ווען מען טראגט נישט אן, קיינער קימערט זיך נישט פאר זיי, ווייל זיי האבן נישט קיין גרויס געלט, ער האט נישט קיין יוקאן, מען ברויך די סיסטעים טוישן, ווייל למעשה איז דא א פראבלעים, מען קען קיינעם נישט פארהאלטן, דער שדכן איז קיינעם נישט שילדיג, ער ברויך טיען וואס סיז גיט פאר אים, ער וועט פארשטייט זיך נישט זיך מיטשען עפעס ציזאמענפארן פאר א פלעינע מאן, ער טיט נאר פאר די חשובה לייט.

פילע נאך שידוכים פראבלעימען ברויך ווערן געלייזט, צים ביישפיל, ווען א שדכן ריפט אן, פארוואס ברויך עס זיין א דענטיסט עפוינטמעט, יעצט מיז איך אפיר נעמען מיין צוואנג און ציען ציין, ווי אזוי הייסט די בחור, די טאטע, ווי ארבייט ער, וועלכע שיל, ווער איז זיין מחותן, איז ער א עכטע באגעבא מאן, וועלכע חלקה איז אים מער צים הארצן ביז תחית המתים, איר ווייסט וואס איך מיין, אלעס מיז מען ציען פשוט מען זאל פריוון צי כאפן בכלל פארוואס דער שדכן טראגט דאס בכלל אן, עס מאכט דאך בכלל נישט קיין צענט.

פארוואס זאל נישט זיין א אפענע קארטן, וואס מען קען אביסל ארויס האבן אינפארמאציע, וואס זענען פאבליק, למשל גייט ער א הויכע ביבר היט, שטאפן היט, קראך היט, אפענע שייטל, בענד, שפיצל, יעדער לעיבט עפעס אין א שיידל, קיינער טאר נישט אפיר נעמען געהעריג אויספארשן א שידוך, אלעס איז אזא געהיימניס, אלעס עפעס געשעיט פון זיך אליין, ווי זאגט מיר איינער, אז דער טאטע ריפט אן א בחור, לייבי זיי מוחל קים אהיים היינט ווייל איינער וויל דיך זעין ביי א חתונה, די בחור לויפט צי זיין בעסטע חבר, כאב א סוד, קיינעם טארסטע נישט זאגן אויב ווילסטו עולם הבא, איך ווער א חתן.

און אמתן אריין פארשטיי איך זייער די שדכנים, איך העט וועין נישט בעסער געוועין, זיי ברויכן פארדינען, זיי קענען אנטראגן צעינליגע שידוכים וואס ווערן נישט, זיי קענען אוועק געיבן שעות אויף שעות, און באקומען גארנישט דערפאר, חוץ א שיין ביסל שונאים, דו שעימסט זיך נישט, דעיס טראגסטו מיר אן, טי מיר טובה מחינו נא מספרך, אין נא אלא לשון נאָנאָ, טראג מיר מער גארנישט אן, א שדכן פארעדט זיך אמאל, אדער האט ער טאקע איינעם אינטערגעשאצט, אדער האט אים איינער אינטערגעשיקט, קומט אים דען מיתה, סך הכל האט ער דיר אן געטראגן א שידוך וואס דו האלטסט איז נישט פאסיג, אקעי זאג ניין און וויש דיר די נאז אפ.

טעקנאלעדשי, וואס טעכנילאגיע קען אויף טיען איז ממש א שאד נישט צי אריין ווארפן זיך דערין בלב ונפש, היינטיגע צייטן איז עס ממש גארנישט, וואס איך האלט אז מען ברויך ציטיען איז פשוט, די שדכנים ברויכן האבן א דאטא בעיס פון וואס זיי ארבייטן, א וועפ זייטל וואס שדכנים טיען מיט טיילן אינפארמאציע, אויסגלייכן אינפארמאציע, למשל אויב איינער ווייסט אז משה וואס האט א פיין מיידל איז נישט מקפיד אויף א ביבר היט טראץ וואס ער גייט א ביבר היט, פארוואס מעיג דאס נישט א אנדערע שדכן וויסן, וויל ער דען נישט אז אנדערע זאלן וויסן, ער האט אפשר נישט קיין חשק אויסצוריפן ביים בלעמער, אבער ער וואלט אפשר געוואלט אז אנדערע שדכנים זאלן וויסן, פארוואס דען נישט.

מיין פלאן, א מייסטער דאטא בעיס, יעדע נאמען איז א נאמען נישט סתם אין א טריקענע ליסטע, נאר מער ווייניגער ווי עס איז אין די אנשי שלומינו, נאר אביסל מער פארגעשריטן, און אויב ווילסטו ריסערטשן א מאן'ס משפחה זאל זיין די מעיגליכקייט צי גלייך ציזאמענשטעלן א שטיקל בילד פון אים, זיינע קינדער, עלטערן, מחותנים, א גיט בילד וואס טיט אראפ לייגן ווער אין די וועלט ער איז, מיט א קלארע בוים ארויף, אראפ, און די זייט, עס וועט פארשפארן א וועלט מיט צייט וואס עס נעמט פאר א שדכן מסביר זיין פון וועים מען רעדט, אה נישט יענער נאר יענעם'ס פיפטע קאזן, ווי אזוי זאגט מיר אמאל א חבר, ער פראבירט מיר מסביר זיין ווער איינער יואלי טייטעלבוים איז, פרעיגט ער מיר קענסט ר' אהרן ט"ב פון קרית יואל, יא זאג איך אים, אה ער איז נישט קיין קרוב מיט וועים איך רעד.

בקיצור, מען קען די איידיע נעמען גאר ווייט, די פראגראם טיט קלאסיפיצירן פערזאנען וואס א שדכן קען זיך שיין מסדר זיין, בעיטן א פילטער, מען זאל מיר פילטערן אלע וויליאמסבורגע סאטמערע, וואס די ווייב גייט א היט, און די מאן איז א ארבייטער, וואס האט שוין כאטש דריי מחותנים, עס איז אין לשער וואס מען קען אלס טיען, מען קען אפילו גלייך זעין וועלכע שידוך איז דומה און וועלכע נישט, למשל א פאפא מיט א הויכע וואס די בחור לערנט און קרית פאפא, וואלט רובה דרובה גענימין א פאפא מיידל נישט א סאטמערע בחור פון קווינס וואס האט שוין דריי איידימער פין קווינס, און א שדכן קען גלייך זעין אז עס מאכט נישט קיין צענט, און ער זאל נישט פארברעינגען א מיניט.

מען קען עפענען אזא דאטע בעיס פאר די עולם אז זיי זאלן קענען אליין שטאדירן די מארקעט, ווייל סתם א מענטש ווי איך וכדומה לי קען נישט די אפציעס אפילו, ער קען נאר זיינע צעין מענטשן מיט וואס ער קומט און בארירינג טעיגליך, און מיט זיי וועט ער זיך בדרך כלל קיין מאל נישט משדך זיין, אבער ווען ער טרעפט אן איינער וואס איז כמעט דומה מיט רוב קאטעגאריע'ס ווי אים, קען ער אליין פלעגן אויף א וועיג איינעם א שדכן אנאנימעסלי זאל ארבייטן דערויף, א שדכן ברויך קענען ווערן באצאלט פאר אנטראגן א שידוך, די סיבטעים קען האלטן א שיינעם חשבון פון שידוכים ווא, זענען אנגעטראגן געווארן, און דורך וועלכע שדכן, און א שדכן ברויך עקספייערן נאך דרייסיג טאג וואס די שידוך האט נישט געשלאגן קיין ווארצלען, ווייל וויפיל מאל האט א שדכן אנגעטראגן א שידוך וואס א אנדערע שדכן האט פינקט אנגעטראגן א יאר ציריק, און ניטאמאל נאכגעפאלגט, אבער אויב וועט א צווייטע שדכן זיך אריין לייגן אינעם שידוך וועט דער ערשטער שדכן טאנצען און זיין בא בטענה, יעדע שידוך וואס מען טראגט דיר אן מיז ווערן דאקעמענטירט אז א אנדערע שדכן זאל קענען וויסן אז עס איז שוין א אנגעטראגענע שידוך, ער מיז נישט וויסן ווער עס האט עס אנגעטראגן, נאר ער מיז וויסן אז די דאמעין גייט עקספייערן און צוויי וואכן, דאן קען ער אנטראגן די שידוך.

א שידוך קען ווערן געטריבן דורך די קאמפיוטער זעלבסט צי שדכנים וואס ווילן זיך אינטערנעמען צי אנטראגן די שידוך, ס'טייטש, למשל די סיסטעים'ס פילטער טיט פארן א שידוך משה מיט יענקל, ווייל עס טיט מעטשן ווי צוויי טראפן וואסער, בערך די סיסטעים פון לינקד אין (ווער ס'פארשטייט פארשטייט), ברויך די שידוך געשיקט ווערן יעדע מאל צי א געליסטע שדכן וואס איז אקטיוו, און ווען איינער נעמט איבער די נאמען דאן האט ער דרייסיג טאג צי מאכן פראגרעס אויפן ענין, ביז עס ווערט א שידוך אדער אויס שידוך ווען די צדדים זענען נישט מסכים.

אזא פראגראם קען גיין גג על גג, די סיסטעים קען אליין אויפאסן ווי איינער זיכט, למשל אויב די סיסטעים זעיט אז איך קיק ציפיל אויפ איין דירעקציע, קען עס אליין מאכן החלטות אז איך גלייך זייער א געוויסע משפחה, און דעריבער אויסגראדען זיינע פילטער'ס צי אינקלודן די משפחה, כאטשיג עס איז נישט דומה מיט געוויסע זאכן, אבער איך גלייך עס פארט, מיינט אפשר איז איך בין גרייט אוועקצוקיקן, אולי ווייל יענער האט עפעס וואס איך גלייך, למשל געלט.

רבותי מען ברויך טיען דערין, עס איז א גרויסע גמילת חסד, ווען א שדכן ווייסט אז ווען ער טרגט אן א שידוך, אז עס מאכט צענט מחמת צעין טעמים, וועט ער צוגיין מיט סך מער חשק, ער וועט גלייך וויסן אז די כלה מיידל הייסט גענוי ווי די מחותנס'טע, און דעריבער נישט אפילו אנטראגן, נישט אויסזעין ווי א חוזק ווען נאך א האלבע שעה מסביר'ן פרעיגט ער ווי אזוי הייסט ס'מיידל, גיטל, אה מיין ווייב הייסט דאך גיטל, עס מאכט זיך דאך אזעלכע נערישע פאנטשער'ס צי אפט, וואס מען קען פארמיידן גאר גרינג.

עס זענען כמעט אייביג פארהאן רייבערייען ביי שידוכים, נאר ציליב דעים וואס מען שמיעסט נישט אויס פאראויס ווי אזוי מען איז זיך נוהג נאכן שידוך, וואס וויל מען אז דער קינד זאל דורך גיין, צי גייט מען געיבן האלב אויף האלב, אה האט איר געוויסט אז דעיס איז זייער א ברייט ווארט, עס איז דא פיל וועיגן ווי אזוי מען טיילט זיך איין האלב אויף האלב, צי גייט מען זיך טיילן אלעס אויף האלב, מוזיק, בדחן בלימען, שטאפיר, אדער האלב אויף האלב, אז צד בכלה נעמט שטאפיר און צד החתן נעמט מוזיק בדחן בלימען, פארוואס זאל מען נישט אויסרעדן די דברים פשוטים, גייט מען מאכן תקנות חתונה, אדער נישט, גייט די כלה באקומען א סיזי אדער א דיימאנט, איז די כלה נישט בארעכטיגט צו וויסן, אלעס פארט גראד, יעדער פאלט אינעם זעלבן פאסקע, די שדכן וויל די שידוך מסיים זיין, יעדער איז שוין אויפן עק, ווייל אלע שכנים ווייסן שוין, די זיידע איז שוין אויפן וועיג, אבער די וויכטיגע זאכן וואס קען גורם זיין אן א שיעור עגמת נפש ווערט נישט פארשמיסט, און עס נעמט נישט לאנג ביז מען הערט ציריק די מחותן איז א חזר, עס איז דא מענטשן מיט קנאקעדיגע בחורים אדער מיידלעך און ווילן דערפאר פון די אנדערע צד, אבער פארפעילן צי פארשטיין אז די אנדערע צד האט אויך א מיינינג, פארוואס זאל דאס נישט איבער גערעדט ווערן מיט א שדכן נאך איידער מען הייבט אן ערענסט רעדן וועלכע סארט סוג מען איז, מען ברויך צי טיילן די סוגים יעדער מאן ברויך זיין און א סוג, למשל אויב איינער איז א סוג א' דאס מיינט ער איז א תקנות מאן, אים גייט קאסטן א חתונה ביליג, דאן דער מחותן האט א אפציע אויך צו זיין א תקנות מאן, אדער מוסף זיין צים עסק בשל עצמו, עס זענען דא וואס ווילן נישט צאלן נאך די חתונה קיין פרוטה, און עס זענען דא וואס זענען גרייט אינטערנעמען האלב רענט פאר א יאר, צוויי יאר, דריי יאר, פינף יאר, עס זענען דא וואס קענען געיבן פינף הינדערט דולר פאר פינף יאר, אבער פארלאנגען די מחותן זאל אויך קעיגן קומען, עס זענען דא גאר בעלי בתים וואס ווילן דער מחותן זאל קויפן א גאנצע הויז, אבער פארפעילן עס דורך צי רעדן צו זעין אויב ער האלט דערביי, צי ער קען בכלל, צי די פיי סמך אפיס העט עס ערלויבן.

מיט א ביסל טעכנעלאגיע קען מען זיך פארשפארן פיל הארץ וויי, ווען מען פילט אויס א בויגן וואס ענטהאלט די אלע דיטאלן און דער שדכן נאך צוויי דריי מאל גיין אהין און ציריק, קומט ארויס קלאר וואס יעדער וויל און מען וועט זיך ווייטער פארשטיין קלאר יעדער איינער זיינע התחייבות'ן.

אבער דעיס איז נאר א פועל יוצא וואס מען קען נהנה זיין פון טעכנעלאגיע, דער עיקר איז די אינפארמאציע שערינג, האבן אקאראטע אינפארמאציע, אנטראגן שנעל און קלאר און דייטליך, וויסן ווער עס איז שדכן, צי איינער האט שוין אנגעטראגן נאך איידער ער טראגט עס אן, ווייל וויפיל מאל מאכט זיך א שידוך וואס יעדע שדכן קלערט עה דעיס האט מען שוין זיכער אנגעטראגן טויעזענט מאל, אבער צים באדויערן האט עס נאך קיין איינער נישט אנגעטראגן, און נאך פילע לייסטונגען וואס אזא סארט פראגראם קען אויפטיען, וואס מיר קענען נאך נישט אפילו היינט חלומען ווען מיר זינען נאך גאר ציריקגעשטאנען און אלע הינזיכטען פון אנטראגן א שידוך ביז נעמען אינפארמאציע, ביז וויסן די התחייבות,

אקעי אראפ נאך איין דאגה פון מיין של ראש.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

זייער אמת.

די נייע שידוכים צענטער זעהט אויס צו גיין אביסל אויף דעם דירעקציע. פאר מער אינפא, זעה די צייטונגען לעצטע וואך.
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שמעקעדיג האט געשריבן:זייער אמת.

די נייע שידוכים צענטער זעהט אויס צו גיין אביסל אויף דעם דירעקציע. פאר מער אינפא, זעה די צייטונגען לעצטע וואך.

דא קען מען ליינען וועגן די נייע שידוכים עקספא
http://ditzeitung.com/2749b/index.html#/4
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

אזא סיסטעים קען האבן ווייט גרייכענדע אפעקטס, עס איז זייער שווער אפילו פאראויס צי זאגן די טויש וואס עס וועט מאכן, מען מיז האבן א שכל הישר ווי אזוי צי לייגן אזא גרינד שטיין, למשל איך האלט נישט אז דער ציבור איז נישט רייף אז עס זאל זיין בילדער, אבער דאס איז קלאר אז אויב איז דא א פארלאנג פון א שדכן צי קענען איבער געיבן א בילד וואלט אזא סיסטעים געברויכט ערלויבן אויף א וועיג וואס איז געניג סעקיורט, אז עס זאל דערנאך נישט לויפן אויף קיין וואט'ס עפפ גרופע'ס, כהנה וכהנה, איך האלט למשל אז א שדכן זאל פאר יעדע שידוך וואס ער טראגט אן ברויכן צאלן א צעינער פארן סיסטעים, כדי עס זאל נישט זיין קיין שידוך ספעמינג, ער זאל האבן א חודשליכע באצאלדינג, כדי עס זאל זיין ערענסט גענימען, נישט סתם א פלעזשער סייט, עס זאל זיין א פאראויס אויסגענימענע פרייז פארן שדכן, וויפיל ער ווערט באצאלט, נישט ווי היינט וואס דער שדכן ברויך ארויס קיקן בכליון עניים אז דער מחותן זאל אים אריין שמירן עפעס א צעקל, ווי ער וואלט זאגאר אפגעקויפט זיין חמץ, די סיסטעים זאל דאס איינקאסירן ווי יעדע וועפ סייט.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

ראשעקאל האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:זייער אמת.

די נייע שידוכים צענטער זעהט אויס צו גיין אביסל אויף דעם דירעקציע. פאר מער אינפא, זעה די צייטונגען לעצטע וואך.

דא קען מען ליינען וועגן די נייע שידוכים עקספא
http://ditzeitung.com/2749b/index.html#/4

עס איז נישט צים ליינען, אפשר לייגסטו עס ארויפ אויפ א וועיג אז מיר זאלן עס קענען לעיזן, מיר ליינען בדרך כלל נישט קיין צייטינגען, על כן האב איך עס נישט,
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

עס טיט מיר וויי אז קיינעם גייט נישט אן אזא אשכול, נאר ווען איינער העט וועין גישריבן עפעס א שטות וואס איז געשריבן אביסל הומעריסטיש וואלט דער עולם געלייקט ווי עס ברויך צו זיין, אבער א זאכליכע ווייטיגליכע ענין שצריך תיקון, וויל קיינער נישט דיסקאסירן, פאר וואס איז דאס אזוי דא אין קאווע, אפילו שמעקי לאכט מיר אויס,
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פליקער האט געשריבן:אפילו שמעקי לאכט מיר אויס,

וואס רעדסטו? מהיכי תיתי? חס ושלום! לא מיניה ולא מקצתיה, ווי זעהסטו אזא זאך אויף מיר? אשרי מי שחושדין ואין בו, איך לאך נישט אויס קיין שום איד, און אודאי נישט אזא טייערקייט ווי דיר וואס איך שעץ ביזן הימל,
איך האב געגעבן מיין פולע צושטימונג צו יעדעס ווארט וואס דו שרייבסט, און אפילו דיר געלאזט וויסן אז די נייע שידוך עקספא האט עטליכע געדאנקען אין די זעלבע דירעקציע ווי דיינע געוואלדיגע פארשלאגן.

דער פראבלעם לכאורה איז דא מסתמא אסאך שרייבערס זענען נאך יונגעלייטלעך און דער פראבלעם דרוקט זיי נאך נישט (חוץ בערל באלעגאלע וואס האט שוין אלעמען חתונה געמאכט, כך אומר לי ההרגשה), ממילא פאלט נישט דער עולם ארויף אויף דיין עצה ווי א איד מוצאי תשעה באב אויף א שטיקל מארבל קעיק.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

עס איז מיר אינטערעסאנט אז אלע זענען דאך אבער געוועין בחורי חמד, זיי זענען דאך געוועין אלע בחורים וואס א גרויס טייל האבן זיך קוים אויסגעזעין מיט די גלידער פינעם פראבלעים, טא פארוואס ווילן זיי אז עס זאל ווייטער אנגיין עד סוף כל העולם, פארוואס אינטערעסירט זיי נישט אי איכא דרכא אחרינא
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

לכאורה איז שוין דא אזא זייטל פאר די ליטווישע עולם, און ווער עס שרייבט זיך איין האט צוטריט דערצו.
איך געדענק נישט די נאמען יעצט, אפשר זווגזאהן.קאם
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

לאמיר זעין א לינק , און שטאדירן
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
מבקר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 355
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 21, 2014 4:49 pm
האט שוין געלייקט: 548 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל

שליחה דורך מבקר »

פליקער האט געשריבן:לאמיר זעין א לינק , און שטאדירן

www.zivugzone.com
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

איך קלער מען קען דאס מאכען נאך בעסער, יעדער איינער זאל זיך איינשרייבען דארט אליינס מיט זיין בילד און אנדערע פרטים וואס זענען נוגע צו א שידוך און מען וועט דאס קענען אליינס זוכען טרעפן א שידוך. עס קען אפילו זיין א מורא'דיגער תיקון אויף דער גאנצער שידוך סיסטעם וואס מען רעדט זיך אפ דא וואס פארט צאם די מחותנים אנשטאטס די חתן כלה און וועט בכלל מתקן זיין די גאנצער היימישער שידוך סיסטעם.

אה, כה'אב זיך דערמאנט, עס איז שוין דא אזא סייט. ברויך מען נאר די רבנים זאלען מעורר זיין שבת שובה אז יעדער בחור בן שמונה עשרה לחופה און מיידל אין דער גיל זאל זיך איינשרייבען דארט ויתקיים בהם ענבי הגפן בענבי הגפן דבר נאה ומתקבל.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

[tag]לעיקוואד[/tag] דיין לינק פרעגט דאס...
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

אינטרעסאנט. כ'האב נישט געוואוסט ער פארט צאם חברותות אויך.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

נישט דעיס האב איך געמיינט, אז די אשכול זאל אוועקפארן, ביטע נישט פארדרייען.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
ערליכער איד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 20, 2014 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

שליחה דורך ערליכער איד »

איך כהאלט זייער פין דעי געדאנק

איך האלט אז עס וואלט געדארפט זיין אפאר מענטשן וואס טיען לשם שמים, אזוי דער פין היברו בוקס
אין קודם ארויף לייגען א דאטע בעס פין אלע בחורים אין מיידלעך וואס זענען אין שדוכים ליין
מיט וויפיל מער אינפו. אזוי וועט שוין עפעס ווערען
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

נעם דיך אריין אין קאפ קיינער אבער קיינער ארבייט נישט לשם שמים! היברו בוקס לעבט פון פעטע גרענטס און שיינע נדבות ,קען זיין די ערשטע פאר ספרים האט ער געארבייט בחינם אבער היינט איז עס א ביזנעס פונקט ווי אלע אנדערע.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

זאג מיר פארוואס זאל דאס זיין אן אפענע דעטעבעיס? מענטשן וועלן נישט ליב האבן זאל זיין בילדער און פרטים פון זייערע קינדער גלוי לכל מאן דבעי..
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

עס איז קלאר נישט לתועלת הענין אז עס זאל זיין בילדער, עס איז דא געניג אויפצוטיען ביז בילדער,
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
Bpjew
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 91
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 24, 2012 7:54 am
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

סא ווער וויל טין?

שליחה דורך Bpjew »

איך בין א בחור וואס ווארט אז איינער זאל שוין עפעס טין פאר אינז פליז ישר כח
Bpjew
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 91
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 24, 2012 7:54 am
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

שליחה דורך Bpjew »

''
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום Bpjew, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,

נעם וויפיל דו דארפסט בי פי דזשו
ערליכער איד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 64
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 20, 2014 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 38 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

שליחה דורך ערליכער איד »

מען דארף עפעס טוען, בחורים אין מיידלעך עלטערן זיך ליידער אין עס כמעט נישט דא קיין שדוכים,שדכנים,
איך מיין נאכאמאל אז מען נעמען א ליסט פין אלע מוסדות פין אלע בחורים מיידלעך מיט נומבערס ווי מען קען פרעגן אביסל אינפו.
אין עס ארויף לייגען אונליין, אזוי וועט שוין עפעס ווערן,
איך מיין אז איעדער זאל זיך לאזן הערן וואס זענען זיינע עצות צו פארבעסערן דעים שדוכים פראבלעם
פארשפארט