האטס רחמנות אויף מיינע ריינע הייליקע מחשבות!

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

האטס רחמנות אויף מיינע ריינע הייליקע מחשבות!

שליחה דורך פארוואס? »

איך בין באקאנט פאר אלע מיינע ארומיגע אלס אן אויסגערופענער ירא-שמיים און עובד השם, און דערצו בין איך א גרויסער מתמיד אויך, מיין גאנצע קאפ איז אריינגעטוהן נאר אין תורה ועבודה, פון צופריה ביז די קליינע נאכט שעות. איך מיין דא חס-ושלום זיך נישט צו גרויס-האלטן, דאס איז פשוט די ריינע מציאות.

על כל פנים, איך פיהל פאר וויכטיג אייך צו מיט-טיילן א טאג וואס איז אריבער אויף מיר, אויף אלע גויים געוואונטשן, אלעס איז נאר צוליב א קלייניגקייט, וואס האט גורם געווען זייער שלעכטע רעזולטאטן.
איז אזוי, איין טאג בין איך אויפגעשטאנען פארטאגס, (כדרכי בקודש), אין פארשטייטס-זיך גראד געלאפן אין מקוה, זיך צו מטהר און מקדש זיין בעפאר מ׳זאגט ארויס א יידיש-ווארט פון מויל. דאס איז א זאך וואס איך בין נישט מוותר דערויף עבור כל הון דעלמא.

אזוי ארויסגייענדיג פון מקוה בין איך צוגעגאנגען צו די מודעות וואס הענגען ביים אריינגאנג פון מקוה, און איך האב זיך אנגעשטויסן אין א הזמנה, א באקאנטער ידיד מיינע רופט דעם עולם צו די חתונה וואס ער גייט מאכן בשעטו"מ.

אזוי קוקנדיג אויף די הזמנה, נאך אביסל באטראכטן, זענען מיינע אויגן געפלויגן צו די "עטרת זקנים" ווי אלע זיידעס ווערן דערמאנט, און פלוצלינג האב איך באמערקט ווי אנשטאט עס זאל שטיין א מענערישע נאמען, איז געשטאנען א נאמען פון א .... (יא, יא! איהר לייענט ריכטיג, א נאמען פון א שלא-עשני).

מיין קאפ האט אנגעפאנגען צו ארומ-פליען און מיין הארץ האט אנגעפאנגען צו באמבען, איך האב מיר נישט געקענט באהערשן איבער מיינע מחשבות וואס דער יצר האט אריינגעשטארעמט אין מיר, איך בין נישט געוואוינט זיך צו שלאגן מיט אזעלכע נסיונות. איך בין געשטאנען אזוי געלעמט פאר עטליכע מינוט, ביז איך האב מיר שנעל געכאפט און גענומען אין די הענט אריין, און שנעל אנגעפאנגען צו ארויסטרייבן די אלע שלעכטע מחשבות רח"ל וואס האבן געשטורעמט אין מיין ריינעם קעפל.

מיט א צובראכן הארץ האב איך אנגעפאנגען זיך צו גרייטן צום דאווענען, איך האב זיך אביסל אויסגעוויינט צום טאטן אין הימל, ער זאל זיך דערבארעמען אויף מיר, און מיר ארויסשלעפן פונעם שווערן פלאנטער. אבער אין די זעלבע צייט, האט דער שטן נישט נאכגעלאזט, נעמען פון ... האבן געהאלטן אין איין ארויפשווימען אין מיין זיכרון, איך האב נישט געקענט סטאפן, און אזוי האב איך אנגעפאנגען צו דאווענען מיט א לב-נשבר.

במשך'ן גאנצן דאווענען האט דער שטן נישט גערוהט פאר קיין איין רגע כמימרא, ער האט מיר געהאלטן אין איין פארדרייען די קאפ, עד כדי כך, אז איך האב מיר אינמיטן פלוצלינג געטראפן אריבער מושן צו די "פסוקים לשמות הנשים", פארשטייטס זיך אז כ'האב מיר תוך כדי דיבור געכאפט, און גלייך אריבער געמושט, אבער די פאר סעקונדעס איז שוין פונקט גענוג געווען צו אריינקריצן א נצחיות'דיגן פגם אין מיין ריינע נשמה.

נאכן דאווענען, בין איך געלאפן שנעל אין כולל אריין, פראבירנדיג מיט די גאנצע כחות, צו באהאלטן פון מיינע חברים מיין טלטול הנפש, און שנעל אנגעפאנגען צו לערנען אויפן קול, האפנדיג אז די הייליקע תורה וועט קענען דאס וואס דער דאווענען האט נישט געקענט באווייזן.

אבער עס איז נישט אריבער קיין פאר מינוט, און מיין קאפ האט ווידער אנגעפאנגען צו פליהען און שוועבן, כ'האב זיך נישט מצליח געווען צו קאנצעטרירן. די מחשבות האבן געהאמערט אין מיין קאפ, אז עס איז נישט מעגליך געווען צו עס אוועק טרייבן.

דער לימוד איז פונקט געווען דעמאלס אין הלכות טבילה (יור"ד סי' קצ"ח סעי' ל"ה), מיר האבן געלערנט ווי אזוי די פרוי דארף שטיין נאקעט אינעם בור הטבילה, און ווי אזוי זי דארף שטיין בשעת'ן ברכה. מיין חברותא האט מיר געהאלטן אין איין צוריק שלעפן צו די עניינים, אבער איך האב נישט געקענט טראכטן פון גארנישט, מיין קאפ איז צוריק געפלויגן צו די הזמנה וואס איך האב געזעהן צופרי.
מיין חברותא האט געהאלטן אין איין פראבירן מיר צוריק אריינשלעפן אין לערנען, ער שרייט ארויס פון שו"ע: ויהיה תחת דדיה נראה כדרך שנראה בשעה שמניקה את בנה! נו..., און איך קען האב אפילו נישט געהערט. נאכן איינזעהן אז מיין קאפ איז נישט אויפן פלאץ, און אז איך קען נישט טראכטן פאר איין מינוט אין לערנען, האט ער מיר פראבירט צו אויספרעגן, אויב אלעס איז אקעי מיט מיר.

בצר לי, האב איך מיר אויסגעגאסן מיין צובראכן הארץ צו איהם, צוזאמען מיט מיין כעס אויף די אלע מחותנים וואס רעכענען זיך נישט מיט די אקעלע געפיהלן פון אויסגעארבעטע יונגעלייט, איך האב איהם מסביר געווען ווי אזוי עס האט צושטערט מיין גאנצע מנוחת הנפש פאר א גאנצע טאג.

מיין חברותא, האט מיר פראבירט איינרעדן אז ער זעהט נישט וואס איז ראנג דערמיט, כאילו ווי ער האט א הארץ פון אייזן, צו איהם רעדט נישט די סארטן זאכן, איך האב איהם אפגעענטפערט מיט די באקאנטע עובדא, ווער ווייסט וויפיל מאל דו האסט שוין... כדי צו אנקומען צו א מצב אז עס זאל דיר נישט שטערן.

על כל פנים, מכאן הקריאה יוצאה צו די אלע מחותנים וואס לאזן דריקן אינוויטעישנס, אז זיי זאלן זיך רעכענען מיט די געפיהלן און באדערפענישן פון חסידישע כעניאקישע יונגעלייט, זיי זאלן כאטש וויסן אז לא אלמן ישראל, עס איז נאך דא ריינע אידישע הערצער ביי כלל ישראל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פארוואס?, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

ווען וועט מען זיך שוין אויסלערנען אז ס'דא פארוועם די עטרת זקנים נעמען מאכן פונקט אזוי פראבלעמען אויב נישט מער ווייל למעשה גייט מען צוזאמען אין מקוה, די איינציגסטע עצה איז נישט צו שרייבן קיין שום נעמען, בלויז לעצטע נעמען.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
שטאפענע קאפעליטש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:45 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 500 מאל

שליחה דורך שטאפענע קאפעליטש »

לערן דיך פון מיך, דייקא וועגען דעם האב איך זיך אמאל אונטערגענומען בשו''א נישט צו ליינען מער די מודעות אין ביהמ''ד,
כ'האלט באמת מ'דארף מאכן א כינוס דערוועגן, אבער כ'בין נישט גאט'ס פאלציי, ס'דא גענוג געטרייע עסקנים וואס קוקן זיך אים אויף כלל ישראל,

אבער ביז דערווייל עפן איך מעך נישט די פאסט אינדערהיים ביז מיין רעבעצין כשר'ט די טריפענע הזמנות פון די מאגעזינען. אין פארשטייט זיך כ'קוק נישט אויף די ווענט אין ביהמ''ד.

אז איך רעד שוין, וויל איך בעטן בכל לשון של בקשה, נישט ארויף לייגן אויף קאווע שטיבעל די טריפענע הזמנות, און ביטע נישט ארומשיקן אויף וואטסעפפ גרופעס, איך מיין מ'קען זיך באגעניגען מיט די אלע קליפס, מ'דארף זיך קענען אן האלטן פון חתונה הזמנות
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

האסט פארגעסן! אויפן וועג אין כולל ביסטו דערציטערט געווארן זעענדיג א לעידי באג אויף א שטיין אין א זייט...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=158528#p158528

און דא
viewtopic.php?p=163438#p163438
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ר' פארוואס: הגם דיין הודעה איז איין שטיק לצנות, אבער איך פארשטיי אז די מטרה איז אויפ צו ווייזן דעם הילוך המחשבה פון די אלע אזוי גערופענע צדיקים און "הייליגע" אידן, וואס שטאטס צו האבן דעם מרדות אחת בליבו של אדם, און זיך גובר זיין און מחזק זיין אויף זייערע פראבלעימען וועלן זיי באשולדיגן א יעדן און אלעס נאר נישט זיך אליינס. זיי 'עללן לייגן קול קורא'ס, פאררופן אסיפות און ברענגען בארימטע רבנים, מחברי ספרים פול מיט שטותים והבלים, אויף זאכן וואס א יעדער נארמאלער מענטש וועט זיך נישט אפשטעללן טראכטן קיין איין איבעריגע מינוט. לייגן זיי זיך אריין ראשם ורובם אין די געפאסטע קליידער פון פרויען און די צענטימעטערס איבער די קני/אונטער די קני פון די קליידער. זאכן וואס קיין שום נארמאלער מענטש (נישט קיין סיקקא) באמערקט נישט און זעהט נישט.
נ.ב.: פאר די אלע העיליגע אידן. עטץ זאלטץ נישט אויפמאכן א חומש, לכה"פ אין די נעקסטע צוויי וואכן. איך וויל אפילו נישט ארויסשרייבן וואס ס'שטייט דארט, רח"ל. סיי פרשת כי תצא, (ספעציעל אין אנהייב פרשה) און פרשת כי תבא (ביי די תוכחה, רח"ל.(... :? 8-) :lol: :lol: :lol: :roll: :twisted: :evil: :x :P :oops: :cry: :( ;) :o :o :o
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

און דא, איבער די גאנצע ענין פון איינלאדעניג'ס בריוו
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

איך וויל נישט פארקריכן פון ענין ווייל אפטעמיסט וועט מיר באלד מעקן. אבער מענין לענין וואס איז דאס א מין מעשה אז אויף מיין מיידל'ס סקול באס דארף איך יעדן טאג זעהן די ווארט בית שרה, איך טויש שוין קיין באבוב דארט איז מער אויסגעהאלטן, ס'שטייט בנות ציון. (פרעג נישט וועלכע באבוב, אפטעמיסט שטייט גרייט מיט'ן שערל)
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

דו ממילא, ביסט דאך א מאנספערזאן (?) אבער פרויען מיט רויטע האר? איז עס נישט קיין פראבלעם אז ס'איז שרייעדיג?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

אפטעמיסט האט געשריבן:דו ממילא, ביסט דאך א מאנספערזאן (?)

א נייע מעשה...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

און וואס טייטשט בנות?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

גערעכט, איך גיי שיקן צו בית יעקב.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

אדער אין סטערן ישיבה .
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:גערעכט, איך גיי שיקן צו בית יעקב.

בית יעקב - אלו הנשים, שוין ווידער נישט גוט.
Milk shake
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 127
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 12:47 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

שליחה דורך Milk shake »

ס'איז געווען פרומע יונגעלייט וואס זענען געשטאנען אזוי ווייט פון די "אנדערע סארט" אז זיי האבן נישט געוואלט גיין איינקויפן ביי "זעלדא'ס טרימינג", גענוי אזוי זענען געווען פרומע פרויען וואס האבן זיך צוריקגעהאלטן פון גיין צו מענערישע געשעפטן אמשל ווי "מעכעל'ס".
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

מ'דערציילט אז [tag]פארוואס?[/tag] האט אמאל געזיכט די קבר פון זיין זיידן און אזוי ליינענדיג די נעמען אויף די מציבות איז ער נכשל געווארן מיט'ן ליינען עטליכע נעמען פון פרויען. באותו שעה האט מען מחליט געווען אז אין ק"י בית החיים וועלן מענער און פרויען זיין גענצליך אפגעטיילט.

והיה מחניך קדוש!
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פליקער האט געשריבן:און דא, איבער די גאנצע ענין פון איינלאדעניג'ס בריוו

מענין לענין: כ'האב פונקט היינט אינדערפריה, אויפ'ן וועיג גייענדיג אין ביהמ"ד געזעען א "העיליגן" איד, וואס איז מקפיד נישט צו טראגן מיט'ן עירוב געט פאר זיין אינגל זיין שבת טלית. האביך איהם געוואלט פרעיגן "ר' איד, אויפ'ן עירוב זענט איהר מקפיד, און אויף משכב"ז נישט"?!... :lol: :lol: :lol: :roll: :lol: :roll: :x :P :oops: :oops: :oops: :cry: :( ;) :o
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

כ'פארשטיי נישט
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:איך וויל נישט פארקריכן פון ענין ווייל אפטעמיסט וועט מיר באלד מעקן. אבער מענין לענין וואס איז דאס א מין מעשה אז אויף מיין מיידל'ס סקול באס דארף איך יעדן טאג זעהן די ווארט בית שרה, איך טויש שוין קיין באבוב דארט איז מער אויסגעהאלטן, ס'שטייט בנות ציון. (פרעג נישט וועלכע באבוב, אפטעמיסט שטייט גרייט מיט'ן שערל)

ר' רויטע וואנצעס: ייש"כ פאר מעורר זיין. איך האב אבער אן אנדערע קשיא . איך האב זיי זייער שטארק ליעב (די סקול). אבער וואסי פשט פון דעים וואס שטייט אויף די בית שרה באסעס?! "בית ספר חסידי? וואס הייסט חסיד'יש. מ'לערנט דארט אויס וויאזוי צו באקן קוגל, אדער עסן קוגל? מילא ווען מ'שרייבט "בית ספר חרדי, פארשטיי איך. אבער וואס מיינט חסידי. :? 8-) :lol: :lol: :lol: :roll: :lol: :roll: :x :P :oops: :D :) ;) :o ביי א סקול פאר מיידלעך. אפשר ווייל מ'לערנט דארט ספרי חסידות. אדער די שיחות פונ'ם רעבי'ן
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אפטעמיסט האט געשריבן:דו ממילא, ביסט דאך א מאנספערזאן (?) אבער פרויען מיט רויטע האר? איז עס נישט קיין פראבלעם אז ס'איז שרייעדיג?
ס'עט נאך אויפקומען עפעס א גוטע נשמה, א רעבעצין וואס וועט צוזאגן ברכות פון איהר טאטן, בזכות וואס אלע מיידלעך מיט רויטע האר און פרויען מיט רויטע שייטלעך וועלן זיך לאזן איבער פארבן די שייטלעך אויף שמוציג/גרעי (נישט ח"ו אויף בלאנד, ווייל דאס טויג אויכעט נישט, וד"ל). זי וועט אנגעבן עטליכע אדרעסן פון וואוילע אידענעס וועלכע האבן שוין באקומען אט די ברכות, ווייל זיי וואלונטירן צו איבערפארבן די שייטלעך און האר, ביי זיך אין שטוב. שטייצעך, נאר אין די שעות ווען דער מאן און די יונגלעך זענען נישט אינדערהיים... :? 8-) :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :x :P :oops: ;) :o
מנחם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 12:08 am
האט שוין געלייקט: 266 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל

שליחה דורך מנחם »

ציפעדיג.
איך האב פונקט געראכט אז מען דארף ווען טרעפן אן אלטערנעטיוו צו די "ווייבער שוהל", אפשר זאל מען עס אנרופען יער אלינות? איך ווייס נישט, ווייבער שוהל זיכער נישט.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווי באוויסט האט יוסי גרין געפלאנט צו געבן א נאמען פאר זיין קומענדיגע סידי קינדער און אייניקליך, זעהנדיג וואס די עולם מוטשעט זיך ארום דא האט ער נישט געוואלט צו לייגן צום פייער אז יעדע מאהל וועט ער טראכטען וויאזוי עס ווערט אייניקליך... האט ער שנעל געטוישט די נאמען צו די פאסיגע נאמען אידיש נחת
פארשפארט