איך וויל קלאר אויסדרוקן א שארפע מחאה אז די צוויי ראבאטן אויפ'ן בילד טרינקען ביידע מיט די לינקע האנט... היתכן?

יאנקל האט געשריבן:קודם כל, וואו איז דער מקור אז א איד מוז אייביג אנפאנגען מיט קריטיק?!
נאכדעם וואלט איך געוואלט פרעגן, ווער האט דיר געמאכט א פוסק אויף הלכות ראבאט? פארוואס זאל א ראבאט זיין אנדערש ווי א איד? וואס דען איז ער? א גוי?
יאנקל האט געשריבן:יידל האט געשריבן:איך הייב שוין אן טראכטן אז די סטיק פיגורן זענען טאקע אזעלכע או-טי-די'ס וואס האבן געכאפט צופיל אין די חדר-יארן, טרונקען זיי להכעיס מיט די לינקע האנט.
וואס איז "או-טי-די"? א נייע פסיכאלאגישע מחלה?
דבילה האט געשריבן:נאך אלע ווערטלעך - אויף קלעצער בין איך נישט קיין מבין. איך וואלט ליבערשט אנגענומען אז די מענטשעליך זענען גארנישט קיין סטיקס. זיי זענען איינפאך גראד ארויס פון עזרת נשים! פשוט אונז מציל צו זיין פון ראיות אסורות האט דער חשוב'ער מנהל שליט"א אפגעטון אלע מענטשליכע איינצעלהייטן וואס קענען אולי אנווייזן אויף די נשים'דיקע מציאות! נו, יעצט אז מ'רעדט שוין יא קריטיק, ווי איז דאס געהערט געווארן אז נשים טרינקן קאווע?
יידל האט געשריבן:דבילה האט געשריבן:נאך אלע ווערטלעך - אויף קלעצער בין איך נישט קיין מבין. איך וואלט ליבערשט אנגענומען אז די מענטשעליך זענען גארנישט קיין סטיקס. זיי זענען איינפאך גראד ארויס פון עזרת נשים! פשוט אונז מציל צו זיין פון ראיות אסורות האט דער חשוב'ער מנהל שליט"א אפגעטון אלע מענטשליכע איינצעלהייטן וואס קענען אולי אנווייזן אויף די נשים'דיקע מציאות! נו, יעצט אז מ'רעדט שוין יא קריטיק, ווי איז דאס געהערט געווארן אז נשים טרינקן קאווע?
וואס פאלט דיר גאר איין אז זיי זענען נשים? די איינציגסטע אינדעקאציע וואס קען אפשר צייגן אויף נשים איז די שטענדיגע רעדע וואס גייט פאר צווישן די צוויי פיגורן.
דערמאנסט מיר די באקאנט ווערטל מיט די מענטשן וואס זען אין יעדע פרוי א בוים און די וואס זען אין יעדע בוים א פרוי, וד"ל.
מ'קען קלאר זעהן אז די זענען פון דיע וואס האבן באקומען תשעה קבין, קוקט אייך גוט איין אין בילד
Starbucks האט געשריבן:ביי מיין רבי איז די קאפל טאקע צומאל געפלויגן ווען ער האט גענוצט זיין סטיק
שרגא האט געשריבן:מ'קען קלאר זעהן אז די זענען פון דיע וואס האבן באקומען תשעה קבין, קוקט אייך גוט איין אין בילד
גראדע איז די היינטיגע מציאות אז מענער רעדן פונקט אזויפיל ווי פרויען. נישט הייב אן טענה'ן פארקערט, נאר קוק עס נאך (אדער גלייב אנדערע וואס האבן עס נאכגעקוקט).
קאווע האט געשריבן:שרגא האט געשריבן:מ'קען קלאר זעהן אז די זענען פון דיע וואס האבן באקומען תשעה קבין, קוקט אייך גוט איין אין בילד
גראדע איז די היינטיגע מציאות אז מענער רעדן פונקט אזויפיל ווי פרויען. נישט הייב אן טענה'ן פארקערט, נאר קוק עס נאך (אדער גלייב אנדערע וואס האבן עס נאכגעקוקט).
ווילסט בלייבן גערעכט? נישט קיין פראבלעם, אבער אין פאקט רעדן פרויען פיל פיל מער ווי מענער, פונקט לעצטענס געווען ביי א שמחה, איך זאג דיר ס'איז א פחד ווי סאך פרויען רעדן.