חסידים, Fashion און האלאקאוסט

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל

חסידים, Fashion און האלאקאוסט

שליחה דורך קינד_אן_קייט »

די גאנצע Fashion אינדוסטרי איז געבויעט אויף א הנחה אז כדי צו מאכן געלט ברויך מען כסדר טוישן סטייל׳ס כדי דער עולם גולם זאל יעדער סעזאן זיך מוזן איינקויפן פרישע מלבושים.

ס׳איז אבער א גרויסער פראבלעם פאר די וואס עומדים בראש, ווייל ווי איז דען מעגליך כסדר ארויסצוקומען מיט פרישע חידושים? בלית ברירה, האבן זיי אנגענומען צוויי מהלכים:

    א׳ - איבערצופרישן אלטע מאדעס און דאס אהערצושטעלן כאילו ״ס׳קומט צוריק״,
    ב׳ - מאכן נייע עקסטרעמע דעזיינס, וואס איז ע״פ רוב א געמישעניש פון הודו און כוש און ווייט נישט שוה לכל נפש אבער גענוג כדי צו בלאזן פרישע ווינטן.
טיילמאל, פירט אט די דעספאראציע, צו עקסטרעמע רעזולטאטן.

חסידישע אידן האבן זיך שוין צוגעוואוינט צום פאקט אז די דרויסענדיגע וועלט האט אן אבסעסיע צום חסידיש׳ן פאלק און איר שטייגער, ע״פ רוב לרע, אבער אויך לטוב אדער בתמימות. ווען ס׳קומט צו קליידונג זענען חסידישע מלבושים גאנץ אפט אויפ׳ן פעשאן ראנוועי און פילמאל פאראורזאכט דאס קאנטראווארסיעס.

יעצט איז אפילו דער עקסטרעם איבערגעגאנגען דאס גרעניץ פון משוגעת אדער חוזק, און ס׳איז געווארן נאענטער צו אנטיסעמיטזם, אזוי אז ס׳אפעקטירט לאו דוקא חסידישע אידן נאר יעדן איד אשר בשם ישראל יקרא.

ס׳קאכט זיך די לעצטע פאר טעג איבער די קאמפאני Zara וואס האט ארויסגעשטעלט א קינדערישער נאכט קלייד וואס דארף לכאורה צו הייסן אז ס׳איז נאכגעמאכט נאך א ״שעריף״ אנצוג, אבער ס׳ענדלט שטארק צו די געשטרייפטע קליידונג מיט׳ן לאטע וואס אונזערע עלטער׳ן זענען געווען געצווינגען צו טראגן אין די לאגערן ביי די נאציס ימ״ש.

למעשה, האבן זיי עס שוין שנעל ארויס׳גע׳פטר׳ט פון די געשעפטן און טענה׳נן אז ס׳איז געווען אן אומשולדיגער פארזעעהניש.

דער אינצידענט שטעלט פאר אן אינטערעסאנטער דילעמע, ס׳קומען אונטער פרישע דורות, און וואס א טאג גייט אלץ פארביי איז דא ווייניגער מענטשן וואס קימערען זיך איבער וואס האט פאסירט 70 יאר צוריק, בפרט צום אידישן פאלק. מיר אידן ווידער, זענען ווי פארשטענדליך געפערליך סענסעטיוו צום נושא פונעם האלאקאוסט און מיר פארלאנגען נאטורליכערהייט אז די וועלט מיט אירע ביליאנען איינצעלנע מענטשן זאלן זיך רעכענען מיט אונזערע געפילן.

פארשטייט זיך אז מיר זענען בארעכטיגט דערצו, אבער אין א פאל ווען ס׳איז לכאורה נישט באמת אנטיסעמיטזם אדער א פארזוך אפצושפעטן נאר ענדערש א מענטשליכער טעות, דארף מען זיך אליין פרעגן צו ס׳איז כדאי, אדער ריכטיג, צו מאכן פון דעם א גאנצן עסק.
כאן, חבל טבור הארץ.
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

שליחה דורך shem-tov »

מיינסט צוזאגן למשל אזוי ווי בעה"ב פון די על. עי. קליפערס. פארשטיי אמאל קענען די זאכן מאוס בעקפייערן
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

shem-tov האט געשריבן:מיינסט צוזאגן למשל אזוי ווי בעה"ב פון די על. עי. קליפערס. פארשטיי אמאל קענען די זאכן מאוס בעקפייערן

דער (געוועזענער) בעה"ב פון די על. עי. קליפערס איז דאך עבר ובטל, חוץ דעים איז ער אפגעהאקט פון א יעדן שורש פון אידישקייט. ס'נישט כדאי אריינצוגיין לעומק אין זיין גאנצן שמוציגן לעיבן וואס ער פיהרט... :? 8-) :roll: :twisted: :evil: :x :P :oops: :oops: :oops: :cry: :( ;) :o
פארשפארט