מבצע צוק איתן - א סוקסעס אדער דורכפאל?
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
אז מדינת ישראל האט געוויזן אז זיי האבן די טעכנאלאגישע אויבערהאנט? אמת, כ'האב טאקע אנגעפאנגען קלערן אז כאמאס געווינט די טעכנאלאגיע מלחמה מיט מ.י. מיט זייערע מעכטיגע טאנקען און אייגענע עזה פראדוצירטע באמבאדיר פליגער, באליסטישע מיסילס, און ערשטע קלאס קריגס שיפן, קאם אן! דריי נישט קיין קאפ, אביסל רידינג קאמפריהענשאן וואלט נישט געשטערט,
די אשקול רעדט פון מבצע צוק איתן, אייראן דאום איז עלטער גרעסער און נישט פארבינדן מיטן 'מבצע צוק איתן',
סימפאטיע כתיב, רעספעקט קרי? (ווידער א מאנגל אין רידינג קאמפריהענשאן)
כאמאס צעביילט? עזה יא, כאמאס? מיט וואס? אלס א טעראר/ווידערשטאנד באוועגונג איז איבערלעבן, מיט די פילע ביז איצטיגע מעגליכקייטן (ווי שוין געזאגט די גרעסטע צאל ראקעטן געשאסן אין די לעצטע צוויי טעג) אפשר נישט קיין סוקסעס, אבער ביטער צעביילט???
ימים ידברו אויב כאמאס האט פארלוירן די שאנס פון וועלט אנערקענונג, אבער איך וואלט געזאגט אז דען אויפברענגען דעם לעצטן פונקט, בארירט דאס וואס איך האב געטנעהט פון אנהייב, אז די אמתע ציל פון מ.י. איז צו טארפעדאען די שאנס פאר די פאטאך כאמאס פאראייניגונג אפמאך,
זיי האבן נישט דערגרייכט קיין איינס פון זייערע פארלאנגען? האב אייך שוין געזאגט אז איך בין נישט קלאר וואס די בלאקאדע פארלייכטערונג אין די אפמאך גייט רעאליזירט ווערן, סאיז נאך א ספק, אויב גייט עס ערנסט פארלייכטערט ווערן איז די קריג איבערהויפט יא א סוקסעס פאר כאמאס,

- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
מאטי האט געשריבן:חמאס האט געטראפן עפעס א פסוק "העברת פי ה' והוא לא תצלח" מוז דאך בע"כ זיין, אז זיי האבן געוואונען.
האסט פארגעסן די 6 פינטלעך אינדערמיט.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
איך בין שוין לאנג ברוגז אויף די חברה וואס זיצן אין ביהכ"ס אויפן אינטערנעט און האבן טענות אויפן פרעזידענט אדער אויפן ראש הממשלה פארוואס ער האט נישט געטון וואס זייער קלוגע קאפ טראכט, אדער ווי ער האט גע'טענה'ט אין מקוה,
אדרבה, לאמיר הערן פון די צולייגער'ס, וואס וואלט איר געטון אין זיין פאזיציע? אפשר וועט זיין ניק אפליינען די קלוגע אדווייס און לערנען א לעסאן אדער צוויי פאר די נעקסטע מלחמה (היל"ת)

וירח ה' את ריח הניחוח
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 164
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 03, 2014 12:37 am
- האט שוין געלייקט: 23 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל
מנחם האט געשריבן:ווייט פיש האט געשריבן:די כאמאס שפרינגען יעצט אין די גאסען אינאיינעם מיט זייערע פירער כאילו עס איז זיי יעצט געבוירען געווארן פרישע טויזענטער קעמפער דאס פאר זיך איז מסתמא איינע פון די סוקסעסן![]()
דאס אז כאמאס קעשט איין די טויזענטער פגרים זייערע אויף גרויס געלט דאס קען מען אויך צושרייבן צו די סוקסעס פינעם מבצע
דעס אז די מדינה האט געברויכט פאלען צו די פערשט פון די וועלט אז מען זאל לאזען די פאסאזשירען איבער די וועלט קומען צו זייער לאנד איז אויך א היבשער טייל פינעם הצלחה
דאס אז מען דארף זיך דורכקומען מיט כאמאס אויף פארהאנדלונגען און די שטארקע דרוק אויף שלום איז אויך נישט אוועקצומאכען
די העכערונג אין סימפאטיע-בלינדקייט פון פילע אידן איבער די וועלט צום גוסס'דיגע לאנד איז אויך א היבשע סוקסעס פארן געלונגענער מבצע
און נישט פארגעסן אז דאס אויפקומען אויף די שפורען פון די רוצחים פון די דריי בחורים הי''ד איז אויך א טייל פינעם סוקסעס![]()
היות דא קריגט מען שווער לייקס פאר אזעלכע תגובות וועל איך מיר אליין מכבד זיין
לי יצייר ווען דער סוקסעס זאל ווען זיין גרויס לשיטתך, טוישן זיך די שיטות? די שיטה שטייט נאר ווען עס איז טאקע א עולה פון מדינת ישראל און די מבצע איז דרוכגעפאלן?
עס איז שוין געווען גרויסע סוקסעסן, ביים זעקס טאגיגען קריג און נאך... .. אבער ווי האלט מען היינט נאך די אלע סוקסעסן?
אז די רעדסט שוין יא פון שיטה קלינגט אין די אויערן
#עס.וועט.זיי.נאך.באנק.טאן.זייערע.נצחונות
די יעצטיגע אטמאספערע שרייט עס אויס אז מען קען ח''ו טויב ווערן
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 199
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
- האט שוין געלייקט: 105 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל
מבצע צוק איתן- א סוקסעס אדער א דערוכפאל?
אז מ׳רעדט פון הצלחה, דארף מען קודם וויסן וואס איז געווען די ציל, און צי האט מען עס דערגרייכט. אויב מען האט נישט דערגרייכט דעם ציל איז עס נישט קיין הצלחה, אויסער אויב מ׳האט געגרייכט עפעס וואס איז כדאי לעצמו צי הייסן סוקסעס.
וואס איז געווען די ציל?
יעדער ווייסט ס׳האט זיך אנגעהויבן, די אראבער האבן פארכאפט 3 בחורים, האט די מדינה צוריק ארעסטירט הינדערטער כאמאס פירער, האבן די אראבער אנגהויבן שיסן ראקעטן, די מדינה האט צוריק געשאסן פון די ליפטן.
זענדיג אז זיי קענען נישט אפשטעלן די ראקעטן דורוך די ליפט, איז מען אריין אויף אן ערד אינוואזיע ״אויף געציילטע טעג״, צי אפשטעלן די ראקעטן. ״מ׳גייט אריין אויף איינס צוויי טעג און מ׳ברענגט אום אלע טערעריסטן וואס שיסן, און מ׳גייט ארויס״ איז געווען די סלאגאן דעמלטס.
למעשה נאכן זיין דארט א שיינע פאר טעג, און מ׳איז נאך ווייט פון פערטיג, דאן איז ״געבוירן״ א ״נייע״ פראבלעם, די טונעלן! די גאנצע ציל פון די אינוואזיע איז יעצט געווארן צי פארטיליגן די טונעלן.
אפגעזען פונעם פאקט אז די טונעלן פראבלעם איז נישט קיין נייע, אבער אויב מ׳איז טאקע וועגן דעם אריין, פארוואס איז מען דערפון געוואר געווארן הערשט נאכן אריין גיין? און אויב איז טאקע אזא געפאר די טונעלן, פארוואס האט די מדינה גרייט געווען אויף א פייער אפשטעל נאך פארן אריינגיין, נאר כאמאס איז געווען דער וואס האט נישט מסכים געווען?
יעדער ווייסט גאנץ גוט אז די ציל איז נישט געווען עפעס אנדערש ווי אפצישטעלן די ראקעטן, און צוריק ברענגען רואיגקייט אין לאנד.
למעשה, האט מען דערגרייכט דעם ציל? נאך איבער 5 וואכן שלאכטן, לופט אטאקעס, ערד אינוואזיע, טאנקען, אקציעס, האט כאמאס אויף קיין איין מיניט נישט אויפגעהערט שיסן! ביז מען האט זיך אראפגעזעצט צים פארהאנדלונג טיש.
הן אמת, זיי האבן טאקע גוט אריינגעבויבן, 2,000 טויטע, א חרובע עזה. פון די אנדרע זייט וויפיל האבן זיי דען שוין צוריק דערלאנגט? ס״ה 70 קרבנות, אפאר קליינע געלט שאדנס.
אבער ס׳מעסט זיך בכלל נישט די סוקסעס פון די מלחמה אזוי, קיינער האט נישט געמיינט אז דאסמאל וועט כאמאס באמבעדירן מיט פליגער, אראפשיסן מד״י פליגער, אינוואדירן מדינת ישראל, קיינער האט נישט גערעדט פון דעם. יעדער ווייסט ווער ס׳האט די שטארקערע מיליטער, און דאס אז מד״י האט א שטארקער מיליטער מיינט נישט אז ״צוק איתן״ איז געווען א סוקסעס, נאר אז די מדינה בכלל איז ספיסטעקירט מיט א שטארקע מיליטער. אבער אז צוק איתן זאל זיין א סוקסעס דארף די פשוטע ציל ווערן אויסגעפירט- אפשטעלן די ראקעטן. אויב מען קען דאס נישט באווייזן, אפילו האסט אומגעברענגט אזויפיל אראבער, איז אפעראציע צוק איתן ״נישט״ קיין סוקסעס.
משל למה הדבר דומה, א קליין קינד נעמט צי א חפץ פון א גרויסער שטארקער מענטש. דער מענטש ווארנט אים ער זאל עס צוריק געבן ווייל אז נישט וועט ער אים שלאגן ביז ער וועט עס צוריק געבן. דער קליינער זאגט אים, קענסט שלאגן, באקומסט עס נישט! ער כאפט אים און הויבט אן אריינצושמייסן אבער דער קליינער ברעכט זיך נישט. נאר ער גיבט צוריק וויפיל ער קען. פארשטייט זיך אז ער באקומט סאך מער... אבער ער ברעכט זיך נישט. ביז ס׳קומען מענטשן און הייבן אן פארפירן ער זאל אויפהערן שלאגן דאס קינד. ס׳העלפט אים נישט מסבר זיין דאס שילד פונעם קינד. און ער מוז אויפהערן שלאגן, און דאס חפץ האט ער נישט. וועט איינעם בייפאלן אז ס׳איז געווען א סוקסעס פארן גרויסער מענטש? הלמאי, ער האט למעשה געגעבן סאך שטארקערע פאטש. קוק אן דעם קינד׳ס פנים ווי רויט ס׳איז! זיין פנים איז נאר אביסל... וועט מען אים זאגן אודאי האט קיינער נישט געמיינט אז דער קינד וועט געבן שטארערע פעטש, אבער למעשה ביזטו דער פארלירער יעצט, דיין ציל האסטו נישט עררייכט אפילו מיט דיין שטארקייט!!
אט אזוי איז יעצט מיט די מדינה און אראבער! די אראבער האבן באוויזן צי אויסהאלטן באמבאדירונגען, ערד מלחמה, חרבונות, און נישט אויפהערן צי שיסן. געוויזן קלאר פאר מדינת ישראל אז ס׳וועט נישט הערשן רואיגקייט אין לאנד נאר מיטן זיך אראפזעצן פארהאנדלן מיט זיי. און מדינת ישראל האט זיך געמוזט ארפזעצן פארהאנדלען מיט די אסאך שוואכערע, צוריקגעשטאנענע, לאנד!
איז וואס איז שייך צו זאגן אויף דעם ״סוקסעס״? למעשה האט מען געהרגט מער פון זיי? יא, אויפן פראנט האסטו געווינען, אבער די מלחמה האסטו פארלוירן! די ציל פון די מלחמה האסטו ביטער פארלוירן, די גרויסע מעכטיגע מיליטער, וואס הייסט פון די שטערקסטע מיליער אין די וועלט, קען זיך נישט קיין עצה געבן מיט די ״קליינע״ צורירגעשטאנענע אראבער! זיי הערן אויף שיסן ווען זיי זענען מחליט, און ביז דאן איז די מדינה אין א סכנה.
אויך ביים חלק פון וועלט סימפאטיע, שטעלט זיך ארויס אן אומדערעקטע זיג פאר די אראבער, און אן אומדערעקטע פארלוסט פאר מד״י. די גאנצע וועלט איז געווארן אויפגעברויזט אויף די מדינה, זענדיג די בילדער פון וואס ס׳קומט פאר אין עזה, (און ליידער איז עס געגאנגען ווייטער, עס האט אויפגעפלאקערט אנטיסעמיטיזם קעגן יודן בכלליות בכל קצוי תבל ממש.) ווידער די פאלאסטינער האבן באקומען וועלט׳ס סימפאטיע אויף א ריזן פארנעם.
עכ״פ צוריק צום ענין, אז ס׳איז נישט שייך צו זאגן אז די מדינה האט געהאט א סוקסעס ווייל זיי האבן געהרגט 2,000 פאלאסטינער, ווייל דער ציל איז נישט נאר נישט געווארן אויסגעפירט, נאר פונקט פארקערט, ס׳איז איבעגעוויזן געווארן פאר יעדן, די שאנדע פון די מדינה אז זי קען זיך נישט קיין עצה גיבן מיט די אראבער, און ברענגען פראמינענטע רואיגקייט אין לאנד, אפילו זיי האבן א שטארקע מיליטער. זיי מוזן זיך אדורוך קומען מיט די אראבער.

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
קודש הילולים: און ספעציעל מיט אזאלכע "וואוילע" אידן ווי דו און דיינ'ס גלייכן. דו ודכוותך מאכן נאר איין קליינעם טעות. דאס אנטיסעמיטיזם פון די גוי'אישע וועלט איז נישט א תוצאה פון די מדינת ישראל אקציעס. דאס אנטיסעמיטיזם עקזיסטירט שוין מער ווי דריי טויזנט יאר. פארקערט. אלס תוצאה פונ'ם גוי'אישן וועלטליכן אנטיסעמיטיזם האט די מיליטער פון מדינת ישראל נישט געקענט אדורכפיהרן דעם דזשאב וואס זיי וואלטן געדארפט צו טון. וואס א יעדע אנדערע מדינה וואלט געטון. למשל ענגלאנד, ביי די צווייטע וועלט מלחמה האט אפגעווישט גאנצע דייטשע שטעיט אלס ענטפער צו די נאצישע ראקעטן באמבארדירונגען אויף לאנדאן. די אראבישע רוצחים פון חאמאס האבן שוין פאר די לעצטע פאר יארן געשאסן ראקעטן אויף די אידישע שטעיט און מדינת ישראל האט נישט אפגעענטפערט. נאר עטץ (די אלע בהמות וואס רעדן זיך איין אז האקן און שעלטן און זיך פרייען מיט די מפלות פון די ישראלי מיליטער) וועט ענק עפעס העלפן. ניין קיין כ'הוא זה נישט. ווייל די אראבישע און אנדער גוי'אישע רוצחים זענען נישט מבחין בין דם לדם. זיי ווילן ח"ו הרג'נען א יעדן איד וואס קומט זיי אינטער די הענט. צו ער איז א ציוני אדער א קנאי. נאכדעים מאכט עטץ נאך א מורא'דיגן טעות. עטץ רעדטס ענק איין און ווילטס איינרעדן פאר א יעדן אז דעיס איז שיטת רביה"ק זי"ע. ניין. בפירוש נישט. ס'אי סתם שטותים והבלים און שנאת ישראל. ווייז מיר איין פאל ווען אן אנטיסעמיט אדער אנדער אראבער האט געזאגט "אט די אידן וועלן מיר נישט טשעפענ'ען ווייל זיי זענען נישט קיין פריינט פון מדינת ישראל". ברענג מיר נאר איין פאל. ס'נישטא. ס'עקזיסטירט נישט. קום מיר נישט דערציילן אז דער מעסעדזש איז נאכנישט אנגעקומען צו זיי. זיי זענען נישט אזאלכע תמימים. זיי האלטן אלעס מיט. די נטורי קרתא אקציעס, און די נטרונא אדווערטייזמענטס אין די גוי'אישע צייטונגען און אויף די ראדיא. אדרבה. ווייז מיר וואו זענען די גוטע תוצאות וואס וואלטן זיך געדארפט אהערשטעללן?!...
![סורפרייזט :o](./images/smilies/icon_e_surprised.gif)
![צומישט :?](./images/smilies/icon_e_confused.gif)
![קיל 8-)](./images/smilies/icon_cool.gif)
![זייער שלעכט :twisted:](./images/smilies/icon_twisted.gif)
![שלעכטער אדער זייער אויפגערעגט :evil:](./images/smilies/icon_evil.gif)
![מגלגל עיניים :roll:](./images/smilies/icon_rolleyes.gif)
![רעגט זיך :x](./images/smilies/icon_mad.gif)
![מחוצף :P](./images/smilies/icon_razz.gif)
![פארשעמט :oops:](./images/smilies/icon_redface.gif)
![וויינט אדער זייער טרויעריג :cry:](./images/smilies/icon_cry.gif)
![טרויעריג :(](./images/smilies/icon_e_sad.gif)
![ווינקט ;)](./images/smilies/icon_e_wink.gif)
![סורפרייזט :o](./images/smilies/icon_e_surprised.gif)
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מאטי האט געשריבן:מ'דארף אריינעמן אין כלל אז חמאס האט זיך אויך בלויז געוואלט אראפזעצן (און מסכים געווען אויפצוהערן מיט מינימאלע תנאים) אויך ווייל די מד"י פעטש האט זייער זייער וויי געטון.
נעה. וואס פאלט דיר ביי. מ'טאר דאך נישט רעדן אזאלכע דיבורים. דאס הייסט משבח געוועין די ציונים. אן ערליכער איד דארף זאגן : מדינת ישראל און די ציונים האבן ב"ה געכאפט גרויסע מפלות. און מ'דארף וויינען מיט קראקאדיל טרערן כאילו ס'טוט וויי אז אידן זענען נעבעך געשעדיגט געווארן. מ'דארף צו זאגן "קוקטס, וויפיל קרבנות זענען שוין נעבעך געפאללן אויף דעים מזבח הציוני" נאר אויב די זעלבע באמבעס וואלטן ח"ו געפאללן אויף וויליאמפעסט אדער מאנרא. וואס וואלט מען דאן געזאגט?! וועלכע התגרות באומות וואלט מען דאן באשולדיגט?!.. ביים קישינעווער פאגראם אין יאר 1903 (ס'נאך דאמאלס נישט געוועין קיין ציונים. עכ"פ קיין מדינת ישראל האט נאך דאמאלס נישט עקזיסטירט.) איז אויכעט געוועין אידן וועלכע האבן באשולדיגט די אידשע איינוואוינערס פון יענעם שטאט אז זיי האבן גורם געוועין דעם פאגראם...נאר ס'דא נארישע אידן וואס טראכטן. זאללן די באמבעס און ראקעטן פאללן אויף ארץ ישראל. אינז ע'מיר זיצן דא אין אמעריקע שאנן ובטח. און זייענדיג ביזי מיט מאכן געשעפטן אויף אי.בעי און עמעזאן, און פראווען קנאות אויפ'ן חשבון פון די אידן אין ארץ ישראל. אה נאך א זאך מ'דארף אויסדרוקן אמת'דיגע סימפאטיע און רחמנות אויף די אראבערס וועלכע זענען געהרג'עט געווארן דארט אין עזה. כאילו זיי האבן זיך נישט געפרייט מיט א יעדע בשורה לא טובה וואס די זייעריגע האבן געהרג'עט אידן זענען די וואוילע און שטילע איינוואוינערס פון עזה ארויס אין די גאסן טאנצן פאר שמחה...
![צומישט :?](./images/smilies/icon_e_confused.gif)
![קיל 8-)](./images/smilies/icon_cool.gif)
![מגלגל עיניים :roll:](./images/smilies/icon_rolleyes.gif)
![שלעכטער אדער זייער אויפגערעגט :evil:](./images/smilies/icon_evil.gif)
![זייער שלעכט :twisted:](./images/smilies/icon_twisted.gif)
![שלעכטער אדער זייער אויפגערעגט :evil:](./images/smilies/icon_evil.gif)
![רעגט זיך :x](./images/smilies/icon_mad.gif)
![מחוצף :P](./images/smilies/icon_razz.gif)
![וויינט אדער זייער טרויעריג :cry:](./images/smilies/icon_cry.gif)
![טרויעריג :(](./images/smilies/icon_e_sad.gif)
![ווינקט ;)](./images/smilies/icon_e_wink.gif)
![סורפרייזט :o](./images/smilies/icon_e_surprised.gif)
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 199
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
- האט שוין געלייקט: 105 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל
@בערל בעל עגלה:די אנטיסעמיטיזם וואס עקזיסטירט שוין אזויפיל יאר, ווערט אויפגעפלאקערט דורך מדינת ישראל צו גאר הויכע שטאפלן, ווי יעדער בר דעת זעט עס אין די יעצטיגע טעג ה״י.
איך האלט אין פרינציפ נישט פון די פעולות פון ״נטורי קרתא״, אבער דעס איז זיכער אז זיי פארמיידן אסאך שנאת ישראל. זייער אסאך אראבישע גרויסע פירער/רעדנער, נאכן זיך טרעפן מיט זיי, האבן זיי נאך קיינמאל נישט דערמאנט א קללה פאר ״יודן״.(ווי עס פלעגט זיין זייער שפראך טויט צו ״יאהוד״ רח״ל) נאר זיי זאגן דערעקט ״ציונים״. א שטארקע ביישפיל פאר דעם איז דער געווזענער איראנער פירער, זייט זיי האבן זיך געטראפן מיט אים, האט ער אלס ביי זיינע רעדעס זיך באצויגן צו ציונים און נישט צי יודן. וואס די איין דוגמא אליין איז אין לשער די געוואלדיגע אויפטו און הצלת נפשות ממש וואס קומט ארויס פון דעם. נאכאמאל איך האלט נישט פון זייערע פעולות, אבער אין דעם הינזיכט איז זיכער אז זיי טוען אויף.
איך האב שוין געשריבן איינמאל א מעשה וואס איך פרעזענליך ווייס ערשט-האנטיג, אינעם אשכול ״די סיבה פון אנטיסעמטיזם״. א יוד מיט א טעקסי דרייוער, ואכמ״ל.
דאס אלעס יעדער בר דעת פארשטייט עס אליינס, נאר אויב האט מען נגיעות צום ״יודישע מדינה״, ווערט מען פשוט בלינד צו פארשטיין און מ׳זוכט כל מיני פארקרומטע תירוצים און מיינונגען, צו פארדרייען וואס יעדער בר דעת פארשטייט.
ווי שוין ערווענט כמה פעמים, איז נישט קיין ווינדער פארוואס א אראבער האט פיינט אלע יודן אפילו וואס זענען קעגן די מדינה, ווייל טאקע אט דאס איז דאך די ארבעט פון נטרינא, קלאר צו מאכן פארן גוי די חילוק פון יודישקייט ביז ציונות, און קיינער מיינט נישט אז נטרינא האט שוין נישט קיין ארבעט, ליידער זענען נאך דא זייער אסאך וואס ווייסן נאך נישט צו זאגן פון דעם. ובפרט איז נישט קיין ווינדער נאכדעם וואס עס זענען אין די לעצטע צייט פארשפרייט געווארן פאר די גאנצע וועלט בילדער, וויאזוי יודישע ראבייס מיט בארד און פיאות, זענען געווען די גרעסטע שטיצער פאר די יעצטיגע מלחמה, אזוי אויך די ״חרידישע״ חברי הכנסת זענען שטענדיג די שטיצער פאר מלחמה, און די קעגנער פאר שלום. אט די אלע אויבן דערמאנטע האבן א חלק אין די אלע שנאת ישראל וואס דאס איז גורם און די אלע קאנסעקווענצן אירע וועט גיין אויף זייער חשבון.
און ווי שוין געשריבן מערערע מאל, איז די גרעסטע איבערצייגינג אז די אראבער האבן ״נישט״ פיינט יודן, איז וואס עס דערציילט ר׳ ברוך קאפלאן ז״ל וואס ער געדענקט פון פאר ס׳איז געווארן די מדינה.
און אדרבה, במשך אלע גלות יארן ביז 100 יאר צוריק איז נישט געווען די שטארקע שנאה פון אראבער צי יודן ווי היינט, נו וואס האט פארסירט? עס איז אויפגעשטאנען א מדינה.
איז פשוט אז מיטן אוועק נעמען די סיבה וועט אויך אוועקגיין די תוצאה, מיטן אויבערשטנס הילף.

- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
קדש טייערער, די מדינה איז העיר טו סטעי, אנטיסעמיטיזם איז העיר טו סטעי . לאז די אראבער אריינכאפן אפאהר געזונטע מכות אין די זייט, פאר די זעלבע געלט..
סיריעסלי נישט קיין נפק"מ צו די אראבער האבן אנגעהויבן פיינט האבן אידן 60 יאר צוריק צו 100 יאר צוריק. אויב נעמט מען אן ווי די גדולים וואס האלטן אז מ'מעג על פי תורה אנהאלטן די מדינה, איז נישט דא קיין שום סיבה דאס אויפצוגעבן. פונקט ווי די פארשטייסט אז אמעריקע דארף נישט אוועקגעבן זייער לאנד צו על קאיאדע וויבאלד אסאמא בין לאדין האט אראפגעווארפן די צווילינגען, און יעדעס מאל אמעריקע פליקט אראפ נאך א טעראריסט הייבט זיך די שנאה צו אמעריקע ביי די אראבער.
און די קענסט נישט ארויפצווינגען די סאטמערע שיטה אויף אנדערע און מאכן דערפון א פאליטישע טוויסט.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום מאטי, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
חרבונה האט געשריבן:[tag]מאטי[/tag] די קנאים אר הער טו סטעי די וואקסענדע אנטיסעמיטיזעם איז הער טו סטעי
נו לאז די מדינה אביסעל אריינהייבען ...
איך כאפ נישט דיין אויספיר.. די מדינה האט גארנישט געטון פאר די קנאים אז זי זאל דארפן אריינהייבן פון זיי.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
מיסטער העלבראנז איז אין די נייעס!
איך ווארט נאך צו זען @אתא קלילא און @בערלבעלעגלה און @diff און @איש עברי און @איך אויך @ראש הישיבה וכו'... טענהן ''הלכה בידועה עשיו שונא ליעקב'' און למה נקרא שמו סיני.....'' וכו' וכו'
Nah I don't think so!!!

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום ישראל קאפקע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
קדש הילולים האט געשריבן:איז אין לשער די געוואלדיגע אויפטו און הצלת נפשות ממש וואס קומט ארויס פון דעם. נאכאמאל איך האלט נישט פון זייערע פעולות, אבער אין דעם הינזיכט איז זיכער אז זיי טוען אויף.
אפשר ביסטו אביסל מרחיב דעם דיבור און פארצייל אונז די געוואלדיגע הצלת נפשות וואס איז שוין ארויסגעקומן פון נפוחי חרטא פעולות.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ר' קודש הילולים און ר' ישראל קאפקע שליט"א, בלשון רבים(:מיך שטערט נישט סיי די נטורי קרתא און סיי די נטרונא. פון מיר אויס זאללן זיי לעיבן עד מאה ועשרים מיט א סאך נחת, כל אחד לפי ערכו ותבונתו. אויב למשל ביי די אנשי נטורי קרתא הייסט אן עונג שבת, אדער אויפטון פאר אידישקייט גיין שבת נאכמיטאג, (פאר קידוש אדער נאך קידוש) שטיין צוזאמען מיט אראבערס און אנדערע גוי'אישע רעפארטערס, אנגעטון מיט די שטריימלעך און בעקיטשעס , און אויך מעוטר מיט דעם אראבישן/פאלעסטינער טלית'ל, פארגין איך דאס זיי מיט'ן גאנצן הארצן. איך האב ב"ה אן אנדערן אופן פון עונג שבת. אלעס וואס איך טענה איז, אז מ'זעהט נאכנישט די גוטע תוצאות וואס וואלטן געדארפט ארויסקומען פון די אלע פעולות. סיי פון די נטורי קרתא און סיי פון נטרונא. דערווייל האביך נאכנישט געהערט פון קיין פאל וואס די וואווילע און פרידליכע אראבערס זאללן כאפן דעם ערשטן איד וואס זיי באגעיגענען און מאכן מיט עים א לחיים, און טאנצן א רקידה'לע. און זאגן "אחינו אתה". דו ביסט אויכעט נישט קיין ציוני, אזוי ווי אינז. נאר פארקערט, ליידער, יא...
![סורפרייזט :o](./images/smilies/icon_e_surprised.gif)
![קיל 8-)](./images/smilies/icon_cool.gif)
![לאכט :lol:](./images/smilies/icon_lol.gif)
![מגלגל עיניים :roll:](./images/smilies/icon_rolleyes.gif)
![רעגט זיך :x](./images/smilies/icon_mad.gif)
![מחוצף :P](./images/smilies/icon_razz.gif)
![וויינט אדער זייער טרויעריג :cry:](./images/smilies/icon_cry.gif)
![טרויעריג :(](./images/smilies/icon_e_sad.gif)
![סורפרייזט :o](./images/smilies/icon_e_surprised.gif)
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:ר' קודש הילולים און ר' ישראל קאפקע שליט"א, בלשון רבים(:מיך שטערט נישט סיי די נטורי קרתא און סיי די נטרונא. פון מיר אויס זאללן זיי לעיבן עד מאה ועשרים מיט א סאך נחת, כל אחד לפי ערכו ותבונתו. אויב למשל ביי די אנשי נטורי קרתא הייסט אן עונג שבת, אדער אויפטון פאר אידישקייט גיין שבת נאכמיטאג, (פאר קידוש אדער נאך קידוש) שטיין צוזאמען מיט אראבערס און אנדערע גוי'אישע רעפארטערס, אנגעטון מיט די שטריימלעך און בעקיטשעס , און אויך מעוטר מיט דעם אראבישן/פאלעסטינער טלית'ל, פארגין איך דאס זיי מיט'ן גאנצן הארצן. איך האב ב"ה אן אנדערן אופן פון עונג שבת. אלעס וואס איך טענה איז, אז מ'זעהט נאכנישט די גוטע תוצאות וואס וואלטן געדארפט ארויסקומען פון די אלע פעולות. סיי פון די נטורי קרתא און סיי פון נטרונא. דערווייל האביך נאכנישט געהערט פון קיין פאל וואס די וואווילע און פרידליכע אראבערס זאללן כאפן דעם ערשטן איד וואס זיי באגעיגענען און מאכן מיט עים א לחיים, און טאנצן א רקידה'לע. און זאגן "אחינו אתה". דו ביסט אויכעט נישט קיין ציוני, אזוי ווי אינז. נאר פארקערט, ליידער, יא...![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
איך וואוין נישט נעבן אראבער, און איך טרעף מיר זייער ווייניג מיט אראבער פערזענליך, אבער איך זע טעגליך פאזיטיווע רעפערענצן צו ניטורי קרתא אויף טוויטער, קאמענטארן אויף יוטוב, און קאמענטארן אויף נייעס באריכטן אין די אלגעמיינע נייעס,
פאלעסטינע, אראבישע, און אלגעמיינע מוסלעמענער וואס באציען זיך און הייבן ארויס די חילוק צווישן אידן און ציוניסטן,
(אסאך מאל זענען עס דווקא די קאמענטירער מיט די בורקאס און ניקאבס אדער דער יונגער אראבער מיטן קליינטשיגער בערדל וואס באשגצן די ראסיסטישע נעא נאציס, סקינהעדס, און סתם אייראפעאישע אנטיסעמיטן פארן זייערע אנטיסעמיטישע אויסברוכן!!
זוך וועסטו זען!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ישראל קאפקע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 199
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
- האט שוין געלייקט: 105 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
- האט שוין געלייקט: 185 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל
Mazel tov to the new shidduch, kodesh and kopka . Wishing you all blessings of A. Akbar
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום diff, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
ישראל קאפקע האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:ר' קודש הילולים און ר' ישראל קאפקע שליט"א, בלשון רבים(:מיך שטערט נישט סיי די נטורי קרתא און סיי די נטרונא. פון מיר אויס זאללן זיי לעיבן עד מאה ועשרים מיט א סאך נחת, כל אחד לפי ערכו ותבונתו. אויב למשל ביי די אנשי נטורי קרתא הייסט אן עונג שבת, אדער אויפטון פאר אידישקייט גיין שבת נאכמיטאג, (פאר קידוש אדער נאך קידוש) שטיין צוזאמען מיט אראבערס און אנדערע גוי'אישע רעפארטערס, אנגעטון מיט די שטריימלעך און בעקיטשעס , און אויך מעוטר מיט דעם אראבישן/פאלעסטינער טלית'ל, פארגין איך דאס זיי מיט'ן גאנצן הארצן. איך האב ב"ה אן אנדערן אופן פון עונג שבת. אלעס וואס איך טענה איז, אז מ'זעהט נאכנישט די גוטע תוצאות וואס וואלטן געדארפט ארויסקומען פון די אלע פעולות. סיי פון די נטורי קרתא און סיי פון נטרונא. דערווייל האביך נאכנישט געהערט פון קיין פאל וואס די וואווילע און פרידליכע אראבערס זאללן כאפן דעם ערשטן איד וואס זיי באגעיגענען און מאכן מיט עים א לחיים, און טאנצן א רקידה'לע. און זאגן "אחינו אתה". דו ביסט אויכעט נישט קיין ציוני, אזוי ווי אינז. נאר פארקערט, ליידער, יא...![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
![]()
איך וואוין נישט נעבן אראבער, און איך טרעף מיר זייער ווייניג מיט אראבער פערזענליך, אבער איך זע טעגליך פאזיטיווע רעפערענצן צו ניטורי קרתא אויף טוויטער, קאמענטארן אויף יוטוב, און קאמענטארן אויף נייעס באריכטן אין די אלגעמיינע נייעס,
פאלעסטינע, אראבישע, און אלגעמיינע מוסלעמענער וואס באציען זיך און הייבן ארויס די חילוק צווישן אידן און ציוניסטן,
(אסאך מאל זענען עס דווקא די קאמענטירער מיט די בורקאס און ניקאבס אדער דער יונגער אראבער מיטן קליינטשיגער בערדל וואס באשגצן די ראסיסטישע נעא נאציס, סקינהעדס, און סתם אייראפעאישע אנטיסעמיטן פארן זייערע אנטיסעמיטישע אויסברוכן!!
זוך וועסטו זען!
און וויפיל יוטוב קליפס ווערן געשאפן יעדעס מאהל מ'זעט די חברה שטייען צוזאמען מיט אראבער. אידן און נישט אידן צוגלייך ווערן אויפגעבראכט אז ס'איז דא אזעלכע וואס פאראייניגן זיך מיט האלאקוסט פארלייקענער אדער מיט עלעמענטן וואס זענען געטאנצן אין די גאסן סעפטעמבער עלעוון.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
קדש הילולים האט געשריבן:@איך אויך,@בערל בעל עגלה: ס׳זעט אויס אז עטס האטס נישט געליינט וואס איך האב געשריבן אויבן, איך ברענג דארט 2 ראיות.
כ'הא געליינט די ראיות. מיט'ן טעקסי דרייווער און הרב קאפלאן. וואויל פאר דעים איד וואס איז געפארן מיט דעים אר
![זייער שלעכט :twisted:](./images/smilies/icon_twisted.gif)
![שלעכטער אדער זייער אויפגערעגט :evil:](./images/smilies/icon_evil.gif)
![זייער שלעכט :twisted:](./images/smilies/icon_twisted.gif)
![שלעכטער אדער זייער אויפגערעגט :evil:](./images/smilies/icon_evil.gif)
![מגלגל עיניים :roll:](./images/smilies/icon_rolleyes.gif)
![פארשעמט :oops:](./images/smilies/icon_redface.gif)
![טרויעריג :(](./images/smilies/icon_e_sad.gif)
![ווינקט ;)](./images/smilies/icon_e_wink.gif)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.