קען מדינת ישראל באזיגן ISIS?
- ביבער
- ידיד ותיק
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
- האט שוין געלייקט: 839 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל
קען מדינת ישראל באזיגן ISIS?
מלחמת צוק איתן אין עזה איז גענדיגט אבער מאנכע צייגן אן אז מדינת ישראל וועט זיך נאך בענקען נאך אזעלכע מלחמות.
די IS (אייסיס) וואס האט שאקירט די וועלט מיט זייערע שטוינענעדע נצחונות אין סיריע און איראק האט געמאלדן לעצטע וואך אז זיי וועלן קומען ראטעווען די פאלעסטינער פאלק פון די בארבארישע איזראעלי הענט, און בכלל איז ארץ ישראל אויף די שטח וואס זיי באטראכטן אלס אריגינעל די לאנד פון איסלאם אונטערן הערשאפט פונעם קאליף על באגדאדי, כאטש אייסיס האט צוערשט גענומען די מוזולמענער כופרים אלס א צילברעט איז עס נאר א שאלה פון צייט ווען זיי וועלן אנגרייפן אויך ארץ ישראל. היל"ת.
לעצטע וואך מיטוואך האט אייסיס איינגענומען קונעטירא א קריטיש וויכטיג געגנט אין סיריע וואס גרעניצט זיך מיט ארץ ישראל, אויך אין ירדן אין געוויסע שטעט האבן זיי שוין אנגעהויבן מארשירונגען און פראטעסטן, אייסיס איז טרענירט געווארן דורך אמעריקע און זענען באוואפנט מיט אמעריקאנער געווער וואס זיי האבן איינגענומען אין איראק און סיריע, חוץ פון דעם זענען זיי היינט איינס מיט אל נוסרא א אמעריקאנער באוואפנטער רעבעלן גרופ - אן אפגעטיילטער פליגל פון אל-קאידא, דאס איז אלעס בשעת ווען פרעזידענט אבאמא האט קלאר געשטעלט אז דערווייל איז נישטא קיין סטראטעגיע וויאזוי זיי צו אנטוואפענען, שטעלט זיך די שאלה אויב מדינת ישראל וואס האט זיך נישט געקענט אן עצה געבן מיט די צוריקגעבליבענע חאמאס וויאזוי וועלן זיי זיך באשיצן פון אייסיס? און בפרט אויב עס וועט זיי געלונגען איינצונעמען (חלקים פון) מצרים און לבנון?

I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
- לאליפאפ
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1281
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
- האט שוין געלייקט: 276 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל
עס זאל דיר זיין זייער קלאר איין זאך, מדינת ישראל קען זיך ספראווען מיט חאמאס און מיט אסאך גרעסערע ווי זיי. נאר וואס דען? ווילאנג זיי פילן נישט קיין עכטע threat צו זייער עקזיסטענץ, לאזן זיי זיך פארפירן פון די וועלטס פרעשור כדי צו האלטן זייער עקאנאמיע פון פאלן, אבער עס איז זיכער אז מיט ISIS וועלן זיי נישט זיין אזוי טאלעראנט.
טשעק אויס וואס מדינת ישראל האט געטון צו סאדאמס נוקלעארן פלענט 30 יאר צוריק נאך וואס אמעריקא און פראנקרייך האבן נישט אונטערגענומען קיין שריט קעגן איראק..
און לאמיר נישט פארגעסן דעם אם ה' לא ישמר עיר וכו'.

- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
- הדד בן בדד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1491
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
- האט שוין געלייקט: 684 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל
איך בעט און האף צום הייליגן באשעפער עס זאל קיינמאל נישט אנקומען צו דעם, איך ציטער וואס וועט דעמאלס זיין.
איך האף אבער, אז אויב חלילה וועט מען יא אנקומען דערצו, וועט עגיפטן און ירדן זיך העפטיג צושטעלן צו מדינת ישראל זיי אפצושלאגן, און אז דעמאלס וועט דער פאריקטער אבאמא זיי לאזן טוהן וואס זיי דארפן און נישט ווארטן אז זיי זאלן אנקומען קיין וואשינגטאן די סי.
(קען זיין אז אבאמא'ן קימערט עס נישט אזויפיל, ווייל ער קלערט אז דעמאלס וועט ער שוין נישט זיין אין וואשינגטאן. דארף מען אים דערמאנען אז זיי וועלן אויך אויסמארדן אסאך טרעיוואן מארטינס, אזעלכע וואס וואלטן ווען געקענט זיין זיינע זוהן...)

- מאן דאמר
- ידיד השטיבל
- הודעות: 260
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 5:29 pm
- האט שוין געלייקט: 335 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל
אין די מידיא קוקט מען מיט א גאנץ אנדערע פערספעקטיוו, זיי זאגן מיט א פשטות, אז אויב ISIS וועט זיך נעמען צו ירדן, וועט ישראל זיכער קומען צו הילף.
דא איז איינע פון די ארטיקלען צום ביישפיל:
http://www.thedailybeast.com/articles/2 ... warns.html

However beautiful the strategy, you should occasionally look at the results.
– Winston Churchill
– Winston Churchill
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 954
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
- האט שוין געלייקט: 1457 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל
כ׳מיין אז די גרעסטע פראבלעם וואס מדינת ישראל האט מיט חאמאס איז דער פאקט אז די וועלט קוקט אן אז זיי האבן א לעגיטימע תביעה, (דהיינו, כאטש וואס זיי נוצן טעראר מיטלען, אבער זייער אפציעלע מטרה איז דערהערבאר, זיי ווילן צוריק באקומען עפעס).
פון די אנדער זייט ווען ס׳קומט צו ISIS, דארט וועט יעדער מודה זיין אז עס איז א טעראר ארגעניזאציע מיט ריין טעראר מיטלען, (כאטש זיי גלייבן אז זיי טוהן די ריכטיגע זאך, ראה כמה גדול כוחה של אמונה…), און די וועלט וועט נישט אפהאלטן מדינת ישראל פון עפעס טוהן.
נישט אומזיסט פראבירט דער ישראלי׳שער פרעימיניסטער די גאנצע צייט צו קאנווינסן די וועלט אז חאמאס איז ISIS, און ISIS איז חאמאס.

אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
פארוואס? האט געשריבן:כ׳מיין אז די גרעסטע פראבלעם וואס מדינת ישראל האט מיט חאמאס איז דער פאקט אז די וועלט קוקט אן אז זיי האבן א לעגיטימע תביעה, (דהיינו, כאטש וואס זיי נוצן טעראר מיטלען, אבער זייער אפציעלע מטרה איז דערהערבאר, זיי ווילן צוריק באקומען עפעס).
פון די אנדער זייט ווען ס׳קומט צו ISIS, דארט וועט יעדער מודה זיין אז עס איז א טעראר ארגעניזאציע מיט ריין טעראר מיטלען, (כאטש זיי גלייבן אז זיי טוהן די ריכטיגע זאך, ראה כמה גדול כוחה של אמונה…), און די וועלט וועט נישט אפהאלטן מדינת ישראל פון עפעס טוהן.
נישט אומזיסט פראבירט דער ישראלי׳שער פרעימיניסטער די גאנצע צייט צו קאנווינסן די וועלט אז חאמאס איז ISIS, און ISIS איז חאמאס.
אנקעטע פון עזה איינוואוינער
13% שטיצן אייסיס.
__85% זענען אנקעגן אייסיס
(אין פראנקרייך שטיצן 16% אייסיס!!!
אין ענגלאנד 7%!)
- מאן דאמר
- ידיד השטיבל
- הודעות: 260
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 5:29 pm
- האט שוין געלייקט: 335 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 207 מאל
אן ארטיקל אין וואלה! זאגט נאך פון א ישראל באאמטע, אז די רעבעלן ביים גרעניץ וועלן זיך נישט וואגן צו אנהייבן מיט ישראל, ווייל ישראל וועט איר אפפארטיגען אחד ולתמיד
http://news.walla.co.il/?w=/2689/2781552
http://news.walla.co.il/?w=/2689/2781552
However beautiful the strategy, you should occasionally look at the results.
– Winston Churchill
– Winston Churchill
- zurich
- ידיד ותיק
- הודעות: 813
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
- האט שוין געלייקט: 532 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל
גאנצל האט געשריבן:קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס די וועלט איז שטול בנוגע isis איך מיין אויף וואס ווארט מען ?
זעיט שוין אויס אזוי ווי פאר די צווייטע וועלט מלחמה עפאכע ווען מ'איז שטול געווען ווען היטלער האט אנגעהויבן אנצוגריפן יעגוסלאוויע און די דעמאלטיגע וועלט האט געשוויגן
דעיס שרייט דאך יעדער איינער!!
- קינד_אן_קייט
- היימישער באניצער
- הודעות: 495
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
- האט שוין געלייקט: 728 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל
קודם כל, היינט צוטאג׳ס איז שוין כמעט נישט שייך דער מושג ״זיג״. דער אופן פון מלחמות איז נישט ווי אמאל, ס׳איז מער כמעט נישטא צוויי זייטן וואס שלאגן זיך אויף אן ענדגילטיגער אויספיר, די עפאכע פון די סארט מלחמות האבן זיך שוין ווארשיינליך געענדיגט.
בפרט אין די מוסלימענער קאנפליקטן, רעדט מען נישט פון קיין מיליטער וואס לאזט זיך באזיגן אדער פארגלייכן כמקדמת דנא, די זעלנער זענען סך הכל ציווילע גרופעס וואס נעמען דאס געווער אין די האנט און פארמאגן נישט קיין הירארכיע, אדרעס אדער פירערשאפט, מ׳שלאגט זיך אויפ׳ן שטייגער פון ״גארילא״, אדער נאך ערגער, ריין ״טעראר״.
אין אפגאניסטאן און אין טשעטשניע האט רוסלאנד עד היום נישט דערלעבט צו דערקלערן זיג, אין איראק האט זיך בוש געמאכט צו נער ווען ער האט (פריצייטיג) דערקלערט זיג, אין עזה און אין לבנון האט נאך מדינת ישראל נישט אויספיעט צו באזיגן חמאס און חיזבאללה, און אפילו לגבי אל-קאידא איז גאר שווער, אפילו היינט, פאר די מערב וועלט צו דערקלערן א נצחון.
איז דערפאר, די שאלה נישט צו מדינת ישראל קען ״באזיגן״ ISIS, נאר ענדערש, צו דער מצב אין סיריע און דער פאקט אז ISIS האלט דארט אפ נצחונות, מיינט צו זאגן אז די מדינה וועט זיך בקרוב טרעפן מיט א דריטן פראנט אנטקעגן די בארבארישע דזשיהאדיסטן.
כאטש א משוגענעם קען מען נישט אויסרעכענען, האבן אבער לכאורה נישט די שיאיאטישע ISIS מערדער יעצט אויפ׳ן געדאנק אנצוהויבן א ממשות׳דיגער קריג קעגן די מדינה, מחמת כמה סיבות.
ערשטענ׳ס, איז זייער עיקר מלחמה קעגן די שיאיאטן. דאס איז א געפעכט וואס האלט שוין אן טויזענטער יארן צווישן די צוויי שבטים און וועט זיך קיינמאל נישט ענדיגן, אבער היות דער מצב אין איראק אין די לעצטע יארן האט גורם געווען אז די שיאיאטן פירן דאס רעדל און מיט זייער טיפישע אראבישע טיפשות האבן זיי זיך ווייניג געקימערט איבער די סוני׳שע בירגער, און גאנץ אפט זיי גאר אונטערדרוקט, איז דאס געווארן פאר די סוני׳ס נישט בלויז א מלחמת מצוה, נאר אויך א מלחמת קיום ומלחמת חובה.
אין דעם זין, דארף מען באטראכטן ISIS מייסטענס ווי די טאליבאן וואס שלאגן זיך פאר זייער היים ערטער (פארשטייט זיך לויט הלכות שריעה), און ווייניגער ווי אל-קאידא.
צווייטענ׳ס, אפילו אויב ISIS וואלט ווען געוואלט, האבן זיי למעשה יעצט כמעט נישט קיין שטחים אדער באזעס וואס גרעניצן זיך מיט מדינת ישראל פון ווי זיי וואלטן געזאלט קענען דירעקט אטאקירן אדער אנגריפן די מדינה. און אז ס׳וועט זיך יא מאכן אז זיי וועלן חלילה אייננעמען א שטעטל נאענט צום גרעניץ, קען מען זיכער זיין אז די ישראלים וועלן דאס גאנץ שנעל איבערקערן צו א הויפן שטיינער, זיי האבן זיך שוין ערלויבט צו ברעכן אונטערנאציאנאלע געזעצן אויף קלענערע ספיקות׳דיגע סכנות.
ISIS פארשטייט דאס, און זיי ווייסן אויך אז אנדערש ווי דאס צוקלאפטע סירישער מיליטער (וואס איז מעיקרא געווען א שוואכלינג, באשטייענדיג פון די ארימע שיכטן פון פאלק וואס האבן בעצם פיינט דאס רעזשים נאר זענען געצווינגען איר צו דינען), איז צה״ל א בערישער מאנסטער, וואס אויב וועט מען איר אויפוועקן וועט זי זיך גאר פרייען א טובה צו טאן פאר די גאנצע מערב וועלט און מיט איר פולן קראפט דערשטיקן דאס אפשיקעניש וואס רופט זיך ISIS.
דאס מיינט נישט צו זאגן אז זיי קענען נישט טשעפענען און ר״ל אויסטיילן צרות און קאפ ווייטאג פאר די מדינה.
דא און דארט, קענען זיי חלילה פרובירן אריין צו דרינגען, צו דורך שיסעריי (ראקעטן, קורץ שטרעקעדיגע מיסילס, RPG, מיסילס קעגן ערעפלאנען, וכו׳), צו דורך איינצעלנע טעראריסטן. זיי קענען זיך אויך אנשליסן מיט די מער עקסטרעמע עלעמענטן אין עזה, לבנון און סיני, און ח״ו פרובירן אויסצופירן שאקירענדע מערדערישע טעראר אקציעס, השם ירחם.
אבער דאס איז א סכנה וואס הערשט סיי ווי סיי אין מדינת ישראל און מ׳ספראוועט זיך דערמיט כסדר. אל-קאידא, חיזבאללה / איראן, און אסאך אנדערע, זענען חורשי מזימות יעדן טאג און ISIS איז נישט קיין מיוחס אין דעם געביט.
מעגליך אז זיי קומען פאר אלץ מער בארבאריש, אבער דער נאטור פון די סכנה איז דאס זעלבע.
היוצא לנו מכל זה, אז א דירעקטער מלחמה-שטייגער קאנפליקט צווישן ISIS און די מדינה איז כמעט נישט עפעס וואס איז נראה לעין לעת עתה, און ווילאנג זיי שחט׳ן זיך צווישן זיך, וועט מדינת ישראל האלטן אויג אבער שטיין אין די זייט.
אויב ווידער, וועלן זיי ארויס גיין פון די ראמען אדער באדראען די מדינה׳ס פריינט אינעם ראיאן, ווי למשל ירדן אדער מצרים, וועט זיך די מאפע גאנץ שנעל טוישן, און היות ממש אלע ארומיגע (אפילו איצטיגע שונאים פאר די מדינה ווי איראן, לבנון, סיריע און טערקיי) זענען זייערע שונאים, האבן זיי שוואכע שאנסן צו דערלעבן א נצחון.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קינד_אן_קייט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
כאן, חבל טבור הארץ.
- ביבער
- ידיד ותיק
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
- האט שוין געלייקט: 839 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל
[tag]קינד_אן_קייט[/tag] מען רעדט נישט פון זיי עוקר מן השורש זיין לגמרי ווי בוש האט געחלומט אויף אל קאידא, ווען די מלחמה איז אויף שטח, דאס מיינט פאר וועם א געוויסע שטח בעלאנגט איז אוודאי שייך זיג.
למען הפונקטליכקייט: ISIS זענען סוניס און פייטן די שיאטן. נישט אז ס'מאכט א גרויסע חילוק למעשה ווייל ביידע זענען זיי די זעלבע רוצחים און ביידע גלייבן זיי אין מוחאמעד, זיי פייטן בעיקר ווער דער ממשיך דרכו פון מוחאמעד איז געווען, ס'איז א אהרן זלמן לייב פאליטיק וואס ציהט זיך שוין 1500 יאר.
דו באקוקסט דעם מצב זייער פאזיטיוו, למעשה איז זייער שווער צו וויסן וועם איראן און אנדערע פיינטליכע לענדער וועלן זיך ענדערש צושטעלן בעת א מלחמה, אוודאי קען מען פארשטיין אז אייסיס איז זיי א גרעסערע שונא ווי מדינת ישראל ווייל אייסיס באדראעט זייער לאנד און ישראל נישט, אבער פון די אנדערע זייט א לאנד ווי איראן למשל, וואס האט נישט צופיל מורא פון אייסיס וועט מעגליך אויסנוצן די געלעגנהייט און צוהעלפן אייסיס, באמת איז עס א שאך שפיל ווייל די אראבישע לענדער זענען אלע צוקריגט צווישן זיך נישטא קיין 3 לענדער וואס זאלן נישט זיין 4 מאל צוקריגט צווישן זיך אבער דער על באגדאדי שפילט דעם געים זייער גוט, די פאליטיק וואס ער האט געשפילט די לעצטע יאר ווי למשל מיט אל קאידא און די סוקסעפולע מלחמות וואס ער האט געפירט זענען אלע עדות אויף דעם, די אראבישע לענדער ציטערן אלע אין הויזן ובפרט ירדן מיט מצרים ביידע אליארטע לענדער אבער נישט סטאביל גענוג צו פייטן אייסיס, בקיצור אויב די מערב וועלט וועט ווייטער שווייגן ווי ביז יעצט איז ארץ ישראל אין ביג טראבל.
למען הפונקטליכקייט: ISIS זענען סוניס און פייטן די שיאטן. נישט אז ס'מאכט א גרויסע חילוק למעשה ווייל ביידע זענען זיי די זעלבע רוצחים און ביידע גלייבן זיי אין מוחאמעד, זיי פייטן בעיקר ווער דער ממשיך דרכו פון מוחאמעד איז געווען, ס'איז א אהרן זלמן לייב פאליטיק וואס ציהט זיך שוין 1500 יאר.
דו באקוקסט דעם מצב זייער פאזיטיוו, למעשה איז זייער שווער צו וויסן וועם איראן און אנדערע פיינטליכע לענדער וועלן זיך ענדערש צושטעלן בעת א מלחמה, אוודאי קען מען פארשטיין אז אייסיס איז זיי א גרעסערע שונא ווי מדינת ישראל ווייל אייסיס באדראעט זייער לאנד און ישראל נישט, אבער פון די אנדערע זייט א לאנד ווי איראן למשל, וואס האט נישט צופיל מורא פון אייסיס וועט מעגליך אויסנוצן די געלעגנהייט און צוהעלפן אייסיס, באמת איז עס א שאך שפיל ווייל די אראבישע לענדער זענען אלע צוקריגט צווישן זיך נישטא קיין 3 לענדער וואס זאלן נישט זיין 4 מאל צוקריגט צווישן זיך אבער דער על באגדאדי שפילט דעם געים זייער גוט, די פאליטיק וואס ער האט געשפילט די לעצטע יאר ווי למשל מיט אל קאידא און די סוקסעפולע מלחמות וואס ער האט געפירט זענען אלע עדות אויף דעם, די אראבישע לענדער ציטערן אלע אין הויזן ובפרט ירדן מיט מצרים ביידע אליארטע לענדער אבער נישט סטאביל גענוג צו פייטן אייסיס, בקיצור אויב די מערב וועלט וועט ווייטער שווייגן ווי ביז יעצט איז ארץ ישראל אין ביג טראבל.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
- קינד_אן_קייט
- היימישער באניצער
- הודעות: 495
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
- האט שוין געלייקט: 728 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל
[tag]בשבילי![/tag], [tag]ביבער[/tag], נתהפכו היוצרות, טעות לעולם חוזר וכל מקום שאתה מוצא שאיאט צ״ל סוני (שוין פארראכטען), אבער די עיקר נקודה איז אז זיי זענען ארום גערינגעלט דורך לאנגע שונאים (די שאיאטישע איראן, סיריע און לבנון) אין דעם גאנצן ראיאן און די חברה זענען שטערקער ווי זיי.
[tag]zurich[/tag], זייער עסק מיט אמעריקא איז בעיקר צוליב איראק וואס אמעריקא קאנטראלירט אונטער די קוליסן, און הלכה למעשה, איז דאך אמעריקא בפירוש פארמישט אינעם טעגליכן קאמף זיי אויסצוראטען.
ביבער, לגבי איראן, איז זייער עיקר אינטערעסע צו קאנטראלירן אדער לכה״פ האבן א שטארקע איינפלוס אויפ׳ן הלוך ילך פון די רעגירונג אין איראק, סטראטעגיש איז דאס זייער הויפט ציל, און דאס זעלבע איז אויך מיט סיריע און לבנון. מדינת ישראל פארנעמט יעצט נישט דער אויבנאן אויף זייער אגענדע, ווייל אינערליך זענען זיי אפגעשוואכט (עקאנאמיש צוליב די סאנקציעס, און אויך פאליטיש צוליב דאס אומרואיגקייט און ווידערשפעניגקייט פונעם פאלק - בעיקר די יונגווארג), דערפאר מוזן זיי זיך שטערקער באפעסטיגן ביי די גרעניצן און ISIS איז גאר א שטארקער פראבלעם און דאגה פאר זיי, זיי ארבעטן אפילו נאענטערהייט מיט אמעריקא כדי זיך צו ספראווען דערמיט.