וויפיל איז דער זייגער אינדרויסן?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 954
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
- האט שוין געלייקט: 1457 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל
וויפיל איז דער זייגער אינדרויסן?
געווען אמאל פיהר חברים, אברהם, משה, דוד און יוסף. זיי זענען אלע געווען זייער אינטעלגענטע און געלערנטע לייט, געלערנט פיזיקס און מאטעמאטיקס אין די באקאנטסטע אוניווערסיטעיטן, און זיי פלעגן אסאך שמועסן צוזאמען. יעדער איינער פון זיי האט זיך געהאט זיינע פעהיגקייטן, יעדער איינער האט זיך ספעציעלירט אין זיין פעלד.
איינער פון די אלע דריי, איז געווען אביסל אנדערש פון יעדעם, דאס איז געווען "דוד", ער איז געווען אביסל אן אנדער טייפ פון די אנדערע דריי, אביסל א שוואכערער פילאסאף. אבער דאך האט ער געפונען דאס ארט צווישן די אנדערע וויבאלד ער האט געהאט א ספעציעלע געשמאקע כאראקטער.
איין נאכט האבן זיך די פיהר חברים צוזאמגענומען אין א טיפע בעיסמענט ערגעצוואו, כדי צו פראווען צוזאמען א פארטי, זיי האבן געקויפט אלע גוטע מעדנים און מטעמים, און פארשטייט זיך אויך אביסל וואדקא, אזוי האבן זיי פארברענגט געשמאק אינאיינעם, און געשמועסט איבער אלע אינטרעסאנטע נושאים וואס זיי האבן אייביג געוואלט דיסקאסירן און קיינמאל נישט געטראפן די צייט דערצו.
אזוי אינמיטן, האבן זיי אריינגערוקט איין גלעזל לחיים נאכן צווייטן (אריבערגעגאנגען די הגבלות), ביז יעדער איז געווארן גוט אנגעיאשקעט, און זיי זענען געפאלן אין א טיפן שלאף, ווען ס'איז נישטא ווער ס'זאל זיי אויפוועקן.
געשלאפן און געשלאפן... ביז איינער האט זיך פלוצלינג געגעבן א וועק-אויף, און שנעל אויפגעוועקט זיינע אלע חברים, יעדער האט געפרעגט גלייך: וואס גייט דא פאר?? וואו זענען מיר? וואו אזוי קומען מיר אן דא?
נאכן צוביסלעך זענען זיי געקומען צו זיך, ווען זיי האבן זיך געכאפט און דערמאנט וואס מיט זיי איז פארגעגאנגען, און ווי אזוי זיי זענען אנגעקומען צו אזא מצב. פרעגט אברהם: וויפיל איז דער זייגער אינדרויסן??
קיינער האט נישט געוואוסט צו ענטפערן, וויבאלד זיי זענען זייער טיף געשלאפן, און זיי זענען יעצט געווען אין א טיפע קעלער, ווי די ליכטיגקייט פון די זוהן איז נישט מעגליך צו אנקומען, אזוי אז מ'האט בכלל נישט געקענט וויסן צו עס איז באטאג אדער ביינאכט. אויסער דוד וואס ער האט אויסגערופן מיט א זיכערקייט: יעצט איז פונקט צוויי מינוט נאך צעהן ביינאכט!
פון וואנעט ווייסטו? ווער האט דיר דאס פארציילט? פרעגן זיי פאר דוד. אבער דוד ענטפערט ווידער מיט די זעלבע מאס זיכערקייט: יעצט איז פונקט צוויי מינוט נאך צעהן ביינאכט! אן ער זאל פיהלן אז ער דארף באשטעטיגן זיינע ווערטער.
אבער אברהם האט זיך נישט פארלאזט אויף דוד מיט בלינדע אויגן, נאר ער איז צוגעגאנגען צום טיהר און געקוקט דורך די שפאלטענעס, און ער האט געמאכט כל מיני סארטן קאמפליצירטע רעכענונגען, וואס האבן איהם געברענגט צו די מסקנא אז עס איז יעצט אינדרויסן דריי אזייגער נאכמיטאג.
ער קומט צוריק צו זיינע פריינט, און ער דערציילט זיי זיינע רעכענונגען און זיין מסקנא. זיינע פריינט האבן איהם אויסגעהערט מיט אינטערעסע, און אנגענומען זיינע דברים של טעם, אויסער דוד וואס ער האט זיך ווייטער געהאלטן ביי זיינס: יעצט איז פונקט צוויי מינוט נאך צעהן ביינאכט! ער האט נישט געפיהלט פאר וויכטיג צו אפפרעגן די רעכענונגען פון אברהם.
נאך צוויי מינוט פון טענה'רייען, ווען אלע טענות פאלן אויף דוד'ס טויבע אויערן, גייט צו יוסף צום טיהר, און ער האט איבערגעמאכט די זעלבע רעכענונגען ווי אברהם, אבער ער האט צוגעלייגט נופך משלו, און מיט מער א פונקטליכקייט. און דערנאך קומט ער צוריק צו זיינע פריינט, און ער זאגט זיי אז: ניין! עס איז נישט דריי אזייגער, נאר האלב נאך דריי.
ער האט מסביר געווען פאר אברהם און פאר משה זיינע סיבות פארוואס ער איז צוגעקומען צו אט די מסקנא, און נאכן הערן זיינע דברים של טעם, האבן זיי אלע מסכים געווען צו יוסף, אז עס איז האלב נאך דריי, אויסער דוד וואס ער איז ווייטער געשטאנען ביי זיינס, און געשריגן מיט א פעסקייט: יעצט איז פונקט צוויי מינוט נאך צעהן ביינאכט!
נאך אביסל טענה'רייען גייט משה צו צום טיהר, און ער טוהט איבער די אלע רעכענונגען, און ער נוצט די זעלבע טאקטיקן וואס אברהם און יוסף האבן גענוצט, און ער לייגט נאך צו אביסל אייגנס. אברהם און משה קוקן מיט שטוינונג וואס גייט זיין זיין מסקנא?
נאך עטליכע מינוט פון רעכענען, קומט משה צוריק און ער זאגט זיי אז לויט זיינע רעכענונגען קומט אויס אז עס איז גראדע א קוואדער צו דריי נאכמיטאג. נאכן קלאר אראפלייגן זיינע טענות און הוכחות דערויף, האבן זיי אלע דריי מסכים געווען פה אחד אז משה איז גערעכט. און דער זייגער איז טאקע א פערטל צו דריי.
אבער דוד שטייט ווייטער ביי זיינס, און ער שרייט ווייטער מיט א פעסקייט: יעצט איז פונקט צוויי מינוט נאך צעהן ביינאכט!
און ער זאגט: איך פארשטיי נישט, יעדע מינוט טוישן אייך אייער ווערסיע, און עס שטעלט זיך ארויס אז אייערע רעכענונגען איז פאלש, איינמאל נאכן צווייטן, אינדערצייט וואס איך האב פון די ערשטע מינוט געשריגן און איך האב נישט קיין איין מינוט צוריק געצויגן: יעצט איז פונקט צוויי מינוט נאך צעהן ביינאכט!
והנמשל מובן מאליו...
קרעדיט ([tag]הציץ ונפגע[/tag])

אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
גוט! א פיינע משל. אבער אין רעאליטעט האט דוד יא געהאט אן אנטווארט אויף די פראגע פון וואו ער ווייסט, ער האט אלץ געענטפערט אז גאט האט אים אזוי געזאגט. איך ווייס ווייל איך האב געהערט דוד'ן אזוי זאגן כמה וכמה פעמים.
אגב, וואו האט הציץ געשריבן דער געדאנק?
.
אגב, וואו האט הציץ געשריבן דער געדאנק?
.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1344
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
- געפינט זיך: אין גלות
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 954
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
- האט שוין געלייקט: 1457 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל
מנחם האט געשריבן:דאס איז אלעס אמת ווען עס איז דא א ספק.
אבער ווען עס הענגט א גרויסן זייגער אויפ'ן וואנט וואס צייגט קלאר אז עס איז צוויי מינוט נאך צען זענען די פליזאפישע טענה'ריין כאין וכאפס.
דו לייגסט צו נאך איין פרט אינעם משל:
דוד האט געשריגן אז: עס הענגט א גרויסן זייגער אויפן וואנט וואס צייגט קלאר אז עס איז צוויי מינוט נאך צעהן, און ממילא זענען אלע ענקערע ״סייענטיפישע עקספערימענטן״ כאין וכאפס.
אבער זיינע דריי חברים האבן פראבירט אפיהר זוכן דעם גרויסן זייגער, און זיי האבן עס נישט געקענט זעהן.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 954
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
- האט שוין געלייקט: 1457 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל
מנחם האט געשריבן:נישט געקענט זעהן אדער נישט געוואלט זעהן?
און דוד האט געשריגן: ענק קענען עס זעהן! אבער ענק ווילן עס נישט זעהן!! ענק האבן אן אדזשענדע אוועק צו מאכן מיינע טענות, און דעריבער קומען ענק אויף מיט אלע סארטן טענות ומענות.
לאמיר קלאר מאכן, פאר אזא איינער ווי דוד, וואס זעהט קלאר דעם זייגער, איז נישטא וואס צו רעדן, ער זעהט דאך באמת א זייגער!
די משל איז פאר איינער וואס שטייט און די זייט, און ער זעהט נישט גארנישט, ער זעהט נאר די חילוקי דיעות.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
נישט נאר אז פילאזאפיע וואלט נישט געבראכן די מציאות, נאר ס'וואלט קיינמאל געווען פילאזאפן אינעם ערשטן פלאץ, די גאנצע סיבה פארוואס ס'איז נאך עד היום דא פילאזאפיע איז, ווייל מ'האט נאך נישט אפירגעקראצט דעם צוויי שטאקיגן זייגער
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום מאטי, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
- עמוס
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 30
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 1:10 pm
- האט שוין געלייקט: 21 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל
לויט ווי איך געדענק האבן די פילוסופן געטענ'עט אז דער זייגער איז אדער צובראכן, אדער איז עס קיינמאל נישט געמיינט געווארן צו זאגן די צייט, מען האט עס נאר אויפגעהאנגען פאר שיינקייט, אדער מוז זיין אז זיי אלע ווייסן נישט ווי אזוי צו ליינען אזא מאדנער גרויסער צוויי שטאקעדיגע זייגער. והא ראיה, האבן זיי ארגומענטירט צו דוד'ן, זעסט דאך אז די צייט ווייזט שטענדיג צען צו צוויי, אויב וואלט עס געווען א ריכטיגער זייגער וואלט זיך עס כסדר גערוקט.
למעשה האבן זיך ביידע געהאלטן ביי זייערס. ביי דוד האט זיך די צייט אפגעשטעלט צען צו צוויי, און זיינע חברים האבן אנגעשטעלט זייערע זייגערס לויט זייערע חשבונות. איינמאל אינמיטן די נאכט, איז דוד געבליבן אויף. ווען דער זייגער פון זיינע חברים האט געוויזן צען צו צוויי האט ער געגעבן א שפרינג אויף און געשריגן מיט פרייד, זעסט כהאב ענק געזאגט אז מיין זייגער גייט גוט, אפילו ענק זענען מודה אז ס'איז צען צו צוויי! נישט נאר דאס, נאר איך האב שוין געוואוסט אסאך פאר ענק אז ס'איז צען צו צוויי, און ענק האבן געמוזט ווארטן ווי נאראנים ביז אינמיטן די נאכט צו כאפן אז מיין זייגער איז די אמתע.
זיינע חברים האבן זיך נישט דערשראקן און א שעה שפעטער זאגן זיי אים, זעסט, קוק נאר דער זייגער וואס מיר האבן אנגעשטעלט מיט טיפע חשבונות צייגט שוין יעצט אז דיין זייגער איז נישט אמת. אבער דוד האט זיך אויסגעלאכט און געזאגט, וואס מיינסטו, איך בין עפעס א טיפש, כהאב שוין אויפגעוויזן אז מיין זייגער איז אמת, און דיין זייגער איז פאלש. איי פארוואס ענקער זייגער ווייזט אנדערש, דאס איז סתם א שפיצל וואס ענק האבן געמאכט, כדי מיר אריינצושטעלן אין א נסיון. טאמער ענקער זייגער וואלט אייביג געוויזן אז מיין זייגער איז אמת, וואלט דאך נישט געווען קיין קונץ צו גלייבן אין מיין זייגער. נאר למעשה אפילו יעצט קען מען קלאר זען עין בעין, צוויי מאל א טאג, פאר די וואס זענען גרייט אויפצובלייבן ביינאכט און אראפ'גנב'ען עטליכע מינוט פון זייער לאנטש, אז מיין זייגער איז אמתדיג.

כהאב זיך ממש יעצט דערמאנט נאך א שטיקל פון די מעשה. געווען א פיפטער מענטש ער האט געהייסן נתן. נתן איז נישט געווען אזא געלערנטער סייענטיסט אבער ער איז פארט געווען א שטיקל בר דעת מיט א קאפ אויף די פלייצעס. נתן איז נישט געפאלן דער מהלך פון דוד וועלכער גייט מיט די קאפ אין וואנט, און ער האט דעסיידעד אז די געלערנטע מענטשן ווייסן יא עפעס וואס זיי רעדן. אבער פונדעסטוועגן האט ער זיך נישט געקענט געזעגענען פון דעם ריזיגן זייגער וואס איז געהאנגען אזוי פראמינענט אינמיטן צימער און האט געוויזן די צייט מיט גרויסע קידוש לבנה אלף בית, וואס מען האט אים אויסגעלערנעט פון יונגערהייט אן אז דאס איז דער איינציגער אמתע זייגער אין די גאנצע וועלט.
אקיצור, נתן האט מחליט געווען אז באמת ווייסן די אנדערע געלרנטע מענשטן יא וואס זיי רעדן, נאר זיי זענען נישט אינגאנצן גערעכט, סאו לגבי געוונעליכע צייטן ווען מען וויל וויסן די זייגער גייט מען צו די סייענטיסטן, אבער איינמאל א וואך גייט מען זיך מאכן אז די גרויסע זייגער איז יא אמת, יעדע פרייטיג צונאכטס לכבוד שבת קודש ביינאכט וועט מען ןווייזן אויף'ן גרויסן זייגער און זאגן, קוקטס אלע, יעצט איז צען צו צוויי, נאכדעם וועט מען גיין עסן די סעודה.
והיה כי ישאלך בנך, אויב די קינדער וועלן פרעגן וואס הייסט טאטי, א גאנצע וואך זאגסטו אונז אז די זייגער איז נישט אמת און מ'זאל נישט קוקן אויף דעם ווען מוויל וויסן די צייט, נו, ענטפערט אים נתן, אודאי איז עס יא א אמתע זייגער, נאר די אמתדיגקייט פון די זייגער איז אז עס זאגט די פאלשע צייט, און ממאכט זיך ווי סאיז די אמתע צייט. סאיז א געוואלדיגע ספירטושעל עקספיריענס זיך צו מאכן למשל סאיז א פאלשע צייט.
האט אים די אנדערע חברים געפרעגט, מילא דוד (איך געדענק ער האט געהייסן אביגדור) ער גייט סתם מיט די קאפ אין וואנט, אבער די נתן ביסט דאך א קלוגער יוד, ווי זוי קענסטו טאנצן אויף צוויי חתונות. ענטפערט אים נתן, איך פארשטיי נישט, דא וועל איך אויס צו גלייבן די זייגער, איך נעם א ליפ אוו פעיט, ווי נתן האט זיך אויסגעדריקט. און וואס מאכטיך נעמען די ליפ אוו פעיט, האבן זיינע חברים אים געטרייט צוצודריקן צו וואנט. אממ, איך ווייס נישט קלאר, אבער אזויפיל קען איך זאגן, זעסט דאך אז דאס איז אזא שיינע גרויסע זייגער, און מיין טאטע און מאמע און נאנטע חברים גלייבן אז דאס איז די אמת'ע זייגער, עפעס מוז ליגן אין דעם. זאגן אים די חברים, כפארשטיי נישט, דיין טאטע איז דאך דוד און דיין מאמע איז אביגדורטע, און דו לאכסט זיי דאך אויס אז זיי פארשטייען נישט ריכטיג זייגער. אויסער דעם, האבן זיי געזאגט, זעסט דאך אז מען קען אפילו נישט רעכט אפלערנען די זייגער. זיי האבן געוויזן פאר נתן'ען ווי אנשטאט צוויי ווייזער זענען דא זיבן ווייזערס, יעדע איינע ווייזט אין א אנדערע ריכטונג.
נתן איז געווארן זייער פארלוירן, האט ער געגעבן א זאג, למעשה זעסט דאך ווי וואונדערליך סאיז בכלל אז די זייגער איז אנגעקומען. די יו פי עס מענטש וואס האט עס דעליווערט האט געזאגט אז ער האט געהאט א עקסידענט אויפן וועג און סהאט זיך שיער צובראכן, און ממש קיינער האט נישט געגלייבט אז סוועט נאך אנקומען גאנצערהייט. סמוז זיין אז דאס איז א אמתע זייגער.

- הודעות: 6957
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
און אפשר איז די זייגער בכלל נישט געמאכט צו זאגן צייט? קען זיין ס'איז דארט פאר שיינקייט, מענטשען זאלן וויסן מחשיב צו זיין צייט, צו וויסן מיר זענען דא אויף א וויילע, און דערנאך גייט מען פון וואו מ'איז געקומען. קען גאר אויך זיין אז ווען מ'האט אינסטולירט דעם זייגער האט יעדער געמיינט אז דאס איז די ריכטיגע צייט, און כדי יענע מענטשען זאלן זיך בכלל צוטוהן מאכן דערפון האט מען געמוזט אנשטעלן די זייגער לויט ווי מענטשען דענסמאל האבן געמיינט.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
Re: וויפיל איז דער זייגער אינדרויסן?
יעצט פארשטייט מען שוין וואס מ׳מיינט מיט דעם אז הקב״ה איז ״למעלה מהזמן״...
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
מנחם האט געשריבן:פארשטיי.
איך האב נאר געוואלט קלאר מאכן די נקודה, לפי"ז ווען עס איז דא א זייגער גרויס צוויי שטאק וואס יעדער קטן שלא הגיע לחינוך קען עס זעהן, ביזטו מודה אז פילזאפיע וועט נישט ברעכן די הארטע מציאות.
מנחם: אונז לערנען ארויס פון דעם 2 לימודים. איינס. אז צומאל זאגט דער נערד, פשטן אדער טיפש אויך א גוט ווארט. און די אלע חשבונות פון די חכמים, געבויעט אויף סופער חכמה זענען גארנישט ווערד. אין איינקלאנג מיט'ן מציאות. צוויי. אז דער ענטפער ליגט אין פשטות. נישט אין קאמפליצירטע חשבונות. ומה הועילו חכמים בתקנתם...!
ס'איז דא אויף דעם א קלאסישע מעשה'לע. ס'איז אמאל געווען אין א שטעטל א מענטש א שטערנזעהער. וועלכער האט אייביג געקוקט אין די שטערנס און ארויסגעליינט פון דארט אלע געשעענישן וואס וועללן זיך טרעפן דעם יאר. און ווען זיינע חברים און באקאנטע האבן זיך באגעגנט מיט איהם האט מען אייביג געפרעגט ביי איהם וואס די עתידות זענען. וואס ער האט אפגעליינט פון די שטערנס. און ער האט זיי געזאגט. איין טאג האט איהם איינער פון זיינע באקאנטע באגעגנט אויפ'ן גאס מיט א גרויסן בענדידזש אויפ'ן קאפ. און ר'האט איהם אנגעהויבן צו פרעגן די עתידות, כדרכו. האט איהם דער שטערנזעהער געזאגט. איך האב שוין אויפגעהערט צו זאגן עתידות. פרעגט איהם דער חבר פארוואס? זאגט ער איהם...דו זעהסט נישט?! איך האב, גייענדיג אויפ'ן גאס אזוי ווי שטענדיג געקוקט אויף די שטערנס. און אונטער מיין פוס איז געליגן א גרויסער שטיין און איך בין אראפגעפאללן און זיך צוקלאפט...האביך געזאגט ..."וואס טויג מיר צו קוקן אויף די שטערנס און זאגן נביאות, וואס ס'גייט געשעהן.
ווען איך זעה נישט וואס ליגט אונטער מיינע פיס."..?!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:?Why do religious believers hate reality so much
רביה"ק זי"ע: איך האב אמאל געמיינט אז די דארוויניסטן זענען אויף די דעפענסיוו. און זיי ארבעטן שווער צו פארטיידין זייער פאזיציע. דערווייל זעה איך אז זיי זענען זיכער אין זייערע גלויבונגען. און קוקן אונז. די וועלכע גלויבן אז ס'איז דא א באשעפער וועלכער האט באשאפן די אלע וואונדערליכע ברואים אויף די דעפענסיוו...! זיי נוצן די לאגיק פון הפוך על הפוך...!