זאג נאר, פארסט אפשר אהיים פון קלאמביע? די הייוועי איז ממילא מסתמא אנגעזעצט יעצט, פאר מיט די גאסן אין לאמיך אראפ ביי פארטי סעבען.
אוי, האלטסט שוין ביי ישתבח? כ'האב מיך געוואלט מיטכאפן מיט דעם מנין, וואס דאווענסטו אזוי שנעל היינט? קענסט נישט דאווענען אביסל שטייטער? זעסט נישט אז דריי פערטל עולם האלט נאך ביי ברוך שאמר?
ווען פלאנסטו אראפ צו שלעפן די סוכה ברעטער פונעם דאך? זיי אזוי גוט און ברענג מיר אראפ מיינע אויך, גייסט דאך ממילא זיין טשארלי הארס, נו כאפ שוין אריין נאך א מצוה'לע... עס וועט דיר נישט באנק טאן לעתיד. אז דו פלאנסט שוין ממילא טוה מיר א טובה און נעם עס אראפ היינט ביינאכט, איך האב שוין באשטעלט צוויי כולל אינגעלייט פאר מארגן צופרי...
וויאזוי איז דער שלום בית? וואס צאלסטו א חודש רענט? צוויי אלפים?! נא, אז דו קראטסט שוין צוזאם דעס קענסט דאך זיכער זיך אונטערנעמען א הונדרעטער א חודש פאר "כולל רמח"ל"...
א קרעדיט קארטל איז אויך גוט, וואס איז די עקספרעישן דעיט?
ביי וועם ביזטו נאר אן איידעם? אה, כ'האב פונקט געוואלט ארויפגיין צו דיין שווער נאך געלט, איין מינוט, איך קלינג אים יעצט אריין.
העלא? יא ר' משה, ממש השגחה פרטית, פונקט געטראכט פון אייך און יעצט האביך געטראפן אייער איידעם דא, ער קען די צוועק פון די נאנט און האלט אז איר זאלט געבן לכה"פ א צענער...
פריעדמאן וואוינט שוין נישט דא? כ'האב נישט געוויסט אז ער האט שוין געמויפט. מן השמים האט מען זעט אויס געווואלט איך זאל נישט וויסן, מען זאגט נאך פון בעל שם טוב ה' שומריך ה' צלך... יעדער טריט איז אויסגערעכענט... איך האב א המלצה פון סקולענער רבי ער האלט אז דאס איז וויכטיגער ווי יסירי יאפאן, לכה"פ דאפעלט...
ווען קען איך דיך נאכאמאל ריפן פאר א פאלאסי? דארפסט פארשטיין, איך בין דאך א היימישער אינגערמאן, מיין געלט קומט נאר צוריק אן צו אונזער עקענאמיע...
האסט א שוואגער וואס פארקויפט? יא, אבער ער פארקויפט נישט דעם זעלבן פראדאקט, קאמפערסט ארענדזשאס צו טענדזשערינען...
געב מיר לכה"פ דיין ביזנעס קאנטאקט ליסט, איך גיי נישט ח"ו זאגן אז דו האסט געהייסן קויפן, נאר אז דו האסט געגעבן די אינפארמאציע...
איך האב א קליינעם פרידזשדער מיט א וואשמאשין ליגן ביי די עפלייענס סטאר, זיי בעטן דערפאר גאנצע פופציג דאללער פאר דעליווערי, משוגע מעטארע. איך ווייס דאך יא וואספארא א גוט הארץ דו ביזט, לייג צוזאם דיינע סיטס מיינע בחורים וועלן דיר עס העלפן אריינלייגן... ווען די פארסט דורך מיין שטיב געב א פייף, מיין בני בית וועט דיר עפענען די עלעוועיטאר...
יאגסט זיך? סטאפ נאר פאר האלבע מינוט אין די וועלערא געז סטעישאן ביי עקזיט הונדרעט ענד טרעטי, איך ברויך מאכן הכנות פאר א מינוט... הםםם די יאפטשיק איז יאלא יאלא, חבל על הזמן... דעי קול מבשר ווייסט יא וואס ער רעדט... דארפסט אביסל? ונשמרתם מאוד, מען קען נישט געהעריג קאנצעטרירן ווען מען עסט בשעת'ן דרייוון.
נבלים ברשות התורה
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל