שידוכים מיט טעכנילאגיא

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3626 מאל

שידוכים מיט טעכנילאגיא

שליחה דורך פליקער »

איך וואלט געוואלט דורך שמיסן מיט דעים עולם וועיגן די פראבלעים וואס איז פארהאן ביי שידוכים, לאו דווקא א פראבלעים וואס טיט אפעקטירן די גאנץ כלל ישראל, מער איבער די אלט מאדישע מהלך וואס עס איז פארהאן ביי די קשר צווישן א שדכן מיט די וועים מען טראגט אן א שידוך, מיר וועלן אין אנריפן משידך, דער משידך וויל מען זאל אים אנטראגן א שידוך, דער שדכן וויל אויספירן א שידוך, דער שדכן'ס אינטערעסע איז פרנסה, ער וויל טאקע מקיים זיין די מצוה פון גמילת חסד, אבער אלע ווייסען אז די טאש איז די עיקר, ער וויל לייזן א פעט ביינדל.

ווען דער שדכן פאלט איין א שידוך אויף אנציטראגן, איז דא עטליכע פראבלעימען, קודם כל וויל ער זייער משדך זיין באראן ראטשילד מיטן שר מקיצי פארוואס דען נישט, אויב וועט ער אויספירן יעקלע טעקסי דרייווער מיט חצקל דער קצב, וואס וועט שוין דען בלייבן, אבער אויב פירט ער אויס די רייכסטע שידוך וועט דאך אים איבערבלייבן א שיין ביסן, אבער ווי אלע ווייסן אז דער שר מקיצי איז א שיינער איד, ער וועט זיך נישט משדך זיין אבי מיט וועים, ער וויל דער בעסטען בחור אויפן כדיר, על כן וועט דער שדכן מיזן מאכן א באשלוס אז ער גייט מיזן דערלייגן שדכנית פון צד אחד, אבער אבי ער וועט אויספירן עפעס א שידוך מיט כאטש איין זייט וואס וועט שיין געיבן, כאטשיק ער וואלט וועין יא געוואלט אויספירן די שידוך וואס ביידע זענען עשירים, מיז ער אבער זיין ציפרידן מיט איין צד וואס צאלט עשיריש.

איין גרויסע פראבלעים וואס שפראצט תיכף ארויס, איז אז דער עושר שפירט גלייך דער דריק פינעם שדכן, ער שפירט גלייך אז דער שדכן טראגט אים אן הודי מיט בוידי, אבי שיסן פייגן אפשר וועט עפעס קלעיבן, ער ווייסט אז ער האט נישט ארויס וואס דער עושר וויל, ער פראבירט צי נישטערן, זעין צי ער וויל א בן תורה, אדער א שיינע משפחה, ער ווייסט נישט צי דער עושר איז רעליסטיק, אדער ער איז נאך אין די ספערן.

עס זענען דא פיל מער ביטערע פראבלעימען ווי דאס, נעמליך די אנשים פשוטים, וואס זענען נישט פארעכנט געניג חשוב עולה צו זיין מפטיר יונה, אדער זיי זענען נישט ווערט מען זאל זיי פאריפן אויף א רייכע מאלצייט לכבוד א וויכטיגע מוסד, ווייל זיי איז נאך נישט באשערט געוועין צו זיין ראוי לאותו איצטלה, זיי זענען נאך געבינדן צי פיי סמך, זיי שוויצען נאך צו דעקן דאס טעיגליכן, זיי זענען נישט די עינגע קרייז, זיי זענען נישט געוועין פונקט ביי פרשת המן, ווען דער בורא עולם האט געטיילט, אדער ווי א לץ פלעיגט זאגן ער האט גענימען מיט א גאפל, חחח.

פאר די פשוטים איז טיען שידוכים א גיהנם, לא די זיי זענען נישט אויף קיין שום ליסטע, קיינער טראגט זיי גארנישט אן, אויב יא וואלט נאך בעסער געוועין ווען מען טראגט נישט אן, קיינער קימערט זיך נישט פאר זיי, ווייל זיי האבן נישט קיין גרויס געלט, ער האט נישט קיין יוקאן, מען ברויך די סיסטעים טוישן, ווייל למעשה איז דא א פראבלעים, מען קען קיינעם נישט פארהאלטן, דער שדכן איז קיינעם נישט שילדיג, ער ברויך טיען וואס סיז גיט פאר אים, ער וועט פארשטייט זיך נישט זיך מיטשען עפעס ציזאמענפארן פאר א פלעינע מאן, ער טיט נאר פאר די חשובה לייט.

פילע נאך שידוכים פראבלעימען ברויך ווערן געלייזט, צים ביישפיל, ווען א שדכן ריפט אן, פארוואס ברויך עס זיין א דענטיסט עפוינטמעט, יעצט מיז איך אפיר נעמען מיין צוואנג און ציען ציין, ווי אזוי הייסט די בחור, די טאטע, ווי ארבייט ער, וועלכע שיל, ווער איז זיין מחותן, איז ער א עכטע באגעבא מאן, וועלכע חלקה איז אים מער צים הארצן ביז תחית המתים, איר ווייסט וואס איך מיין, אלעס מיז מען ציען פשוט מען זאל פריוון צי כאפן בכלל פארוואס דער שדכן טראגט דאס בכלל אן, עס מאכט דאך בכלל נישט קיין צענט.

פארוואס זאל נישט זיין א אפענע קארטן, וואס מען קען אביסל ארויס האבן אינפארמאציע, וואס זענען פאבליק, למשל גייט ער א הויכע ביבר היט, שטאפן היט, קראך היט, אפענע שייטל, בענד, שפיצל, יעדער לעיבט עפעס אין א שיידל, קיינער טאר נישט אפיר נעמען געהעריג אויספארשן א שידוך, אלעס איז אזא געהיימניס, אלעס עפעס געשעיט פון זיך אליין, ווי זאגט מיר איינער, אז דער טאטע ריפט אן א בחור, לייבי זיי מוחל קים אהיים היינט ווייל איינער וויל דיך זעין ביי א חתונה, די בחור לויפט צי זיין בעסטע חבר, כאב א סוד, קיינעם טארסטע נישט זאגן אויב ווילסטו עולם הבא, איך ווער א חתן.

און אמתן אריין פארשטיי איך זייער די שדכנים, איך העט וועין נישט בעסער געוועין, זיי ברויכן פארדינען, זיי קענען אנטראגן צעינליגע שידוכים וואס ווערן נישט, זיי קענען אוועק געיבן שעות אויף שעות, און באקומען גארנישט דערפאר, חוץ א שיין ביסל שונאים, דו שעימסט זיך נישט, דעיס טראגסטו מיר אן, טי מיר טובה מחינו נא מספרך, אין נא אלא לשון נאָנאָ, טראג מיר מער גארנישט אן, א שדכן פארעדט זיך אמאל, אדער האט ער טאקע איינעם אינטערגעשאצט, אדער האט אים איינער אינטערגעשיקט, קומט אים דען מיתה, סך הכל האט ער דיר אן געטראגן א שידוך וואס דו האלטסט איז נישט פאסיג, אקעי זאג ניין און וויש דיר די נאז אפ.

טעקנאלעדשי, וואס טעכנילאגיע קען אויף טיען איז ממש א שאד נישט צי אריין ווארפן זיך דערין בלב ונפש, היינטיגע צייטן איז עס ממש גארנישט, וואס איך האלט אז מען ברויך ציטיען איז פשוט, די שדכנים ברויכן האבן א דאטא בעיס פון וואס זיי ארבייטן, א וועפ זייטל וואס שדכנים טיען מיט טיילן אינפארמאציע, אויסגלייכן אינפארמאציע, למשל אויב איינער ווייסט אז משה וואס האט א פיין מיידל איז נישט מקפיד אויף א ביבר היט טראץ וואס ער גייט א ביבר היט, פארוואס מעיג דאס נישט א אנדערע שדכן וויסן, וויל ער דען נישט אז אנדערע זאלן וויסן, ער האט אפשר נישט קיין חשק אויסצוריפן ביים בלעמער, אבער ער וואלט אפשר געוואלט אז אנדערע שדכנים זאלן וויסן, פארוואס דען נישט.

מיין פלאן, א מייסטער דאטא בעיס, יעדע נאמען איז א נאמען נישט סתם אין א טריקענע ליסטע, נאר מער ווייניגער ווי עס איז אין די אנשי שלומינו, נאר אביסל מער פארגעשריטן, און אויב ווילסטו ריסערטשן א מאן'ס משפחה זאל זיין די מעיגליכקייט צי גלייך ציזאמענשטעלן א שטיקל בילד פון אים, זיינע קינדער, עלטערן, מחותנים, א גיט בילד וואס טיט אראפ לייגן ווער אין די וועלט ער איז, מיט א קלארע בוים ארויף, אראפ, און די זייט, עס וועט פארשפארן א וועלט מיט צייט וואס עס נעמט פאר א שדכן מסביר זיין פון וועים מען רעדט, אה נישט יענער נאר יענעם'ס פיפטע קאזן, ווי אזוי זאגט מיר אמאל א חבר, ער פראבירט מיר מסביר זיין ווער איינער יואלי טייטעלבוים איז, פרעיגט ער מיר קענסט ר' אהרן ט"ב פון קרית יואל, יא זאג איך אים, אה ער איז נישט קיין קרוב מיט וועים איך רעד.

בקיצור, מען קען די איידיע נעמען גאר ווייט, די פראגראם טיט קלאסיפיצירן פערזאנען וואס א שדכן קען זיך שיין מסדר זיין, בעיטן א פילטער, מען זאל מיר פילטערן אלע וויליאמסבורגע סאטמערע, וואס די ווייב גייט א היט, און די מאן איז א ארבייטער, וואס האט שוין כאטש דריי מחותנים, עס איז אין לשער וואס מען קען אלס טיען, מען קען אפילו גלייך זעין וועלכע שידוך איז דומה און וועלכע נישט, למשל א פאפא מיט א הויכע וואס די בחור לערנט און קרית פאפא, וואלט רובה דרובה גענימין א פאפא מיידל נישט א סאטמערע בחור פון קווינס וואס האט שוין דריי איידימער פין קווינס, און א שדכן קען גלייך זעין אז עס מאכט נישט קיין צענט, און ער זאל נישט פארברעינגען א מיניט.

מען קען עפענען אזא דאטע בעיס פאר די עולם אז זיי זאלן קענען אליין שטאדירן די מארקעט, ווייל סתם א מענטש ווי איך וכדומה לי קען נישט די אפציעס אפילו, ער קען נאר זיינע צעין מענטשן מיט וואס ער קומט און בארירינג טעיגליך, און מיט זיי וועט ער זיך בדרך כלל קיין מאל נישט משדך זיין, אבער ווען ער טרעפט אן איינער וואס איז כמעט דומה מיט רוב קאטעגאריע'ס ווי אים, קען ער אליין פלעגן אויף א וועיג איינעם א שדכן אנאנימעסלי זאל ארבייטן דערויף, א שדכן ברויך קענען ווערן באצאלט פאר אנטראגן א שידוך, די סיבטעים קען האלטן א שיינעם חשבון פון שידוכים ווא, זענען אנגעטראגן געווארן, און דורך וועלכע שדכן, און א שדכן ברויך עקספייערן נאך דרייסיג טאג וואס די שידוך האט נישט געשלאגן קיין ווארצלען, ווייל וויפיל מאל האט א שדכן אנגעטראגן א שידוך וואס א אנדערע שדכן האט פינקט אנגעטראגן א יאר ציריק, און ניטאמאל נאכגעפאלגט, אבער אויב וועט א צווייטע שדכן זיך אריין לייגן אינעם שידוך וועט דער ערשטער שדכן טאנצען און זיין בא בטענה, יעדע שידוך וואס מען טראגט דיר אן מיז ווערן דאקעמענטירט אז א אנדערע שדכן זאל קענען וויסן אז עס איז שוין א אנגעטראגענע שידוך, ער מיז נישט וויסן ווער עס האט עס אנגעטראגן, נאר ער מיז וויסן אז די דאמעין גייט עקספייערן און צוויי וואכן, דאן קען ער אנטראגן די שידוך.

א שידוך קען ווערן געטריבן דורך די קאמפיוטער זעלבסט צי שדכנים וואס ווילן זיך אינטערנעמען צי אנטראגן די שידוך, ס'טייטש, למשל די סיסטעים'ס פילטער טיט פארן א שידוך משה מיט יענקל, ווייל עס טיט מעטשן ווי צוויי טראפן וואסער, בערך די סיסטעים פון לינקד אין (ווער ס'פארשטייט פארשטייט), ברויך די שידוך געשיקט ווערן יעדע מאל צי א געליסטע שדכן וואס איז אקטיוו, און ווען איינער נעמט איבער די נאמען דאן האט ער דרייסיג טאג צי מאכן פראגרעס אויפן ענין, ביז עס ווערט א שידוך אדער אויס שידוך ווען די צדדים זענען נישט מסכים.

אזא פראגראם קען גיין גג על גג, די סיסטעים קען אליין אויפאסן ווי איינער זיכט, למשל אויב די סיסטעים זעיט אז איך קיק ציפיל אויפ איין דירעקציע, קען עס אליין מאכן החלטות אז איך גלייך זייער א געוויסע משפחה, און דעריבער אויסגראדען זיינע פילטער'ס צי אינקלודן די משפחה, כאטשיג עס איז נישט דומה מיט געוויסע זאכן, אבער איך גלייך עס פארט, מיינט אפשר איז איך בין גרייט אוועקצוקיקן, אולי ווייל יענער האט עפעס וואס איך גלייך, למשל געלט.

רבותי מען ברויך טיען דערין, עס איז א גרויסע גמילת חסד, ווען א שדכן ווייסט אז ווען ער טרגט אן א שידוך, אז עס מאכט צענט מחמת צעין טעמים, וועט ער צוגיין מיט סך מער חשק, ער וועט גלייך וויסן אז די כלה מיידל הייסט גענוי ווי די מחותנס'טע, און דעריבער נישט אפילו אנטראגן, נישט אויסזעין ווי א חוזק ווען נאך א האלבע שעה מסביר'ן פרעיגט ער ווי אזוי הייסט ס'מיידל, גיטל, אה מיין ווייב הייסט דאך גיטל, עס מאכט זיך דאך אזעלכע נערישע פאנטשער'ס צי אפט, וואס מען קען פארמיידן גאר גרינג.

עס זענען כמעט אייביג פארהאן רייבערייען ביי שידוכים, נאר ציליב דעים וואס מען שמיעסט נישט אויס פאראויס ווי אזוי מען איז זיך נוהג נאכן שידוך, וואס וויל מען אז דער קינד זאל דורך גיין, צי גייט מען געיבן האלב אויף האלב, אה האט איר געוויסט אז דעיס איז זייער א ברייט ווארט, עס איז דא פיל וועיגן ווי אזוי מען טיילט זיך איין האלב אויף האלב, צי גייט מען זיך טיילן אלעס אויף האלב, מוזיק, בדחן בלימען, שטאפיר, אדער האלב אויף האלב, אז צד בכלה נעמט שטאפיר און צד החתן נעמט מוזיק בדחן בלימען, פארוואס זאל מען נישט אויסרעדן די דברים פשוטים, גייט מען מאכן תקנות חתונה, אדער נישט, גייט די כלה באקומען א סיזי אדער א דיימאנט, איז די כלה נישט בארעכטיגט צו וויסן, אלעס פארט גראד, יעדער פאלט אינעם זעלבן פאסקע, די שדכן וויל די שידוך מסיים זיין, יעדער איז שוין אויפן עק, ווייל אלע שכנים ווייסן שוין, די זיידע איז שוין אויפן וועיג, אבער די וויכטיגע זאכן וואס קען גורם זיין אן א שיעור עגמת נפש ווערט נישט פארשמיסט, און עס נעמט נישט לאנג ביז מען הערט ציריק די מחותן איז א חזר, עס איז דא מענטשן מיט קנאקעדיגע בחורים אדער מיידלעך און ווילן דערפאר פון די אנדערע צד, אבער פארפעילן צי פארשטיין אז די אנדערע צד האט אויך א מיינינג, פארוואס זאל דאס נישט איבער גערעדט ווערן מיט א שדכן נאך איידער מען הייבט אן ערענסט רעדן וועלכע סארט סוג מען איז, מען ברויך צי טיילן די סוגים יעדער מאן ברויך זיין און א סוג, למשל אויב איינער איז א סוג א' דאס מיינט ער איז א תקנות מאן, אים גייט קאסטן א חתונה ביליג, דאן דער מחותן האט א אפציע אויך צו זיין א תקנות מאן, אדער מוסף זיין צים עסק בשל עצמו, עס זענען דא וואס ווילן נישט צאלן נאך די חתונה קיין פרוטה, און עס זענען דא וואס זענען גרייט אינטערנעמען האלב רענט פאר א יאר, צוויי יאר, דריי יאר, פינף יאר, עס זענען דא וואס קענען געיבן פינף הינדערט דולר פאר פינף יאר, אבער פארלאנגען די מחותן זאל אויך קעיגן קומען, עס זענען דא גאר בעלי בתים וואס ווילן דער מחותן זאל קויפן א גאנצע הויז, אבער פארפעילן עס דורך צי רעדן צו זעין אויב ער האלט דערביי, צי ער קען בכלל, צי די פיי סמך אפיס העט עס ערלויבן.

מיט א ביסל טעכנעלאגיע קען מען זיך פארשפארן פיל הארץ וויי, ווען מען פילט אויס א בויגן וואס ענטהאלט די אלע דיטאלן און דער שדכן נאך צוויי דריי מאל גיין אהין און ציריק, קומט ארויס קלאר וואס יעדער וויל און מען וועט זיך ווייטער פארשטיין קלאר יעדער איינער זיינע התחייבות'ן.

אבער דעיס איז נאר א פועל יוצא וואס מען קען נהנה זיין פון טעכנעלאגיע, דער עיקר איז די אינפארמאציע שערינג, האבן אקאראטע אינפארמאציע, אנטראגן שנעל און קלאר און דייטליך, וויסן ווער עס איז שדכן, צי איינער האט שוין אנגעטראגן נאך איידער ער טראגט עס אן, ווייל וויפיל מאל מאכט זיך א שידוך וואס יעדע שדכן קלערט עה דעיס האט מען שוין זיכער אנגעטראגן טויעזענט מאל, אבער צים באדויערן האט עס נאך קיין איינער נישט אנגעטראגן, און נאך פילע לייסטונגען וואס אזא סארט פראגראם קען אויפטיען, וואס מיר קענען נאך נישט אפילו היינט חלומען ווען מיר זינען נאך גאר ציריקגעשטאנען און אלע הינזיכטען פון אנטראגן א שידוך ביז נעמען אינפארמאציע, ביז וויסן די התחייבות,

אקעי אראפ נאך איין דאגה פון מיין של ראש.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5

דער אשכול פארמאגט 24 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר