הרב יוסף מזרחי
איז אזא קירוב רב מיט פארשידענע קוריאזע דעות וואס האלט ער ווייסט פונקטליך אלעס וואס טוהט זיך אויף דער הימל און אויף דער ערד און פארוואס מיט אויסגעשפראכענע ווידיאוס איבער פארשידענע נושאים. על כל פנים. לעצטנס האט פעיסבוק פארמאכט זיין פעידזש, וויבאלד ער האט געשריבען קעגן אראבער, און כדרכו האלט ער דאס איז נישט ווייניגער ווי דער שטן אליינס און דער אנטי סעמיטישער צוקערבערג וואס איז לוחם מיט די כוחות הקדושה, ווי ער איז מסביר אויף דער ווידיאו [youtube]http://www.youtube.com/watch?v=4ZiSbFnY_VU[/youtube]
ממילא אי ער מכריז אז ער וועט אליינס עפענען אן אייגענע אידישע פעיסבוק סייט ווי אלעס וועט זיין גענצליך על טהרת הקודש הביגאטרי והקליינקעפיגקייט. דער סייט געפינט זיך דא http://zlaz.net/ און זעהט אויס ווי אן אמעטארוישער קאפי פון אביסעל פעיסבוק גראפיקס מיט פארשידענע צובראכענע זאכען.
דער עולם ווערט געבעטן זיך ווארים אנצורופען און ווייזען ווי אפאר אידען קענען אונטערברענגען די מעכטיגע מאלטי מיליאן דאלארדירע פעיסבוק.
א אידישע פעיסבוק
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
יוי איז ער קיוט! אויב איז נאכנישט דא קיין אשכול וועגן עם וואלט געווען א לייטישע זאך אהער צו ברענגען זיינע זאפטיגע ווידיאו'ס, ווי ער האלט פון זיך עולם ומלואו, משל'ט אויס די עוונות הדור, און די נאיווע פרויען זענען זיך שואל עצה ביים חכם הדור. אויב בין איך מקבל מרות פון סיי וועלכע רב וועט עס זיין אדער עם, אדער זכרי' וואלערשטיין. כ'האב נאכנישט מחליט געווען.
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
פרעגסט גוט כוכב. מסתם גייט עס זיין בהשגחת הרב מזרחי שליט"א. איין זאך זעה איך עס איז דא א מעגליכקייט צו רעפארטען א פאוסט וועגן עס איז "פגיעה דתית".
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
לעיקוואוד: איך ווייס נישט וואס דיין פראבלעם מיט הרב יוסף מזרחי איז. אדער מיט זיין מעטאד פון פארשפרייטן אידישקייט. ער זאגט אייביג זייער תוכנ'דיגע זאכן און ער האט שטארקע נקודות אויף וואס ער שטעלט זיך. די ערגסטע זאך וואס דו קענסט זאגן אויף איהם איז אז ער מיינט צו מאכן געלט. אז ער איז א דורש דמים. ווייס איך אויך נישט ווי ווייט דאס איז ריכטיג. ווייל כ'בין זיכער אז ווען ער וואלט אינוועסטעד אין עפעס א קנאקעדיגן ריעל עסטעיט אדער פובליסיטי דיעל וואלט ער געמאכט א סאך מער געלט פאר די ארבעט וואס ער לייגט (אריין. סק'ען זיין איך בין נאאיוו. (רש"י אין אנהייב פרשת תולדות רעדט שוין פון אט די סארט מענטשן...
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1344
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
- געפינט זיך: אין גלות
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל
אל כבוד הרב @לעיקוואד לגבי דעם װאס ער זאגט אז פעיסבוק איז אנטיסמיטיש גלײב איך נישט כאטש ער זאגט פארװאס ער
האלט אזוי און ער האט פוינט. צװײטענס ער רעדט כסדר כאילו ער װײסט אלעס פון בײדע װעלטן אבער װער נאך רעדט אזוי
פלעין ענד סימפעל װעגן כל מיני ענינים װאס איך קען אסאך אינגעלײט און אפילו בחורים װאס ער עפנט א נײע װעלט װאס מען
האט מיט זײ קײנמאל נישט געלערנט אפשר אביסל מרמז געװען אבער נישט גערעדט אפענהײט וד׳ל.
איך פערזענליך בין זײער נתפעל געװארן פון איהם װען מײן װײב האט מיר עפעס נאך געזאגט װאס ער האט געזאגט בײ זײן
שיעור. בקיצור איך האב עפעס געזאגט און זי האט איהם איבער געזאגט אויף פעיסבוק. אנשטאט איגנארירן אדער עס אװעק
מאכן האט ער גענטפערט װי א מענטש עפעס װאס קײן אײן רבי אדער ראש ישיבה (כמעט) טוט נישט. נו אװדאי פאר אײנע
װאס קען לערנען און איז צו ג–ט אין צו לײט מיט ידיעות אין װיסנשאפט מיט נאך צו איהם רעדט ער דאך נישט. אװעק צו מאכן
אײנע װאס האט שוין פיל אויף געטוהן איז נישט קײן קונץ.

.And they lived happily ever after
באבע מעשיות
באבע מעשיות