מיין רויע שטיקל בשר
- אפטעמיסט
- חבר ותיק
- הודעות: 2352
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
- געפינט זיך: אין מאחורי
- האט שוין געלייקט: 2515 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל
מיין רויע שטיקל בשר
[justify]אנגעהויבן האט זיך עס א קנאפע וואך נאך די שבע ברכות ווען מיין נייע, קוים-געווארענע ווייב'ל האט מיר געמאלדן מיט עקסטאז אז צוליב אירע מורא'דיגע קוואליפיקאציעס אין תחום פון קאכן, גיימער עסן נאכטמאל אינדערהיים אנשטאט גיין צום שוויגער ווי געווענליך. כ'האב גראדע הנאה געהאט פונעם פלאן ווייל נאך ביי די אינפארמאציע איידער'ן שליסן שידוך האב איך געהערט פון די חבר'טעס ווי גוט זי קאכט און באקט. דאס איז אין פאקט אפיציעל געוועהן איינע פון אירע גרעסטע מעלות, עכ"פ אזוי האב איך געמיינט.
ס'ליגט מיר נאך אין קאפ ווי כ'בין ארומגעגאנגען מיט איר אין געשעפט איינקויפן די אינגרידיענס.
שוין אין גראסערי האב איך געכאפט אז כ'בין אין פעקל. זי האט אנגעהויבן אראפנעמען פון שאפע די מאדנע'סטע סחורה, דברים אשר לא שערום אבותינו. איך, ווי א וואויל אינגל , האב פארשטייט זיך גארנישט געזאגט נאר מיט געשמייכלט און געקראכט קארני וויצן ווי ס'פארלאנגט זיך פון א קוים פארהייראטער אכצען-יעריגר חסיד.
אנקומענדיג אהיים האב איך געהאלפן גרייטן דעם טיש און געצינדען ראמאנטישע קאלירטע ליכט. כ'האב צוגעגרייט די געשיר בשעת וואס איך הער חלילה נישט אויף מאכן די שנה ראשונה-סטיל וויצען (יוי, דו דארפסט ארבעטן אין א קעיטירינג... #חחחח; כ'האב געוויסט כ'באקום א מאדעל אבער א קעכער אויך?! #חחחח).
מחמת חוסר הפנאי קען איך נישט מאריך זיין אבער וואס איז געשעהן איז אז בשעת'ן אריינבייסן אינעם טשיקן באדדעם האב איך געכאפט אז כ'בין מעססט אפ פור לייף. אויסער דעם וואס ס'איז נישט געוועהן אין מויל אריינצונעמען, טריקן און טעם-לאז, איז עס נישט מער געדאכט געוועהן רוי. כ'האב פרובירט מיין בעסטע צאמצוקלויבן מיינע מחשבות, און ווי א גוסס אויפ'ן טויט בעט האב איך אנגעהויבן באוואשן מיין יענצל מיט קאמפלימענטס.
כ'האב אנגעהויבן מספיד זיין דעם שטיקל מאכל בן דרסאי ווי א מומחה, ווי גוט ס'איז און וואספארא גוטע קעכער'טע זי איז. אבער דאן האב איך געמאכט א פאטאלע טעות וואס טראגט נאך קאנסיקווענצן עד עצם היום הזה. מיין פרוי, ברוב פקחתה, גיבט מיר א זאג "סאו כ'זע דו האסט עס נישט ליעב צו פארברענט", אויף וואס איך, ווי א חולה מסוכן, האב רעאגירט "יא".
מער האב איך נישט געדארפט און מיין לעבן איז רואנירט געווארן.
מענטשן פרעגן מיר אפט "אפטע, גייסט מיר זאגן זי מאכט יעדן איינציגסטן טאג רויע סחורה?!" און די תירוץ שאקירט אפילו ערשט-קלאסיגע טערעפיסטן. "יא מיין קינד, י-ע-ד-ן א-י-י-צ-י-ג-ס-ט-ן טאג. טאג איין טאג אויס.
החיים והמוות ביד הלשון. זייט יענער גורל'דיגער טאג זענע שוין פאריבער א שיינע פאר יאר, און פון די פילע צרות בין איך שוין כמעט ווייס געווארן. אבער די אלע צרות זענען גארנישט קעגן דארפן צוקומען צו גריל אן לי יעדעס מאל איך דארף עפעס צלי ומבושל.
לייף איז ע מעסס, אבער אזא מעסס צו זיין???[/justify]

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
יואב האט געשריבן:״בשר״ אלס טשיקן באדעמס? דאס איז א מדריגה אין אכילה.
נאך א מדריגה אין אכילה. ער (אפטעמיסט) עסט שוין יארן (כפי הודאת בעל דין בעצמו), רוי פלייש. און ער קאמפלעינט נישט, (חוץ, שטייצעך אויף קאווע שטיבל.). ממש אזא מדריגה, אז מ'דארף עס צו שרייבן אין פלא יועץ (אות אכילה) אדער גאר אין צעטל קטן פון הרה"ק ר' ר' אלימלך פון ליזשענסק. נאך א מזל דער אייבישטער האט באשאפן "גרילל אן ליע". בהשגחה פרטית...

-
- היימישער באניצער
- הודעות: 476
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
- האט שוין געלייקט: 747 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל
אפטעמי, כ'ווער נתפעל פון דיין איידעלקייט, טראץ וואס איך בין אויכעט גאר איידעל [נישט אויסגערעדט זיין, נישט היינט געדאכט] האב איך געזאגט פאר מיין קעכערטע/דיש וואשער/ וועשערקע - ווייב בלע"ז נאך צוויי דריי וואכען פון אפלעשן דעם פלאם פריצייטיג, איבערלאזענדיג כזיתים ראבער אין די פלייש, אז אפילו כ'בין גאר געזונט ווי צוויי בעלגישע פערד, דאך האב איך א הייקעלע מאגען, און אויב ס'מעגליך צו אווער-קוקען די פלייש, מאכען עס איבערגעקאכט, זי האט מיך געפרעגט אפאר מאל צו ס'שוין גענוג, נישט צופיל, נישט צו ווייניג, והועיל!

- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

ווילסט לאכן פון מיינע צרות, גאו אהעד. דא האסטו די מעשה איבער מיין ערשטע נאכטמאל: (די מעשה איז %100 אמת, נעמען געהיטן אין מערכת)
איך קום אהיים, טאקע אויך אין שנה ראשונה, צום ערשטן סאפער. די מאגן האטס זיך מיר געדרייט פון עקסייטמענט. וואס הייסט, איך ווער שוין א גרויסע טאטע, ס'ווארט "מיר" די צארטע וואוילע כולל טשאטקע, א נאכטמעל איינס-אין-די-וועלט. און כולל האב איך זעכער געמאכט נישט צו טרינקן קאווע נאכמיטאג, נאכדעם וואס איך בין געווארן אנגעזאגט בבל יראה אז ס'קומט א וועטשערע פון גן עדן. איך גיי אהיים מיט שטאלצע טריט.. איך קלונג די בעלל און אהההה, ס'שמעקט א מחי.. איין מינוט, ס'שמעקט פון פאברענט. אההה, אפשר מאכט זי די בארביקיו גרילד טשיקען, וואס מיין מאמע פלעגט מאכן איינמאל א יאר...
איך פראל אויף די טיר, און א היץ שטורעם זעצט מיר אראפ די האלז, און ארויף די נאז. איך זעה מיין ווייב אביסל ארויפצוי צווישן א נעפל און א הארד פלעיס. זי איז בלאס ווי א מצורע אויפן ערשטן. כ'האב נאך געזעהן ווי די לעצטע פייער צינגען לעקן אפ די טאפ פון מיין אויסגעבעטענע סאפער. די פלייש אין טאפ איז געווארן בשרו כגופו. מ'האט געדארפט א זעג ארויסצושניידן די פלייש פונעם טאפ. אפילו מיינע ידיעות אין מס' זבחים זענען געווען מאכטלאז אנקעגן דעם קרבן עולה ויורד.
בקיצור אויפן ערשטן נאכטמאל האמיר געגעסן טונא סענדוועיטשעס מיט פיקל, געווייקט און טרערן.

אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2594
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
- האט שוין געלייקט: 4455 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל
מיין ערשטע פרישטאג איז באשטאנען פון פארפרוירענע ברויט. איך זאג נישט קיין ליגנט, הארטע פארפרוירענע ברויט פון פריזער, מיט עטליכע דיפס פון טוב-טעם.
מיין אידענע האט נישט געהאט די פשוט'ע אנונג פון לייגן די ברויט אין א טאוסטער.
היינט מאכט זי ב"ה קעניגליכע סעודות. קיינמאל אויפגעבן, עס איז אלעמאל דא האפענונג, פאר א בעסערער צוקונפט.

- ידיד השטיבל
- הודעות: 298
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 2:17 pm
- האט שוין געלייקט: 393 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 558 מאל
איך שעם זיך ממש, איך קען נישט גלייבן אז ס'איז נאך דא דא חברים וואס שפירן א טעם אין עסן, האלב געקאכט, גאנץ געקאכט, גוט און נישט גוט, מ'עסט ווייל מ'דארף האבן כח צו עבודת הבורא, מ'עסט וואס איז דא, צי מ'איז טועם א שטיקעלע סושי, רוי נישט רוי, מ'נעמט אריין א שטיקעלע קארן ביעף, א געבראטענע סטעיקעלע, מילא א פלאנקעלע אין די טשולנט ליל שישי, אז ס'איז דא נאר גרילד טשיקן, עסט מען א גרילד טשיקן, ווען ס'פעלט זיך אויס א שטיקעלע ווי רופט מען דאס? פיצא, יא, וויאזוי ס'איז איז עס, יא געקאכט נישט געקאכט, אזוי געקאכט צי אזוי געקאכט, אוי וויי, בושנו..
Q X Y z 9 B הוכח שאינך רובוט
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
כוכב האט געשריבן:מיין ערשטע פרישטאג איז באשטאנען פון פארפרוירענע ברויט. איך זאג נישט קיין ליגנט, הארטע פארפרוירענע ברויט פון פריזער, מיט עטליכע דיפס פון טוב-טעם.
מיין אידענע האט נישט געהאט די פשוט'ע אנונג פון לייגן די ברויט אין א טאוסטער.
היינט מאכט זי ב"ה קעניגליכע סעודות. קיינמאל אויפגעבן, עס איז אלעמאל דא האפענונג, פאר א בעסערער צוקונפט.
כוכב: נאך א מזל דו האסט דיך נישט גע'גט, ח"ו. איך ווייס נישט. איך האף אזוי. ווייל ווען די גמ' (אין סוף מס' גיטין) רעכנט אויס די סיבות פאר וואס מ'מעיג זיך גט'ן, רעכנט די גמ' אויס אויך "אפילו הקדיחה תבשילו". אבער ס'שטייט נישט דארט אז מ'באקומט פארפרוירענע ברויט מעיג מען זיך גט'ן. ווייל ס' איז נאך דאמאלס נישט געוועין קיין פריזער'ס. טאוסטער'ס אויכעט נישט...

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
קפנדריא האט געשריבן:איך שעם זיך ממש, איך קען נישט גלייבן אז ס'איז נאך דא דא חברים וואס שפירן א טעם אין עסן, האלב געקאכט, גאנץ געקאכט, גוט און נישט גוט, מ'עסט ווייל מ'דארף האבן כח צו עבודת הבורא, מ'עסט וואס איז דא, צי מ'איז טועם א שטיקעלע סושי, רוי נישט רוי, מ'נעמט אריין א שטיקעלע קארן ביעף, א געבראטענע סטעיקעלע, מילא א פלאנקעלע אין די טשולנט ליל שישי, אז ס'איז דא נאר גרילד טשיקן, עסט מען א גרילד טשיקן, ווען ס'פעלט זיך אויס א שטיקעלע ווי רופט מען דאס? פיצא, יא, וויאזוי ס'איז איז עס, יא געקאכט נישט געקאכט, אזוי געקאכט צי אזוי געקאכט, אוי וויי, בושנו..
דו זאגסט כאטש דעים יהי רצון?! הריני אוכל למצות בוראי, ולא להנאת גופי.
ס'דא א באקאנטע מעשה'לע. (איך מיין איך האב עס שוין פארציילט לכה"פ דריי מאל דא אויף קאווע שטיבל). ס'געוועין א איד א גרויסער עושר און א ת"ח, וואס מ'האט עים געכאפט עסן א פעטן סטעיק אין די ניין טעיג. ווען מ'האט עים געפרעיגט, "היתכן, דו עסט פלייש" האט ער געענטפערט. "עטץ דארפטץ פארשטיין. איך בין זייער א קארגער. און א יעדעס שטיקל פלייש איז אן עינוי פאר מיר". האט מען עים געפרעיגט. אויב אזוי, טרינק שוין כאטש צו א גלעיזל וויין אויך. אויף דעים האט ער געענטפערט. "אינגאנצן הרג'נען בין איך מיך נישט מחוייב"...