פארוואס מיר זענען פרומע יודען???
- ואימא איפכא
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 16
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:23 pm
- געפינט זיך: דא אין מאנסי
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
פארוואס מיר זענען פרומע יודען???
לכבוד די חשובע ציבור. איך וויל אויפברענגען א נושא וואס איז שוין געווארן אויסגעדראשען אין ארץ ישראל, במשך די לעצטע פאר יאר, די נושא פון ידען, און זיינע געמיינלאזע קונטרסים. לאמיר זאגן אז מקען אויפווייזען אז אידישקייט איז ח"ו אויפגעמאכט, לי יהאי מ'קען עס אויפווייזען טויזענט פראצענט, ממש בלי ספק, וואס וואלטן מיר געטון?? וואס? יעצט אויב דער ענפער איז "סטאטוס קווא", עולם כמנהגו נוהג,דאן איז עס א געוואלדיגע מעלה און א ריזען פלאס, וויל דאס מיינט אז מיר האבן באמת הנאה פון די היימישע קאלטאר! סאיז אינס אזוי גוט, נו וואס קען זיין בעסער וואו אמת'ע עולם הזה?! און אויב די ענפער איז געענדיגט, רבנים גייען אויפגעבען זייער זשאב וכו', [זיי גייען ווערן גוי'עשע סעלעבס..], געענדיגט מוט די תורה ה"י ח"ו, [וואס לדעתי איז לגמרי נישט אמת, ווער פונקטליך גייט פארמאכן זיין שטובל?] דאן האבן די כופרים א טענה, ניין? אבער די אמת איז אז ווער איז גרייט צו זאגן "איך בין א לאזער" מהאט געהרגעט 6 מיליון, אלע יארן געווען קנעכט, וכו' וכו', אין גארנישט? איך קען נישט א נארמאלע מענטש וואס איז גרייט צו זיין א גרויסע גראבע לאזער! ממילא איז לכאורה נישטא וואס זיך צו מווכח זיין איבער יהדות. ווער באמת גייט אן וואס איז דו אמת? מיר זענען יודען פארטיג. געענדיגט. כ'מיין וואס? וואו קומט אריין צו סאיז אמת?
ואימא איפכא? מה ראית? מנא הני מילי? ואמאי? ומנא תימרא? מתקיף לה.
- ואימא איפכא
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 16
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:23 pm
- געפינט זיך: דא אין מאנסי
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
איך וויל וויסען ליציור מוויזט אינס אויף אז אידישקייט איז פאלטש 100% בלי ספק וואס וואלטן מיר געטון [רוב הציבור]. 1# לדעתי גארנישט. 2# אויב אזוי וואס וויל "ידען" מוט זיינע ראיות. 3# לדעתי איז עס ריכטיג, בדווקא נישט צו וועלן ווערן אויפגעוויזען. 4# לדעתי אויב אידישקייט איז פאלטש איז עס אזא ריזען טראגעדיע וואס מיר זוכען להדיא נישט! 4# איז דא א מקום צו באמת זיכען דער אמת? לדעתי ניין. מסקנא: 5# די סיבה פארוואס מיר זענען פרומע יודען : "א בארעכטיגטע סטטאטוס קווא".
ואימא איפכא? מה ראית? מנא הני מילי? ואמאי? ומנא תימרא? מתקיף לה.
- ואימא איפכא
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 16
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:23 pm
- געפינט זיך: דא אין מאנסי
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
לפענ"ד טענה'ט דער פותח האשכול, ר' ואימא איפכא (בעסער געזאגט. איפכא מסתברא.) אז אפילו ס'זאלל קומען איינער און אויפווייזן (דאס וועט געשעהן נאכדעים וואס די זון וועט אויפגיין אויף מערב און אונטערגיין אויף מזרח. אפשר אין א 30 ביליאן יאר ארום) אז די אידישע רעליגיע און די תורה, ח"ו זענען אויפגעמאכט, וועט ער אויך נישט טוישן. ווייל ס'איז עהם גרינגער ווייטער צו פארן מיט אלע צערעמאניעס, פון אידישקייט, וואס ער טוט במילא אן כונה. ער עסט מצה, ווייל ס'גוט פאר א דייעט. (פאר די ציין, אדער פאר'ן דענטיסט איז עס זיכער גוט.). ער עסט טשיעז קרעפלעך אין שבועות ווייל ס'איז דעלישעס. ער גייט תשעה באב מיט סניקערס ווייל ער וויל געיבן פרנסה פאר נייקי. אויכעט פאסט ער תשעה באב, ווייל אין זיין ביהמ"ד איז דא זייער גוטע אויספאסטן קעיק מיט אראנדזש דזשוס אום מוצאי תשעה באב. די אלד גרענד דעד בראנפן וואס מ'טרינקט מוצאי ט"ב האט אויכעט א ספעציעלן טעם. ער שטייט אויף צו סליחות ווייל מ'מוז ערגעץ ארויסגעיבן די גילטי פיעלינגס אויף דעים וואס מ'האט אנגעשטעלט א גאנצן זומער. ער הערט תקיעת שופר ווייל ער האט ליעב צו זעהן ווי דער בעל תוקע מוטשעט זיך ארויסצוברענגען עפעס א נארמאלע תקיעה און ס'גייט נישט. ער טוישט שופרות, און ס'גייט נאכאלץ נישט. ער גייט צו כפרות שלאגן ווייל ער האט א גרויס'ן תענוג צו זעהן וויאזוי זיין ווייב און זיינע טעכטער האבן אזוי שטארק מורא פון די כפרות און מאכן נאך שטערקערע קולות פון די טשיקנס אליין. ער קויפט אן אתרוג און א לולב ווייל דאס געט עיהם א טשענס צו שטיין אויף די דרייצנטע עוועניו, לעיבן שומר שבת און קוקן מיט א מעגניפייאינג גלעס אויפ'ן אתרוג. ער ווייסט אליינס נישט וואס ער קוקט אדער דארף צו זעהן. אבער ער זעהט יענער קוקט וויל ער אויך קוקן. אויך דעם ערשטן טאג סוכות קען ער נעמען די זילבערנע אתרוג פושקע וואס ר'האט באקומען א מתנה אלס חתן מיט זיין נאמען אויסגעקריצט, און זיך בארימען אז זיין אתרוג איז די שענסטע און ריינסטע. (ער דערציילט נישט אז ער האט ערב יו"ט ביינאכט גענימען א ביסל ווינדעקס ספרעי מיט א שמאטע'לע און "אפ געקליענט" דעם אתרוג.) . אויך וויל ער באווייזן די שיינע מחזורים מיט זיין נאמען איינגעקריצט וואס ער האט באקומען א מתנה פון די (געוועזענע) כלה. חנוכה איז א יו"ט וואס ער האט זייער שטארק ליעב (פון כ"א כסלו רעדט מען נישט, ווייל דאמאלס איז דאך דא די דאפלטע שמחה פון די דינער'ס אין די ארמארי'ס) ווייל מ'קען באווייזן די הערליכע שיינע מנורה וואס ר'האט באקומען פון זיין (געוועזענעם?) שווער. און די דאונאטס און לאטקעס וואס מ'עסט חנוכה (פארוואס, ווייסט ער נישט.) האבן אויכעט זייער א גוטן טעם. א גוי ווייסט נישט פון אזעלכע תענוגים. נאכדעים קומט דאך פורים. האט ער א גוטן תירוץ פארוואס אנצוהענגען אלע לעלאס און לעמפעלעך אויף זיין קאר, אן דעים וואס מ'זאלל זאגן אז ער איז א גרויסע בעיבי. און שיכור'ן עד דלא ידע איז אויך א גוטע זאך א גוי קען נישט זאגן אז ווען ער שיכור'ט איז ער מקיים א מצוה. און נאכדעים קומט דאך נאכאמאל פסח,.וחוזר חלילה...
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
די תירוץ איז פשוט.
עס איז דא פלענטי אידען וואס האלטען אז די זאך איז אויפגעמאכט, און זיי היטען דאך אלע מצות.
ווידער אנדערע איז דא וואס גייען אוועק.
אסאך טענה'ן אז זעלטען זענען דא אזעלכע וואס גייען אוועק צוליב אמונה, עס איז צוליב אנדערע סיבות עפ"י רוב.

א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
- ואימא איפכא
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 16
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:23 pm
- געפינט זיך: דא אין מאנסי
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
תוסף הסברה
איך וויל מיך אנטשולדיגן פאר נישט קלאר ארויסברענגען וואס איך וויל. : אין א"י איז דא א באקאנטע כופר מוטן נאמען ידען וואס טענהט אז ער קען אפ פרעגן אידישקייט ברור כשמש , עפרא לפימיה ביג-טיים , די רבנים מוטשענען זיך שטארק אפצופרעגן זיינע זונלאזע שטותים.. וואס איך פארשטיי נישט [ מוט מיין נארישע איפכא'דיגע מהלך המחשבה] : איך כאפ נישט די נושא, באמת, איז בכלל געווען ביי אינס א מו"מ צו אידישקייט איז אמת? סאיז נישטא בכלל אין דעם קיין שמוס, נישט וואו ענק מיינען [נאאיווע מענטשען וואס קוקען נישט אויפן געמיינלאזע מציאות], אז די סיבה איז - אמונה פשוטה, אדער אמונה טהורה וכו', נאר די אמת אמת איז אז "סאיז נישט קיין אקטיווע נושא" , "סאיז נישמ נוגע אויף למעשה" , "סאיז א טעארעטישע שמועס" . ממילא זאג איך פאר ידען מוט זיינע מענטשען חבר'ע עזוב לאז אפ, מיר יודען זענען בכלל נישט אינטראסירט אין אייערע שמוס , מיר גייט נישט אן : יא אמת נישט אמת , סאיז נישט "נוגע" , א נארישע וויכוח , פארוואס זענען די רבנים פארנימען מוט אלטע שטותים ? מיר לעבן נישט אין די 1800 וואס סאיז אפשר געווען א נושא ! רבנים! סאיז דאך 2014 ! געניג געווען מוט דער נארישע וויכוחים ! אידישקייט איז א פאקט. נקודה.
ואימא איפכא? מה ראית? מנא הני מילי? ואמאי? ומנא תימרא? מתקיף לה.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 51
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 20, 2013 6:25 pm
- האט שוין געלייקט: 92 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל
איך פארשטיי נישט וואס די שרייבסט. אויב וואלט געלאפן אין דער בלאט און אין דער איד ארטיקלען פון ירון יעדן פאר א פאר יאר, וואלטן נישט די בתי מדרשים געווען היפש ליידיגער?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום רויטע וואנצעס, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
סיבה: ס'איז דא א "באריכט" קנעפל
סיבה: ס'איז דא א "באריכט" קנעפל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 954
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
- האט שוין געלייקט: 1457 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל
ירון אליינס האט דאך עפעס געטוהן, משמע אז עס איז יא נוגע.
[tag]ואימא איפכא[/tag], עס הערט זיך פון דיינע דיבורים, אז דו קוקסט אן ווי כאילו גאנץ כלל ישראל איז געקנאטן פון איין טייג, רבנים מיט שטיבלעך, וואס עסן פשערווארסקער לאקשן קוגל מיט זעקס-סלייסעסד שווארצע קאפלעך, סא, דו זעהסט ווי כאילו ירון ידען רעדט צו זלמן לייב פילאפ, און ער פאדערט פון איהם, ער זאל אויסרופן: רבותי! טעות גדול טעיתי!!! נישטא מער קיין רעביזכעסעגעליינע, נישטא מער קיין טריפה׳נע אינטערנעט, נישטא מער קיין ציונות, אלעס איז איין גרויסע טעות.
למעשה, אבער נישט דאס איז דער נושא, דער נושא איז פאר יעדער אינדיווידואלער מענטש, זאל זיך מאכן א חשבון אויף וואס זיין אמונות זענען געבויעט. (די צווייטע וועלט מלחמה קומט דא בכלל נישט אריין, ווייל קיינער רעדט נישט וועגן דאס אידישע פאלק, מ׳רעדט דא וועגן די אידישע רעליגיע, און מער ספעציפיש די ארטאדאקסישע אפטייטש דערין, און נאך מער די חרדישע מהלך, כמובן).

אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
- מבקר
- היימישער באניצער
- הודעות: 355
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 21, 2014 4:49 pm
- האט שוין געלייקט: 548 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל
יוסף מ האט געשריבן:מבקר, עס איז נישט אויסגעהאלטן אחריות'דיג צי לינקען צי כפירה סייטס.
דא איז א באזינדערע אשכול פאר אזעלכע תגובות, ביטע זיך האלטן צום ענין!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
ואס טיט א חוזר בתשובה וואס זיין אידישקייט באשטייט נישט פין סטאטאס קווא - אין ער האט באצאלט א פרייז, און באצאלט נאך אלץ א פרייז פאר זיין אן ערליכע איד?
וואס טיט דער עטיעסעט ווען ער כאפט אז תורת אוועליצאיע מאכט נישט קיין סענס. און ער איז איבערצייגט אז תורה איז מסיני?
1) ער קויפט א לאנגע וואלענע ציצות
2) ער פאנגט אן צי זיכען וועב-סייטס וואס לייגען אים ציריק אריין ספיקות
3) ער בלייבט ביים סטאטוס קווא

I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel