מיין רויע שטיקל בשר

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

מיין רויע שטיקל בשר

שליחה דורך אפטעמיסט »

[justify]אנגעהויבן האט זיך עס א קנאפע וואך נאך די שבע ברכות ווען מיין נייע, קוים-געווארענע ווייב'ל האט מיר געמאלדן מיט עקסטאז אז צוליב אירע מורא'דיגע קוואליפיקאציעס אין תחום פון קאכן, גיימער עסן נאכטמאל אינדערהיים אנשטאט גיין צום שוויגער ווי געווענליך. כ'האב גראדע הנאה געהאט פונעם פלאן ווייל נאך ביי די אינפארמאציע איידער'ן שליסן שידוך האב איך געהערט פון די חבר'טעס ווי גוט זי קאכט און באקט. דאס איז אין פאקט אפיציעל געוועהן איינע פון אירע גרעסטע מעלות, עכ"פ אזוי האב איך געמיינט.

ס'ליגט מיר נאך אין קאפ ווי כ'בין ארומגעגאנגען מיט איר אין געשעפט איינקויפן די אינגרידיענס.
שוין אין גראסערי האב איך געכאפט אז כ'בין אין פעקל. זי האט אנגעהויבן אראפנעמען פון שאפע די מאדנע'סטע סחורה, דברים אשר לא שערום אבותינו. איך, ווי א וואויל אינגל , האב פארשטייט זיך גארנישט געזאגט נאר מיט געשמייכלט און געקראכט קארני וויצן ווי ס'פארלאנגט זיך פון א קוים פארהייראטער אכצען-יעריגר חסיד.

אנקומענדיג אהיים האב איך געהאלפן גרייטן דעם טיש און געצינדען ראמאנטישע קאלירטע ליכט. כ'האב צוגעגרייט די געשיר בשעת וואס איך הער חלילה נישט אויף מאכן די שנה ראשונה-סטיל וויצען (יוי, דו דארפסט ארבעטן אין א קעיטירינג... #חחחח; כ'האב געוויסט כ'באקום א מאדעל אבער א קעכער אויך?! #חחחח).
מחמת חוסר הפנאי קען איך נישט מאריך זיין אבער וואס איז געשעהן איז אז בשעת'ן אריינבייסן אינעם טשיקן באדדעם האב איך געכאפט אז כ'בין מעססט אפ פור לייף. אויסער דעם וואס ס'איז נישט געוועהן אין מויל אריינצונעמען, טריקן און טעם-לאז, איז עס נישט מער געדאכט געוועהן רוי. כ'האב פרובירט מיין בעסטע צאמצוקלויבן מיינע מחשבות, און ווי א גוסס אויפ'ן טויט בעט האב איך אנגעהויבן באוואשן מיין יענצל מיט קאמפלימענטס.
כ'האב אנגעהויבן מספיד זיין דעם שטיקל מאכל בן דרסאי ווי א מומחה, ווי גוט ס'איז און וואספארא גוטע קעכער'טע זי איז. אבער דאן האב איך געמאכט א פאטאלע טעות וואס טראגט נאך קאנסיקווענצן עד עצם היום הזה. מיין פרוי, ברוב פקחתה, גיבט מיר א זאג "סאו כ'זע דו האסט עס נישט ליעב צו פארברענט", אויף וואס איך, ווי א חולה מסוכן, האב רעאגירט "יא".

מער האב איך נישט געדארפט און מיין לעבן איז רואנירט געווארן.

מענטשן פרעגן מיר אפט "אפטע, גייסט מיר זאגן זי מאכט יעדן איינציגסטן טאג רויע סחורה?!" און די תירוץ שאקירט אפילו ערשט-קלאסיגע טערעפיסטן. "יא מיין קינד, י-ע-ד-ן א-י-י-צ-י-ג-ס-ט-ן טאג. טאג איין טאג אויס.

החיים והמוות ביד הלשון. זייט יענער גורל'דיגער טאג זענע שוין פאריבער א שיינע פאר יאר, און פון די פילע צרות בין איך שוין כמעט ווייס געווארן. אבער די אלע צרות זענען גארנישט קעגן דארפן צוקומען צו גריל אן לי יעדעס מאל איך דארף עפעס צלי ומבושל.

לייף איז ע מעסס, אבער אזא מעסס צו זיין???[/justify]
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

״בשר״ אלס טשיקן באדעמס? דאס איז א מדריגה אין אכילה.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יואב האט געשריבן:״בשר״ אלס טשיקן באדעמס? דאס איז א מדריגה אין אכילה.

נאך א מדריגה אין אכילה. ער (אפטעמיסט) עסט שוין יארן (כפי הודאת בעל דין בעצמו), רוי פלייש. און ער קאמפלעינט נישט, (חוץ, שטייצעך אויף קאווע שטיבל.). ממש אזא מדריגה, אז מ'דארף עס צו שרייבן אין פלא יועץ (אות אכילה) אדער גאר אין צעטל קטן פון הרה"ק ר' ר' אלימלך פון ליזשענסק. נאך א מזל דער אייבישטער האט באשאפן "גרילל אן ליע". בהשגחה פרטית... :? 8-) :lol: :lol: :lol: :roll: :lol: :roll: :x :P :oops: ;) :o
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

און אזוי האט זיך סושי אנגעהויבן...
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 747 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 564 מאל

שליחה דורך Kool man »

אפטעמי, כ'ווער נתפעל פון דיין איידעלקייט, טראץ וואס איך בין אויכעט גאר איידעל [נישט אויסגערעדט זיין, נישט היינט געדאכט] האב איך געזאגט פאר מיין קעכערטע/דיש וואשער/ וועשערקע - ווייב בלע"ז נאך צוויי דריי וואכען פון אפלעשן דעם פלאם פריצייטיג, איבערלאזענדיג כזיתים ראבער אין די פלייש, אז אפילו כ'בין גאר געזונט ווי צוויי בעלגישע פערד, דאך האב איך א הייקעלע מאגען, און אויב ס'מעגליך צו אווער-קוקען די פלייש, מאכען עס איבערגעקאכט, זי האט מיך געפרעגט אפאר מאל צו ס'שוין גענוג, נישט צופיל, נישט צו ווייניג, והועיל!
:P
באניצער אוואטאר
חסיד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 401
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 24, 2014 5:13 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל

שליחה דורך חסיד »

דער עצה צום פארלעגנהייט איז, כ'האב עס טאקע ליב רוי, אבער נישט נאכצוגעבן אלע תאוות זיי אזוי גוט און קאך עס באק עס אויס דורך און דורך, אדער כ'בין נישט קיין פלייש עסער און היות ס'איז דעלישעס, נעם דיר מיינס אויכעט כ'ווייס אז האסט שווער געארבעט היינט!
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

אזעלכע שלום בית פראבלעמען צו אנמאכן? דו מיינסט אז זי האט עס יא ליב אזוי? זי קען עס קוים אין מויל אריינעמען! זי מאכט עס נאר פאר איר געטרייע מאן ווייל ער האט עס ליב אזוי, און זי וועט בלית ברירה מיט עסן און זאגן wow דו האסט א גוטע טעיסט...
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
אויליגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 149
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 08, 2014 3:08 am
האט שוין געלייקט: 88 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

שליחה דורך אויליגער »

זאג איר ווי שטארק די האסט עס ליב. אבער די ווילסט אמאל טעיסטען א גוט שטיקעל well done נאכדעם זאג איר אז די האסט עס נאך מער ליעב ווי האלב געבראטען (ווי די רבי האט געטיישא אל תאכלנו נא = האלב געבראטען)
לייקען לייקען איז א גוטע זאך ענטפערן א תגובה איז א בעסערע זאך
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

[tag]אפטעמיסט[/tag] #חחחחח ס'איז געוואלדיג! טרערן רינען פון מיינע אויגן. איין אויג פון וויינען, די צווייטע פון לאכן.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

וויינען מילא, פארוואס אבער לאכן?
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

די שנה ראשונה-סטיל וויצען.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

ווילסט איך זאל לאכן פון דיינע פראבלעמס? נאט נייס, וואנצעס.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

א שאד האסט עס נישט געלייגט אין אחיעזר, אויב יא וואלט איך פארשטאנען אז דו ווילסט אונזער הילף, און איך וואלט דיר געשיקט א גיפט קארד פאר גריל אן לי, פאר דיין בירטהדעי, סעפטעמעבער דעם צוויי און צוואנציגסטן.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

ווילסט לאכן פון מיינע צרות, גאו אהעד. דא האסטו די מעשה איבער מיין ערשטע נאכטמאל: (די מעשה איז %100 אמת, נעמען געהיטן אין מערכת)

איך קום אהיים, טאקע אויך אין שנה ראשונה, צום ערשטן סאפער. די מאגן האטס זיך מיר געדרייט פון עקסייטמענט. וואס הייסט, איך ווער שוין א גרויסע טאטע, ס'ווארט "מיר" די צארטע וואוילע כולל טשאטקע, א נאכטמעל איינס-אין-די-וועלט. און כולל האב איך זעכער געמאכט נישט צו טרינקן קאווע נאכמיטאג, נאכדעם וואס איך בין געווארן אנגעזאגט בבל יראה אז ס'קומט א וועטשערע פון גן עדן. איך גיי אהיים מיט שטאלצע טריט.. איך קלונג די בעלל און אהההה, ס'שמעקט א מחי.. איין מינוט, ס'שמעקט פון פאברענט. אההה, אפשר מאכט זי די בארביקיו גרילד טשיקען, וואס מיין מאמע פלעגט מאכן איינמאל א יאר...

איך פראל אויף די טיר, און א היץ שטורעם זעצט מיר אראפ די האלז, און ארויף די נאז. איך זעה מיין ווייב אביסל ארויפצוי צווישן א נעפל און א הארד פלעיס. זי איז בלאס ווי א מצורע אויפן ערשטן. כ'האב נאך געזעהן ווי די לעצטע פייער צינגען לעקן אפ די טאפ פון מיין אויסגעבעטענע סאפער. די פלייש אין טאפ איז געווארן בשרו כגופו. מ'האט געדארפט א זעג ארויסצושניידן די פלייש פונעם טאפ. אפילו מיינע ידיעות אין מס' זבחים זענען געווען מאכטלאז אנקעגן דעם קרבן עולה ויורד.

בקיצור אויפן ערשטן נאכטמאל האמיר געגעסן טונא סענדוועיטשעס מיט פיקל, געווייקט און טרערן.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ר' אפטעמיסט: די מעשה'לע איז זייער שיין און ס'וואלט געקענט זיין אמת. ביז צו די טרערן. ווייל איך האב נאך קיינמאל נישט געוויינט ווען איך האב געדארפט עסן א טונא סענדוויטש (מיט פיקל) פאר סאפער... :? 8-) :roll: :x :P :oops: ;) :o
Big Boy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 28, 2013 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 636 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 130 מאל

שליחה דורך Big Boy »

Why don’t you tell her “it’s interesting. I don’t know why, but somehow my taste buds changed. I like now well-done meat better than the other way. Is it a problem to start cooking it longer?” What do you have to lose?
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

מיין ערשטע פרישטאג איז באשטאנען פון פארפרוירענע ברויט. איך זאג נישט קיין ליגנט, הארטע פארפרוירענע ברויט פון פריזער, מיט עטליכע דיפס פון טוב-טעם.
מיין אידענע האט נישט געהאט די פשוט'ע אנונג פון לייגן די ברויט אין א טאוסטער.
היינט מאכט זי ב"ה קעניגליכע סעודות. קיינמאל אויפגעבן, עס איז אלעמאל דא האפענונג, פאר א בעסערער צוקונפט.
קפנדריא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 2:17 pm
האט שוין געלייקט: 393 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 558 מאל

שליחה דורך קפנדריא »

איך שעם זיך ממש, איך קען נישט גלייבן אז ס'איז נאך דא דא חברים וואס שפירן א טעם אין עסן, האלב געקאכט, גאנץ געקאכט, גוט און נישט גוט, מ'עסט ווייל מ'דארף האבן כח צו עבודת הבורא, מ'עסט וואס איז דא, צי מ'איז טועם א שטיקעלע סושי, רוי נישט רוי, מ'נעמט אריין א שטיקעלע קארן ביעף, א געבראטענע סטעיקעלע, מילא א פלאנקעלע אין די טשולנט ליל שישי, אז ס'איז דא נאר גרילד טשיקן, עסט מען א גרילד טשיקן, ווען ס'פעלט זיך אויס א שטיקעלע ווי רופט מען דאס? פיצא, יא, וויאזוי ס'איז איז עס, יא געקאכט נישט געקאכט, אזוי געקאכט צי אזוי געקאכט, אוי וויי, בושנו..
Q X Y z 9 B הוכח שאינך רובוט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

כוכב האט געשריבן:מיין ערשטע פרישטאג איז באשטאנען פון פארפרוירענע ברויט. איך זאג נישט קיין ליגנט, הארטע פארפרוירענע ברויט פון פריזער, מיט עטליכע דיפס פון טוב-טעם.
מיין אידענע האט נישט געהאט די פשוט'ע אנונג פון לייגן די ברויט אין א טאוסטער.
היינט מאכט זי ב"ה קעניגליכע סעודות. קיינמאל אויפגעבן, עס איז אלעמאל דא האפענונג, פאר א בעסערער צוקונפט.

כוכב: נאך א מזל דו האסט דיך נישט גע'גט, ח"ו. איך ווייס נישט. איך האף אזוי. ווייל ווען די גמ' (אין סוף מס' גיטין) רעכנט אויס די סיבות פאר וואס מ'מעיג זיך גט'ן, רעכנט די גמ' אויס אויך "אפילו הקדיחה תבשילו". אבער ס'שטייט נישט דארט אז מ'באקומט פארפרוירענע ברויט מעיג מען זיך גט'ן. ווייל ס' איז נאך דאמאלס נישט געוועין קיין פריזער'ס. טאוסטער'ס אויכעט נישט... :? 8-) :lol: :lol: :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :roll: :x :P :oops: ;) :o
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קפנדריא האט געשריבן:איך שעם זיך ממש, איך קען נישט גלייבן אז ס'איז נאך דא דא חברים וואס שפירן א טעם אין עסן, האלב געקאכט, גאנץ געקאכט, גוט און נישט גוט, מ'עסט ווייל מ'דארף האבן כח צו עבודת הבורא, מ'עסט וואס איז דא, צי מ'איז טועם א שטיקעלע סושי, רוי נישט רוי, מ'נעמט אריין א שטיקעלע קארן ביעף, א געבראטענע סטעיקעלע, מילא א פלאנקעלע אין די טשולנט ליל שישי, אז ס'איז דא נאר גרילד טשיקן, עסט מען א גרילד טשיקן, ווען ס'פעלט זיך אויס א שטיקעלע ווי רופט מען דאס? פיצא, יא, וויאזוי ס'איז איז עס, יא געקאכט נישט געקאכט, אזוי געקאכט צי אזוי געקאכט, אוי וויי, בושנו..

דו זאגסט כאטש דעים יהי רצון?! הריני אוכל למצות בוראי, ולא להנאת גופי.
ס'דא א באקאנטע מעשה'לע. (איך מיין איך האב עס שוין פארציילט לכה"פ דריי מאל דא אויף קאווע שטיבל). ס'געוועין א איד א גרויסער עושר און א ת"ח, וואס מ'האט עים געכאפט עסן א פעטן סטעיק אין די ניין טעיג. ווען מ'האט עים געפרעיגט, "היתכן, דו עסט פלייש" האט ער געענטפערט. "עטץ דארפטץ פארשטיין. איך בין זייער א קארגער. און א יעדעס שטיקל פלייש איז אן עינוי פאר מיר". האט מען עים געפרעיגט. אויב אזוי, טרינק שוין כאטש צו א גלעיזל וויין אויך. אויף דעים האט ער געענטפערט. "אינגאנצן הרג'נען בין איך מיך נישט מחוייב"... :? 8-) :lol: :lol: :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :roll: :x :P :oops: ;) :o
אויליגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 149
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 08, 2014 3:08 am
האט שוין געלייקט: 88 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 90 מאל

שליחה דורך אויליגער »

[tag]קפנדריא[/tag] גייסט ארויף אויף מיין וועטשערע ליסטע
לייקען לייקען איז א גוטע זאך ענטפערן א תגובה איז א בעסערע זאך
פארשפארט