ויהי אחרי הגירוש

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

ויהי אחרי הגירוש

שליחה דורך פליקער »

ויהי אחרי הגירוש

עס איז שוין ליידער נישט קיין שום ספק צי עס וועט זיין א גירוש, חוץ אויב דער באשעפער וועט ברוב רחמיו וחסדיו עפעס טיען למען יונקי שדים שלא חטאו, וואס זייער איינציגסטע זינד איז אז זיי זענען געבוירן דא אינעם שרעקליכסטען זיפ קאוד פון אלע פלעצער פינעם גרויסן וועלט, וואס באמת זעי איך נישט קיין סיבה אז דער בורא עולם זאל וועלן עפעס טיען, אטי בשופטנא עסקינן, וויל ער זיך דען בכלל אימקיקן אויפ די וואס זענען בועט בטיב ליבב, ער קען דאך זאגן, קיק איך האב אייך צוגעשטעלט מחמת חסדי, אזעלכע וואס זענען גרייט אייך אויסצוקויפן, אזעלכע וואס וועלן אייך אויסלייזן, איר ברויכט גיין פון דא, מען ברויך דאך ארויסנעמען די נצוצת הקדושות פון אנדערע פלעצער פון מיין וועלט, צו ווילט איר גיין בכבלי ברזל ר"ל, איך גיב דאך אייך א שאנס איר זאלט קענען גיין מיט כבוד, מיט א רכוש גדול, דא האט איר דאך שוין אלעס מתקן געוועין.

אבער ניין, מיר גייען נישט, מיר זענען די וואס טיילן איין ווי אזוי דער וועלט זאל זיך דרייען, מיר זענען די וואס זענען גוזר שהקב"ה מקיים, מיר וועלן זיך נישט רירן פון דאנעט אזוי לאנג ווי משיח לייזט אינז נישט אויס, אפילו מיר זעיען די שריפט אויפן וואנט, אפילו מיר הערן א בת קול יוצא מהר חורב, עס מיינט נישט אינז, תורה לא בשמים הוא, מיר האבן דאך א מצות עשה דאורייתא דא צי בלייבן אין וויליאמסבורג, ביז דער עני הרוכב על החמור וועט ווייזן מיט זיין פינגער אויפן חמור, און שרייען אויף אינז קיקט ווי אזוי איר זעיט אויס, נישט בעסער ווי דער חמור.

אבער ווען איך קיק אן דעי גוי וואס גייט איבער נעמען מיין דירה ווען די צייט גייט קומען, איז מיר זיכער אז זיין ווינדער וועט שטייגן ביז גאר, ער וועט זיך אימקיקן דא, ער וועט טרעפן א דירה בתוך דירה, ער וועט שטוינען וואס גייט דא פאר, פאר וואס איז דא א סינק אינעם דייניג רום ביי א ווינקל, אזא קליינע סינק האט ער נאך און זיין לעיבן נישט געזעין.

ער וועט אוודאי פריוון צו פארשטיין פארוואס עס איז דא צוויי סינקס, צוויי געז רענדזשעס, ער ווענט זיך צו גוגל, ער ווייסט נישט ווי אנצי הייבן, ער לייגט אריין, האט איר געהערט פון א קליינע בעק אפ געז רענטש, אזא קליינע מינע גאר קליין, נאר פון צוויי, ממש לעיבן אזא קליינע בעק אפ סינק, מנהסתם טאמער די מעין גאז רענטש גייט ארויס פון באניץ, זאל מען תיכף קענען מאכן באנדאש מיט די קליינע, אבער ער וועט נישט קענען טרעפן קיין שום ענטפער.

ער גייט צים טוילעט, עס ווערט אים שווארץ פארן אויג, אויב איז נישט קיין שווארצער, און אויב יא וועט ער ווערן יצא מדעתו, זיין האר פון איבעראל הייבט זיך אים אויף, א פיצי שטיב א איינס ביי איינס, אלעס ארים א קליינע סינק, ער קען נישט פארשטיין הלמאי האט דער ארכיטעקט נישט געלייגט די סינק אינעם בית הכבוד זעלבסט, פארוואס איז אים נישט איינגעפאלן אזא דבר פשוט מאוד, געמאכט א טוילעט פון דריי ביי פינף, מיט א פארצימער וואס איז געוועינטלעך א פוידער שטיב סעפעראט, ער זיכט און נישטערט, ער קען נישט דערגרינטעווען וואס די סיבה איז.

ער מעסט נישטערט עפעס שטימט נישט עס פעילט פלאץ, עפעס צו א דיקע וואנט צווישן די קאך מיטן דיינינג רום, ער ציטערט, ער הייבט אן חושד זיין אפשר איז די בליט בלבול יא וואר, ער ניצט זיין חוש השמיעה בשעת ער גיבט צוויי לייכטע קלאפעס אויפן וואנט, ער הייבט אן טראכטן אפשר א סעיף, אפשר דא האבן די אידן באהלטן זייער סחורה, ער זיכט אפשר זעיט ער א נגע, ער קיקט פון די אנדערע זייט ביים קעך, ער זעיט מאדנע נעיגל, ער הייבט אן חושד זיין אז עפעס געהיים גייט ער געוואויר ווערן, ער זעיט אז דא איז פארהאן עפעס קינצלעך אויס ציבאהאלטן די אירזאך פינעם אינעווייניג, ער איז מחליט יעבור עלי מה, ער נעמט רייסן פינעם וואנט, ער איז זיכער אז עטליכע גופים גייען אים קעיגן קומען, אבער צו זיין שטוינינג קומט אים גארנישט אקעיגן, ער עפענט נאך א פלאטע נאך א ברעיט, א שיינע קיך אויסגעפיצט מיט אלע ערליי נויט כלים, צי זיין ווינדער זעיט נישט קיין שום עסען ווארק נאר זאלץ מיט פעפער, עס ווערט אים נאכאמאל שווארץ פאר די אויגן, ער ווייסט נישט וואס נאך צו ערווארטן.

ער גייט ארויס אויפן גאר קליינעם פארטש, ער זעיט אזעלכע העיקעלעך פינעם דאך, ביי די זייט עפעס א אוינינג וואס געוועלבער האבן, ער פארשטייט נישט פארוואס פעילט דאס אויס, ווער ברויך איבער דעקן א קליינע באלקאן, און פארוואס איז דעים ארכיטעקט נישט איינגעפאלן צי לייגן איין באלקאני אינטערן אנדערן, ער האט דאך געקענט שפארן די אלע איבערדעקערס מיט אביסל שכל.

גיי זיי מסביר פאר א גוי.

Hi I would like to ask you a couple of questions regarding your condo I just got from you, yes yes vhat is the problem, no no problem, im just wondering why on earth did you make a sink in the dining room, oh this, nech this is just so we shall be able to take mayem achronim speedely, and why the seperate sink at all the tiny toilets,oh this is for the nail water, and whats the deal with the hidden kitchenette, is this a escape route, no no this is a passover kitchen, which no choometz is allowed all year around, so we shall not have to kaasher, and the owning and the hooks, oh this is for the schaach, and shlaak, so there should be never a leisheiv baasiku issue, and the porches , this is to keep the seeke tzelte merube mchamowso.

Oh I get it.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פליקער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

אשפ״ג!!! :like :like :like
װען די נער איז נישט מײנער װאלט איך אויך געלאכט.
סא דו קענסט נישט לאכן.
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אוי געוואלד, אשפגתי עד מאוד,
ווי אזוי פלעגט דער מלמד שרייען, חכם עדיף מנביא,
און דאס האבן מיר דא, ביידע פארקערפערט אין איין מאן...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג האט געשריבן:אוי געוואלד, אשפגתי עד מאוד,
ווי אזוי פלעגט דער מלמד שרייען, חכם עדיף מנביא,
און דאס האבן מיר דא, ביידע פארקערפערט אין איין מאן...

שמעקעדיג: ייש"כ. ס'הייסט דו זאגסט אז כאטש ער (פליקער שליט"א) איז א חכם, דאך איז ער די אנדערע זאך וואס די גמ' זאגט (פרעיג מיך נישט וואו) "משחרב בית המקדש, ניתנה נבואה לשוטים". הייסט ער איז ביידע. פיין. א פיינער קאמפלימענט... :? 8-) :lol: :lol: :lol: :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :x :P :oops: ;) :o
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ר' פליקער שליט"א: דו ביסט מורא'דיג. ווען כ'האב געליינט דיין מעשה'לע האביך ממש געפיהלט ווי איך בין (ח"ו) דער גוי וואס האט אריינגעמופט אין דיין דירה. און דער פסוק ווי ס'שטייט "והאיש משתאה" איז מקויים געווארן אינגאנצן. ממש אזוי ווי דו לייגסט עס אראפ. אפילו דער סוירטש פון גוגל איז אמת. נאר איך מיין אז וויבאלד ס'איז נישט געוועין "והישנות החלום", דו האסט נאר איינמאל געחלומ'ט. ס'איז נישט מקויים געווארן וואס ס'שטייט אין פסוק "ויישן ויחלום שנית", וועט די נבואה נישט אזוי שנעלל מקויים ווערן. און ביז דאמאלץ וועט שוין גוגל האבן א קלארן ענטפער אויף די וואונדערליכע זאכן. נאר איך מיין אז אינז האבן נאך נישט אלעס מתקן געוועין, און מ'האט נאכנישט מעלה געוועין אלע ניצוצות (חוץ שבת נאכמיטאג נאכ'ן טשולנט און ביר. עיין מה שכתבתי אצל ר' מנשה פיליפ שליט"א.). ס'איז נאך דא א ביסל ארבעט פאר די משוגעים אזוי ווי הערשל קלאר און יואלי צימערמאן. זיי מיזן נאך מאכן א פאר הינדערט מחאות מיט פלאקאטן אין די גאסן. ספעציעל יעצט נאך די ימים טובים, ווען ס'דא די הייליגע ווינטער נעכט. אילו זכינו, וואלט מען מקיים געוועין וואס די גמ' זאגט, "לא איברא ליליא אלא לגירסא". היינט אבער אז מיר האבן נישט זוכה געוועין צו דעים מיזן מיר כאטש מיטהאלטן מיט די משוגעים וואס גייען מאכן א סאך מחאות אין די לאנגע שעות פון נאך מעריב... :? 8-) :lol: :lol: :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :roll: :x :P :oops: :cry: :( ;) :o
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

פליקער, אומגלובליכע טאלאנט און דמיון. דיין מעשה האט מיר דע'פרישט' און צו'פליקט' אויף איינמאל.

נאר א וויכטיגע הערה. מ'זאל זעכער מאכן ווען מ'מופט ארויס, נישט איבערלאזן א רבינו תמ'ס פארשטעקט ערגעץ. דאס וועט ברענגן די לענגסטע אשכול געהענגל אין reddit היסטאריע.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

שליחה דורך shem-tov »

האסטו נישט געדארפט מאכן א גאנצער גירוש פון טויזענטער יודן קענסט פשוט געבן איידיעס פאר די נעקסטע או. די. טיס. מיט וואס צו לויפן צו די מידיע אויב למשל פעלדמאן אדער די אנדערע האבן עס נאכנישט געקאווערט אין זייערע העץ-בלעטער.

אוי וועלן זיי זיך ברעכען קאפ מיט אונזערע שבת זייגערס אויף יעדער אטלעט און וואס טוט זיך מיט מזוזות מעג מען עס אראפנעמן אין א גירוש פאל.
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:פליקער, אומגלובליכע טאלאנט און דמיון. דיין מעשה האט מיר דע'פרישט' און צו'פליקט' אויף איינמאל.

נאר א וויכטיגע הערה. מ'זאל זעכער מאכן ווען מ'מופט ארויס, נישט איבערלאזן א רבינו תמ'ס פארשטעקט ערגעץ. דאס וועט ברענגן די לענגסטע אשכול געהענגל אין reddit היסטאריע.

רויטע וואנצעס: דו מיינסט גאטשעס, נישט תפילין... :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: ;) :o
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

berlbalaguleh האט געשריבן:ר' פליקער שליט"א: דו ביסט מורא'דיג. ווען כ'האב געליינט דיין מעשה'לע האביך ממש געפיהלט ווי איך בין (ח"ו) דער גוי וואס האט אריינגעמופט אין דיין דירה. און דער פסוק ווי ס'שטייט "והאיש משתאה" איז מקויים געווארן אינגאנצן. ממש אזוי ווי דו לייגסט עס אראפ. אפילו דער סוירטש פון גוגל איז אמת. נאר איך מיין אז וויבאלד ס'איז נישט געוועין "והישנות החלום", דו האסט נאר איינמאל געחלומ'ט. ס'איז נישט מקויים געווארן וואס ס'שטייט אין פסוק "ויישן ויחלום שנית", וועט די נבואה נישט אזוי שנעלל מקויים ווערן. און ביז דאמאלץ וועט שוין גוגל האבן א קלארן ענטפער אויף די וואונדערליכע זאכן. נאר איך מיין אז אינז האבן נאך נישט אלעס מתקן געוועין, און מ'האט נאכנישט מעלה געוועין אלע ניצוצות (חוץ שבת נאכמיטאג נאכ'ן טשולנט און ביר. עיין מה שכתבתי אצל ר' מנשה פיליפ שליט"א.). ס'איז נאך דא א ביסל ארבעט פאר די משוגעים אזוי ווי הערשל קלאר און יואלי צימערמאן. זיי מיזן נאך מאכן א פאר הינדערט מחאות מיט פלאקאטן אין די גאסן. ספעציעל יעצט נאך די ימים טובים, ווען ס'דא די הייליגע ווינטער נעכט. אילו זכינו, וואלט מען מקיים געוועין וואס די גמ' זאגט, "לא איברא ליליא אלא לגירסא". היינט אבער אז מיר האבן נישט זוכה געוועין צו דעים מיזן מיר כאטש מיטהאלטן מיט די משוגעים וואס גייען מאכן א סאך מחאות אין די לאנגע שעות פון נאך מעריב... :? 8-) :lol: :lol: :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :roll: :x :P :oops: :cry: :( ;) :o


זיי נישט באזארגט אלע וועלן ארויס ציפרידן..
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:פליקער, אומגלובליכע טאלאנט און דמיון. דיין מעשה האט מיר דע'פרישט' און צו'פליקט' אויף איינמאל.

נאר א וויכטיגע הערה. מ'זאל זעכער מאכן ווען מ'מופט ארויס, נישט איבערלאזן א רבינו תמ'ס פארשטעקט ערגעץ. דאס וועט ברענגן די לענגסטע אשכול געהענגל אין reddit היסטאריע.

ווער ווייסט וואס נאך מען קען פארגעסן, עפעס א דוך מחיק
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
פארשפארט