שפארזאם און אנגעצויגען אדער חובות מיט מנוחה?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 761 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל

שפארזאם און אנגעצויגען אדער חובות מיט מנוחה?

שליחה דורך מצטמק ויפה »

[justify]נעכטען ביי מנחה מעריב קלאפט מיר מיינס א אלטע ידיד אויפן פלייצע, און ווייזט מיר איך זאל ארויסקומען. נאכן זיך באקוועם מאכן מיט א ציגערעטל, זאגט ער מיר: מצטמק, הער מיך אויס, איך האב א שטיקל קוווענקעלניש, איך וואלט געקענט באשטיין צו הערן דיינע צוויי צענט.

דו ווייסט דאך זאגט ער מיר, אז איך זיץ נאך און כולל ברוך השם . מיין אשת חיל איז דער וואס ברענגט אריין די עיקר געהאלט אין שטוב, און ברוך השם מ'קען זיך נישט אפרעדן. אבער דו ווייסט דאך יא, למען השם דארף מען זיך קווארטירן דייקא דא אינעם רייכן שטעטל בארא פארק, און צאלן צוויי אלפים דירה קנס. און פשוט די חשבון מיינע שטומט נישט, די מאגערע געהאלט פון מיין ווייב קען דאס נישט דעקן, נאכדערצו צאלן שכר לימוד מיט פלעי גראפ, בעבי סיטינג וכו', פשוט און גראב "אין לי" עס איז נישט דא די געלט. נאר וואס דען? עס איז נישט עק וועלט מ'קען עס למעשה דורכשטיפן וואו נישט וואו.

אבער מיין שאלה איז אזוי, במקום ווי מ'קען נאך דורכשטיפן די טאג אבער זייער זייער מאגער, ממילא ביז מטרעפט עפעס א פרנסה נקיה קלה ווי אזוי דארף איך מיר אומגיין מיט די מצב? דהיינו, למעשה איך בין דער וואס נעמט קעיר פון די געלט חלק, מיין ווייב האט נישט קיין אהנונג וואס ווען און וואו. איז מיין שאלה צו איך זאל איר זאגן קלאר: מיין ליבלינג קענסט נישט יעצט קויפן די קלייד ווייל אונז האבן נישט קיין געלט, און יענקי קען גיין מיט די קלייד פון פאראיאר און פליז נעקסטע וואך מאך א קלענע גראסערי ארדער, וכו' וכו' און דאן ווערט זי אנגעצויגן און די גטנצע אטמאספער טויג נישט. אדער ניין, איך זאל עס לאזן לויפן, און איר לאזן האקן א לעבן און זיך קויפן וואס איר הארץ באגערט. איי כסף מנלן? נו מ'וועט זיך אן עצה געבן מ'וועט נעמען אפאר 0 APR קרעדיט קארדס און מוועט זיך שוין א עצה געבן.

די ערשטע מינוט האב איך נישט געכאפט די שטארקייט פון די שאלה און אנגענומען פאר א פשטות אז מען טאר זיך נישט אנ-חובות'ן נאר לעבן וויפיהל מ'קען און פארטיג. אבער נאכן געבן נאך א ציה אונעם האלב פארלאשענעם ציגערעטל האב איך איהם געזאגט אזוי: שלום בית און ראויגקייט אין א שטוב איז די נומער איינס פאקטור וואס זאל מאכן באשלוסן אונעם שטוב, ממילא ווי איך פארשטיי ווערט ביי דיר די מצב אנגעצויגן ווען מ'איז שפארזאם, און עס איז נישטא קיין געלט, נאכדערצו ווען זי איז דער וואס ברענגט אריין די געלט קען איר עס זייער באדערן אז עס איז נישטא קיין געלט, איז איך וואלט דיר געצה'ט טאקע נישט מיטצוטיילן מיט איר ווען די מצב איז אנגעצויגן און פארשטייט זאלסט איר דערמאנען פון צייט צו צייט אז אונז זעמיר נישט אזוי ווע"ל אוי"ף און זי זאל קויפן נאר וואס זי דארף שטארק אבער אן א לחץ.

און דאס דארף פארשטייט זיך גיין מיט צוויי תנאים
א) דו דארפסט וויסן אויב דו קענסט טראגן די פרעישר פון געלט אויף דיר אליין אן האבן איר אלס א שותף אין דעם.
ב) דאס טאר נישט גיין ארויס פון די גבולים דהיינו, צוויי טויזענט דאללער ארויף אראפ קענסטו נאך שפילן אבער אוודאי זיך אנ-חובות'ן מיט שווערע געלטער איז אוודאי נישט כדי.

אזוי ווי איך האלט אז עס קען נוגע זיין פאר אסאך, האב איך עס דא אפגעשריבן, און לאמיר הערן אייער מיינונג.[/justify]
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

וואס איז בעסער דם אדער צפרדע.
שלום בית איז א וויכטיגע זאך ואין מרובה מצוי' בבית אלא על עסקי תבואה.
זאל ער ארויסגיין פון כולל און נעמען די ערשטע זשאב מ'רעדט אים.
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 761 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל

שליחה דורך מצטמק ויפה »

כוכב, איך רעד דאך נישטא פון איינער וואס שטופט די באנק, און נעמט סתם אויף א פלאץ אין ביהמ"ד. איך רעד פון באמת א חשובע אינגערמאן וואס איז א שאד די תורה וועלט זאל איהם פארלירען, און מיטן לעבן שפארזאם וועט ער ציען נאך צוויי יאר.
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 914 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1109 מאל

שליחה דורך ראש הישיבה »

איך רעד פון אייגענע עקספירענס.
ווען א אינגערמאנטשיק מיט 1-3 קינדער איז געדרוקט איז נישט אזוי געפערליך. אבער ער זאל וויסן אז ער טראכט בכלל נישט די ריכטיגע וועג.
די געדריקטקייט פון אינגעמאנטשיק איז א וועקאפ קאל, העלא עס קומט א צינאמי!!! דו זאלסט וויסן דו זיצט אין כולל אבער די הוצאות גייען וואקסן אויף הייווען. יעצט איז די צייט אנשטאט צו בארגען פון קרעדיט קארטלעך און גיין ארבעטן ווען דו ביסט אין דער ערד, שנעל מאך פרנסה פלענער. דהיינו זיך א וועג זאלסט קענען האבן פרנסה בהרחבה. נישט נאר גענוג פאר דיין צוויי טויזענט דאלאר דיגע דירה. נאר טראכט ברייט. טראכט פון א גרעסערע משפחה וואס רוב פון אונז גייען האבן. טראכט פון קויפן א הויז. טראכט פון סעווינגס. טראכט פון חתונה מאכן. ווען דו מאכסט די גרויסע חשבון, וועסטו טוהן צוויי זאכן דו וועסט טוהן וואס דו קענסט צו פארמערן דיין אינקאם. יא גיין ארבעטן. דו וועסט אויך טראכטן וואס דו קענסט טוהן בדרכי נועם צו שפארן די הוצאות.
ניין חובות מיט מנוחה איז נישט קיין מהלך עס איז א דרך קצרה וארוכה, עס איז א טיים באמבע, וואס ווען עס גייט פלאצן וועסטו דיך טרעפן אין אלע עולמות
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 673 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך שרייבער »

ממש תורה לשמה, איך האב די שאלה יעדן טאג
מיין אפיניען, לייג פאר די שאלה פאר דיין ווייב און פרעג איר וואס זי האלט, האלטסט אז איך זאל לייגן א הלואה אויף א ק"ק וואס די תוצאות קענען זיין אזוי און אזוי, אדער זאל מען שפארן אביסל
ס'איז נישט מער ווי ריכטיג מיטצוטיילן פאר די ווייב די פינאנציעלע הוצאות זי איז א אייניגע שותף אין די ביזנעס
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

און דאס האבן מיר שוין במקובל, גדול הנהנה מיגיע כפו יותר מירא שמים,
היינטיגע צייטן פסק'ענט מען אז ילמוד תורה ואח"כ ישא אשה, מחמת שעול ריחיים בצאוורו, זאל דער אינגערמאן קובע זיין שיעורים בערב ובבוקר, און דאס איבריגע טאג זוכן א ארבעט.
אויב קען ער זיך ממש נישט שיידן פון זיין באליבטע גמרא, אשרי חלקו, זאל ער ווערן א מגיד שיעור וכדומה.
וירח ה' את ריח הניחוח
הרב_שלום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 247
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2012 3:23 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

שליחה דורך הרב_שלום »

קאל אן קרן עזר אין הער זייער מיינונג
http://amzn.to/1SLdXKv

ווען איר קויפט אויף עמעזאן דריקט די לינק אויבען און איינוועגס העלפט ארויס א משפחה פון קינדער
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

איך צאל א סאך אינטערעסט ווייל כאב געטוהן די נארישע עצה און געלעבט מיט חובות און מנוחה ביז


כאב פארלוירען די מנוחה און געבליבען מיט חובות. :(
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
Big Boy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 28, 2013 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 636 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 130 מאל

שליחה דורך Big Boy »

The 0 APR will soon be 15%. The $2,000 extra that he lets his wife play with will become $10,000. You only borrow money for either a long term investment like a house or for unexpected expenses. In this case, you are talking about day-to-day expenses. Debt is not the solution, it’s the problem.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

מצטמק ויפה האט געשריבן:כוכב, איך רעד דאך נישטא פון איינער וואס שטופט די באנק, און נעמט סתם אויף א פלאץ אין ביהמ"ד. איך רעד פון באמת א חשובע אינגערמאן וואס איז א שאד די תורה וועלט זאל איהם פארלירען, און מיטן לעבן שפארזאם וועט ער ציען נאך צוויי יאר.

זאג אים אז קאווע טרינקער וועט משלים זיין די וועלט-חסרון פון תורה און ער זאל גיין ארבעטען. ווי לאנג זי ארבעט מעג זי טוהן מיט די געלט וואס זי וויל. זי איז נישט מחויב צו שפייזן די שטוב. ער האט איר געשריבן א כתובה, נישט זי פאר אים.
Under influence
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל

שליחה דורך petergrifin »

פארדעם הער איך איז דא דעה׳ס אז ס׳איז הײנט דא איקװעל רײטס בײ אידן אויך. איז ממילא גײען די חרדים
זיך צוזאם נעמען און אפדעיטען הלכת כתובה. :lol:
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
Ben-Shishim
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 180
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 72 מאל

שליחה דורך Ben-Shishim »

And as I saw a poster on the wall of R' Duvid' Hauer's z"l office back in the 70's
It said, "don't borrow trouble, borrow money and trouble will follow"
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום Ben-Shishim, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אויב האסטו א יאר אין א מיטוואך איבריג, וועל איך שרייבען אין יודיש
Otherwise I will type in English, sorry about that.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

לדעתי אזא שאלה דארף ער זיך אנפרעגען ביי זיין רב צו משפיע אדער סתם א גוטער חבר וואס קען עם און ווייסט די מציאות, אויף קאווע שטיבל וועסטו סתם באקומען תשובות יעדער לויט זיין שיטה וואס דארף זיין, דאס איז נישט דער וועג צו מאכען החלטות און הגם דער עולם שרייבט דא זייער שטארק זייערע מיינונגען גלייב איך עס איז אלץ דא נאך צדדים און סיבות פארוואס זיי זאלן נישט זיין גערעכט.

עס זענען דא זאכען וואס עס איז כדאי צו בארגען פאר זיי, יעדער איינער פארשטייט אז איינער בארגט געלט אויף זיך צו לערנען א פאך וואס שפעטער וועט ער פארדינען פון דעם און צוריקצאלען איז דאס בארעכטיגט, די זעלבע מיט אנדערע אינוועסטמענטס יעדער לפי עניניו. ממילא אויב א יונגערמאן פילט אז זיך געבן נאך צוויי יאר אויף לערנען במנוחת הנפש אויף בארג וועט דאס עם צוגעבן דער גאנצער לעבן (פארגעס וועגן כלל ישראל, דאס איז נארישקייטן) זעה איך נישט פארוואס דאס איז אזא אפגעפרעגטער צד. מן הסתם החכם עיניו בראשו זאל ער זעהן די צוויי יאר טאקע צו גיין אויף א ריכטונג וואס וועט עם נאכדעם קענען אפצאלען צו דורך מאכען קשרים מיט מענטשען צו זיך לערנען צו זיין א רב אדער א מגיד שיעור אדער א מלמד אדער עפעס אנדערש וואס פאסט פאר עם.
I have a dream
Martin Luther King ~
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

אויב רעדט מען דא פון צוויי יאר קען זיין ר' לעיקוואד איז גערעכט, אבער אויב איז דאס זיין לייף פלאן, איז קודם פאר פשוט'ע סעלפיש סיבות וועל איך עם זאגן ער זאל עס נישט טוהן, איך וויל פשוט נישט דארפן גיין צום טיי אווענט עם ארויסצובעילן ווען ער האלט ערב הארץ אטאקע פאר זיינע 60 אלפים חובות, די סעסימי טשיקען איז סייווי נישט אזוי גוט.

וואס געפעלט מיר אבער מער איז וויאזוי מ'רעדט דא פונעם ווייב ווי עפעס א אומבאהאלפענע באשעפעניש וואס איז נישט גענוג ערצויגן אדער קלוג צו קענען זען ריאליטעט, פירן פינאנצן, אדער פירן א שטוב. מ'דארף איר היטן פון די מצב הפרנסה ווייל זי וועט עס פשוט נישט אויסהאלטן. האלוי, זיי נישט אזוי בא'גדול'ט, זי איז גארנישט ווייניגער ווי דיר, מאך איר נישט פאר אזא רחמנות, און דו ביזט נישט אזא גרויסע טאטע. טשיל!
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

אין דעם ספעציפישן ביישפיל איז דא נאך א זייטיגע נקודה, אז די פרוי ארבעט און זי ברענגט די געלט. אויף אזא פאל איז סתם רשעות צו זיין שפארזאם אויף איר חשבון, זי ארבעט און דו באלעבאטעוועסט אויף די געלט?
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 879
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

שליחה דורך אבי גערעדט »

איך פארשטיי נישט, פארוואס קען ער נישט אריינברענגען עפעס? אפילו ער לערנט, איז נאך אלץ דא גענוג און נאך כלי קודש אפשענס און סייד דשאבס וכו', בעצם האלט איך אז ס'נישט יושר איינצוטיילן דאס ווייב וואס זי מעג קויפן אדער נישט קויפן, בשעת זי איז דער וואס ברענגט אריין יעדע דאלאר אין שטוב, כ'מיין וואס ווילסטו פון איר, זי ארבעט ווי א דאגי צו מאכן געלט בשעת די ארבעטסט נישט און די קענסט איר איינטיילן צו זי מעג איינקויפן? לענ"ד איז דאס נישט יושר, אבער איינמאל די ברענגסט אויך אריין געלט, אפילו אז זי ארבעט אויך קענסטו ענדערש איינטיילן וויאזוי צו ספענדען ענקער גאנצע געלט
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

פארוואס מיז דער שמועס זיין דוקא איבער א אינגערמאן וואס זיצט אין כולל.
דער זעלבע זאך קען פאסירן ווען מ'איז שוין צען יאר נאך די חתונה, א שטוב מיט 5 קינדער, ביידע ארבעטן, ער מאכט אביסעל מער ווי זי, מיט דעם אלעם מ'קוק ארויס אויפן עתיד באלד הייבט מען אן חתונה מאכען. אבער לאז אויס די חתונה, נאר באשר הוא שם איז אויך שווער ווען די הוצאות גייען ארויף און דער חילוק פון דער הוצאות והכנסות ווערן גרעסער און גרעסער.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ברסלבער, און אבי, און פאר די אנדערע ניקס, ענקער טענה איז נאר ריכטיג אויב די פרוי נעמט טאקע קעהר פון "אלעם", זי מאכט זיכער אז די גראסערי ווערט באצאלט, ווי אויך די רענט און אלע יוטיליטיס, זי פלאנט נישט צו פארלאנגען געלט פונעם מאן, דאן איז טאקע נישט מענטשליך אז דער מאן זאל איר איינטיילן ווי אזוי צו שפענדן אירע פאר אויסגעהארעוועטע דאלער; אבער ע"פ רוב גייט עס אויף דעם אופן אז די פרוי ברענגט די געלט און גיבט עס אהין פארן מאן צו מענעדזשן די פינאנצן, ממילא אז דער מאן זעהט אז עס איז נישטא אויף שבת צו מאכן און די פרוי האט זיך פארשמעקט צו קויפן די זעקסטע פאר שיך, איז נישט מער ווי נארמאל אז ער מעג איר מעורר זיין נישט צו פארטאכלעווען דעם לעצטן דאלער.
וירח ה' את ריח הניחוח
Milk shake
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 127
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 12:47 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

שליחה דורך Milk shake »

איך האב פאר דיר גוטע נייעס, ביי פלענטי הייזער טוט די פרוי אלעס מענעזשען, אונקלודינג האלטען די געלט, און זי געבט פאר די מאן ווען ער בעט.
פאלענד ספרינג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 22, 2014 9:22 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

שליחה דורך פאלענד ספרינג »

Dave Ramsey says:
If you will live like no one else, later you can live like no one else.
פארשפארט