די שטיצער פון די מדינה הציונית

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
געשוויסטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 53
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 03, 2013 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

שליחה דורך געשוויסטער »

דאס פנים פלאקערט פאר בושה, זעענדיג ווי אונז זעמיר אנגעקומען!!
ווי קען א איד היינט שטיצען דער שמד אפאראט?
איך האב אויך גערעדט ווי ענק, ביז איטליכע האבן מיר געשיקט אין אישי געוויסע ציטאטן פון הייליגע סאטמארער רבי זיעועכ'י!

שובי מדרכיהם הרעים!!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך וואק יעצט אויפן גאס זעה איך א יונגערמאן וואס זיין פנים פלאקערט פאר בושה אפשר די ביזסט דאס געווען דארט?
עניוויי לאמיר דיר שוין פרעגען פארוואס ווען נטורי קרטא האבן זיך געטראפען מיט אחמדינג׳אד האט דיין פנים נישט געפלאקערט פאר בושה, איך ויל דיר זאגען א גרויסען חידוש אז להוי ידוע מיין פנים האט געפלאקערט פון גרויס בושה צו זעהן וי מיר זענען אנגעקומען!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

געשוויסטער האט געשריבן:דאס פנים פלאקערט פאר בושה, זעענדיג ווי אונז זעמיר אנגעקומען!!
ווי קען א איד היינט שטיצען דער שמד אפאראט?
איך האב אויך גערעדט ווי ענק, ביז איטליכע האבן מיר געשיקט אין אישי געוויסע ציטאטן פון הייליגע סאטמארער רבי זיעועכ'י!

שובי מדרכיהם הרעים!!

ר' געשוויסטער. איך האף אז דו ביסט פון די ברידער געשוויסטער און נישט פון די אנדערע מין. ווייל דאמאלס וויל איך נישט רעדן צו דיר. קודם דארף מען מדייק זיין וויאזוי מ'שרייבט. "שובי" איז א לשון יחיד. "שובו" איז א לשון רבים. און אזוי שטייט טאקע אין פסוק. אויכעט שטייט נישט "מדרכיהם" נאר "מדרכיכם". חוץ פון דעים. נעם דיר נישט אזוי שטארק צום הארצן מיין ציונות. ס'נישט די ערגסטע זאך אין די וועלט... :? 8-) :lol: :lol: :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :twisted: :evil: :x :oops: :cry: :( ;) :o
געשוויסטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 53
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 03, 2013 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

שליחה דורך געשוויסטער »

הארכטס אויס. עס איז גרינגער און מער אינטרעסאנט צו מאכן ליצנות.
עס לוינט זיך נישט.

איך גיי זיך נישט טענהן מיט דיר איבער די נטורא קרטא, אז די ווילסט קענסטו פרעגן דער וואס האבן מיך געפנט די אויגן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אתא קלילא האט געשריבן:איך וואק יעצט אויפן גאס זעה איך א יונגערמאן וואס זיין פנים פלאקערט פאר בושה אפשר די ביזסט דאס געווען דארט?
עניוויי לאמיר דיר שוין פרעגען פארוואס ווען נטורי קרטא האבן זיך געטראפען מיט אחמדינג׳אד האט דיין פנים נישט געפלאקערט פאר בושה, איך ויל דיר זאגען א גרויסען חידוש אז להוי ידוע מיין פנים האט געפלאקערט פון גרויס בושה צו זעהן וי מיר זענען אנגעקומען!

ר' אתא קלילא: מיין פנים האט נישט געפלאקערט פאר בושה. איך האב מיך געקוילערט פאר געלעכטער. די (סרח'עדיגע) קלאונס זענען געפארן קיין איראן זיך צו טרעפן און קושן מיט'ן גילגול פון היטלער, ימ"ש בדורינו. מילא ווען משה הירש האטציך געטראפן מיט זיין גוטן פריינט יאסיר (פון לשון יעס-סיר) אראפאט ימ"ש. ביידע האבן אוועק געסרח'עט. איז נישט געוועין קיין חילוק. אבער די צו-לאטשעטע, אומ-געוואשענע חברה מיט זייערע טערקישע בעקיטשעס זענען אנגעקומען אין פרעזידענטליכן פאלאץ און זיך געקושט מיט אכמאדיניג'אד בבזיונו ובעצמו. (מ'שמועסט אז ער שטאמט פון א משפחה געשמד'טע טערקישע אידן.) נאך א ווינדער אז מ'האטציי נישט משלח געוועין פון דארט. איך בין זיכער אז זיי האבן אויס גע-ספרעיט דעם רום ווי זיי האבן זיך געטראפן און געקושט... :? 8-) :lol: :lol: :lol: :roll: :roll: :lol: :roll: :evil: :x :P :oops: :cry: :( ;) :o
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דער אמת איז צוישען אונז גערעדט אז עראפאת אין אחמדינג׳אד אין אלע שונאי ישראל קוילערען זיך נאך אלץ פאר געלעכטער פוי די וואנזיגע מטורפים בדמות אנשים וואס זענען געקומען זיי צו קושען אין צאמווארפען אזויפיל שטותים וואס אפילו אחמדינג׳אד זעלבסט ווייסט אז זיי זענען נישט מער וי מטורפים
די וועסט זעהן די קליפ וי זיי ורעפען זיך מיט אחמדינג׳אד וואס ער איז נישט אזא שוטה וי זיי האבן זיך פארגעשטעלט אין דער גערובנער חברהמאן שמייכלט זיך אונטער פון זיי כאילו וי ער מיינט צו זאגען ״ענק יידעלעך די קלוגע פאלק ענק האבן נישט עפעס בעסערס פאר מיר חוץ די פאר שטינקערס״? ווען האבן זיי זיך געזייפט צום לעצטען מאל פאר א גוט יאר?
אין דאס איז וואס מיר האבן זיך געשעמט אז אזא צופידילטע דאלעגאצייע זענען געפארען זיך קושען מיט דעם שטן!
אנדערש וואלט געווען ווען לו יצוייר עס וואלט געפארען א דאלעגאצייע פון ריכטיגע עיני העדה אין קלוגע מענטשען וי סאטמערער רבי זי״ע וואלט דאס מסתמא געווען א כבוד גדול
אבער אז ער איז נישט געפארען צו סאדאת בשעתו אז משמע אז ער האט נישט גיהלטען פון אזעלכע פארוקטע אקטען!
קדש הילולים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

שליחה דורך קדש הילולים »

@בערל @אתא: ר׳ אתא זאגט אז ער האט ״געליינט״ ויואל משה. איז דאך נישט אינטירעסאנט. אבער די בערל, זאגסט אז האסט געלערנט ויואל משה, אפשר קען איך דיר פארהערן?
וואס שטייט אין ויואל משה,אריינגיין אין כנסת צו אויפטון דארט, איז עס ״יהרג ואל יעבור״, אדער ״א גאר א הרבער איסור״?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ר' אתא קלילא: כ'על דיר זאגן. אין אמת'ן דארף מען זאגן גם זו לטובה אז אט די סרח'דיגע חברה (ס'איז שוין נאך די ניין טעיג.( פארן נאר אויף אזעלכע פלעצער ווי צו אכמאדינידזשאד און קיין דייטשלאנד צו די נאציס. מיין פנים וואלט : אמת'דיג געפלאמט פאר בושה ווען די צודרייטע באנדע מטורפים שיקן א דעלעגאציע צו אינזער פרעזידענט אבאמא ירום הודו, אין ווייסן הויז. זיין פענסי גוי'טע וואלט זיכער אויסגעניצט א פאר קענס פון ספרעי עיר פרעשענער נאך זייער באזוך. אדער וואלט זי געהייסן די פוילישע (אדער ספאנישע) גוי'טעס וואס ארבעטן דארט, צו אויס וועקיומ'ען אלע קארפעטס פון די אוועל רום... :? 8-) :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :roll: :twisted: :evil: :lol: :x :P :oops: :cry: :( ;) :o
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קדש הילולים האט געשריבן:@בערל @אתא: ר׳ אתא זאגט אז ער האט ״געליינט״ ויואל משה. איז דאך נישט אינטירעסאנט. אבער די בערל, זאגסט אז האסט געלערנט ויואל משה, אפשר קען איך דיר פארהערן?
וואס שטייט אין ויואל משה,אריינגיין אין כנסת צו אויפטון דארט, איז עס ״יהרג ואל יעבור״, אדער ״א גאר א הרבער איסור״?

ר' קודש הילולים שליט"א: איכ'ל דיך פרעיגן אן אנדערע שאלה. וואס שטייט אין די הקדמה פון ספה"ק ויואל משה, אויף דף ח' אינטן, אויף די לינקע זייט???? הא!!!. זיי מוחל זיי מעיין, און לאז מיך וויסן, בקרוב.
המצפה לרחמי שמים, הק' בערל, המכונה בעל עגלה דמתא... :? :lol: :roll: :roll: :lol: :x :P :oops: ;) :?: :!: :o
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

berlbalaguleh האט געשריבן:
קדש הילולים האט געשריבן:@בערל @אתא: ר׳ אתא זאגט אז ער האט ״געליינט״ ויואל משה. איז דאך נישט אינטירעסאנט. אבער די בערל, זאגסט אז האסט געלערנט ויואל משה, אפשר קען איך דיר פארהערן?
וואס שטייט אין ויואל משה,אריינגיין אין כנסת צו אויפטון דארט, איז עס ״יהרג ואל יעבור״, אדער ״א גאר א הרבער איסור״?

ר' קודש הילולים שליט"א: איכ'ל דיך פרעיגן אן אנדערע שאלה. וואס שטייט אין די הקדמה פון ספה"ק ויואל משה, אויף דף ח' אינטן, אויף די לינקע זייט???? הא!!!. זיי מוחל זיי מעיין, און לאז מיך וויסן, בקרוב.
המצפה לרחמי שמים, הק' בערל, המכונה בעל עגלה דמתא... :? :lol: :roll: :roll: :lol: :x :P :oops: ;) :?: :!: :o

כאהב דאס נישט געליינט וי א בוק פון מחניים אדער מעשיות פון מנחם מענדיל נאר כהאב דאס ׳אדורעך גיהאקערט׳ מיט א חברותא א לאנגע שטיק צייט אין סאיז נישט קיין הלכה ספר וי טור בית יוסף וואס מדארף מקיים זיין מיט פארמאכטע אויגען וי הייליג די רבי זכיגענייני איז געווען איז ער נישט קיין פוסק אחרון!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קדש הילולים האט געשריבן:@בערל @אתא: ר׳ אתא זאגט אז ער האט ״געליינט״ ויואל משה. איז דאך נישט אינטירעסאנט. אבער די בערל, זאגסט אז האסט געלערנט ויואל משה, אפשר קען איך דיר פארהערן?
וואס שטייט אין ויואל משה,אריינגיין אין כנסת צו אויפטון דארט, איז עס ״יהרג ואל יעבור״, אדער ״א גאר א הרבער איסור״?

http://m.youtube.com/watch?v=7iulQXbIqPE
די זעלבע יהרג ואל יעבור אין נישט ווייניגער איז אויך לגבי די וואס טרעפען זיך מיט די שונאי ישראל אין שטעלען איין יידישע לעבען אין די גאנצע וועלט, גיי נאך אמאל אריבער די קליפ פון הרב אמנון יצחק פונקט וי די האסט געלערנט ויואל משה אז מטאר נישט טרעטען אין כנסת המינים אין שפעטער וועט מען רעדען
בהצלחה. ;)
קדש הילולים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

שליחה דורך קדש הילולים »

נו ר׳ אתא, אז די האסט יא געלערנט ויוא״מ(כ׳האף אז דיין ״חבריתא״ איז נישט דיין חבר בערל, ווייל ער זעה איך קען עס נישט...), איז אפשר קען איך דיר פארהערן? אפשר ווייסטו וואס ס׳שטייט אין ויוא״מ אויף די אויבן דערמאנטע פראגע?
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

Thats news. The vyoel Moshe was written in order to exempt the boys from army. What an idea
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום diff, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

אתא קלילא האט געשריבן:http://bshch.blogspot.com/2014/09/blog-post_105.html?m=0
ווייסט איינער מער אינפא ארום די קליפ?
איז דאס טאקע דעם ברך משה׳ס אייניקעל?(מייזליש)

וואס טייטעלבוים ווען טייטעלבוים? ער הייסט איציק רייך וראה בספר הפנים סימן קא.

און נאכאמאל פליז סטאפ זאפארט אנצודרעקן דא מיט זיין צואה.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קדש הילולים האט געשריבן:נו ר׳ אתא, אז די האסט יא געלערנט ויוא״מ(כ׳האף אז דיין ״חבריתא״ איז נישט דיין חבר בערל, ווייל ער זעה איך קען עס נישט...), איז אפשר קען איך דיר פארהערן? אפשר ווייסטו וואס ס׳שטייט אין ויוא״מ אויף די אויבן דערמאנטע פראגע?

קודש הילולים: דו האסט מיך אזוי שטארק געמאכט לאכן אז איך בין שיער נישט אראפגעפאלן פון בענקל. דו האסט אפגעפסקנ'ט אז איך קען נישט דעם ויואל משה... :lol: :lol: :lol: :lol: איך האב דיך דאך געפרעיגט א פשוט'ע שאלה. וואס ס'שטייט אין די הקדמה אויף דף ח'. כ'האב עס דער אריינגעגעיבן אין מויל אריין שימה בפיהם. און דו ווייסט נאכאלץ נישט. אפשר אין דיין ספר שטייט נישט די דברים חוצבים מלהבות אש. אבער אין מיין ספר שטייט עס יא!!!! נו, ווען באקום איך א תשובה פון דער, הא????.... :roll: :lol: :roll: :lol: :roll: ;) :o
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך אויך האט געשריבן:
אתא קלילא האט געשריבן:http://bshch.blogspot.com/2014/09/blog-post_105.html?m=0
ווייסט איינער מער אינפא ארום די קליפ?
איז דאס טאקע דעם ברך משה׳ס אייניקעל?(מייזליש)

וואס טייטעלבוים ווען טייטעלבוים? ער הייסט איציק רייך וראה בספר הפנים סימן קא.

און נאכאמאל פליז סטאפ זאפארט אנצודרעקן דא מיט זיין צואה.

איך שפיר טאקע אן (נישט) אנגענעימען ריח. נאר דברי חכמים בנחת נשמעין. ווען מ'פיהרט א ויכוח טאר מען נישט ווערן עמאציאנעל. א יעדער האט א רעכט צו זאגן זיין מיינונג. נאר אלעס דארף ווערן געפיהרט בדרך כבוד... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: :cry: :( :o
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

לכב' הרב קודש הילולים שליט"א: אזוי ווי אינז זעמער נעכטן געבליבן ביים שמועס אז דו גייסט (בלי"נ) נאכקוקן וואס ס'שטייט אין ספה"ק ויואל משה, און מיר ענטפערן נאכדעים וואס דיין חוות דעת איז איבער דעים. נאכדעים וואס דו האסט געמאכט אזא ברייטן סטעיטמענט "אז בערל בעל עגלה, קיין ויואל משה קען ער זיכער נישט". האמיר דאך געשמועסט אז דו גייסט מעיין זיין דארט ווי איך האב דיר געזאגט, און מיך לאזן וויסן. איך שטיי (או.קעי. יעצט זיץ איך. כ'האב נישט קיין כח צו שטיין אזוי לאנג.) אבער, דערווייל האביך נאכנישט געהערט פון דיר דבר או חצי דבר. איך וויל אז ס'זאלל זיין "ודבר דבר".
המצפה לתשובה, בקרוב מאת ידידו הדורש שלום טובתו כל הימים. הק' בערל המכונה בעל עגלה דמתא... 8-) :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :roll: :evil: :x :P :oops: :cry: :( ;) :o
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אזוי ווי איהר אלע ווייסען בין איך א קנאפע חסיד פונ'ם תורות פון ויואל משה, אבער איך האב נאך אלס נישט קיין אינפארמאציע וועגען די סכנה וואס נטו"ק האט אנגעברענגט אויף אידען. נאך פערציג אזעלכע יארען, קען איינער צייגען א פינגער אויף עפעס א פראבלעם וואס כלל ישראל ליידט וועגען זיי? ווייל הרב אמנון יצחק האט געזאגט אז ס'איז א סכנה מיינט נישט א ס'איז אזוי!
און סתם אזוי רעדט ער בכלל נישט צו דער זאך. ער זאגט אז דער גזירה פון אראבער איז א רוחניותדיג'ע ווייל מ'האט געהרג'ט אמעריקאנער אויך, און דעריבער דארף מען תשובה טוהן און האלטען שבת און נישט רעדע מיט די ארעבער. דאס איז נערישקייטען. טאמער ס'איז ריכטיג אז די נטו"ק קענען אויפטוהן אז די ארעבער וועלען נישט אנקוקען יעדער איד אלס שולדיג אין יעדער מעשה פונ'ם מדינת ישראל, איז דאס נישט קיין סתירה צו בטחון און תשובה טוהן. זיין טענה קען נאר זיין אז ס'איז שטותים, די ארעבער ווייסען אז נטו"ק איז א הייפעלע נערישע יונגען, און ממילא העלפט עס נישט. טענה'ט נטו"ק צוריק 'איז וואס שלאגט איהר זיך? זיי זיך מצטרף צו אונז, און אזוי וועט עס זיין א גרעסערע ציבור'.
און דער טענה אז אמעריקא האט אויך געליטען איז אויך נישט אויפ'ן פלאץ. אל-קאעידא האט נישט קיין פוס אין מדינת ישראל, און כאמאס האט קיין מאל נישט געמאכט א פיגוע אין אמעריקא. ביידער האבען זייער נושאים, און אפי' טאמער מאנכע שיטות זענען אייניג, למעשה זענען זיי ווייט פון 'איין באוועגונג'. איז וואס האט א פיגוע אין ירושלים מיט א פליגע אין מגדל התאומים?
איך וועל זאגען פאר דער פרי קודש הילולים קלאר אז ווען איך האב געלערנט דער סוגיא פון הכל מעלים לא"י האב איך געברענגט צום כולל מיין ויואל משה, אבער למעשה האט ער קיין סאך נישט געהאלפען צום סוגיא. מ'קען מיר נישט פארהערען אויף דער ספר ווייל ס'איז א פאר יאר צוריק, אבער למעשה זעה איך נישט ער זאל אזוי רעדען צו דער זאך אויפ'ן נושא. דער משנה זאגט אונז אז תורה נקנית בפלפול חברים. ווען ער וואלט זיך מכניע געווען צו אנדערע תלמידי חכמים אין שטאט (אפילו אז ער וויל זאגען אז רבנים אין א"י קענען נישט פסקנ'ען וועגען נגיעות (רח"ל) אבער אין נ.י. זענען דעמאלס געווען תלמידי חכמים נאך אזוי גרויס ווי איהם) כגון הרב י. א. הענקין וואס האט דעמאלס געלעבט, אדער הרב משה פיינשטיין אדער דער ווישקער עילוי אדער הרב אהרן קוטלר צו הרב ראובן גראזאווסקי ועוד זכרון צדיקים לברכה, וואלט ארויס געקומען די הלכה על בוריה, אבער חרב על הבדים ונואלו - אז מ'פסקנ'ט אליינס, כאילו כל חכמי ישראל כקליפת השום, קומט ארויס אזעלכע רייד, וואס כל תינוק בן יומו קען אפפרעגען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ר' ליטוואק פון בודאפעסט: יישר כח פאר העלפן מלבן זיין די סוגיא. איך ווייס אז דו האסט נישט גערעדט דירעקט צו מיר. אבער איך וועל דאך נעמען דאס ווארט צו אדרעסירן עטליכע נקודות וואס כבודו האט ארויפ געברענגט. והנה: וואס הרב אמנון יצחק שליט"א זאגט אז די פארשאלטענע אראבערס ימ"ש האבן געמאכט א פיגוע אין אמעריקע אויכעט איז אויפ-צו ווייזן -פאר די בהמות ( ואי אפשר לפורטם כי רבים הם) אז נישט מדינת ישראל איז שולדי אין די רציחות פון די אראבער, בכל צורה שהם.:
לגבי די שאלה אויב די טיפשים און קלאונס וועלכע רופן זיך נטורי קרתא שטעללן אין סכנה די לעיבן פון אנדערע אידן, ביניך מסכים מיט דיר 100%פראצענט. א חוץ זייענדיג טיפשים און משוגעים טוען זיי גארנישט. אם לא יועיל, לא יזיק. אבער ס'איז דא אנדערע מענטשן, אזוי ווי הרב אמנו יצחק, וועלכע האלטן אז וואס זיי טוען שטעלט איין זייער אייגענע לעיבן און די סעיפטי פון אנדערע אידן איבער די וועלט אין סכנה, ווייל ס'געט לעגיטימאציע פאר די מעשים פון די אראבער. די עיקר נקודה וואס הרב אמנון יצחק שליט"א האט געוואלט ארויסברענגען פאר דעים תמימות'דיגן נטורי קרתא יונגל איז, אז זיינע אזויגערופענע אראבישע גוטע פריינט וועלן איהם אליינס אויכעט הרג'נען, ח"ו. חוץ מזה, איז דאך דאס מיין טענה צו זיי און און צו די מענטשן וועלכע רעדן זיך איין אז נטרונא טוט עפעס אויף. הרף. לאזטץ עינק אפ פון די שטותים. עטץ לעיבט מיט אילוזיעס (נטרונא, זיכער.) די אנטיסעמיטן און רוצחים פון די וועלט האבן אינז פיינט אלס אידן. פארטיג. מדינת ישראל איז נאר א גוטער תירוץ צו דעקן זייערע מעשי רציחה אויף אידן... :? 8-) :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :roll: :twisted: :evil: :cry: :( :x :P :oops: ;) :o
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: דער משנה זאגט אונז אז תורה נקנית בפלפול חברים. ווען ער וואלט זיך מכניע געווען צו אנדערע תלמידי חכמים אין שטאט (אפילו אז ער וויל זאגען אז רבנים אין א"י קענען נישט פסקנ'ען וועגען נגיעות (עפ"ל) אבער אין נ.י. זענען דעמאלס געווען תלמידי חכמים נאך אזוי גרויס ווי איהם) כגון הרב י. א. הענקין וואס האט דעמאלס געלעבט, אדער הרב משה פיינשטיין אדער דער ווישקער עילוי אדער הרב אהרן קוטלר צו הרב ראובן גראזאווסקי ועוד זכרון צדיקים לברכה, וואלט ארויס געקומען די הלכה על בוריה, אבער חרב על הבדים ונואלו - אז מ'פסקנ'ט אליינס, כאילו כל חכמי ישראל כקליפת השום, קומט ארויס אזעלכע רייד, וואס כל תינוק בן יומו קען אפפרעגען.


WOW
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

איך האב א שאלה למעשה.
אויב קאנדידאטירט א פרו-פאלעסטינער קאנגרעסמאן, אין א יידישע געגנט. און די נטורא-קרטא'ניקס שטיצן אים, און עס איז דא א מעגליכקייט אז ער וועט באקומן א בענקל וועלכע גייט גווענטליך צו א פרו-ישראל קאנגערסמאן (עיר שרובה ישראל). האבן זיי א דין רודף?
דאדרוך זיין וואוט וועט מען דאך שניידן געלט+וועפנס פאר מדנ"י. איז דאס נישט גנוג צו ווערן קונסידערד א רודף?
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

היימישער ליטוואק האט געשריבן:איך האב א שאלה למעשה.
אויב קאנדידאטירט א פרו-פאלעסטינער קאנגרעסמאן, אין א יידישע געגנט. און די נטורא-קרטא'ניקס שטיצן אים, און עס איז דא א מעגליכקייט אז ער וועט באקומן א בענקל וועלכע גייט גווענטליך צו א פרו-ישראל קאנגערסמאן (עיר שרובה ישראל). האבן זיי א דין רודף?
דאדרוך זיין וואוט וועט מען דאך שניידן געלט+וועפנס פאר מדנ"י. איז דאס נישט גנוג צו ווערן קונסידערד א רודף?

100% בלי שום ספק !
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ר׳ ליטוואק פון בודפעסט, לאמיר פראבירען אביסל צו מאכען סדר אין די עניינים.
קודם כל דאס וואס די זאגסט אז דער סאטמערער רבי זיכיגענייני איז נישט קיין פוסק אין ויואל משה איז נישט קיין תורה מסיני 100% גערעכט. סאיז געוועהן געניג און נאך גדולים וואס האבן זיך נישט מתייחס געוועהן צו די ספר אין די הלכות וואס ער האט ממציא געוועהן על דעת עצמו.
בעלזער רב זי״ע אין דער אמרי אמת אין ר״א קוטלער אין נאך גדולים האבן גיהאלטען פארקערט אין זיי זענען נישט געוועהן קיין מפיל קינדער אין נישט קיין חיידער יונגלעך אין עמיראצים.
אין ווען @קודש הילולים שרייט גיוואלד היתכן אז ״די ווייסט נישט וואס דער רבי זכיגנענייני האט געזאגט אז מטאר נישט אריינגיין אין דעם בית המינים אפילו אויף צו אויפטהון אין סאיז ייהרג ואל יעבור״ וכדומה איז דער ענטפער גאנץ פשוט, יא איך ווייס כהאב געזעהן וואס שטייט אין ויואל משה אין סארי אויף די ווערטער אז דער רבי זכיגענענייני רעדט נישט צום זאך בשעת ער לעבט נישט דארט אין לעבט נישט דעם מציאות אין אסאך גדולים זענען געווהען קעגען די מיינונג
יעצט לגבי די קליפ פון ר׳ אמנון יצחק, די קענסט עם אוועקמאכען ביז פורים נאכען קוגעל, תכלית איז ער רעדט צום זאך אין דער נטו״ק מיטגליד וואס דינגט זיך מיט עם איז א שוטה שאין כמוהו א משוגענער וואס באלאנגט אין משוגעים הויז!
סאיז פשוט בתכלית אז דער אראבער האט גארנישט קעגען ציונות אין די אראבער זענען נישט קיין חסידים פון ויואל משה אדער משה בער [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] נאר דער גאנצע מערכה איז קעגען יידישקייט אין עראפאת ימח שמו משה הירש בעסטער חבר האט נישט איינמאל גאזאגט אז אויב נעמען זיי צוריק איין ארץ ישראל ווארפען זיי אלע אידן אריין אין ים התיכון אריין, אין דאס מיינט אויך משה הירש וחבר מרעיו אין אויך דעם משוגענער וואס דינגט זיך מיט ר׳ אמנון יצחק וואס רעדט מיט אזא מין פויערישע הכנעה צו די אראבער גייען זיי ווארפען אין ים התיכון דער ערשטער אויפן ליסט פשוט ווייל ער דרייט זיך אונטער זייער פיס קומט עם צום צו האבן דעם זכות קדימה
אין דאס רעדען זייערע מופתי׳ס אין זייער קלויסטערס, כהאב שוין כמה פעמים געברענגט א קליפ פון א מופתי וואס זאגט עס קלאר ארויס אז די מלחמה איז א רעליגעזע מלחמה אין נישט נאר צוליב די מדינה אין ממילא דאס גיין קושען די פוס פון די מוסלעמיינער איז א עוולה שאין כמוה אין א שטות שאין בדומה לה ווייל מיט דעם גיבט מען חיזוק אין לגיטמאצייה פאר די שונאי ישראל זיך צו נוצען מיט דעם תירוץ צו חרוב מאכען דעם גאנצען יידישען יישוב אין ארצה״ק
איך רעדט שוין נישט פון דעם זלזול אין די פרעכישקייט פון לייקענען אין קלענער מאכען די צווייטע וועלט מלחמה אין דאס ווארפען אויף די ציונים
כאילו זיי זענען שולדיג אין דעם אין אז סאיז נישט אזוי וי ממאכט דאס אזוי געפערלעך וכדומה דאס איז א רשעות ואכזריות פון ערשטען קלאס

נאך א נקודה, אויב רעדט מען פאר די מדינה איז געווארען א פאקט צו דאס איז אויסגיהאלטען תורה׳דיג צו נישט איז לכאורה די תשובה אז נישט אין איך בין מדגיש דעם ״לכאורה״!
אבער נאך די מדינה איז שוין 66 יאר א פאקט איז דאס גיין צו די אראבער געבען חיזוק אין אויפרייצען קעגען די ציונים א פאברעך וואס מיר אלע צאלען א פרייז פאר דעם אין קיינער פון אונז האט זיי נישט געשיקט צו די מיסייע אין זיי רעדען נישט אין אונזער נאמען נאר על דעתם המטורפת פונקט וי די ציונים מאכען וואס זיי מאכען על דעתם אין זיי האבן אלע א דין פון א רודף וואס איז אין הלכה געפסקענט אז מורידין ולא מעלין!
דאס איז זיכער אז גיין טאנצען מיט די אראבער איז קלאר נישט אויסגיהאלטען תורה׳דיג אין שכלדיג אין די תורה פון ״הבית היהודי״ אין די שטותים וואס ער ווארפט דארט צאם זענען אפשר אויסגיהאלטען מיט די תורה פון ראדיקאלישע איסלאם אין שריעה געזעצען אבער מיט די תורה פון אידישקייט איז קלאר אז נישט!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פארשפארט