ממרום שלח אש האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער וואס כאפט נישט התפעלות נישט פון די ניגון און נישט פון די ווערטער?
א גאנץ עווערעזש ניגון אן קיין חידושים אויף ווערטער וואס זענען לאנגווייליג און נישט שיין געפארעמט.
די ניגון מילא, איך כאפ נישט התפעלות פון די ווערטער.
עס קוקט אויס כאילו ס'איז עפעס א קאנפליקט פון השי"ת מיטן רבי'ן, כאילו דער אייבערשטער זאגט, ואנכי הסתר אסתיר פני וגו', אבער דער רבי קריגט זיך און זאגט "אפילו בהסתרה" וכו',
לכאורה איז דאך דאס היינו הך, ממש די זעלבע זאך, ווען איימיצער זאגט איך וועל זיך באהאלטן, איז דאך שוין משמע אז ער וועט זיך געפינען דארט נאר מען וועט אים נישט זעהן, וואס ביסטו מיר מחדש אז ער שטייט אונטער אלע שוועריגקייטן?
דערמאנט מיך פון מב"ד ניגון, אין אדם שר שירה, איז דאך "משמע" פון רש"י, כאילו עפעס א טיפע משמעות וואס ער האט ארויסגעלערנט, האלא, דאס איז דאך פשוט פשט.
אבער בעיקר, דער הסתר פנים דארף ענדערש ווארפן א פחד, דאס איז נישט קיין חיזוק פאר מיר, נאר ענדערש פארקערט, אז דו שטייסט יא דא אונטער מיר, ווי אזוי קוקסטו און העלפסטו נישט ארויס? למה לנצח תשכחנו, תעזבנו לאורך ימים? קלי קלי למה עזבתני, רחוק מישועתי דברי שאגתי, אלקי אקרא יום ולא תענה וגו', עס איז מיר גאנץ א קנאפער טרייסט אז ער שטייט פון אונטן באהאלטן און קוקט אלעס צו.