הקטן האט געשריבן:איך זעה און א געוויסע פוינט און די קליפ ווייזט ער אז די סטעק האט יא א פרשת דרכים.
איז נישט דא קיין קלארע חיליק פין איין סארט ספישי צו די אנדערע?
די פרשת דרכים וואס ער ווייזט דארט אן איז וואו עס צוטיילט זיך די דורות פון ווי עס שטאמען היינט פיש און מענטשן למשל. (נאך א נארישע קשיא וואס לייקענער האבן ליב צו פארווארפן מיט א תמימות'דיגע פנים "אויב ס'איז אמת אז נאך צוויי הונדרעט מיליאן יאר ווערט פון פיש מענטשן דאן פון וואו איז נאך היינט דא פיש צו באקומען?")
איז נישט דא קיין קלארע חיליק פין איין סארט ספישי צו די אנדערע?
אויב יא, האט מען געטראפן ספישיס וואס מארפען איינס אריין אין די אנדערע ? (איך שטעל זיך פאר אז דאס וועט ווייזען macro)
נאכאמאל, חילוקים איז דא פון דיר ביז דיין טאטע, פון מיר צו מיין קליינע טאכטער, פון מיין עלטער באבע ביז רש"י הקדוש'ס רעבעצין און פון איר ביז דוד המלך געוויס. ס'איז נאר צו א קליינע חילוק פונקטליך צו ווייזן מיט די פינגער אן אריינגיין אין די קליינע דעטאלן פון anatomy בכלליות און microbiology בפרטיות, וואס דארטן זעהט מען שוין איינמאל א דיפערענס. (די איינציגסטע large scale mutation וואס מ'קען ווען יא אבזאווירן מיט די פליישיגע אויגן איז "דער גולם פון פראג", טאר מען דאך אבער נישט ארויפגיין אויפן בוידעם..)
ומכלל טעאריא לא יצא
איך מיין אז ווען איינער מאכט א חשבון אז אויב 'צוויי מאל דריי פלוס איינס' איז 'זיבן' דעמאלס מוז זיין אז 'מיליאן' מאל 'צוויי מאל דריי פלוס איינס' איז 'זיבן מיליאן', זאגט מען נישט אויף דעם "מכלל טעאריא לא יצא".
דארפסט פארשטיין די חילוק פון hypothesis ביז theory. איינשטיין'ס general theory of relativity איז אויך א theory, עם כל זה ארבייט מיין
GPS מיט א הערליכע פונקטליכקייט.
פארוואס האב איך געמיינט אז די וואס זענען זיך תולה אויף עוועלאציע האבן נישט קיין פארבלעם צי ברענגען ראית אז דאס איז דער איינציגער וועג
שפיר זיך נישט שלעכט, דו ביסט נישט דער איינציגסטער מיט די טעות, ס'איז אבער א טעות. אויף אן ענדליכער ענין צו דעם שרייבט קארל סעגאן ז"ל אין Cosmos
[left]science works. It is not perfect. It can be misused. It is only a tool. But it is by far the best tool we have, self-correcting, ongoing, applicable to everything[/left]
לדעתי איז intelligent design פיל מער plausible אלס א מהלך וואו אזוי עס זאל ווערן סדר פין אי-סדר
נאך אן עירוב פרשיות שנו כאן. intelegant design וויכוח קומט אריין ווען מ'טענה'ט זיך איבער די origin of life, וואס evolution אדער the origin of species איז אנגאנצען נישט דא צו באהאנדלן. איינמאל ס'איז שוין דא life, אז evolution זאל אריינקומען אין בילד פעלט נישט אויס קיין intelligent design פאר natural selection צו גיין א גאנג. והדברים פשוטים.
נאך א זאך, ביי די וויכוח איבער the origin of life און the first cause איז אויך intelligent design בכלל נישט קיין אלטערנאטיוו צו אנדערע השערות. ס'איז שווער אריינצוגיין אין דיונים, ס'קען זיך גרעניצן מיט כפירה. נאר צו דערמאנען אז פון א וויסענשאפטליכען קוק ווינקל איז intelligent design פונקט אזא תירוץ ווי איינער זאל אוועקשטעלן אז די first cause איז Pk#22*0000065H~55, און ווען מ'פרעגט אים וואס דאס דארף צו מיינען טענה'ט יענער אז מ'קען עס נישט מסביר זיין ווייל ס'איז א זאך וואס מ'קען נישט פארשטיין מיט א מענטשליכע שכל, בערך אזוי. science גיבט זיך נאר אפ מיט "וויסענשאפט" וואס דער מענטש קען "וויסן" (science איז דער לאטיינישער ווארט פאר וויסענשאפט), אמונה איז פאר דברים שלמעלה משכל האנושי, מ'קען נישט מישן די צוויי.
נאך א ליניע פון קארל סעגאן אויף science איז
[left]It has two rules. First: there are no sacred truths; all assumptions must be critically examined; arguments from authority are worthless. Second: whatever is inconsistent with the facts must be discarded or revised. We must understand the Cosmos as it is and not confuse how it is with how we wish it to be[/left]
נאכאמאל, science לחוד ואמונה לחוד, ס'איז צוויי אנדערע וועלטן (ס'איז דא אויף דעם ספעסיפישען סוגיא מאמרים פון פרופסור ישעיהו לייבוביץ' ז"ל, ס'איז דא אויך א קליפ אויף YouTube פון מאניס פרידמאן, כ'ברענג עס נאר נישט אראפ ווייל איך בין מחולק מיט געוויסע פרטים אין זייערע הסברים און איך וויל זיך נישט דא אריינלאזן אין די נושא. אויב דיר אינטערסירט עס קענסטו בעטן ביי Google זאל די דערלאנגן די סחורה).