אמרתי אחכמה והיא רחוקה ממני

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

אמרתי אחכמה והיא רחוקה ממני

שליחה דורך ונבנתה העיר »

די וואך [אמור] שטייט די פרשה פון מומין, איינע פון די מומין איז 'גבן', רש"י איז מסביר אז דאס איז ווען די אויגן ברעמען זענען זייער לאנג און ליגן איבער די אויגן, נאך איינע פון די מומין איז ווען די ליפן זענען געשפאלטן.

אין מס' ב"מ (פ"ד ע"א) פארציילט די גמ' די באקאנטע מעשה ווי ר' יוחנן האט מקרב געווען ריש לקיש – דער ראש פון די ליסטים - צו תורה, דערנאך פארציילט די גמ' אז איין טאג האבן ר"י און ר"ל זיך ארומגעקריגט פון ווען א מעסער רעכנט זיך פאר א פארטיגע כלי: רבי יוחנן אמר משיצרפם בכבשן, ריש לקיש אמר משיצחצחן במים, א"ל, האט ר' יוחנן געזאגט צו ר"ל, לסטאה בלסטיותיה ידע, א רויבער קען זיך גוט אויס אין זיין רויבעריי, ממילא ווייסטו פונקטליך ווען א מעסער איז גרייט צום נוצן, אמר ליה, האט ר"ל געזאגט צו ר"י, ומאי אהנת לי, וואס האסטו מיר אויפגעטוהן מיט'ן מקרב זיין צו תורה, התם רבי קרו לי, הכא רבי קרו לי, דארט בין איך געווען א שיינער איד פונקט ווי דא, אמר ליה, האט ר"י גענטפערט, אהנאי לך דאקרבינך תחת כנפי השכינה.

למעשה איז ר"ל נפטר געווארן, והוה קא מצטער ר' יוחנן בתריה טובא, ער האט נישט געהאט מיט וועמען צו לערנען, אמרו רבנן מאן ליזיל ליתביה לדעתיה? ניזיל רבי אלעזר בן פדת דמחדדין שמעתתיה, האט מען געשיקט ר' אלעזר ב"פ וועלכער איז געווען א שארפער אז ער זאל לערנען מיט ר' יוחנן, אזל יתיב קמיה, כל מילתא דהוה אמר רבי יוחנן אמר ליה תניא דמסייעא לך, אויף יעדע מימרא פון ר"י האט ר' אלעזר געברענט א ראי', אמר, את כבר לקישא? דו ביסט דען א ממלא מקום פאר ריש לקיש? בר לקישא כי הוה אמינא מילתא, ווען איך פלעג עפעס זאגן, הוה מקשי לי עשרין וארבע קושייתא, האט ער מיר געפרעגט אויף דעם 24 קושיות, ומפריקנא ליה עשרין וארבעה פרוקי, און איך האב איהם גענטפערט 24 תירוצים, וממילא רווחא שמעתא, און דורכדעם איז די סוגיא קלאר געווארן, ואת אמרת תניא דמסייע לך? און דו קומסט מיר ברענגן ראיות צו וואס איך זאג? אטו לא ידענא דשפיר קאמינא, ווייס איך דען נישט אז איך זאג גוט?

דערנאך איז דא א מעשה מיט ר' יוחנן אין סוף ב"ק (קי"ז ע"א), רב כהנא איז ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל, און וואס ר' יוחנן האט געזאגט ביים שיעור האט רב כהנא איהם אפפגעפרעגט, פארציילט די גמ' אז ר' יוחנן האט געהאט לאנגע אויגן ברעמען האט ער געבעטן מען זאל עס איהם אויפהייבן אז ער זאל קענען זעהן ווער דאס איז דער נייער גאסט: חזא, האט ר"י געזעהן, דפרטיה שפוותיה, אז רב כהנא'ס ליפן זענען צושפאלטן, סבר, האט ר"י געמיינט, אחוך קמחייך ביה, אז ער לאכט פון איהם, חלש דעתיה, פון ר"י, ונח נפשיה, פון רב כהנא, למחר אמר להו רבי יוחנן לרבנן חזיתו לבבלאה היכי עביד, האט עטץ געזעהן ווי דער בבלי לאכט פון מיר? אמרו ליה דרכיה הכי, ער האט נישט געלאכט נאר זיינע ליפן זענען פשוט צושפאלטן, האט ר"י איהם מחי' מתים געווען, עיי"ש.

און אין מועד קטן (י"ז ע"א) זאגט ר' יוחנן: מאי דכתיב: כי שפתי כהן ישמרו דעת ותורה יבקשו מפיהו כי מלאך ה' צבאות הוא, אם דומה הרב למלאך ה', יבקשו תורה מפיו, ואם לאו, אל יבקשו תורה מפיו.

אז מען לערנט א חכמה מן החכמות ווערט דער לערנער א לבוש און א פענסטער צו די חכמה, פונקט ווי א קאלירטע גלאז אין וועלכע עס ליגט קאליר-לאזע וואסער, וועט די וואסער זיך ארויסזעהן מיט'ן קאליר פון דעם גלאז, דאס זעלביגע ווען ער נעמט אריין אין זיך חכמה בלייבט זי נישט מיט איהר ארגינעלע נייטראלקייט, סיי זי ווייזט זיך ארויס מיט די קאלירן, מעלות און שוואכקייטן פון דעם מיטל-מאן, דער וואס האט איהר אריינגענומען אין זיך, און סיי זי הייבט אהן צוביסלעך אויפבלאזן די כלי אין וועלכע זי ליגט, ביז ער ווערט א 'גדול', דער 'גדול' פון דא און דער 'גדול' פון דארט.

אנדערש איז אבער געטליכע חכמה, דער רצון העליון וואס ער האט אפגעשריבן אין תורתינו – תורת חיים, זי איז ארגינעל ווי זי איז אין דעם מוח פון איהר מחבר, זי ווערט נישט – און קען נישט ווערן – נתפעל פון לבושים און כלים אין וועלכע מען לייגט איהר אריין, פון סיי וועלכע קרן זוית מען וועט איהר אויפהייבן איז זי דאס זעלבע: די געטליכע ווילן, דאס איינציגסטע וואס איז שייך איז אז מען זאל ווערן איינס מיט איהר – עץ חיים למחזיקים בה, אבער נישט פארקערט.

אמרתי אחכמה, אז דו וועסט מיט איהר ווערן א חכם, א שיינער איד, א 'גדול', זאלסטו וויסן אז והיא רחוקה ממני, נישט נאר פעלט דיר די חכמה וואס דו זיכסט, נאר דער גאנצער קאנצעפט איז מרוחק פון דיר, דו ווייסט גארנישט וואס מען מיינט בכלל, לא ידע מאי קאמרי רבנן.

ווען ר' יוחנן האט געזאגט צו ר"ל 'לסטאה בלסטיותיה ידע', האט ר"ל גע'טענה'עט אויב נעמסטו מיין תורה דורך מיין פערזענליכקייט, איך בין דער פענסטער דורך וועמען דו זעהסט די תורה וואס איך לערן, איז מאי אהנית לי? אויב פערזענליכע סוקסעס, אויב זיך זעלבסט בויען, איז התם קרי לי רבי והכא קרי לי רבי, האט מיר ביי די ליסטים גארנישט געפעהלט אויף דעם פראנט, און ר' יוחנן האט איהם אודאי גערעכט געגעבן, אהנית לך אז איך האב דיר אריינגעברעגט תחת כנפי השכינה, אז א איד איז נישט מער ווי א פליגל צו ברענגן די שכינה צו איהר ציהל, נישט איינער וואס מישט אריין זיין אנוכיות אין די פראסעס.

פארדעם ווען ר"א בן פדת האט איהם געברענגט ראיות אויף וואס ער זאגט, האט ר"י געשריגן דאס דארף איך דען? איינער זאל מיר גערעכט געבן - איך זאל וויסן אז שלום עלי נפשי? ריש לקיש פלעגט מיר פרעגן 24 קושיות וממילא רווחא שמעתא, איז דער רצון האלוקי קלאר געווארן, נישט צו איך בין גערעכט אדער נישט.

ממילא איז אין ב"ק ווען מען האט אויפגעהויבן ר' יוחננ'ס לאנגע אויגן ברעמען און ער האט געזעהן ווי רב כהנא לאכט, האט ער געמיינט אז ער מאכט איהם אוועק אלס בעל מום, ווי רש"י איז מסביר אין אונזער פרשה אז א בעל מום איז עפעס א שוואכערע זאך וואס עס פאסט נישט ער זאל טוהן די עבודה, דאס האט געשטערט פאר ר' יוחנן, ווי קומט עס אז מען זאל מעסטן תורה מיט ארומיגע לבושים, דער אמת איז אבער געווען אז נישט נאר האט רב כהנא נישט געלאכט נאר דאס גופא איז טאקע געווען א מום ביי איהם אליין – זיינע ליפן זענען געווען צושפאלטן.

אויף דעם איז ר' יוחנן מזהיר אין מועד קטן, 'כי שפתי כהן ישמרו דעת' באטראכט גוט די ליפן, זעה צו זיי לאכן אדער אדרבה זיי זענען גאר צושפאלטענע, אזוי וועסטו וויסן 'ותורה יבקשו מפיהו כי מלאך ה' צבאות הוא, אם דומה הרב למלאך ה', יבקשו תורה מפיו, ואם לאו, אל יבקשו תורה מפיו', נאר אויב איז דער צינור איבערצוגעבן תורה ווי א מלאך וואס איז נאר דא אויף שליחות איבערצוגעבן דעם דבר ה', קיין אייגענע הגדרות, צימצומים און ישות'ן קומען נישט אריין ווען דער דבר ה' געפינט זיך אין צימער, דאן איז יבקשו תורה מפיו.

אל מסתתר...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

נאך אזעלכע דברים היוצאים.... איז שששוין נישט דא וואס צו מוסף זיין .... אבער א קלייניקייט קען מען אפשר זאגן, כ'האב געטראכט, אז מיט דעם איז אויך פארענטפערט דער אנהייב פון די גמרא: "'יומא חד הוה קא סחי רבי יוחנן בירדנא חזייא ריש לקיש ושוור לירדנא אבתריה.
אמר ליה: חילך לאורייתא!
אמר ליה: שופרך לנשי!
אמר ליה: אי הדרת בך, יהיבנה לך אחותי, דשפירא מינאי.
קביל עליה. בעי למיהדר לאתויי מאניה - ולא מצי הדר.

נאכן מקבל זיין עול תורה האט שוין נישט אויסגעפעלט פיזישע מענטשליכע כוחות און באגריפן וואס דארפן דערהויבן ווערן דורך די חכמה, אזוי ווי ביי אנדערע חכמות. נאר בלויז לויטער חכמת השם. ממילא האט שוין נישט אויסגעפעלט נאכן מקבל זיין עול תורה די ספעציעלע כוחות פון שפרינגען דעם טייך וואס ר"ל האט פארמאגט, און איז אלס רעזולטאט פון אים אוועקגעגאנגן.

און די ויכוח צווישן ר"י און ר"ל וועגן די שיינקייט איז אויך מיט דעם בחינה זייער גוט.
ר"ל זאגט צו ר"י נוץ אויס דיין שיינקייט. און ר"י ענפערט אים: "אויב דו ביסט מקבל עול תורה ג'יב איך דיר מיין נאך שענערן שוועסטער" .
ר"י זאגט דא פאר ר"ל אזוי: מיין שיינקייט איז נישט מעלה ומוריד פאר מיר, איך לערן חכמת השם וואס איז העכער אלע שיינקייטן. אויב שוין יא שיינקייט איז דאס מיין שוועסטער, א פרוי, וואס איז פטור פון לימוד התורה, איר שיינקייט קען האבן עפעס א נוצן פאר דיר.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

זייער שיין ר' מאטי.

אבער איז דען א פרוי פטור פין לימוד התורה?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

זייער שיין.
אבער אז דו האסט געענדיגט מיט אל מסתתר, איז מיר בייגעפאלן, פארוואס טאקע זינגט מען אל מסתתר נאך שלש-סעודות-תורה? קען זיין ווייל צומאל איז די שלש סעודות תורה אזוי שטומפיג אז גאט דארף זיך באהאלטן פאר בושה…
(פארשטייטס זיך אז בנידו״ד איז עס נישט גילטיג).
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

איחוד פעלד האט געשריבן:זייער שיין ר' מאטי.

אבער איז דען א פרוי פטור פין לימוד התורה?

כ'מיין אז פון תלמוד תורה זענען זיי פטור.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

איך דענק אז אין הלכות ברכות שטייט אז פרויען זאגען ברכת התורה ווייל זיי זענען מחויב צו לערנען די הלכות וואס זענען זיי מחייב..
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

אה"נ אבער לערנען נאר לשם מצות ת"ת זענען זיי פטור.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

דהיינו זייער לערנען איז נאר אן אמצעי צו די ידיעה פון די הלכות וואס איז זיי נוגע, נישט קיין ענין כשלעצמו.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

עס איז באקאנט א ווערטל אז א חסיד האט אמאל געזעהן א גוט ווארט אין א מתנגד'שער ספר, האט ער געגעבן א קרעכטץ: אוי, שכינתא בגלותא.

האב איך היינט געזעהן אז עס איז גארנישט קיין ווערטל, עס איז א בפי' תיקוני זוהר:

דהא שכינתא איהי בגלותא, ולית בכו מאן דיתער לגבה לרצא לה לגבה בעלה ... צווחין בכל יומא וליליא באורייתא דבעל פה בכמה קושיין, וצווחין בה ככלבין דאמרין הב הב ... הב לן עותרא בעלמא דין, הב לן עותרא בעלמא דאתי ... ולית מאן דישתדל באורייתא לסלקא בה שכינתא מן גלותא.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
בשבילי!
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל

שליחה דורך בשבילי! »

אפשר זענט איר מסביר דעם שטיקל אין אידיש? א דאנק
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

די שכינה איז אין גלות, און עס איז נישט דא צווישן אייך ווער עס זאל זיך אויפוועקן צו איהר, איהר מרצה צו זיין פאר איהר מאן, מען שרייעט בייטאג און ביינאכט אין תורה שבע"פ מיט פארשידענע קושיות, און זיי שרייען אין איהר ווי הינט וואס זאגן 'גיב, גיב', גיב אונז עשירות אויף די וועלט, גיב אונז עשירות אויף יענע וועלט, און עס איז נישט דא ווער עס זאל זיך משתדל זיין אין תורה כדי ארוסצונעמען מיט איהר די שכינה פון גלות.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
פארשפארט