די שטיצער פון די מדינה הציונית

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אתא קלילא: איך בין מסכים מיט וואס דו שרייבסט. נאר איין קליינע הוספה והבהרה אין דיינע ווערטער. די זעלבע בהמות און שוטים וואס זענען טאג און נאכט ביזי מיט די ציונים, האלטן אז דער האלאקאוסט און די נאציס זענען בכלל נישט אזוי געפערליך געוועין. און אויב עפעס, זענען די ציונים שולדיג אין דעים. אויף דעים איז דא כמה ראיות. איינס פון זיי איז. אז, היינט צו טאג זענען א סאך פון די מענטשעלעך וועלכע שעלטן די ציונים טאג און נאכט, די זעלבע וועלכע קויפן און ליעסן די דייטשע לוקסוס קארס, ווי למשל, מערסעידעס, בי,עם. דאבליו, אודי. אן קיין שום שטער. און אן אריינטראכטן אז בלויז צוויי דורות צוריק האבן די זעלבע רוצחים און אנטיסעמיטישע מערדערס, ימ"ש, וועלכע פראדוצירן די קארס, געברענט, געשטאכן און געהרג'עט דאס אידישע פאלק בלויז ווייל זיי זענען אידן. אויב ס'וואלט געוועין, למשל קארס וואס ווערן פראדוצירט אין מדינת ישראל, וואלטן זיי געשריגן אין אלע גאסן אז דאס איז די מרכבה הטמאה פון די ציונים. אבער דייטשע קארס פון די נאציס, מעיג מען. די זעלבע איז אויך אז די אזוי-גערופענע קנאים און הייליגע אידן פארן מיט די דייטשע עירליין לופטהאנסא. אבער נישט ח"ו מיט די ציוניסטישע אל על... :? 8-) :lol: :roll: :twisted: :evil: :lol: :x :P :oops: :cry: :( ;) :o
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

א שטארקע כאפ!
אין דאס שטיצען דייטשע פראדוקטען איז אויך מיטן הייליגען תירוץ אז מטאר נישט אנהאלטען קיין התגרות באומות...אין מטאר זיך נישט נוקם זיין אין זיי
אין איין מינוט נאר, אויב זענען די ישראלים נישט קיין אידן נאר אזוי וי אלע פעלקער איז ווער געבט די נטו״ק מיטגלידער די רשות זיך צו רייצען מיט די אומה?
אין בכלל נטו״ק זענען די וואס רייצען זיך מיט אמריקה אין וי אזוי לאזט מען דאס צו?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אתא קלילא האט געשריבן:א שטארקע כאפ!
אין דאס שטיצען דייטשע פראדוקטען איז אויך מיטן הייליגען תירוץ אז מטאר נישט אנהאלטען קיין התגרות באומות...אין מטאר זיך נישט נוקם זיין אין זיי
אין איין מינוט נאר, אויב זענען די ישראלים נישט קיין אידן נאר אזוי וי אלע פעלקער איז ווער געבט די נטו״ק מיטגלידער די רשות זיך צו רייצען מיט די אומה?
אין בכלל נטו״ק זענען די וואס רייצען זיך מיט אמריקה אין וי אזוי לאזט מען דאס צו?

נאכמער: דאס איז צו ווייזן אז וואס די נאציס האבן געטון איז בכלל נישט אזוי געפערליך. און אפילו אויף דעים זענען דאך די ציונים שולדיג. כדאמרן. ווייל ס'איז דאך באוואוסט דער מאמר אז די ציונים זענען ערגער ווי די נאציס... :? 8-) :lol: :lol: :lol: :roll: :twisted: :evil: :x :P :oops: :cry: :( ;) :o
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די נטו״ק טענען אז די ציונים אליין זענען געוועהן די וואס זענען גאר געשטאנען אונטער די נאצישע רציחות אין האבן געמאכט א יד אחת מיט די פאשיסטישע רוצחים אין די מופתי צו הערגענען די יורופייאישער יודענטום כדי אז שפעטער זאלען זיי האבן דעם תירוץ צו פאדערען א מדינה...
אין איך זאג אז די נטו״ק וואס שטיצען די אראבער צו הארגענען די אידן אין ארצה״ק האבן א מטרה צו אויסמעקען די יודענטום אין ארצה״ק כדי צו זיין גערעכט מיט די מהלך אז ציונות איז ערגער פון נאציזאם אין אז דער רבש״ע ויל חרוב מאכען זיין וועלט צוליב דעם זינד
דא האסטו מיר דעם גאטס פאליציי! ;)
קדש הילולים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

שליחה דורך קדש הילולים »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך וועל זאגען פאר דער פרי קודש הילולים קלאר אז ווען איך האב געלערנט דער סוגיא פון הכל מעלים לא"י האב איך געברענגט צום כולל מיין ויואל משה, אבער למעשה האט ער קיין סאך נישט געהאלפען צום סוגיא. מ'קען מיר נישט פארהערען אויף דער ספר ווייל ס'איז א פאר יאר צוריק, אבער למעשה זעה איך נישט ער זאל אזוי רעדען צו דער זאך אויפ'ן נושא. דער משנה זאגט אונז אז תורה נקנית בפלפול חברים. ווען ער וואלט זיך מכניע געווען צו אנדערע תלמידי חכמים אין שטאט (אפילו אז ער וויל זאגען אז רבנים אין א"י קענען נישט פסקנ'ען וועגען נגיעות (עפ"ל) אבער אין נ.י. זענען דעמאלס געווען תלמידי חכמים נאך אזוי גרויס ווי איהם) כגון הרב י. א. הענקין וואס האט דעמאלס געלעבט, אדער הרב משה פיינשטיין אדער דער ווישקער עילוי אדער הרב אהרן קוטלר צו הרב ראובן גראזאווסקי ועוד זכרון צדיקים לברכה, וואלט ארויס געקומען די הלכה על בוריה, אבער חרב על הבדים ונואלו - אז מ'פסקנ'ט אליינס, כאילו כל חכמי ישראל כקליפת השום, קומט ארויס אזעלכע רייד, וואס כל תינוק בן יומו קען אפפרעגען.

דאס אז נגיעות און שוחד מאכט איינעם פסול צו פסקנען, שרייבט די תורה. צי אפשר זאגסטו אויך אויף די תורה די זעלבע קללה עפ״ל?! חס מלהזכיר.
סאטמאר רב האט געהאלטן אז היות די רבנים וואס וואוינען אין די מדינה האבן פאליטישע נגיעות לטובות די מדינה, במילא ווי הייליג זיי זאלן זיין, קענען זיי עפ״י תורה נישט פסקנען אין דעם נושא.
די תורה זאגט כי השוחד יעור עיני חכמים ויסלף דברי צדיקים. אפילו איינעם וואס די תורה איז מעיד אויף אים אז ער איז א חכם וצדיק, איז אויכעט אין דעם כלל.


זייט ווען האסטו געהערט אז סאטמאר רב האט מיט קיינעם נישט דערעכגערעדט זיין שיטה? איז דא איינער וואס האלט אז סאטמאר רב האט זיך אפגעזינדערט פון יעדן און ארויסגעגעבן זיין פסק?!
לפי ידיעתינו האט ער זיך געטענהט מיט יעדן גדול בישראל וואס האט אים אריינגעלאזט, און פראבירט כל טצדיקי צי קענען אנקומען צי ווי מען האט נישט געוואלט אים אריינלאזן. מיט ר׳ אהרן קאטלער האט ער זיך ווייניג געטעהנט? אז די רעכענסט אים אויס אלס איינע פון די וואס סאטמאר רב האט ״נישט״ איבער געשמועסט די סוגיא? מיט אלע גדולי ישראל האט ער פראבירט צי רעדן אין די נושא, ואכמ״ל וואס ס׳איז אלס פארגעקומען ארום דעם נושא, והדברים ידועים.
סאטמאר רב האט קיינמאל נישט ציגעשפארט דעם טיהר פאר יעדן תלמוד חכם האט ער גענטפערט, ס׳איז נישט געווען אזא זאך אז ער זאל זאגן פאר איינעם ״אזוי האלט איך און דריי דיך איבער״, יעדן האט ער גענטפערט קלאר זיין שיטה אויסגעבויט אויף די תורה הקדושה.
פארקערט איז יא ליידער געווען, ווי מען האט ציגעשפארט די טיהר אויף אים, ואיכמ״ל.
ס׳האט זייער וויי געטוען פאר סאטמאר רב נאכן ארויסגעבן דעם ויואל משה, אז קיינער האט זיך נישט באמיהט צי ענטפערן אויף דעם, ווי ער האט דאס כמה פעמים געזאגט אין די תקיפה.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דער רבי זכיגענייני האט די זעלבע נגיעה צו דעם נושא פונקט וי די א״י גדולים ווייל ער האט פארמאגט דעם שוואכקייט צו ציונות!
ווען דער סאטמערר רב איז געקומען זיך דינגען מיטן אמרי אמת אין מיטן בעלזער רב איז עס געקומען מיט קולות עד לב השמים ער איז געקומען זיי באוואשען הייתכן זיי טוהן פארקערט וי זיין מיינונג אין נישט געוואלט הערען בכלל פון א פאקערטע סברא!
שפעטער האט ער גיהאלטען די דרשה פון דעם ״עגל אשר עשה אהרן״ וואס דער בעלזער רב האט דאס עכט גענומען צום הארץ אין דאס האט אנגעצינדען א גרויסען פייער
קדש הילולים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

שליחה דורך קדש הילולים »

אתא קלילא האט געשריבן:אין ווען @קודש הילולים שרייט גיוואלד היתכן אז ״די ווייסט נישט וואס דער רבי זכיגנענייני האט געזאגט אז מטאר נישט אריינגיין אין דעם בית המינים אפילו אויף צו אויפטהון אין סאיז ייהרג ואל יעבור״ וכדומה איז דער ענטפער גאנץ פשוט, יא איך ווייס כהאב געזעהן וואס שטייט אין ויואל משה אין סארי אויף די ווערטער אז דער רבי זכיגענענייני רעדט נישט צום זאך בשעת ער לעבט נישט דארט אין לעבט נישט דעם מציאות אין אסאך גדולים זענען געווהען קעגען די מיינונג

קודם כל, מען דארף נישט זיין אויפן פלאץ צי וויסען אז אריינגיין אין א בית מינים איז יהרג ואל יעבור, אונזער תורה טוישט זיך נישט מיט דעם וואס ס׳קוקט אויס אז מ׳וועט קענען ״אויפטון״.
והשנית האט סאטמאר רב גאנץ גוט געוויסט וואס עס טוט זיך אין א״י, ס׳איז נערישקייטן צי זאגן אז ער האט נישט געוויסט, ס׳איז סתם געווארפן זאמד אין די אויגן.(נאכדערצו ווען מ׳וויל נאך אוועקשטעלן אז דער וואס האט ״יא״ געוויסט זאל זיין דעא בעלזער רב, וד״ל).
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אויב די תורה וואלט געזאגט אזוי וואלט מען געקענט זאגען אז די תורה וועט זיך נישט טוישען אבער דאס גייט אריין בגדר ״תורת לאקשען״ אין נישט קיין תורה מסיני
אין סאיז ידוע אז מהאט פארקויפט פארען רעבין באבע מעשיות סאיז נישט קיין סוד
קדש הילולים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

שליחה דורך קדש הילולים »

אתא קלילא האט געשריבן:דער רבי זכיגענייני האט די זעלבע נגיעה צו דעם נושא פונקט וי די א״י גדולים ווייל ער האט פארמאגט דעם שוואכקייט צו ציונות!
ווען דער סאטמערר רב איז געקומען זיך דינגען מיטן אמרי אמת אין מיטן בעלזער רב איז עס געקומען מיט קולות עד לב השמים ער איז געקומען זיי באוואשען הייתכן זיי טוהן פארקערט וי זיין מיינונג אין נישט געוואלט הערען בכלל פון א פאקערטע סברא!
שפעטער האט ער גיהאלטען די דרשה פון דעם ״עגל אשר עשה אהרן״ וואס דער בעלזער רב האט דאס עכט גענומען צום הארץ אין דאס האט אנגעצינדען א גרויסען פייער

אפשר זאגסטו מיך פונקט וועליכע ״ניגעות״ און ״שוואכקייט״ ער האט געהאט- אויסער זיך אנעמען פאר כבוד שמים- צי פירן די מערכה?! אפשר האט ער געהאט א ״נגיעה״ אז מ׳זאל אים באוואשען איבעראל? אדער אז מ׳זאל אים ווילן הרגנען בפועל ממש? ער איז טאקע געווען ממש א מאבד עצמו לדעת?!

די דרשה מיטן ״עגל״ איז שקר, ער האט נישטאמאל דערמאנט דעם עגל אינמיטן די דרשה, ס׳איז געדריקט. (אפי׳ ער זאל ווען יא דערמאנען די עגל , איז סתם אזוי בכלל נישט קיין ראי׳ אז ער האט אים געמיינט.)

און דעס אז בעלזער רב האט עס גענומען צום הארצן, איז ממש א בזיון און א חוכא וטלילא צו זאגן אויף האי צדיק וקדוש, וואס אלע רשעים ופורקי עול האט ער מלמד זכות געווען, און פונקט אויף דעם צדיק האט ער נישט געקענט מוחל זיין. דאס איז בזיון אויף אים וואס זיינע אייגענע מענטשן האבן עס גורם געווען....
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די זעלבע נגיעה וואס אנדערע גדולים האבן גיהאט אויפצושטעלען אידישקייט אין א״י נאך אזא ביטערע מלחמה וואס די פליטי חרב האבן פשוט נישט גיהאט קיין שום פלאץ אויף דער וועלט וי צוגיין אין יוראפ אין נישט געוועהן שייך צו בלייבען אין קיין אמריקה האט נישט יעדער געקענט קומען אפילו ווען מוואלט געוואלט איז ווען די צובראכענע אידן זענען שוין אנגעקומען קיין ארצה״ק פארלוירען פון אלע זייטען אן קיין געלט אין אן קיין משפחה האט מען זיך געדארפט צוריק שטעלען אויפן פיס אין חתונה האבן אין אויפשטעלען יידישע שטיבער אין מוסדות ישיבות תלמוד תורה אין כוללים אין מוסדות פאר די פליטים דאס איז געוועהן דאס פליכט פון גדולי ישראל דער גערער רבי אין בעלזער רב וואס האבן צוריק אנגהויבן מיט אויפבליהען מבצרים פון תורה וחסידות, אין ויזניצער רבי דער אמרי חיים וואס האט אויפגעשטעלט אידישקייט אין בני ברק, אין דער גרינדער פון פונוביזע׳ר ישיבה מרן הגרי״ש כהנמן אין שפעטער דער קלויזנבורגער רבי זי״ע וואס האט אויפגעשטעלט אידישקייט אין נתניה, צו דער קרעטשניווער רבי ר׳ דוד משה וואס האט אויפגעשטעלט אידישקייט אין רחובות וכדומה .
עכ״פ דאס איז געוועהן די נגיעה פון גדולי ישראל צו אויפשטעלען אידישקייט אין כדי דאס אויפצושטעלען האט מען געדארפט לעבען די מציאות!
וי אזוי בויעט מען מקוואות? ישיבות? תלמוד תורה? מיידל סקאל? כוללים? קריות? שפעטעלער? מושב זקנים? וי אזוי איז מען מחזק די צושמעטערטע הערצער זאלען בלייבען ביים דעת? זאלען געדענקען פון זאגען שמע ישראל?
פון וי נעמט מען דאס געלט צו דעם? אפשר פון פארקויפען דעם ספר ויואל משה? אדער אפשר אנפירען הפגנות קעגען די מדינה? וועמען עס געפעלט נישט דאס הייליג לאנד זאל מוחל זיין אין אפציעהן פון דארט! אין ווער עס איז אינטרעסירט צו בויען פון פריש אידישקייט דארף מיטלעבען די פולקאמע מציאות!
אודאי איז נישט די כוונה אז מדארף זאגען הלל אין יום העצמאות אבער יעצט אז די מדינה איז שוין א פאקט אין סאיז נישט מעגליך אין לייגט זיך נישט אויפן שכל אויפצוגעבען די מדינה צוריק פאר די אראבער וואס ווארפען זיי אלע אין ים אריין מיטן ספר ויואל משה אין דער מחבר זעלבסט, אפילו ער וועט זיי קושען די פוס אין לעקען די זאקען.
איז ממילא אין דער צייט וואס די גדולי ארצה״ק האבן גיהאט א נגיעה צו בויען אידישקייט האט דער רבי זכיגענייני מיט זיין קאמפ קעגען די מדינה פארקוקט וואס די מטרה איז געוועהן אין אז מיט דעם מהלך קען מען נישט בויען צוריק אידישקייט נאר אפשר חרוב מאכען דאס יא!
אין דאס הייסט אז ער האט נישט געלעבט די מציאות פון די אידן אין ארצה״ק נאר ער האט געלעבט זיין הייגענע מציאות אין אויף דעם האט ער גיהאט זיינע הייגענע נגיעות! יא די וועסט אודאי זאגען כבוד שמים אבער מיט די כבוד שמים ווען נישט די א״י גדולים פייפען עם אן מיט זיין מויל וואלט מען חרוב געמאכט כבוד שמים.

אין דאס וואס די זאגסט לגבי די דרשה פון דער עגל אשר עשה אהרן האסט מיר געמאכט לאכען, ווייל דאס וואס די זאגסט אז די גאנצע דרשה שטייט באשריבען אין מקען דאס זעהן אין דארט שטייט נישט קיין ווארט ״עגל״ איז אודאי אז יעדער בר דעת פארשטייט אז אזעלכע ווערטער לאזט מען אויס פשוט ווייל דאס ברענגט ארויס די נגיטיווע חלקים פון רבי׳ן אז ער האט זיך געקענט פארלירען עד כדי כך ביז נעמען רעדען אויף דער קודש הקדשים בעלזער רב אז ער האט געמאכט א עגל מיט דעם וואס ער האט נישט געפאלגט סאטמערער רב... אין וועלכער נארמאלער מענטש אין סאטמער וועט וועלען מודה זיין צו דעם?
אבער די הסטוריה קען מען נישט פארדרייען מיט חסרון ידיעה אדער לייקענען מתוך ידיעה ברורה פון לייקענען אין אפווישען פאקטען!
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

אפשר זאגסטו מיך פונקט וועליכע ״ניגעות״ און ״שוואכקייט״ ער האט געהאט
While living there he was not accepted. Also all his ruling were always nullified. And they threw stones when he traveled after candle lighting
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ר' אתא קלילא: ייש:כ. בד"כ (בדרך כלל) האסטו א גוטע הערכה אויפ'ן גאנצן מצב. נאר איך וויל באמערקן צוויי נקודות.: א) . דער סאטמאר'ער רבי זי"ע שרייבט בפירוש (היינט נאכמיטאג נאכגעקוקט) אין די הקדמה צו זיין ספר ויואל משה (דף ח') בתוך הדברים, אין קאנטעקסט פון זיין אויסגעשפראכענע התנגדות צו גרינדן א מדינה פאר ביאת המשיח..."אלא שצריכין לרחמי שמים, שיכלה אותה המלכות אך ורק ע"י כח מלמעלה ע"י השי"ת כי אם ע"י האומות, ח"ו, יהיה סכנה גדולה לישראל, כמובן"... זעה מיר דאך פון דעים אז דער סאטמאר'ער רבי האט זיכער נישט געוואלט און אינזין געהאט צו געיבן שטיצע פאר די מערדערישע אראבערס, פון כאמאס, אדער די אנטיסעמיטישע יו. ען., ימ"ש. נאר. ס'איז גאנץ מעיגליך אז די דעמאגאגן וועלכע שטייען אין שפיץ פון די הסברה פון די שיטה פון סאטמאר'ער רבי זי"ע וועלן טענה'ן אז די ציונים אדער מזרחי'סטן האבן אריינגעשמוגלט דעי שורות אין ספה"ק ויואל משה. און די רבי האט דאס קיינמאל נישט געזאגט, אדער געשריבן...
ב) : די צווייטע נקודה וואס איך וויל ארויסברענגען אז די מסלפים און מזייפים פון זיין שיטה טענה'ן אז היינט טאר מען נישט וואוינען אינטער די ממשלה פון מדינת ישראל הייבן נישט אן צו וויסן וואס זיי רעדן. ווייל אויב ס'איז אמת וואס זיי זאגן וואלט די סאטמערע רבי געדארפט פארמאכן אלע זיינע מוסדות אין ארץ ישראל, און הייסן זיינע חסידים ותלמידים אוועקמופן פון דארט. און אינז ווייס מיר פונקט דאס פארקערטע איז דער אמת. ווייל ס'איז דאך ידוע פאר דער וואס וויל גיין מיט'ן אמת אז די גאנצע מטרה פון סאטמער רבי'ס קומען קיין אמעריקע מלכתחילה, איז געוועין צו שאפן געלט פאר זיינע מוסדות אין ארץ ישראל, ווי מוסדות ייטב לב, בארצה"ק. און אנדערע מוסדות וואס ער האט אויפגעשטעלט... :roll: :twisted: :evil: :twisted: :evil: :roll: :x :P :oops: :cry: :( ;) :o
קדש הילולים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

שליחה דורך קדש הילולים »

אתא קלילא האט געשריבן:ווען דער סאטמערר רב איז געקומען זיך דינגען מיטן אמרי אמת אין מיטן בעלזער רב איז עס געקומען מיט קולות עד לב השמים ער איז געקומען זיי באוואשען הייתכן זיי טוהן פארקערט וי זיין מיינונג אין נישט געוואלט הערען בכלל פון א פאקערטע סברא!

די האלטסט טאקע אז סאטמאר רב איז געקומען פשוט ארויפצווינגען זיין מיינונג אויף גערער רבי, און אזויווי ער האט געזען אז ס׳גייט נישט, האט ער אים באוואשן?... ער האט טאקע געהאלטן קודם אז ס׳גייט גיין?... קענסט אים טאקע פאר אזא מושחות וואס האט : נישט געוואלט אויסהערן א צווייטן, יא געזוכט צי גיין צי יענעם ארויפציצווינגען זיין פרעזענליכע מיינונג, אויב ס׳גייט נישט-באוואשט מען אים?...

לפי מיינע ידיעות, איז סאטמאר רב געווען: א קליגער מענטש, א בעל מידות טובות- זיך גרייט געווען אויסצוטון דאס העמעד פאר א צווייטן יוד.
ס׳שטומט עפעס נישט וואס די שרייבסט...
ליבערשט וואלט איך געזאגט, אז סאטמאר רב איז געקומען הערן, און דורוכשמועסן די ענינים, און זען וואס מע״כ האלט, און זענדיג אז מען גייט צי צי זאכן וואס זענען יסודות אין אמונה און אין יודישקייט, זייער קאלט, און מען קען טאקע נישט געהעריג ענטפערן וואס די היתר איז, איז ארויסגעקומען די וויי געשריי מנהמות לבו הטהור, אזויווי מ׳האט טאקע געדארפט צי טון. ובמקום חילל ה׳ אין חולקין כבוד לרב.
און נישט אז ער האט נישט געוואלט הערן און אויסשמועסן זיין מיינונג מיט א צווייטן, נאר ווען ער איז טאקע געקומען הערן פון אנדערע, און ער האט געזען אז מ׳טוט פארדרייען פון די דעת תורה, דעמלטס האט עס אים זייער וויי געטון.

(עס פארציילן יודן וואס זענען געווען עדי ראי׳ ווען דער גערער רבי איז געקומען אויף א באזוך ביים רבין, שטייענדיג אינדרויסען פארן אריינגיין , האט אים הענט און פיס געווארפן פאר שרעק. פארוואס האט ער מורא געהאט, פאר א מאשיגענער וואס גייט שרייען? גערער רבי איז געווען אביסל מער העכער פון דעם אז ער זאל סתם מורא האבן פון אביסל בזיונות, ס׳איז שוין איינמאל געווען פון וואס מורא צי האבן... פאר סאטמאר רב האט ער געוויסט וועט ער נישט קענען פארקויפן מעשיות, ״מדינה שאני״, ״מ׳האט דאך נישט קיין ברירה״, און אנדערע שטיתים. אודאי האט ער מורא געהאט.)
קדש הילולים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 199
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 15, 2014 6:14 pm
האט שוין געלייקט: 105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

שליחה דורך קדש הילולים »

אתא קלילא האט געשריבן:די זעלבע נגיעה וואס אנדערע גדולים האבן גיהאט אויפצושטעלען אידישקייט אין א״י נאך אזא ביטערע מלחמה וואס די פליטי חרב האבן פשוט נישט גיהאט קיין שום פלאץ אויף דער וועלט וי צוגיין אין יוראפ אין נישט געוועהן שייך צו בלייבען אין קיין אמריקה האט נישט יעדער געקענט קומען אפילו ווען מוואלט געוואלט איז ווען די צובראכענע אידן זענען שוין אנגעקומען קיין ארצה״ק פארלוירען פון אלע זייטען אן קיין געלט אין אן קיין משפחה האט מען זיך געדארפט צוריק שטעלען אויפן פיס אין חתונה האבן אין אויפשטעלען יידישע שטיבער אין מוסדות ישיבות תלמוד תורה אין כוללים אין מוסדות פאר די פליטים דאס איז געוועהן דאס פליכט פון גדולי ישראל דער גערער רבי אין בעלזער רב וואס האבן צוריק אנגהויבן מיט אויפבליהען מבצרים פון תורה וחסידות, אין ויזניצער רבי דער אמרי חיים וואס האט אויפגעשטעלט אידישקייט אין בני ברק, אין דער גרינדער פון פונוביזע׳ר ישיבה מרן הגרי״ש כהנמן אין שפעטער דער קלויזנבורגער רבי זי״ע וואס האט אויפגעשטעלט אידישקייט אין נתניה, צו דער קרעטשניווער רבי ר׳ דוד משה וואס האט אויפגעשטעלט אידישקייט אין רחובות וכדומה .
עכ״פ דאס איז געוועהן די נגיעה פון גדולי ישראל צו אויפשטעלען אידישקייט אין כדי דאס אויפצושטעלען האט מען געדארפט לעבען די מציאות!
וי אזוי בויעט מען מקוואות? ישיבות? תלמוד תורה? מיידל סקאל? כוללים? קריות? שפעטעלער? מושב זקנים? וי אזוי איז מען מחזק די צושמעטערטע הערצער זאלען בלייבען ביים דעת? זאלען געדענקען פון זאגען שמע ישראל?
פון וי נעמט מען דאס געלט צו דעם? אפשר פון פארקויפען דעם ספר ויואל משה? אדער אפשר אנפירען הפגנות קעגען די מדינה? וועמען עס געפעלט נישט דאס הייליג לאנד זאל מוחל זיין אין אפציעהן פון דארט! אין ווער עס איז אינטרעסירט צו בויען פון פריש אידישקייט דארף מיטלעבען די פולקאמע מציאות!
אודאי איז נישט די כוונה אז מדארף זאגען הלל אין יום העצמאות אבער יעצט אז די מדינה איז שוין א פאקט אין סאיז נישט מעגליך אין לייגט זיך נישט אויפן שכל אויפצוגעבען די מדינה צוריק פאר די אראבער וואס ווארפען זיי אלע אין ים אריין מיטן ספר ויואל משה אין דער מחבר זעלבסט, אפילו ער וועט זיי קושען די פוס אין לעקען די זאקען.
איז ממילא אין דער צייט וואס די גדולי ארצה״ק האבן גיהאט א נגיעה צו בויען אידישקייט האט דער רבי זכיגענייני מיט זיין קאמפ קעגען די מדינה פארקוקט וואס די מטרה איז געוועהן אין אז מיט דעם מהלך קען מען נישט בויען צוריק אידישקייט נאר אפשר חרוב מאכען דאס יא!
אין דאס הייסט אז ער האט נישט געלעבט די מציאות פון די אידן אין ארצה״ק נאר ער האט געלעבט זיין הייגענע מציאות אין אויף דעם האט ער גיהאט זיינע הייגענע נגיעות! יא די וועסט אודאי זאגען כבוד שמים אבער מיט די כבוד שמים ווען נישט די א״י גדולים פייפען עם אן מיט זיין מויל וואלט מען חרוב געמאכט כבוד שמים.

אין דאס וואס די זאגסט לגבי די דרשה פון דער עגל אשר עשה אהרן האסט מיר געמאכט לאכען, ווייל דאס וואס די זאגסט אז די גאנצע דרשה שטייט באשריבען אין מקען דאס זעהן אין דארט שטייט נישט קיין ווארט ״עגל״ איז אודאי אז יעדער בר דעת פארשטייט אז אזעלכע ווערטער לאזט מען אויס פשוט ווייל דאס ברענגט ארויס די נגיטיווע חלקים פון רבי׳ן אז ער האט זיך געקענט פארלירען עד כדי כך ביז נעמען רעדען אויף דער קודש הקדשים בעלזער רב אז ער האט געמאכט א עגל מיט דעם וואס ער האט נישט געפאלגט סאטמערער רב... אין וועלכער נארמאלער מענטש אין סאטמער וועט וועלען מודה זיין צו דעם?
אבער די הסטוריה קען מען נישט פארדרייען מיט חסרון ידיעה אדער לייקענען מתוך ידיעה ברורה פון לייקענען אין אפווישען פאקטען!

די נגיעה וואס גדולי ישראל האבן געהאט צי די מדינה, האט גארנישט געהאט צוטון מיט אויפשטעלן יודישקייט. מ׳האט געקענט, און מ׳קען היינט אויפשטעלן יודישקייט אן א אייגענע לאנד, אזויווי אין אלע דורות.
וועסטו וועלן זאגן, אז נאך די מלחמה איז געווען אנדערש. מען האט געמוזט האבן א מדינה צי קענען האבן יודישקייט. וויל איך ארויסברענגען אז ס׳איז נערישקייטן.
אפילו געלט האט נאך די מדינה נישט געגעבן פאר די חרידישע מוסדות. נו אפשר ביזטו מיך פינקלעך מסבר פארוואס מ׳האט צי אויפשטעלן יודישקייט געדארפט א מדינה?
אויף וויפיל איך ווייס, האט מען דרינגענד וויכטיג געדארפט די מדינה צוצוהעלפן יידישקייט:
צו מאכן א גזירות גיוס נשים.
צו אפשמדן ילדי טעהראהן, ילדי תימן.
ועוד.
אבער פאר בויען יידישקייט, ווייס איך נאך נישט פארוואס די מדינה האט אויסגעפעלט. אז פאר דעם זאלן גדולי ישראל האבן א ״נגיעה״ צי די מדינה.

פאליטישע נגיעות איז געווען.
עסקנים וועליכע האבן געוואלט באקומען שטעלעס, ״אויפצוטון״ -פארשטייט זיך-און ביי דעם האט זיך עס גענדיגט.

איך ווייס יא פון גאר אסאך וועליכע האבן זיך נישט מתייחס געווען מתחילה אן צי די מדינה, און האבן געפירט גרויסע מערכות קעגן איר, און האבן ב״ה אויפגעשטעלט הערליכע יידישקייט אין ארץ ישראל. ובתוכם סאטמאר רב.

בנוגע די דרשה, פארציילן די יודן וועליכע זענען געווען דארטן ביים דרשה, אז יא, ס׳איז געווען זייער א פלאם פייערדיגע דרשה קעגן די בחורות. סאטמאר רב האט זיך געפענט די העמעד, כידוע. אבער ער האט נישט דערמאנט קיין איין ווארט וועגן בלזער רב. ס׳איז בס״ה זינטאג דעראויף נולד געווארן די בלבול. מען קען טאקע נישט פארדרייען קיין היסטאריע. אבער מען קען אויך נישט באשאפן קיין היסטאריע. זיי מוחל זיי מברר ביי יודן וואס זענען געווען אנוועזנד ביים דרשה, און נאכדעם וועט מען דן זיין וויטער.
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

He denies a fact that was heard by a big crowd. But believes in storytales (chalomot)of one person (what he calles eidei reah} and still claims that they have no negios
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

עס פארציילן יודן וואס זענען געווען עדי ראי׳ ווען דער גערער רבי איז געקומען אויף א באזוך ביים רבין, שטייענדיג אינדרויסען פארן אריינגיין , האט אים הענט און פיס געווארפן פאר שרעק.

:like :like
סתם א הערה: "שטייענדיג אינדרויסן פארן אריינגיין" דאס הייסט אז גור'ער רבי האט געווארט אין די שורה אריינצוגיין?
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ס'האנדעלט זיך דא כמה נקודות וואס מ'דארף צוטיילען.
קודם כל, די אלע טענות אויף נטו"ק זענען נאך אלס נישט אין פלאץ, לדעתי. אז מ'קען נישט ווייזען קיין איין פראבלעם פון אט די 'לעגיטימיציא' וואס זיי האבען געגעבען פאר די אראבער, מסתמא עקזיסטירט עס נישט. זיי זענען סתם נעריש'ע מענטשען וואס שטערען קיינעם נישט און טוהן קיינעם נישט אפ, און פאר דער וואס קען אביסל מחכמי אומה"ע דארף מען זיי אנרופען mostly harmless! ודי בזה. און די אלע נעריש'ע רעדע וועגען די שטינקען פון די חברי הנטו"ק איז זיכער נישט אין פלאץ. ווילסט מיר זאגען אז אכמאדינעדזשאד שטינקט נישט? הייסט דו האסט אויך פיינט דער איד מער ווי דער גוי? איז וואס איז די חילוק צווישען דיר און דער נטו"ק?
מיין אויסדרוק עפ"ל איז אביסל איבערגעטריבען, איך האב נישט געמיינט אזוי שארף, איך האב נאר געמיינט אז ס'איז ווייט פון ריכטיג אזוי צו רעדען אויף תלמידי חכמים.
יעצט לגופו של ענין – דער ענין פון נגיעות איז פולקאמער נערישקייטען, וואס נאך יארען פון איינבאקען איז שווער ארויסצוטרייבען. זייט ווען דארף א רב אין שטאט פרעגען ביי א רב אין א צווייטע שטאט וויאזוי זיין קהלה דארף זיך פיהרען? ווען א דרא"ג-דיעלע"ר האט געשטיצט מוסדות סאטמאר האט דער רבי זכיגנייני געפרעגט דער פילווישקער רב צו ער מעג נעמען דאס געלט? און ווען מ'דארף פארטרייבען א דיין פון שטאט סאטמאר, האט ער קודם געפרעגט א צווייטע רב זאל פסקנ'ען? וואס איז דער נגיעה פון זיין מוסדות מער ווי דער נגיעה פון די מוסדות אין קהלות פון א"י?
די גדולים אין א"י האבען געזען דער מצב באשר הוא שם און האבען געפסקנ'ט. נאר א פארטיי חסידיש'ער איד קען זיין אזוי בלינד צו טראכען אז אלע רבנים און רבי'ס פסקנ'ען נאר פאר זייערע קעשענע'ס. ווען מ'ווערט צוגעוואוינט אז רבי'ס גייען (אינ'ם בעסטען פאל!) צו ב"ד פאר דער רעכט צו זיין צדיק הדור, פארגעסט מען אז ס'איז אמאל געווען אזעלכע וואס האבען נאר געפיהרט ווייל זיי האבען געמוזט. ווען מ'מעג נישט נעמען קיין געלט פונ'ם רעגירונג, וואלט טשעבינער רב נישט געהאט קיין ישיבה. ס'איז נישט מוכרח המציאות אז די מוסדות מוזען עקזיסטירען. קיין שום גדול האט נישט מוריש געווען די רעכטען פון חינוך עצמאי צו זיין זוהן, און די גאנצע שאלה איז נאר צו מ'מעג יא צו מ'מעג נישט. און ת"ח האבען געפסקנ'ט אז מ'מעג און מ'מוז גייען אין בחירות און היטען אויף די מעגלעכקייט צו האלטען מצוות אין א"י און נישט אויפגעבען די רעכטען.
וע"ע חזו"א אמונה ובטחון ווי ער קאכט קעגען די עזי פנים וואס זוכען נגיעות אין א ת"ח צו פסל'ן יעדער פסק זיינער. ער איז מסביר דער ענין בטוב טעם ווען נגיעות פסל'ט יא און ווען נישט. און דאס איז אלס ווען דער נגיעות עקזיסטירט טאקע, נישט ווי דער פאל וואס ס'איז נישט געווען קיין נגיעה מער ווי דער כבוד שמים פון היטען און שטיצען תורה ומצוות ושומריה.
און מיט א מבט לאחורה, ווען נישט פאר חינוך עצמאי ווער ווייסט ווי אידישקייט וואלט נאר אויסגעקוקט. טויזענטער אידען פון פרומע שטיבער וואלטען געווען האלב פרום אדער פריי אינגאנצען. מיין רבי איז אויפגעהאדעוועט אין א שטעטעל 'בלפוריה' אלס דער זון פונ'ם ארטיגען רב. אלע זיין חברים (פון פרומע שטיבער) זענען פריי געווארען אין מיליטער. נאר ער איז געגאנגען אין ישיבות און אויסגעשטיגען. נו, ווען ס'וואלט געווען א חדר פאר זיי, וואלט דען נישט אנדעריש אויסגעקוקט? מיין טאטע'ס טאטע איז געגאנגען וואוינען פון חו"ל קיין א"י אין תשכ"ד. ער האט געוואלט א חוץ לארץ'דיקע חינוך פאר זיין קינדער, האט ער געשיקט אין חינוך עצמאי. ער איז צוריק געגאנגען קיין חו"ל אין תשכ"ז (נאכ'ן מלחמה), אבער ווען נישט פאר חינוך עצמאי וואלט ער געמוזט שיקען אין ממ"ד, און ווער ווייסט וואס וואלט ארויסגעקומען. די גדולי ישראל האבען גוט פארשטאנען אז מ'וועט נישט קענען אליינס אויפשטעלען א באוועגונג, און נאר דער וואס זעהט נישט דער מציאות ווייל ער וואוינט נישט דארט, אדער האט נישט קיין שום הרגש האחריות, קען צולאזען אז מ'זאל אפלאזען אונזער געלט און רעכטען ביי די פרייע פאר עפעס א נייעם עיקר פון 'די מידנעסטע שייכות', און דערמיט דערלייגט טויזענטער נפשות וואס האבען נישט געהאט די כח זיך אנטקעגען צו שטעלען קעגען די שטראם פון חילוניות.
דער ענין פון 'טיילונג' מיינט אז מ'לייגט זיך נישט אונטער פרייע אידען. מ'האט נאך אלס די גאנצע אחריות פאר'ן שוואכער עלעמענט, און מ'טאר נישט זאגען אז מ'גייט מאכען אייגענע מוסדות אויף אידיש, און אלע אידען וואס ווילען א אידישע חינוך, נאר קענען נישט קיין דזשארגאן אידיש, זאלען גייען אינדערערד. דער תורה אנערקענט נישט דער מושג פון א 'היימישע איד' און מ'האט אחריות צו אלע אידען אן אויסנאם, און אז דער 'טיילונג' האט מחדש געווען אז נישט פרייע אידען, דאס מיינט נישט אידען וואס רעדען נישט ווי מיר פונקט. (יא, ווען דער סאטמארער מקוה פרוי שרייט אן א פרעמדע פרוי וואס קומט טובל'ן ווייל זיי גאלט נישט איהרע קאפ, איז דאס א פארברעך!)
וועגען די מעשה פונ'ם עגל שעשה אהרן – איך זעה נישט אזא גרויסע מעשה. אין די היץ פון די מאמענט האט דער סאטמארער רב גערעדט אביסל שארף, און דער בעלזער רב האט זיך רע'אגירט אביסל מער ווי זיין שטייגער. איך זעה נישט אז די זאכען זאלען פסל'ן א מענטש. אוודאי גלייך נאך דעם האט דער בעלזער רב מלמד זכות געווען, אזוי ווי זיין שטייגער, נאר בשעת מעשה איז געווען אביסל הייס. נישט געפערליך.
און וועגען רעדען מיט אנדערע רבנים – כנראה האסטו נישט פארשטאנען וואס איך רעד. ס'איז דא א ריזיגע שאלה נוגע צו כלל ישראל, קומט איין מענטש און פסקנ'ט אליינס. ער האט נישט געפרעגט אנדערע ת"ח זייערע מיינונג, ער האט נישט פארשטאנען אז ער איז סוג ב' כלפי די ריזען וואס האבען דעמאלס געלעבט, ער האט נישט געהאט די הכנעה צו תורה וואס פאדערט א דיבוק חברים. ער האט געזאגט זיינס, און געלאזט טענה'ן שפעטער. ווי נעמט מען א רעכט צו אזא ברייטקייט. ווען גדולי הפוסקים פסקנ'ען איין איינציגער עגונה שרייבען זיי 'בתנאי שיסכימו עוד מגדולי הדור', און יעצט איז געווען דער תנאי פארקערט. נישט קיין איין ת"ח מופלג פונ'ם דור האט מסכים געווען צו איהם, זיי האבען אלע געלאכט פון די פשעטלעך אינ'ם ויואל משה, און זיי מוזען נאך אראפקומען צו איהם זיך דורכצורעדען?! ווען דער אבני נזר מיט'ן אור שמח זאגען עפעס קלארעהייט, און דו שרייבסט א פירכא פון א מהר"ל אויף אגדה, ווילסטו טאקע אז מ'זאל דיר נעמען ערנסט?!
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דער ויואל משה בקצרה –
א. אז דער הקמת המדינה איז א מרידה באומות פון די שלש שבועות.
למעשה, האט דער אבני נזר (יו"ד תנ"ה) שוין פאר'ענטפערט דער ענין בטוב טעם, און דער אור שמח האט צוגעשטימט. נאר דער ויואל משה (וואס ער ברענגט דער טענה אין אות פ"ו בלשון 'ויש טפשים' רח"ל) האט געטראפען א מהר"ל וואס זאגט אז אפילו בהסכמת האומות טאר מען נישט, און ער האט אן אנדערע טענה וואס מ'וועלען באלד קומען דערצו.
ועתה הביטה נא וראה, ט'אזוי שרייבט מען א תשובה. פון א שטיקל אגדה פונ'ם מהר"ל ווייזט מען אויף א יהרג ואל יעבור?! ובפרט ווען ס'האט נישט קיין שייכות נישט. אז דער וועלט איז מחליט ברוב דעות אז די אידען דארפען א פלאץ צו וואוינען, איז דאס נישט קיין מרידה ברשות, ס'איז נישט קיין מרידה. וואס האט דאס מיט די מהר"ל?
און זיין אנדערע טענה איז פשוט מביא לידי גיחוך. שלא ידחקו את הקץ, וואס רש"י זאגט ס'מיינט בתפילה, איז אויב אזוי פאסט נישט קיין רשות פון די אומות, און ממילא מעג מען נישט מאכען קיין מדינה?! מ'מעג נישט דאווענען צו פיל, ותו לא מידי. ממנ"פ אז מ'לערנט ווי רש"י אז ס'מיינט תפילה, איז נישט דא קיין פראבלעם פון גייען קיין א"י און אויפשטעלען א זעלבסשטענדיגקייט. און אויב דער פשט איז נישט ווי רש"י, נאר אז מ'טאר נישט בועט זיין אין גזירת גלות, איז ווען די אומות זענען מסכים, איז דאס נישט קיין סתירה צו גזירת גלות.
ב. אז דער מרידה באומות האט מיט אפיקורסות און כפירה ועוד ועוד.
אפי' נניח אז ס'איז יא א מרידה באומות, איז וואס? מ'טאר דאס נישט טוהן, אמת. אבער ווי ווערט עס א כפירה? דער ויוא"מ האט א קשיא, הלמאי איז דער שלש שבועות נישט געפסקנ'ט אין רמב"ם און רי"ף? ער האט נאר געקענען ענטפערען מיט א שטיקל תורה אז ס'איז כפירה ואפיקורסות און א חלק פון הלכות דעות, און דעריבער דארף עס נישט זיין דארט. פון א קשיא בויט מען א נייע עיקר הדת? ט'אזוי טוהן די פוסקים ווען זיי האבען א קשיא? אז מ'קען אויפבויען א סוגיא און דערמיט פאר'ענטפערען אלע קשיות, קען מען ברענגען א ראיה לדינא, אבער סתם זאגען א תירוץ פון הארבעל ארויס איז א דרך מסוכן וואס איז נישט מדרכי מסורת התורה כלל. ובפרט בנידון זה, ווען דער רמב"ם שרייבט קלארעהייט אז וויאזוי משיח וועט קומען איז נישט מעיקרי הדת, און אוודאי דער סוף הגאולה איז נאר בתשובה, אבער אז ס'קען קומען דורך א מדינה איז נישט קיין כפירה. (איך בין נישט אזא גלויביקער צו גלויבען אינ'ם ראשית צמיחת גאולתינו וכאלה נערישקייטען, אבער כפירה איז דאס נישט).
ג. אויב דער הקמת המדינה איז אפיקורסות ועוד, איז פשוט אז מ'מעג נישט גייען אין בחירות.

דאס איז אויך א חידוש פון הארבעל ארויס. ס'שטעלען זיך אויף מענטשען, וואס זיי האלטען די געלט פונ'ם מדינה, זיי האלטען די ראמען פון חינוך אין די מדינה, און זיי פיהרען אלס וואס איז נאר דארטען פארהאנען. זיי שטעלען אויף א סיסטעם אז יעדער מענטש וואס ווערט אנגערירט פון זייערע החלטות מעג אריינגעבען זיין מיינונג וויאזוי זיי זאלען עס טוהן. אז מ'באנוצט אט דער רעכט, קען מען זיך און אנדערע העלעפען. און אז מ'גיט אויף דער רעכט וועט מען בלייבען אומבאהאלפען. ט'מעג מען דען בידים אוועקגעבען אלע רעכטען און כוחות און לאזען אלע אידען אויפ'ן וואסער? למעשה, ווען דער רעגירונג לאזט נישט אפען האלטען געשעפטען שבת, מיינט עס אז אסאך אידען וועלען נישט האבען קיין נסיון וועגען שבת. למעשה ווען דער רעגירונג פאדערט נאר כשר'ע עסען, קענען א מענטש האלטען כשרות אסאך בעסער. און למעשה ווען דער רעגירונג איז מטפל מיט גיטין וקידושין עפ"י דין, איז דא אסאך ווייניגע שאלות פון יחוס (ביזדערווייל). ווער האט דער רעכט אלס מפקיר צו זיין? מ'האט דיר געגעבען דער געלעגענהייט עפעס צו העלפען. ווי קען מען עס פארלירען?

און אין היסטאריע איז טאקע אזוי אויכ'ט געווען. אין קראקא איז דער קהלה דען געווען פרום? די פיהרער'ס זענען געווען האלב פרום און האלב פריי. האט איינער געזאגט אז מ'מעג נישט זיצען מיט'ן פרייע צו מטפל זיין מיט'ן קהלה? דער סאטמארער רב האט אלס גע'ענטפערט אז דארט איז נישט געווען קיין ברירה. נו, אין א"י איז יע דא א ברירה? ווען מ'גייט נישט צום וואלען אין קראקא, וואלט מען געבליבען אינדערויסען אן א קהלה, דאס איז דער גאנצע. און דאס הייסט נישט געהאט קיין ברירה. איז פארוואס איז א"י אנדעריש?
און למעשה די אלע וואס בארימען זיך אז זיי האבען נישט די מידנעסטע שייכות, איז דאס א שקר גמור. די חברה געניסען אויך פון די בחירות, ווען נישט פאר די פרומע עסקנים אין די רעגירונג באקומען זיי אויך נישט וואס זיי דארפען פאר זייערע מוסדות. זיי זענען נאר פאראזיטען וואס לאזען דער 'שבת גוי' גייען אין בחירות, און זיי עסען דערפון. וואס מיינסטו, ווען ס'קומט פאר א מסע מלכות פון איינער פון די אונגארישע אידען מיט זילבענער שטעקענע'ס באגלייט מיט פערד (אויף פיר און אויף צוויי), האבען זיי נישט אלס מסדר געווען מיט'ן רעגירונג? ווער האט פארמאכט די געסער פאר די גרויסארטיגע קבלת פנימ'ער במשך אלע מסע מלכות'ן זינט תשט"ז? נישט דער רעגירונג? אלע וואס וואוינען דארט נעמען פונ'ם רעגירונג, און אז מ'האט שכל פראבירט מען נישט פארפאסען די געלעגענהייט צו כאפען וואס מ'קען נאר.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מיסטער [tag]קודש הילולים[/tag] – דו מיינסט טאקע אז דער נידון איז געווען צו מ'זאל מאכען א מדינה צו נישט? דער חזון איש איז נישט געווען אזוי זיכער אין דעם, אבער דער טשעבינער רב האט געהאלטען אז יא?
נער וואס דו ביסט. מ'האט דיר אזוי פארדרייט א קאפ, אבער א מענטש ביסטו פארט, וואלסט געמעגט אביסל טראכטען אז דער וועלט איז נישט פלאך, און דער גערער רבי האט נישט געמאכט קיין מדינות. דער נידון איז געווען צו מ'זאל זיך נישט וויסענדיג מאכען צו נישט.
און אגב, וועלכע עסקנות האט דער טשעבינער רב געוואלט? פארוואס האט ער געהאט דער נגיעה פון אן עסקן? ווי האסטו געשפרינגען פון א עסקן צו גדולי ישראל? אפשר האט דער עסקן יא געהאט נגיעות, אבער די גדולים האבען נישט געהאט קיין נגיעות, און זיי האבען אלע פה אחד געפסקנ'ט אז מ'מעג און מ'מוז גייען אין בחירות.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
עפל סיידער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 7:19 am
געפינט זיך: בעיר החסד והתורה מאנסי הבירה
האט שוין געלייקט: 140 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך עפל סיידער »

[tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag]

ליטוואק איך האב פאר דיר נייעס, אז צו שרייבן די ספר ויואל משה האט פאר סאטמאר רב א לאנגע צייט גענימען טאקע צוליב דיבוק חברים ובירור הלכה מתוך ליבון ושינון הלכה,
איך זעלבסט האב שוין אסאך פארברענגט מיט די רבנים מיט וועם סאטמאר רב האט אסאך געשמועסט איבער זיינע בירורי הלכה
די חרב אל הבדים זענען אויף די וואס טוען שענקען זייער טינט פאר פאלנע פאליטיקאנטען ואין גם אחד וואס האט פארופען א צוזאמקום לברר הלכתא דנן צו עס איז א פראבלעם צו נישט די אלע דברים הנוגעים לחברי הכנסת גיי קוק היינט וויאזויזייערע א.ג. אסיפות קוקען אויס הוילע ליצנות, דורכגעפוילט מיט פאליטיק, אויב חרב על הבדים זאג עס טאקע פאר די ריכטיגע פערזאנען

, דיין פראבלעים איז נאר אז סאטמארע רב האט אפגע'פסלט מטעם נוגעין אסאך רבנים, וואס די האסטך אינטערגענימען ארויסצונעמען אזא שארפע עפ''ל פון דיין ביזעם טאש און עס ווארפען אויף סאטמאר רב אין קאפ אריין

יא קוק איבער די מקורות צו וואס ער צייכענט אן פארוואס די אלע רבנים הנ''ל זענען נישט נאמן ופסול מטעם נוגעין און שיס דיין עפ''ל צום ריכטונג ווי די ווילסט עס שיסן, סאטמאר רב איז נישט שולדיג אז דאס איז מב' בדברי חז''ל,
די רבנים הנ''ל האבן קיין נאמנות, גיי היינט אריבער אין ארץ ישראל און קוק דיר אום אויף די רבנים וואס ווערן מאנעווירט פון צייטונגען און חברי בית הכנסת וואס ווערן אויפגעהאלטען אויף הויכע פאזיציעס אינעם בית המינים, נו איז דען א צל ספק צו אזעלכע האבען בכלל א נאמנות

קוק איבער די מקורות במס' ב''ב און מס' סנהדרין ועי' בשו''ע חו''מ
דערנאך זאג גענוי ווי אהין צו שיסן עפ'ל


...

יעצט זע איך אז פון עפ'ל האסטו געטוישט צו רח''ל, אבער עס איז שווער דיר צו העלפן אין אזא פאל ווייל כך מב' בש''ס ופוסקים אז די חברה האבן ''קיין נאמנות''
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די רבנים׳לעך וואס האבן גיהאלפען צוזאמשטעלען די תורות פון ויואל משה אין על הגאולה זענען געווהען ישיבה בחורים׳לעך אדער אזעלכע וואס זענען מלכתחילה געוועהן אויסגעשטעלט מיטן מיינונג אז וואס סאטמערער רב זאל נאר נישט זאגען אין דעם נושא וועט ער זיין גערעכט 1000% ממילא זענען זיי נישט ווייניגער פסול
באניצער אוואטאר
עפל סיידער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 7:19 am
געפינט זיך: בעיר החסד והתורה מאנסי הבירה
האט שוין געלייקט: 140 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך עפל סיידער »

אהא, יעצט שטימט שוין טאקע די גמרות און מקורות בהלכה בנוגע די פסול נאמנות הרבנים ששלחו נציגים בבית המינים, יישר כחכם
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

מאטי האט געשריבן:
עס פארציילן יודן וואס זענען געווען עדי ראי׳ ווען דער גערער רבי איז געקומען אויף א באזוך ביים רבין, שטייענדיג אינדרויסען פארן אריינגיין , האט אים הענט און פיס געווארפן פאר שרעק.

:like :like
סתם א הערה: "שטייענדיג אינדרויסן פארן אריינגיין" דאס הייסט אז גור'ער רבי האט געווארט אין די שורה אריינצוגיין?


he was scared, they shouldn't do with him what they did with the other rabbis of wmbg
חוצפא מלכותא בלא תאגא היא
פארשפארט