מכתב ב': אנהאלטן קשר מיט אראפ-פון-וועג חבר?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
משיב לשואל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 9:41 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

מכתב ב': אנהאלטן קשר מיט אראפ-פון-וועג חבר?

שליחה דורך משיב לשואל »

[justify]בס"ד

(פרטים געטוישט)

שלום עליכם ר' אלימלך, דו האסט דערפרייט מיין הארץ מיט דיין בריוו, זייט דו האסט דיך אריבערגעצויגען קיין לעיקוואוד בשטומ"צ (על אפם ועל חמתם פון אירע-עלטערן וואס האלטן נישט ביים באצאלן די הויכע בארא פארקע רענט....), טרעפען מיר זיך זעלטען, און היות איך בין מקיים דעם "בעל השמועה עומד כנגדו" האב איך דיר געזעהן ביי מיר אינדערהיים בשעת'ן ליינען דעם בריוו.

אכמ"ל איבער אלץ וואס טוט זיך ביי מיר און ביי דיר (וואו האסטו דיך געטראפען באקוועם?), לאמיר גלייך צוגיין צום – ווייטאגליכען – פוינט.

בנוגע אנצוהאלטען קשר מיט אברמי, אונזער [געוועזענע] ידיד, וואס איז ל"ע אראפ פון אידישן וועג.
אגלה מצפוני לבי, דו ווייסט דאך אז איך בין א קרוב צו אברמי דורך מיין ווייב'ס זייט. און דו ווייסט אויך וואספאראwar zone זיינע עלטערן'ס שטוב איז נעבעך געווען. אברמי האט זיך אלץ ארויסגעדרייט פון רעדן צו מיר ווייל ער האט גוט געוואוסט אז איך קען זיין פרשה מיט אלע דעטאלען, ער האט זיך געשעמט, איך האב דאס גוט פארשטאנען, צוליב דעם בין איך אים נישט נאכגעלאפען. בנוסף צו דעם, מצד המשפחה זענען מיינע הענט געווען געבינדן, אז אפילו ווען כ'האב נאר שטיל געטראכט אז אפשר איז בעסער פאר אברמי נישט צו וואוינען ביי זיינע עלטערן אינדערהיים, האב איך שוין באקומען שארפע בליקן פון די קרובים וואס האבן גענומען צדדים אין די מערכה.

איך קווענקעל זיך אין מיר אליין, אויב איך נוץ דאס פאר א תירוץ צו קענען זאגן "ידי לא שפך דם זה", אבער באמת דארף איך זאגן "את חטאי אני מזכיר". איך ווייס אליין נישט.

למעשה דארף מען זעהן וואס צו טוהן פון יעצט און ווייטער. לויט אברמי'ס מצב כהיום, וויל ער נישט האבן קיין שייכות מיט קיינעם וואס ער האט אלץ אמאל געקענט, וזה כולל אפילו גאר נאנטע חברים. ער וויל לעבן אלץ א פשוטע אמעריקאנע גוי, איינס פון מיליאנען און די גרויסע מאנהעטען, אן קיין מינדערסטע סימן פון זיין אידישע עבר. ממילא איז נישט שייך צו האבן קשר מיט איינער וואס לאזט זיך נישט.

אבער לויט ווי אונז קענען אברמי, האלט ער נישט אן קיין פאליסיס צו לאנג... און איך בין זיכער אז אין עטליכע וואכן ארום וועט ער האבן טענות פארוואס קיינער רופט אים נישט... איז די שאלה וואס טוט מען דעמאלסט.

איז אזוי, לו יצויר אברמי וואלט געווען א "בעל שיטה", אן אנגעליינטער "אפגעפארענע איד", און ווען מ'רעדט נאר מיט אים וואלט "אמונה / כפירה" געווען די נושא, וואלט אוודאי נישט געווען גרויס תועלת צו פירען ויכוחים מיט אים, און בפרט אויב דו ביסט נישט אויסגעקאכט אין די ענינים, וכל שכן ווען די שאלה איז צו דו זאלסט אים רופען. אויב אבער ער רופט און וויל סתם הערן וואס טוט זיך, איז אוודאי וויכטיג אים צו ווייזען א סבר פנים יפות. ער וועט אוודאי פארציילן וואו ער איז אלץ געפארן און פארברענגט, פרעג אים צו ער האט הנאה געהאט, זיינע פלענער, און זיין פרנסה. פרעג אים "נישט" צו ער רעדט מיט זיינע עלטערן, אדער צו ער לייגט תפילין (כ'ווייס דו ביסט נייגעריג – און איך אויך – צו וויסען אלע מצוות און מעשים טובים וואס ער האט אלץ "דערגרייכט"... האלט דיך איין, פרעג אים נישט)

היות איך בין זיכער אז ער וועט צוריקקומען און ווערן א שומר תורה ומצוות – איז וויכטיג ער זאל נישט שפירן אז מ'האט אים שוין אפגע'חתמעט פאר א גוי לעולם ועד, ער דארף שפירן אז מ'רעכענט אים נאך ווי א "כשר'ע איד" אפילו אויב נישט "מאנשי שלומינו"...

זאלסט וויסען אז דו קענסט זיין א "מציל נפש אחת מישראל", דו האסט א געוואלדיגע אחריות, וויבאלד דו וועסט לכאורה זיין דער ערשטער וואס אלימלך וועט רופען – ביום ההוא! ווען ער אויפשטיין אויף די רעכטע זייט – מוזסטו זיין גרייט צו ענטפערן זיין קאל מיט א געוואלדיגע רוהיגקייט, זאג אים אז די חברים ווילען אים זעהן, און ער איז געלאדענט צו דו חנוכה מסיבה וואס יוסי ענגעל מאכט, אדער צו סתם א נאכטמאל אין וועלכע [כשר'ע] רעסטעראנט זיין הארץ באגערט...

איך שיק היינט ארויס דעם בריוו, כדי זאלסט זיין גרייט על כל קאל"ל שתבוא...

הצלחה רבה, פארגעס נישט אז דו ביסט אין א מקום "תוירע"... מאך נישט קיין חילול ה'/חסידים....

מעריצך מאוד
- מקום החתימה[/justify]
משיב לשואל - געוועזענע ישיבה-משגיח, וואס פלעגט ענטפערן שאלות בכתב.
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

זייער א שיינע בריוו, איך האב נאר א פראבלעם מיט איין נקודה וואס דער כותב המכתב ברענגט נישט גענוג ארויס, כאטש איך בין זיכער אז ער וועט מסכים זיין מיט מיר:
• די סיבה וואס מיר מעגן/דארפן אנהאלטן א קשר מיט אברהמי, איז לאו דוקא ווייל ער וועט נאך איין טאג אויפשטיין אויף די רעכטע זייט (פון אונזער פוינט אוו וויו). נאר פאר דעם אליינס אז ער איז בארעכטיגט אלס א מענטש צו בלייבן מיט זיינע פריינט, כאטש ער האט אויסגעקליבן אן אנדער דרך החיים. אידישקייט איז קיינמאל נישט געווען געבויעט אז אהבת האדם איז בתנאי נאר אויב ער טראכט פונקט ווי דיר.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

פארוואס? האט געשריבן:זייער א שיינע בריוו, איך האב נאר א פראבלעם מיט איין נקודה וואס דער כותב המכתב ברענגט נישט גענוג ארויס, כאטש איך בין זיכער אז ער וועט מסכים זיין מיט מיר:
• די סיבה וואס מיר מעגן/דארפן אנהאלטן א קשר מיט אברהמי, איז לאו דוקא ווייל ער וועט נאך איין טאג אויפשטיין אויף די רעכטע זייט (פון אונזער פוינט אוו וויו). נאר פאר דעם אליינס אז ער איז בארעכטיגט אלס א מענטש צו בלייבן מיט זיינע פריינט, כאטש ער האט אויסגעקליבן אן אנדער דרך החיים. אידישקייט איז קיינמאל נישט געווען געבויעט אז אהבת האדם איז בתנאי נאר אויב ער טראכט פונקט ווי דיר.

אויף "מעגן" ביסטו גערעכט, אבער אויף "דארפן".. דארפן דארף מען נישט, ס'איז נישטא קיין ענין זיך צו חבר'ן מיט א חוזר בשאלה מער ווי א שומר דת . דא קומט אריין די טענה פונעם פותח האשכול, והבן.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

פארוואס, אונזער סארט אידישקייט איז אין א סכנה אויב מזעט עפעס אנדערשט. ממילא אויב איז דא א טשענס אז יענער וועט חוזר זיין דורך דעם וואס מאיז בקשר מיט עם, איז שייך דן זיין.
אויב נישט, פארוואס זאל איך לייגן מיין אידשקייט און א סכנה.
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

מאטי האט געשריבן:
פארוואס? האט געשריבן:זייער א שיינע בריוו, איך האב נאר א פראבלעם מיט איין נקודה וואס דער כותב המכתב ברענגט נישט גענוג ארויס, כאטש איך בין זיכער אז ער וועט מסכים זיין מיט מיר:
• די סיבה וואס מיר מעגן/דארפן אנהאלטן א קשר מיט אברהמי, איז לאו דוקא ווייל ער וועט נאך איין טאג אויפשטיין אויף די רעכטע זייט (פון אונזער פוינט אוו וויו). נאר פאר דעם אליינס אז ער איז בארעכטיגט אלס א מענטש צו בלייבן מיט זיינע פריינט, כאטש ער האט אויסגעקליבן אן אנדער דרך החיים. אידישקייט איז קיינמאל נישט געווען געבויעט אז אהבת האדם איז בתנאי נאר אויב ער טראכט פונקט ווי דיר.

אויף "מעגן" ביסטו גערעכט, אבער אויף "דארפן".. דארפן דארף מען נישט, ס'איז נישטא קיין ענין זיך צו חבר'ן מיט א חוזר בשאלה מער ווי א שומר דת . דא קומט אריין די טענה פונעם פותח האשכול, והבן.

מ׳רעדט דא נישט וועגן נישט מאכן א קשר, נאר איבער אנהאלטן א קשר. סא, איך מיין עס קומט אריין דעם ״דארפן״, אויף אזוי ווייט, אז די סיבה פארוואס מ׳זאל נישט אפהאקן דעם קשר, איז נישט נאר כדי להחזירו למוטב. נאר פשוט דערפאר ווייל עס איז נישטא קיין שום סיבה צו צונעמען די פרייהייט פון א מענטש עפ״י תורה.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

נולד מאוחר האט געשריבן:פארוואס, אונזער סארט אידישקייט איז אין א סכנה אויב מזעט עפעס אנדערשט. ממילא אויב איז דא א טשענס אז יענער וועט חוזר זיין דורך דעם וואס מאיז בקשר מיט עם, איז שייך דן זיין.
אויב נישט, פארוואס זאל איך לייגן מיין אידשקייט און א סכנה.

אויב דיין אידישקייט איז א סכנה ווען עס שטויסט זיך אן אין עפעס אנדערש. דארפסטו עס גיין אויסטשעקן.
הנלע״ד כתבתי.

לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

איך פארשטיי נישט אזוי די גאנצע שאלה. חבר'שאפט איז נישט (על פי רוב) א זאך וואס מען גייט און מען איז מחליט קום לאמיר זיין חברים, דאס איז א נאטורליכע זאך, אז דו דאווענסט מיט מיר אין איין שוהל אדער ווייקסט זיך אין איין מקווה אדער ארבעטסט אין איין ארבעט דרייט מען זיך צוזאמען איז מען חברים, אז איינער גייט זיך אן אנדערער וועג ער קומט נישט אין שוהל ער זיצט נישט ביים תיקון נאכ'ן דאווענען ער טרעפט זיך א אנדערע סביבה איז בדרך הטבע ווערט מען ווייניגער חברים, אמת אמאל קלינגט מען זיך ובפרט היינט קען מען אסאך האלטן קשר עלעקטראניש, איז אויב קומט אזוי אויס פארוואס נישט, אבער סתם בדרך הטבע וואס איז שייך צו הייסען זיין א חבר מיט איינער וואס מען האט שוין נישט קיין סאך אין קאמאן מיט עם. איך זאג נישט מען זאך בדווקא זיך מרחק זיין אדער מקרב זיין זאל מען עס לאזען נארמאל ווי א חברשאפט גייט, א חברשאפט וואס קומט צוליב הלכות און הדרכות האט יענער פנים.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

פארוואס? האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:פארוואס, אונזער סארט אידישקייט איז אין א סכנה אויב מזעט עפעס אנדערשט. ממילא אויב איז דא א טשענס אז יענער וועט חוזר זיין דורך דעם וואס מאיז בקשר מיט עם, איז שייך דן זיין.
אויב נישט, פארוואס זאל איך לייגן מיין אידשקייט און א סכנה.

אויב דיין אידישקייט איז א סכנה ווען עס שטויסט זיך אן אין עפעס אנדערש. דארפסטו עס גיין אויסטשעקן.
הנלע״ד כתבתי.

די טענה איז נישט ריכטיג. איך זאג נישט אז יידישקייט איז אין א סכנה אויב חבר'ט מען זיך מיט א פורק עול, אבער מען דארף זיך נישט מתעלם זיין פון די מציאות אז כמעט אלעס וואס א מענטש טוהט זענען חברים משפיע. א מענטש איז נישט א לאגיק מאשין נאר ענדערש א שפיגל פון פארשידענע השפעות פון זיין סביבה. איך קען נישט קיין איינער ווי קלוג און טיף און שטארק זיין דעה והשקפה זאל זיין וואס זאל נישט זיין נשפע פון חברים. איז אפשר איז דא סיבות לכאן ולכאן, און אוודאי איז מעגליך צו זיין א חבר אויך מיט איינער וואס זיין דעה והנהגה איז גאר ווייט פון דיר, אבער בדרך כלל ארבעט נישט חברשאפט אזוי און מקבלין דין מן דין די טענה 'איז דיין אידישקייט אזוי שוואך 'איז אבי גערעדט.
I have a dream
Martin Luther King ~
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

Wow לעיקוואד האט זיך מיטגעכאפט מיט בן תמליונס באן קיין רעכטס.
ווער וויל מיטפארן?
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

העי איך פאר נישט אין ערגעץ. איך בין נאר מעורר צומאל אויף לעכערליכע טענות (בעיני).
I have a dream
Martin Luther King ~
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

דער ענטפער אויף כוכב׳ס שאלה ליגט שוין די פריערדיגע תגובה פון לעיקוואד:
א מענטש איז נישט קיין לאגיק מאשין, ער ווערט נשפע פון זיין סביבה.
;)
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

ביי אונז אין לעיקוואד האט מען געוואוסט אז אויב דיין חבר טענה'ט איין זאך דארף עם פראבירען אפצופרעגן, סאו די השפעת הסביבה ארבעט אויך פארקערט..
I have a dream
Martin Luther King ~
זיגמונד פרויד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 01, 2014 1:02 pm
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

שליחה דורך זיגמונד פרויד »

נולד מאוחר האט געשריבן:פארוואס, אונזער סארט אידישקייט איז אין א סכנה אויב מזעט עפעס אנדערשט. ממילא אויב איז דא א טשענס אז יענער וועט חוזר זיין דורך דעם וואס מאיז בקשר מיט עם, איז שייך דן זיין.
אויב נישט, פארוואס זאל איך לייגן מיין אידשקייט און א סכנה.

סקען זיין אז דיין אייגענעם גאט קען ווערן פארוואונדעט פון ספיקות אין אמונה. מיין גאט האט ליב ווען איך טראכט אריין אביסל מער בעיון...
פארשפארט