"דער בלאט"

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

די ווייטאג אין רוקן...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
עס עפעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 131
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 3:22 pm
געפינט זיך: ביים טעלער
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל

שליחה דורך עס עפעס »

וואס איז ראנג דערמיט? מעיבי בינעך אן ע"ה, כ'פרעג ערנסט
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

למיטב ידיעתי איז נישט דא אזא אויסדרוק אין ענגליש, 'די ווייטאג בישיבה של אותו זקן' קלינגט היימישער...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
עס עפעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 131
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 3:22 pm
געפינט זיך: ביים טעלער
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל

שליחה דורך עס עפעס »

גערעכט. ס'איז פערצופאל געווען גאנץ אן אינטערעסאנטע ארטיקל
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

די ארטיקל איז געווען זייער אינטרעסאנט.
איך האב זיך אויך געמוטשעט מיטן "ווייטאג אין רוקן" אויסדרוק, נישט פארשטאנען,
יישר ונבנתה, עס האט מיר געקאסט א געזונטן אויספלאץ......

(אפשר האבן זיי געמיינט א פעין אין די נעק)
וירח ה' את ריח הניחוח
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

pain in the back איז א נארמאלער אויסדרוק.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

ונבנתה העיר האט געשריבן:למיטב ידיעתי איז נישט דא אזא אויסדרוק אין ענגליש, 'די ווייטאג בישיבה של אותו זקן' קלינגט היימישער...

טאקע היימיש. ווייסטדאך אוודאי פון יענע סאטמארער וואס האט אויסגערופן ברבים און זאגאר אינעם הייליגן ראש השנה פאר די תקיעות גאר ''מיר זענען טיף אין תחת מן המיצר קראתי יה''
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

שליחה דורך shem-tov »

עטליכע וואכן צוריק איז געווען עפעס א קליינער ארטיקל אין בלאט אז די וויזשניצער מוסדות אין בני ברק (ר"מ) האט אפגעזאגט א פארלאנג פון די ערי' צו ברענגען פרומע סאלדאטן אין חדר/ ישיבה צו רעדן וועגן זיך באשיצן פון ראקעטן, נאר ענדערשער זאל קומען א פרייער, ווייל זיי ווילן דאך נישט אז די קינדער זאלן זעהן אז מען קען זיין א פיינער חרדישער יוד אפי' מיט די מיליטערישע קליידער(דאס שרייבט ער אלץ פשטות). דערנאך ברענגט דער לץ שבלצים א געבעקס אויפן חשבון פונעם קדושת יו"ט א מעשה מיט א דאקטער אז מען קען נישט זיין א יוד צוזאמען מיט א דאקטער. ע"כ בערך דער באשרייבונג. איך קען נישט דעם ארץ ישראלדיגן שרייבער יאקאב אבער איין זאך קען איך אייך זאגן אדער איז ער א גאר שטארקער נאיווער און פרומער אדער איז ער א פוסטער לץ שבלצים אנגעפיקעוועט מיט איזראעלישע ליטראטאר. ווייטער דער יוד האט זיך זיין שרייבער פון דא און דארט אויך אן ארץ ישראלדיגער לכאור', ער באהאלט כאטשיק נישט זיין ציוניסטישער פרצוף. דער איז א פארברענטער ציוני אז מען קען זיך באלעקען די פינגערס יעדע וואך האט ער מעכטיגע משלים און גוטע מעשהלעך, (אמאל ווען כבין געווען יונג האט עס מיך געבאדערט היינט כאפ איך שוין דאס גאנצע קאראפשען ב"ה) און ווען ער ענדיגט פארגעסט ער נישט צוצולייגען אוודאי זענען מיר מתפלל אז די מדינה של גהינם זאל אינטערגיין...
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

2 בילדער לעצטע וואך האט געכאפט מיין אויג,

די ערשטע איז א בילד פונעם סטריקוב'ער רבי'ן, כ'ווייס נישט פארוואס דער בילד האט מיר געכאפט, עס האט מיר דערמאנט פון די מחניים בוכלעך וועלכע איך האב אסאך געלייענט אלס קינד, אזא צורה איז שלא מעלמא הדין, כמעט אפגעמאלן ווי ה.הכטקופף דעם בעש"ט, האב איך געטראכט לאמיך עס דא ארויפלייגן, עס איז באמת א דערהויבענע צורה לענ"ד,

.
IMG_2151.JPG


.

די צווייטע איז א בילד ווי א עראפלאן האט מ'כלומר'שט אדורכגעקראכט א וואנט.
עס איז מיר א פלא עצום ווי אזוי עס האט אזוי שיין אריינגעקראכט אין דעםן פונקטליכן פארום, קיין שום שפאלט זעהט זיך נישט אן ארינגס און ארום דעם עראפלאן.
עס קוקט מיר אויס פאלש. איז איינער מיט מיר??

.
IMG_2150.JPG
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

זיכער פאלטש. ווי אזוי האט דען די רעדעל געקענט דורכגיין??
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

ענדילד גראדע אין דער מחבר פונעם צווייטן העלפט ואפילו בהסתרה ניגון.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
יצמחפרקני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך יצמחפרקני »

אבטולמוס האט געשריבן:For years, one man has approved virtually every beer label design in the United States. Among brewers, he’s a tyrant. A legend.

.

http://www.thedailybeast.com/articles/2 ... tator.html


יישר כח!
כ'זעה דאס ארטיקל איז ממש איבערגעשריבן ווארט ביי ווארט! עס וואלט געמעגט זיין אביסל א בעסערע ארבייט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אבטולמוס האט געשריבן:For years, one man has approved virtually every beer label design in the United States. Among brewers, he’s a tyrant. A legend.

A pedantic pain in the ass.

http://www.thedailybeast.com/articles/2 ... tator.html

שוין: דו האסט עס ארויסגעשריבן מיט'ן שם המפורש. ייש"כ...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

לפענ"ד האט דער בלאט לעצטנס געליטן א שטארקע ירידה אין קנאות.
כאטשיג זיי ברענגען לעצטנס אראפ די קאנטראווערסיאלע סטעטמענטס פון רבינו הגה"ק שליט"א, וועלכע ווייזן אז אינז ווערן נישט נתפעל פון די מיינונג אין די גאס. למשל די פארגאנגענע וואך (פ' נח תשע"ה לפ"ק) ברענגט דער בלאט אויף פעידזש 6 אן עד פון "ארטסקראלל", איבער א מקראות גדולות חומש שנדפס בדפוס המפואר.
פאר אונז אידן פון אלטן דור דארף מען נישט אראפשרייבן וואספארא ירידה דאס טוט מיט זיך פארשטעלן. בימי ר' סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו, ווען דער אש קודש פון די תורת הקנאות וההתבדלות האט נאך געברענט מיט זיין גאנצן שארפקייט וואלט אן עדיטאר אדער מענעדזשער וועלכער לאזט אזא אפיקורס'ישן אדווערטייזמענט אריין אין זיין צייטונג, געפלויגן ביז פינעף מינוט.
להוסיף חטא על פשע ברענגען זיי (דער בלאט) אויף פעידזש 7 אן אדווערטייזמענט פון דעם אסעמבלימאן דוב הייקינד. זיי באטיטלען עים נאך "ר' דוב הייקינד". וואו איז דאס געהערט געווארן?! בימים כתיקונם וואלט מען עים און זיין ארגאניזאציע נישט געלאזט צו קומען אין די ד' אמות פונ'ם הייליגן בילדינג פון וואו דער הייליגער צייטונג ווערט געדרוקט.
שאל אביך ויגדך, וועט ער דיר זאגן וויאזוי דער איד האט בימי ר' סענדער באטיטלט אזא מענטש. מיר געדענקען נאך גוט די אלע לשונות של גנאי ובזיון וועלכע די הייליגע שרייבערס פונ'ם איד (הקדוש) האבן געניצט אויף עים. קודם אן א "ר'". והשנית. מ'האט אויסגערעכנט זיין גאנצן יחוס. זייענדיג א תלמיד פון (הרב, עפ"ל) מאיר כהנא, און א מעמבער אין די דזשעי.די.על., וועלכע זענען דאך געוועין פון די ערגסטע ציונים, רח"ל מהאי דעתא.
נאר, לפענ"ד איז דאס א חלק פון די ירידה אין תורת הקנאות ווההתבדלות, בכלל. ווען איך האב דאס ערשטע מאל געליינט אין "דער איד" אן אדווערטייזמענט איבער "כרמל" וויין, מיט די השגחה פון בד"צ העדה החרדית, האב איך מיר געריבן די אויגן צו מאכן זיכער אז איך חלום נישט. דער מושג, "כרמל" וויין איז אלעמאל געוועין אפגעפרעיגט ביי אינז ערליכע אידן. דאס האט אייביג פארגעשטעלט מיט זיך די "מזרחי". די עצם זאך אז דער בד"צ העדה החרדית געט אויף דעים א הכשר איז א פליאה. נאך מער פלא איז אז דאס ווערט נאך דערצו אדווערטייזט אין "דער איד", דער פאן-טרעיגער פון שיטת הקנאות וההתבדלות...!
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

די וואך האט דער בלאט געגנבט א גרעף (בלאט 36) פון א צייטונג, וואס שרייבט צווישן אנדערע וויכטיגע לעבן'ס ארטיקלן, איבער קאנדומ*. ס'דא אפילו א בילד פון אפאר פארמאכטע פעקלעך. כ'וואלט זייער געוואלט זיין אין ישיבה גדולה ביים שבת סעודה די וואך, ווען מ'האט זיך ארומגעקריגט איבער איר באדייט.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:די וואך האט דער בלאט געגנבט א גרעף (בלאט 36) פון א צייטונג, וואס שרייבט צווישן אנדערע וויכטיגע לעבן'ס ארטיקלן, איבער קאנדומ*. ס'דא אפילו א בילד פון אפאר פארמאכטע פעקלעך. כ'וואלט זייער געוואלט זיין אין ישיבה גדולה ביים שבת סעודה די וואך, ווען מ'האט זיך ארומגעקריגט איבער איר באדייט.

ס'איז זיכער כשגגה היוצאת מלפני השליט. (נישט חלילה דער ציוניס'טישער גלעד שליט, פון מדינת ישראל.). ס'זעהט אויס אז דער עדיטאר איז געוועיןזייער שטארק מיעד.
נאר איך קען דא פארציילן פון עטליכע ערנסטע "בלאאפער'ס" פון די הייליגע צייטונג "דער איד", וואס איז געקומען מכח עם הארצות אין וועלטליכע עניינים. איינס ביניך אפילו חושד אז "דער בלאט" האט זיי אונטערגעריקט. נאר זייענדיג די גרויסע עמי הארצים וואס זיי זענען האבן זיי נישט געכאפט. והנה: אין די בראשית יארן פון ווען דער בלאט האט אנגעהויבן ערשיינען. ווען ס'איז נאך געוועין א צייטונג מיט גוטע ליין מאטעריאל און געשמאקע, אידישע מיינונגע. נישט אנגעפרעסן מיט שנאת ישראל ווי דער פארשימלטער "איד" איז געוועין. ווען אזאלכע אינטעלעקטואלע שרייבערס ווי שמעון ראלניצקי, האבן געשריבן דארט.אין "בלאט" איז דאן געלאפן אן אינטרעסאנטע סעריע וועלכע האט שטארק צו געצויגן די אינטרעסע פון די ליינערס. דער"איד" האט דאס געוואלט נאכמאכן. האבן זיי אנגעהויבן שרייבן א סעריע ארטיקלען איבער איינעם א קינדער דאקטאר "יאן קארטשאק", וועלכער האט אין ווארשעווער געטא, חוץ היילן די אידישע קינדער, געגרינדעט שולעס (נישט חדרים), וואו די קינדער האבן פארברענגט מיט קולטור, מוזיק און ארט. ביז די נאציס, ימ"ש האבן אוועקגעפיהרט די קינדער קיין אוישוויץ. דער דאקטאר איז געוועיון אזוי שטארק איבערגעגעיבן פאר די קינדער אז ער האט געזאגט אז ער גייט מיט די קינדער אויפ'ן טרעין.
די פראבלעים איז אבער, אז דער דאקטאר קארטשאק איז זייער פארהייליגט ביי די פרייע ציונים אין א"י. ווער ס'ליינט א ביסל די איזראעלישע אלגעמיינע פרעסס ווייסט פון וואס דער מדובר איז. ס'איז פונקט אזוי ווי מ'זאל באשרייבן אין "דער איד" וואספארא פיינער מענטש בן גוריון איז געוועין. און ארויסברענגען זיינע שבחים. נאר די תם-קעפ דארט האבן דאס נישט געכאפט מחמת חוסר ידיעה. ביז, מ'האט זיי מעורר געוועין. און נאך דריי פארזעצונגען האבן זיי געסטאפט.
א צווייטער פאל וואו זייער עם הארצות האט זיך ארויסגעוויזן איז געוועין ווען זיי האבן געברענגט אין די פורים אויסגאבע א בילד פון א בארימטע סצענע וואס די גויים רופן אן "די לעסט סאפפער". ווען יאשקע האט געפיהרט א "סדר" און די רוימישע סאלדאטן זענען עים געקומען ארעסטירן. האבן די חכמי כעלעם אין די רעדאקציע פונ'ם "איד" געשריבן אויף אט דעים בילד "אידן זענען זיך משמח, פורים"....איך האב אויסגעפלאצט פאר געלעכטער איבער זייער טיפשות און עם הארצות. אז א חוץ שעלטן און שימפן גדולי ישראל און שפייען האס און שנאה קענען זיי גארנישט... די קומענדיגע וואך האבן עטליכע בריוו-שרייבער זיי אויפמערקזאם געמאכט איבער די ריכטיגע מיינונג פון דעים בילד...!
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

דער מאמענט אין איינע פון אירע ערשטע נומערן ביים דעקן עפעס א מאסן פראטעסט באוועגונג (איך געדענק נישט וועלכע) האט געהאט א ריזיגע בילד פון א סוב-גרופע וואס קאמפיינען פאר אלטערנאטיווע הייראטן, די גאנצע הינטערגרינד פונעם בילד האט געהאט א קלארן 'רעגנבויגן-פאן', וואס איז א שטארקע סימבאל פון די אלטערנאטיווע הייראטן קאמפיין,
עס קומט אבער נישט צו צו 'די לעצטער נאכטמאל' אין דער איד! :lol:

אגב, שמעון ראלינצקי אן איטעלעקטואל? וואס עפעס? (איך האב גארנישט קעגן אים, און ער איז א באגאבטע זשורנאליסט, אבער אן איטעלעקטואל?)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ישראל קאפקע האט געשריבן:דער מאמענט אין איינע פון אירע ערשטע נומערן ביים דעקן עפעס א מאסן פראטעסט באוועגונג (איך געדענק נישט וועלכע) האט געהאט א ריזיגע בילד פון א סוב-גרופע וואס קאמפיינען פאר אלטערנאטיווע הייראטן, די גאנצע הינטערגרינד פונעם בילד האט געהאט א קלארן 'רעגנבויגן-פאן', וואס איז א שטארקע סימבאל פון די אלטערנאטיווע הייראטן קאמפיין,
עס קומט אבער נישט צו צו 'די לעצטער נאכטמאל' אין דער איד! :lol:

אגב, שמעון ראלינצקי אן איטעלעקטואל? וואס עפעס? (איך האב גארנישט קעגן אים, און ער איז א באגאבטע זשורנאליסט, אבער אן איטעלעקטואל?)

למען הדיוק: ער הייסט .ראלניצקי נישט ראלינצקי. פון אזא סעמי (אדער, פסעוודא, ח"ו) אינטעלעקטואל ווי איר זענט, דערווארט מען אויך מער דיוק. חוץ ווען איינער פלאגט זיך ח"ו מיט דיסלעקסיא...!
לעניין. שמעון ראלניצקי איז נישט פארכאפט אין די פארשימלטע אידעאלאגיע, מיט וואס איהר זייט א ביסל אנגעשטעקט. און ס'איז געשמאק צו ליינען זיינע ארטיקלען...!
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

אינטעראנטע ארטיקלען מאכט נישט אן איטעלעקטואל,
איך אן איטעלעקטואל? וואס פאלט דיר ביי?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ישראל קאפקע האט געשריבן:אינטעראנטע ארטיקלען מאכט נישט אן איטעלעקטואל,
איך אן איטעלעקטואל? וואס פאלט דיר ביי?

זיי נישט אזא עניוו! (אנעוו. נישט חלילה, גאנעוו!). ווען, און וויאזוי א מענטש שרייבט דערקענט מען אויב ער איז אן אינטעלעקטואל, (נישט אין נעגאטיוון זין) :lol: אדער א פרימיטיווער מח...!
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

שליחה דורך גראף »

@berlbalaguleh berlbalaguleh@ װי אזוי האסטו געװיסט? :D

20141102_035752 (1).jpg
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

גראף האט געשריבן:@berlbalaguleh berlbalaguleh@ װי אזוי האסטו געװיסט? :D

20141102_035752 (1).jpg

געוואוסט, וואס? אויב דו מיינסט די געשיכטע פון חברון. און דעם גורל פון די אידן. דאס האב איך געליינט א לאנגע צייט צוריק.
דער חידוש איז, אז ס'איז דא אידן וואס כאטש זיי ווייסן די אלע געשיכטעס און אנדערע, דאך האלטן זיי אז די אראבער זענען פיינע און ארנטליכע מענטשן וועים מ'קען טראסטן און מיט וועים מ'קען ארבעטן און לעבן צוזאמען. און אויב איינער איז דא שולדיג, זענען דאס די אידן. בעסער געזאגט. די ציונים.
ס'איז דא א טעיפ פון "הרב" קאפלאן/שמאפלאן, וועלכער איז אויך גיווען א ישיבה בחור אין חברון אין שנת תרפ"ט 1929, ווען די אראבער האבן אדורכגעפיהרט די שחיטה, און ער איז ניצל געווארן. זאגט ער דארט אין טעיפ אז די אידן און די אראבער האבן געלעיבט אזוי גוט אז די אראבישע גוי'טעס האבן געבעיביסיט די אידישע קינדער. און אז די אידישע פרויען האבן געטריקנט די וועש אויף די זעלבע שטריק מיט די אראבער'קעס און מ'האט געלעיבט אזוי גוט. און וועיגן די שולד פון די ציונים איז אלעס צושטערט געווארן. דער בהמה, און פאלשער יונג, באשולדיגט נישט די אראבערס אלס רוצחים. נאר די אידן, פארוואס זיי האבן געמאכט די אראבערס הרג'נען די אידן...!
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

שליחה דורך shem-tov »

בארואיגט אייך סאיז יש דברים בגוי. ער זאגט דאך אז ער איז דארט געווען נו וואלס טענהסטו דעך. די אלע מענטשן רעדן פון פאר די שחיטה אין חברון וואס איז שוין געקומען אדאנק די ציוניסטישע בונטעוועריי
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
פארשפארט