נאסטאלגישע זכרונות, אין חדר צוריק מיט צוואנציג יאר צוריק...
-וועלוועלע דעם ראעשקאל'ס: נעבעך דער זאלמעלע, קעצי גלעזער.. מסתמא האט עס זיין טאטע באקומען אויף מעדיקעיד, נעבעך, קוק עס אן, האהאהא...
-מאטי, ברוך דעם קאנאקער'ס נעפיו: כאכאכא.. איך מיין די הויזן האט ער אויך באקומען אויף מעדיקעיד, און איך מיין אז די נאמען אויך העם, העם, הא הא....
-משה גרויס, בעל גאוה פון די קלאס: איך מיין אז מיין עלטער עלטער זיידע האט אויך געהאט די פאני מיני גלעזער ביי די וועלט מלחמה.. כאכא...
אלע אינאיינעם: חאחאחאחחח... האהא כאכאכככככאאא.. (שטיקן זיך פאר געלעכטער)..
--------
-גליקל גליקליך: האסטו געזען ביים עונג שבת בתי'ס מאמע? (האנט אויף די מויל), יוי! נעבי, נעב! אזא טיכל, ווי די אלטע באבעס, ווי די פוילישע טאנטעס און אונגערישע נעיניס, (אויסשיס..)...
-ברוכטשי אויסבראך: יא, די פאום טיכל, איך מיין אמאל פלעגן אלע אזוי גיין, ניין? אבער היינט איז עס פלעין נישט פאני!
-פערל דיימאנד: איך האב פלעין געמוזט אוועק קוקן אז בתי' זאל זיך נישט שעמען, פארוואס גייט זי אזוי יאנטשי?? ווי א דייפער אויפ'ן קאפ..
-פייגעלע פויגל: יא, אמאל, אין די אלטע היים, היינט גייען נאר די רחמנות'דיגע אדער צוריק געבליבענע, ס'איז פלעין נעבעך'דיג און נישט אין סטייל, ווער גייט נישט היינט מיט א טורבאן? זי דערמאנט מיך פון די אלטע פושיקא פון די בלאק...
-אלע צוזאמען: כאכאכאכא... נעבעך נעבב.... חא חא חא...
----------
זרח אין "מאדערן אפטיקל" תשע"ד:
יא מענדל, די גאלדענע און די רימלעס שטייט אפשר טאקע גוט אויף דיר, אבער די אנדערע זענען שוין מער "אין", ווייסט, אלע נעמען דאס שוין היינט, די דיקע שווארצע פרעים, מיט די ברוינע דיקע הענטלעך, ס'איז פעסטע פלעסטיק, מיט א וואראנטי, ס'איז אביסל טייערער ווי די רימלעס, אבער ס'איז אין סטייל.. קוק אן די, געמישט לעכטיג מיט טונקל ברוין, ס'איז אזוי עלעגאנט, ס'איז אזא דזשיראף סטייל, א ביוטיפול בלענד, מיט בלאסע פאלקע דאטס, ס'איז רייך, ס'רעדט! אדער די מיט די גרעי הענטלעך, יא, די פנים איז שווארץ, סטרייקינג, און די הענטלעך אזא לעכטיג גרעי, ס'איז א שיינע קאנטרעסט..
-מענדל: האסט טאקע נאר די עקודים נקודים וברודים? און עפעס נארמאל, מיט גאלד מיט לעבן, נישט אזוי טונקל האסטו נישט?
-זרח: אדער האב איך דא די מיט שווארץ פלעסטיק אויבן, און גאלד אדער זילבער אונטער די גלאז, דאס איז זייער אויפגעכאפט ספעשל ביי די רייכערע עולם, דא האסטו..
-מענדל: איז נישט דאס וואס נאר די רבי'ס גייען??
-זרח: יא, ניין, כמעט, ס'איז די זעלבע, כמעט די זעלבע, אבער מער "קלאסיש", דאס איז זייער אויפגעכאפט, אדער קוק דא, די גאנצע זייט דא, ס'איז אלעס טאפ קלעס ברענד נעים! קלויב דיר אויס וועלכע דו האסט די מערסטע "ליב" (?), און רוף מיך ווען דו האסט געמאכט דיין סעלעקשאן...
-מענדל צו די ווייב: דו זעסט וואס גייט דא פאר? מענטשן זענען טאטאל אראפ פון זינען? די אלע ברילן דערמאנען מיך פון די עלטער זיידעס, און פון די וואס מ'פלעגט רופן אין חדר "קעצי גלעזער"..
---------------
אחי ורעי, א צודרייטע וועלט! ממש די גלעזער וואס אונז האמיר אפגעלאכט און אפגע'חוזק'ט די "נעבעכדיגע" קינדער וואס זענען געגאנגען מיט קעצי אדער דאגי גלעזער, דאס טוט מען אונז היינט אן, וואס זעמיר? פרויען? אונז זעמיר סטופיד? מ'קען אונז פירן ביי די נאז מיט סטייל און אוט אף סטייל? באלד גייט מען לאכן פון די נעב'ס וואס גייען מיט שיינע אייזערנע און רימלעס גלעזער, ווייל איין בהמה האט באשלאסן אז ס'איז דא א נייע סטייל..
די זעלבע מיט די פרויען, א פורים קאסטיום איז געווען די "אלטע אוט אוף סטייל" טיכלעך און פאום טיכלעך, פלוצלינג ווען ס'איז געווארן ארויס פון סטייל דורך די טערקישע טורבאנס וואס האט עס ריפלעיסד, יעצט טוט מען זיך אן פינף מינים סנודס און באנדאנא'ס וואס קוקט אויס פונקט ווי די חוזק אוט אף סטייל טיכלעך..
אונז זעמיר אן עם חכם ונבון, מיר דארפן אליין פארשטיין וואס איז שיין, און וואס איז אין לו טעם וריח.. איז עס נישט שיין, לאמיר מאכן א גרויסן ריטוירן טו סענדער,
און אויב איז דאס טאקע יא שיין און קלאסיש, דארפן מיר זייער שטארק איבערבעטן די "נעבעכדיגע" קינדער וואס אונז האמיר אזוי אויסגעצאפט דאס בלוט ווען זיי זענען געגאנגען מיט אט די הערליכע סטייליש און קלאסישע גלעזער, און מיר האבן זיי בא'טיטל'ט קעצי גלעזער און זיידע גלעזער, און זייערע מאמע'ס וואס זענען געגאנגען אזוי עלעגאנט און קלאסיש מיט די אזוי אויפגעכאפטע באנדאנא, סארי, איך מיין פאום טיכל..