פאפא, נו, זיי ווילן זיין גרויס, און מיינען נעבעך אז אזוי ווערט מען גרויס. אבער סאטמאר זענען דאך די נארמאלע! זיי זענען באמת גרויס! זיי טוהן נישט די נארישע אקטיוויטען ווי די ארונים (למשל "יסודי התורה" ) זייער רבי האט פיינט די משוגעת'ן, וכו' וכו', אויב אזוי פארוואס איז מען אזוי מצער דעם רבי'ן, און תושבי וויליאמסבורג וואס וואוינען אין די געגענט??
דער רבי שליט"א (מהרז"ל) האט פונקט אזויפיל צער ווען מ'פארשפארט די גאסן, ווי זיין פיקטשער ערשיינט אויפ'ן קאווער פון כל העולם כולו, בזיוו הדרת קדשו מיט די ווייסע בעקיטשע...
איך האב גראדע יא געוואלט ארויסברענגען די ווייגעשריי פון טויזענטער תושבי וויליאמסבורג וואס זענען אפעקטירט געווארן פון די בעדפארד עוועניו אפשפארונג אבער כ'האב מיך צוריק געהאלטן ווייל כ'האב געקלערט אז ס'וועט ווערן פארקראכן צו א שמועס איבער די סאטמארע פאליטיק.
@ר' בערל, אונגארישע זענען נישט ווייניגער קלוג, זיי זענען ווייניגער כיטרע ווי די פאלאקן, און די ליטוואקן (די אמאליגע, אין דער אלטער היים) האלטן די פוילישע די זעלבע נארנים ווי די פאלאקן האלטן די אונגארישע, (די היינטיגע מאדערנעזירטע 'ליטוואקן' וואס רעדן נישט קיין מאמע לשון זענען נאך די ווייניגסטע כיטרע) די גאנצע מיטאס פון 'כעלמער חכמים' איז א ליטווישע ערפינדונג, וואו די קעגנזייט פון די כעלמער זענען געווען זיי די ליטוועקעס, אזוי אז אלע כעלעמער געשיכטעס היסטאריש האבן גערעדט פון א ליטוואק (דער קלוגער) פרעגט א כעלמער (דער פאלאק, דער טיפש), אדער א ליטוואק איז אנגעקומען אין כעלם, (די ליטוואקס האבן בכלל פון קיין אונגארישע נישט געוואוסט צו זאגן),
אבער כיטרע מיינט לאו דווקא קלוג, די אונגארישע זענען אוניווערסאל בעסער אין ביזנעס, האבן א בעסערע פארשטאנד אין אנפירן און פארוואלטן אויף פארצווייגטע אפערעס, די ארעמע פאלאקן, און די נאכמער ארעמע ליטווישע, האבן אנשטאט ארבייטן און מאכן פרנסה געהאט אלע צייט אין דער וועלט אויסצושארפן זייער כיטרעשאפט און שפעטן און זיך ארומפליקן איינער דעם צווייטן,