ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך ווייס נישט צו וועמען דו רעדסט, אבער שיק איהם א גריס. דער וואס האט געזאגט אז דער מדינה פעלט אויס פאר'ן ראטעווען אידען פון דער מדינה קען זיין א ביסל דיז"י פון דער לאגיק, און ממילא זיץ איהם אראפ פאר דו רעדסט מיט איהם.
צו מ'מעג אוועק געבען די רעכטען פון אידישקייט ביד מפיריה איז דער נושא. דער בעל ויואל משה האט געלאזט אידישקייט און אידען הפקר ביד די מפירי התורה, און די שוואכע אידען (שומרי תומ"צ) וואס האבען נישט געהאט דער כח אקעגען זיך צו שטעלען דער שטראם פון כפירה, וואלטען אלע געגאנגען צו גרונד ווען נישט פאר אלע גדולי ישראל, וואס האבען געזען אז פרומע אידען דארפען הילף, זיי קענען נישט אליינס, און דעריבער דארף מען זיי בויען מוסדות פון דערויסען. אין אמעריקא האט מען עס נישט באוויזען און 75% פון אמעריקאנער אידען הייראטען מיט גוים היינט צו טאג'ס רח"ל.
און דער איד וואס ואלט פריי געווארען ווייל די ארומיגע געזעלשאפט פיהרט צו נישט זיך פיהרען אידיש, איז אין א"י פרום, ווייל די געזעלשאפט פאדערט נישט צו זיין פריי. ער איז אפשר נישט אין גאנצען ווי מ'וואלט געוואלט, אבער דער וועלט איז אלס געמישט פון פרומערער און ווייניגער פרום, און דער 'ירושלים דאמעריקא' האט גענוג און נאך מענטשען וואס זענען נאר פרום לויט ווי דער געזעלשאפט לאזט, און זיי זענען פונקט אזוי מקיל אויף הלכות שבת און הלכות נדה און הלכות כשרות ווי זיי קענען נאר מיט'ן 'סעלק"א הוט'.
דער א.ג. עכטע אידישקייט איז נישט ווייניגער אין א"י ווי דאהי. די אלע גזירות וכדו' זענען גיט פאר די צייטונגען און די ירושלימ'ער גנבים צו בארויבען די תמימות'דיגע אידען אין וומסב"ג (איך האב לעצטענס געהערט וועגען א ירושלימ'ער גנב וואס איז געקומען קיין וומסב"ג מיט 15 יאר צוריק און געשאפען $400,000 אין איין נאכט צו באקעמפען נח"ל חרדי!!!!! אסאך באקלאגען זיך 'ווי פארשאפט מען נאך א פאר אזעלכע זיסע גזירות?'), אבער למעשה דער יונגערמאן אין בני ברק לערנט בהתמדה פונקט ווי, אדער נאך מער, ווי זיין פאראללע"ל אין לעיקוואוד, און זיין שטוב איז פונקט אזוי פרום אדער מער, און זיין קינדער גייען אין זיין דרך. די עכטע אידישקייט האט גארנישט דערלייגט פון דעם אז ער שיקט א שליח אין כנסת, און דאס וואס זיי גראבען אויס קברים איז נישט ווייל מ'האט שלוחים אין כנסת, נאר ווייל די 'ברכים אשר לא כרעו לבעל' שטויסען זיך אן איינער דער צווייטען אין אמעריקא אויף דער זכות מוסר נפש צו זיין אויף 'עכטע אידישקייט' כנוסח מארמעראש.
פון אלע 'יעדער זעט שוין' האב איך נישט געהערט קיין איין מעשה בפועל וואס איז געשען וועגען גייען אין כנסת. נישט קיין איין בחור איז געגאנגען אין מיליטער וואס וואלט נישט געגאנגען אן דער זיצען אין כנסת. (ס'דא א קליין הייפעלע סאטמארער חסידים אין א"י און זיי האבען נציגים אין נח"ל חרדי אויך. קינדער גייען אראפ פון וועג, דאס איז נישט קיין א"י פראבלעם, נאר א וועלט'ס פראבלעם ה"י). קיין איין מענטש עסט נישט טרפות ווייל זיי זענען געגאנגען אין כנסת, און קיינער דאווענט נישט מנחה נאכ'ן שקיעה ווייל מ'רעדט עברית. ס'איז אלס שקרים וכזבים, וואס איז גוט צו האלטען דער ציבור אין די ראמען און זיכער מאכען אז מ'בלייבט סאטמארער חסידים (דאס איז דען נישט א פאליטישער חשבון?!), אבער מיט אמת האט עס נישט.
נאך איין זאך – מ'האט נאך נישט געהערט וואס דער פאליטישער חשבון איז. וואס האט דער חזון איש געוואלט פאליטיש וואס פאר דעם האט ער געהייסען באקעמפען די ציונים? פאר וועלכע פאליטישער פארדינסט האט דער מירער ראש ישיבה הגאון ר' אליעזר יהודה פינקל נישט מסכים געווען צו זיצען איינגעשפארט און לאזען די רשעים שמד'ען אידען רעכט'ס און לינק'ס?
נננווייז איין קראנטע פאקט, נישט 'יעדער ווייסט', נאר א פאקט, א סברא, א מציאות.
ס׳קען טאקע זיין אז די דארפסט זיך אביסל אראפזעצן... ווייל פון דיינע ווערטער ווי די ברענגסט ארויס ווי ווייניג יודן הייראטן גוים אין די מדינה, און ווי סאך ס׳שמדן זיך אין אמעריקא, קומט אויס אז די רעדסט יא פון די גאר שוואכע נישט שותו״מ, וועליכע האלטן שוין ביי חתונה האבן מיט גוים. און דאס איז לדבריך די אויפטו פאר יודישקייט צו וואס ס׳פעלט זיך אויס די מדינה.
דער בעל ויואל משה האט טאקע אט די יודן נעבעך געלאזט אויפן וואסער, און זיך נעבעך בכלל נישט געקומערט מיט זיי אז זיי וועלן מעגליך זיין אזויווי די יודן אין אמעריקא וואס ווען זיי לאזן אפ די תורה, מיינען זיי נישט אז זיי זענען ״שטאלצע יודן״ און אז זיי געהערן צי די ״יודישע נאציאן״. ער האט טאקע נישט גקומערט אויף זיי איידער ער האט געקומערט אויף די מרידה במלכות שמים און כפירה בגאולה אין וועליכע *רוב רובם* פון כלל ישראל-אריינגערעכענט גאר היימישע- זענען געווען פארגלייבט און אנצוקט. ער איז געווען דער *איינצוגסטער* וואס האט מרעיש געווען אויף די פירצה, בשעת ווען אלע גדולים זענען געזיצן שטיל.
יא, היינט איז נישט קיין בושה פאר א חסידישער יוד צו זאגן דעם אמת אז די מדינה איז א איסור און א כפירה. און אז די גאנצע ״מחלוקה״ איז נאר געווען איינמאל ס׳איז שוין געשטאנען. צו מ׳זאל אריינגיין. אבער תש״ח איז נישט געווען ווער ס׳זאל דאס זאגן פארן עולם, ווען יעדער איז געווען פאר׳כישף׳ט פאר די ״התחלתא דגאולה״.
דאן איז געווען *איין סאטמאר רב* וואס האט נישט מורא געהאט צי זאגן דעם אמת, ער האט זיך יא געקומערט אויף די סכנה אין וואס כלל ישראל איז אריין, און האט געפענט א פראנט דערקעגען.
און ס׳לאזט זיך זאגן אז יא, ער האט עס געראטוועט, נאר בזכותו *קענסטו* היינט מודה זיין אז די מדינה איז א פראבלעם. ווייל בשנת תש״ח ווען איינער האט עס געזאגט איז ער געווען א ״שונא ישראל״. ווער האט עס דורכגעבראכען? די אלע וואס האבן דעמעלטס זיך פארשטעקט אין די מייזן לעכער? און זיך נישט געקענט קעגן שטעלן קעגן דעם שטראם? אדער די אלע וואס האבן גאר געפרעדיגט דאס ציונות בפירוש? ניין, דערוכגעבראכן האט עס סאטמאר רב! צו ביזט עס יא מודה, אדער צו די וועסט עס מודה זיין און די צוקאנפט.
פאר יודן שותו״מ האט סאטמאר רב אייביג געזארגט. נישט קיין חילוק פון וועליכע קרייז. נישט קיין חילוק מיט וועליכע השקפה. ער האט יא געשטורעמט קעגן די מדינה, כאטש עס איז אפשר לויט געוויסע געווען א טובה פאר שוואכערע. פונקט ווי אין אונגארין האט מען געמאכט א טיילונג כאטש מען האט אויך געקענט טענה׳ן, אז ס׳זענען דא שוואכע וואס ס׳וועט זיי זיין א טובה אויב מען וועט זיך נישט טיילן, ווייל אזוי כאטש האבן זיי א שייכות מיט ערליכע יודן, אפשר וועט ער אינגאצן קאליע ווערן? ניין, יעדער פארשטייט אז ווען ס׳הנדלט זיך פון א זאך וואס מאכט חרוב אונזער יודישקייט, מוזן מיר זען צו ראטווען וויפיל מיר קענען, און נישט זיין פארנומען מיט ״אויפטון״ פאר די שוואכערע עלעמענט.
דער כלל איז, אונז דארף מיר בויען אונזער יודישקייט, אויף גארנישט מוותר זיין, אויב ס׳איז דא א פירצה דארף מען עס אויסרייסן עד הסוף. און נישט מאכן חשבונות אז פארן שוואכערן וועט אויסקומען בעסער אויב מיר וועלן נישט אויסרייסן די פירצה. איי, וואס וועט זיין מיטן שוואכערן? ער האט א בחירה! אודאי דארפן מיר פראבירן בכל כוחינו אז ער זאל מיטקומען מיט אונז. אבער אז ער וועט צוליב דעם אוועקגיין, אין עלינו האחריות, ווייל מיר האבן געטון וואס מיר האבן געדארפט צו טון. פונקט ווי מ׳וועט נישט מחלל שבת זיין, ווייל ס׳וועט מער יודן האלטן ביי יודישקייט. ווייל מ׳טאר נישט. אזוי אויך וועלן מיר נישט שטיצן קיין כפירה אפארט, און פארשווייגן די חילל כבוד שמים, וועגן פארן שוואכערן יוד וועט *אפשר* זיין א טובה.
האסט נאך נישט געהערט קיין איין מעשה וואס איז געשען וועגן זיצן אין כנסת.
די ערשטע מעשה, אז יודן זענען אריין אין כנסת! אין א בית מינים! דאס אליינס איז שוין א מעשה פון א יהרג ואל יעבור. די צווייטע מעשה איז אז זיי האבן א חלק איז אלע געזעצן: חילל שבת, חוקי תועבה, גזירת גיוס, און דא לאמיר זיך טאקע אפשטעלן(כאטש די ליסטע איז ווייט פון פארטיג,אי״ה עוד חזון למועד). גזירת גיוס: שוין אפגערעדט פון די חברי הכנסת וועליכע זענען אריין אין די קאמיטע. אפילו די וועליכע זענען נישט אריין, האבן א חלק ניכר אינעם גזירה. קודם פשוט ווייל ער איז א חלק פונעם רעגירונג וואס האט געשטימט אויף די געזעץ. איי ער האט דאך געשטימט דערקעגען? אבער אזוי ארבעט א רעגירונג, מען גייט נאך רוב פונעם פאראלאמענט, און די געזעץ קומט ארויס פון די *גאנצע* רעגירונג. דהיינו, ס׳איז אזוי אויסגעשטעלט די סיסטעם, אז אפילו אויב איינער איז נישט מסכים צי א געזעץ, ווי לאנג ער זיצט אינעם רעגירונג, איז *ער* דער וואס האט געמאכט די געזעץ. חוץ אויב ער גייט ארויס, וואס דאן קען מען נישט מאכן קיין געזעץ ווילאנג ס׳איז נישט דא די פארלאנגטע צאל מיטגליגער. במילא, העלפט נישט קיין ״מוחאה צערעמאניעס״ און קיין צובינדען די הענט צום מייק, נישט צו זיין קיין חלק פונעם גזירה, איין זאך וואס העלפט, איז ארויסגיין פון דארט.
והשנית, ווייל זיי זענען די גורמים צום גזירה מיטן שיקן בחורים צום נח״ל. אז מען געט א פינגער דארפן די רשעים א האנט. אזוי אויך מיט די אלע געלטער וואס מ׳נעמט פון זיי פאר די מוסדות, וואס דאס איז דער דערעקטער גורם צום טענה פון ״שוין בנטל״. אז די נעמסט געלט, גיב בלוט!
די פרעגסט וואס דער פאליטישער חשבון איז.
ס׳איז זייער א נערישע קינדערישע קשיא. יעדער ווייסט אז איינער וואס האט א מוסד איז אנגעוויזו אויף די רעגירינג.
דער חזון איש וואס האט טאקע נישט געהאט קיין מוסדות, און איז סתם אזוי נישט פארקויפט געווארן פארן ציוניסטישער שקר, האט טאקע נישט געהייסן גיין צו די בחירות. ס׳איז דא אסאך שקרים בשמו, און איך וועל זיך יעצט נישט באפאסן דערמיט. זיין תלמוד, ר׳ אליקים שלעזינגער פארציילט וואס ער האט אליין געהערט מפה קדשו, און דאס איז מיר מער ווערט פון אלע בויך מעשיות פון די צייטונגען.