http://kretchme.org/viewtopic.php?f=8&t=200די קרעטשמע איז א נארישע סייט וואס האט ממש נישט וואס צו פארקויפען די אנליזען זענען ליידיג אין שווארץ וי די נאכט סאיז נישט דא קיין נייעס קיין חידושים קיין דיבאטעס קיין ערענסטע שמועסן, באמת קליינע בעביס מגורשים פון אייוועלט אין קאווע שטיבל וואס פראבירען צו מאכען שבת פאר זיך אן קיין הצלחה איין זאך איז דאס יא סאיז איין שטיק געלעכטער.
יעצט ברוב טפשותם האבן זיי געמאכט א ״מבצע ניקים חדשים״ וי זיי פראבירען זיך צו בעטען ביים עולם אויב סאיז מעגליך משפיע צו זיין אויף סיי וועלכער ניק פון אייוועלט אדער קאווע שטיבל זאל קומען שרייבען דארט סזאל נישט זיין קיין ליצנות אין דער וואס וועט ברענגען צו זיי א נייער שרייבער גייט זוכה זיין אין א גרויסער סורפרייז אבער ביטע לאכט׳ס נישט, ער גייט באקומען א געשאנקענע לייק!
איז וואס מער שרייבערס דער עולם וועט מצליח זיין צו אהין שלעפען וועלען זיי באקומען מער לייקס!
אין דאס איז חוץ פון די געגאנבעטע שטיקלעך וואס זיי גענבענען פון קאווע שטיבל אדער אייוועלט בשלימות אן קיין טראפ בושה
איך בעט רשות פון די מנהלים צו לינקען אהין זעהן די גרויסע סעעל וואס זיי שטעלען צו...
![ווינקט ;)](./images/smilies/icon_e_wink.gif)
יעדער נארמאלער מענטש פארשטייט אז וי נישט וי קאווע שטיבל אין אייוועלט זענען נאך געוויסע קאמפטישענס איינער דעם צווייטען, נאר וואס דען ,דער חידוש איז אז אייוועלט שטייט שוין מער וי 8 יאר אין דער צייט וואס קאווע שטיבל איז בקושי 2 מיט א האלב יאר אלט אין ק״ש איז א ערנסטע קאמפטישען מיט אייוועלט נישט פון היינט אין נישט פון נעכטען
אבער קרעטשמע איז א שטיק ליצנות אין וי קומען זיי זיך צו פארמעסטען מיט לייבען?
דער אמת איז סאיז אפילו נישט ווערט קיין אנאליז אין קיין צייט וואס כהאב אוועקגגעבען צו שרייבען וואס קליינע קינדער טוהן.