ונבנתה העיר האט געשריבן:מיר -- ווי בשבילי -- האט אויך געשטערט געוויסע פרטים אין וואלפ'ס שרייבן [נישט אוועקצונעמען פון די געוואלדיגע מעלות זיינע].
דא האט איהר די ערשטע דריי פאראגראפן.
א. ווערטן / ווערדן / ווירדן
ב. אלוקית / אלוקות
ג. 'בקיצור, איז אזוי.' געהערט א פינטל נאך 'איז אזוי'?
ד. 'קבלה וויל זען דעם מענטש צושניידן דאם לעבן וואס נאענטער צום מהלך פון מלאכים', וואלט נישט בעסער געווען 'צו-שניידן' [מלשון צופאסן]?
ה. א קאמע פאר די ווארט 'און'?
דאס איז חוץ פון צוויי טעויות הדפוס.
כלפי נוצן א קאממא בעפאר "און", ווייס איך נישט פונקטליך פון וועלכער שורה דו רעדסט. אבער דער כלל איז, אז בעפאר'ן צוטשעפען אן independent clause, לייגט מען יא צו א קאממא. אין א פאל וואס מ'נוצט "און" פארצושטעלן דריי צו מער זאכן, איז פארהאן א מחלוקת הפוסקים, באוויסט אלס The Oxford Comma. מילא גרייזיג איז דאס זיכער נישט. וואס יא, אויב דער זעלבער שרייבער לייגט אמאל יא, און אמאל נישט, דאן איז אפשר נישט גערעכט דאס, אז ער זעלבס האלט זיך נישט צו זיין אייגנעם מהלך.
א פינטל נאך "איז אזוי", איז בעיני דווקא יא אויסגעהאלטן. וואס וואלסטו ווען געלייגט, א colon?
ווערטן איז אויך נישט גרייזיג, הגם "ווערד" איז אפשר מער וואס מ'נוצט אויף דער היימישער אידישער שפראך. זע "דער פארווערטס" לדוגמא, דארט נוצט מען גאר א סך "ווערטן".
נישט לייגן א hyphen אינעם ווארט "צושניידן", וואלט איך געזאגט איז יא גרעמעטיקלי קאררעקט, הגם דער שרייבער האט לכאורה געזאלט נוצן א בעסער ווארט. דאס אז ער האט געשריבן "צו", און נישט "צע", ברויך צו אילוסטרירן דעם חילוק.
אילו ואילו איז טאקע א ווייטאגליכער גרייז. איין מעגליכקייט פארוואס אזא טעות האט בכלל פאסירט, איז די פארזוך פון א סך שרייבער - - ובתוכם ערעב וואלף - - צו נעמען ווערטער פון לשון קודש, און זיי פאראידישן אויף ווי ווייט מעגליך. צולייגן א ו' אדער י', צו איינצלע לשון קודש'דיגע ווערטער, וועלכע ווערן אריינגעפלאכטן צווישן אידישע ווערטער. דאס איז סתם א השערה, אבער בוודאי איז דאס אן ערנסטער טעות.
איך ארבעט נישט פאר דעם מאמענט, איך פראביר נאר אויסקלארן דעטאלן לפענ"ד.
אין דעם דאזיגן אשכול אליינס, האב איך שוין געלאזט פאלן שווערע קריטיק אויף זייער גראמאטיק און ספעללינג אין אלגעמיין. שלמה וואלף אבער איז דווקא יא א גוטער שרייבער. ס'קען יעדער זעען אז דער זכר קאן גראמאטיק. קלאר ווי דעם טאג אז ער מאכט טעותים, ביודעים ובלא יודעים. נאר דאס אז אנדערע וועלכע האבן נישט א השגה וואטס פלייאינג, באצייכנען זייער אייגנע גרייזן, אלס יענעמס גרייז, דאס ווייזט בלויז אויף שמאלקעפיגקייט.