רוחניות, ווער קען דעפינירן ?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
רוחניות, ווער קען דעפינירן ?
איך וויל דא פארלייגן א מאדנע שאלה, אבער איך מיין ס'איז א גוטע שאלה וואס מ'קען שווער ארויסקריכן דערפון, אדרבה לאמיר הערן וואס דער עולם זאגט דערצו.
די שאלה איז ווי פאלגענד, איז דא וועג צו דעפענירן די מושג פון רוחניות אויף א וועג אז מ'קען איבערצייגן אז די מושג עקזעסטירט, אדער איז אוממעגליך צו צוצושטעלן סיי וואספארא עקזיסטענץ צו אט דער מושג, ווייל דאן וואלט עס געווען מאטריאליסטיש און נישט רוחני.
יעצט בהנחה אז מקען נישט צושטעלן קיין עקזיסטענץ צו אט דער מושג, איז נישט דער פשט אז מ'קען דאס נישט אויפווייזן מיט קיין שום עקספיריעמענטן, אלא מאי איז דאס א ענין פון אמונה ?

למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 954
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
- האט שוין געלייקט: 1457 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל
רוחניות איז עפעס וואס מ׳קען נישט דעפינירן, און די מינוט וואס דו קענסט עס דעפינירן איז עס מער נישט רוחניות.
אויב דעפינירן א מושג איז געבויעט אויף מאטריאליסטישע עקסיאמעס
אויב דעפינירן א מושג איז געבויעט אויף מאטריאליסטישע עקסיאמעס
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 52
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 01, 2014 1:02 pm
- האט שוין געלייקט: 37 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל
http://opinionator.blogs.nytimes.com/20 ... blogs&_r=0
די ניו יארק טיימס האט געהאט אנ איטעסאנטע איטערוויוא פין סעם הערריס (אן געלערנטע אפיקורס) וועגן אט דעם ענין. ער האלט אז דאס איז סאבזשעקטיב, אבער פארט האט רוחניות א SCIENTIFIC VALUE
די ניו יארק טיימס האט געהאט אנ איטעסאנטע איטערוויוא פין סעם הערריס (אן געלערנטע אפיקורס) וועגן אט דעם ענין. ער האלט אז דאס איז סאבזשעקטיב, אבער פארט האט רוחניות א SCIENTIFIC VALUE
פארוואס? האט געשריבן:רוחניות איז עפעס וואס מ׳קען נישט דעפינירן, און די מינוט וואס דו קענסט עס דעפינירן איז עס מער נישט רוחניות.
אויב דעפינירן א מושג איז געבויעט אויף מאטריאליסטישע עקסיאמעס
ריכטיג רוחניות איז א זאך וואס מקען נישט טאפען ווייל אין דער רגע וואס דאס ווערט טאפעדיג פארלירט דאס די רוחניות שבו אין עס בלייבט א גשם
אבער וואס יא, אוודאי קען מען אויפווייזען דעם מציאות פון א רוחניות׳דיגע פארנעם אן זיך סומך זיין בלויז אויף אמונה.
א גוטע ביישפיל איז דער כח פון עלעקטרי״ק, קענסט טאפען לעקטער? זעהסט דאס? וואס איז דאס? קען א נברא באשאפען לעקטער? אדער נאר נאכמאכען?
טלפתייה מהי?
מדיטצייה מהי?
ועיין בספר עמוד העבודה פון הרה״ק ר״ב קאסובער אין דרוש המחשבה
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
משל למה הדבר דומה.
אפשר קענסטו מסביר זיין ווי אזוי לעווענדער שמעקט? יעצט אויב וועסטו מדמה זיין אז ס'שמעקט ווי כך וכך, וועל איך דיר בעטן מסביר צו זיין ווי אזוי כך וכך שמעקט. אה, מ'קען עס נישט ממחיש ומסביר זיין, מוז זיין אז שמעק עקזיסטירט נישט.
.

"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
מקום וזמן במחשבה לפי שיטת קאנט Synthetic-a-priori-proposition
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
נהורא נפישא האט געשריבן:עלעקטריק איז א פיזישע זאך, טעלעפאטיע איז בעלאני, מעדיטעישאן איז א מעטאד פון רילעקסאן, גאר נישט מיט רוחניות
די האסט אנגערירט א שטארקע נקודה וואס סאיז דא וואס זיך צו מעמיק זיין דערין, אבער לאמיר פעסט שטעלען מיט א קלארקייט אז רוחניות וי ווייט די מענטשלעכער גשם קען נישט משיג זיין איז נאר ווייל דער מענטש איז א גשם וואס קען נישט משיג זיין קיין רוחני ווייל דער חיבור צווישען די צוויי קען נישט עקזיסטירען צוליב די הפכיות שבדבר
דאך איז דא שפאלטענעס וי עס איז ערמעגלעכט צו זעהן אז רוחניות איז א מציאות, נאר אינז וואס זענען צוגעוויינט אז דער מציאות מיז זיין טאפעדיג לעבען אין א טעות ווייל אונזער גאנצער מציאות בעלמא הדין איז אויך א פאלטשע מציאות, איך מיין צו זאגען אז מיר קוקן נישט אן אונזער מציאות אלץ דער אמתדיגער מציאות וואס מיר זענען באמת ווייל אונזער אמתדיגער מציאות איז נישט קיין גשם נאר א רוחני
סאיז דא א ספר ״המימד הנוסף״(ערשינען תשס״ח אין א״י בהוצאת פלדהיים) וואס רעדט ארום וועגען דעם באריכות ואינו תח״י איך האב אסאך עוסק געוועהן אין דעם
הרב דעסלער איז דאס אויך מסביר אין מכתב מאליהו באריכות
אי״ה אויב וועל איך קענען וועל איך מרחיב זיין בהוכחות ברורות
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
מאטי האט געשריבן:מקום וזמן במחשבה לפי שיטת קאנט Synthetic-a-priori-proposition
מאטי , אז דו ביסט ביכולת, איך בין נישט קיין פיליזאף אפשר שמועסטו אויס די רעלעווענץ פון אט די פיליזאפישע קאנצעפטס אהער צו דעם שמועס ?
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
נהורא נפישא האט געשריבן:עלעקטריק איז א פיזישע זאך, טעלעפאטיע איז בעלאני, מעדיטעישאן איז א מעטאד פון רילעקסאן, גאר נישט מיט רוחניות
עלעקטריק איז א פיזישע זאך?
טלפאתייה איז באלאני?
מדיטאצייה איז דמיונות?
לא מיניה ולא מקצתיה, איינער וואס קען די ענינים אין זעהט דאס פון דער נאנט ווייסט קלאר אז רוחניות עקזיסטירט,
איינער וואס דמיון׳ט זיך אן אז ער קען מדיטצייה אין ער קען נישט איז א בעל דמיון אין סאיז דא אסאך אזאלכע,
אבער דער וואס קען די זאך זעהט דער מציאות שבדבר
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
נהורא נפישא האט געשריבן:אתא קלילא, פון וואנעט פארט ווייסטו אז ס'איז פארהאן עפעס באזונדער פון מאטריאליזם ?
לאמיר דיך פרעגען א שאלה,
האסט אמאל מיטגהאלטען פון דער נאנט די פלא פון די אוטיסטים קינדער?
וי אזוי קוקסטו זיי אן?
איך קוק זיי אן וי בלויז א נשמה אן קיין גוף!
ביי די קינדער ארבעט די נשמה׳דיגער כח אפען אין קלאר אין איך אליינס האב מיטגיהאלטען פון דער נאנט בעיני ראיתי דער גרויסער פלא שבדבר וי די זעהסט אז רוחניות עקזיסטירט אין אז מיר לעבען אין א גרויסען טעות אין מיר לעבען נישט דעם אמתדיגער מציאות וואס איז א רוחני נאר די פאלטשער מציאות וואס איז א גשם
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
נהורא נפישא האט געשריבן:מאטי האט געשריבן:מקום וזמן במחשבה לפי שיטת קאנט Synthetic-a-priori-proposition
מאטי , אז דו ביסט ביכולת, איך בין נישט קיין פיליזאף אפשר שמועסטו אויס די רעלעווענץ פון אט די פיליזאפישע קאנצעפטס אהער צו דעם שמועס ?
בקיצור נמרץ. ס'קען נישט געמאלן זיין אן עקספיריענס אנע זיך מצייר זיין מקום וזמן במחשבה. קומט אויס אז "מקום וזמן במחשבה איז בנמצא אינדערויסן פון אלע עקספיריענסעס.
ווייל אויב איז דאס די אינגרידיענס מיט וואס עקספיריענס שאפט זיך, ווי אזוי קען דאס אנקומען מיט עקספיריענס (וואס פארלאנגט מקום וזמן במחשבה) פאר ס'איז בנמצא.
פארשטאנען??
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
רוחניות פארנעמט נישט קיין ארט, אין דער כלל ארבעט אז יעדער גשם איז פארבינדען מיט א ארט,
אזוי אויך אפילו א מחשבה וואס איז מער רוחנתדיג אין א גלוי פון כח הנשמה קען אויף נישט אנגיין אן צו טראכטען א זאך וואס האט א מציאות און א ציור פון א ׳מקום׳
רוחניות איז אבער פונקט פארקערט דאס האט נישט קיין ׳תפיסת מקום׳ נישט במציאות אין אויך נישט במחשבה
אזוי אויך אפילו א מחשבה וואס איז מער רוחנתדיג אין א גלוי פון כח הנשמה קען אויף נישט אנגיין אן צו טראכטען א זאך וואס האט א מציאות און א ציור פון א ׳מקום׳
רוחניות איז אבער פונקט פארקערט דאס האט נישט קיין ׳תפיסת מקום׳ נישט במציאות אין אויך נישט במחשבה
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 52
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 29, 2014 12:20 am
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל
ר' ברוך קאסובער שרייבט אז יעדער גשם פארנעמט פלאץ. פרעג איך וואס איז מיט ריח - איז עס נישט קיין גשם? איי עסטע זאגן אז ס'בכלל נישט דא אזא זאך? קען נישט זיין ווייל אפילו ווען דו טראגסט אראפ די גארבידזש שמעקט נאך אפאר מינוט דיין גארבידזש קען אינדערהיים.
------------------
כמדומה שיש מבוכה אם השכל שלנו הוא רוחני או גשמי. ור"ל שיש בכמה ספרים [תניא ורמח"ל וכו'] שהשכל הוא הנשמה. וכן נמי "חיות" של האדם הוא נשמה.
------------------
כמדומה שיש מבוכה אם השכל שלנו הוא רוחני או גשמי. ור"ל שיש בכמה ספרים [תניא ורמח"ל וכו'] שהשכל הוא הנשמה. וכן נמי "חיות" של האדם הוא נשמה.
איזהו דבר שהנשמה נהנית ממנו ולא הגוף הוי אומר זה הריח שהנשמה נהנית ממנו ולא הגוף
סאיז א קלארע גמ׳ אז די כח פון שמעק איז א גלוי פון כח הנשמה
דאס זעלבע עניין פון שמעק מיט נשמה טרעפען מיר אז משיח וואס איז דער סימבאל פון שלימות אין גילויים פון נשמה וואס קען זיין ביי א מענטש מיט א גוף וואס איז א גשם אין אויף משיח שטייט אז ער האט דאס עניין פון ״והריחו ביראת ה׳״