[justify][אביסל צוגעפוצט כדי ס'זאל זיין פארשטענדליך פאר ליינער וואס זעהן בלויז דעם ענטפער.]
שלום וישע רב לידידי היקר מאוד נעלה מו"ה מנחם שיחי' ומנב"ת זוגתו החשובה שתחי'
נתמלא הבית כשמש בצהרים / ממכתבכם הכתובה משני עבריהם
חקוקה ובדוקה בחכמת הדקדוק / וכי מבין אני לבחון ולבדוק
בעודך נער ראיתי בך גדולות / זה הקטן יהיה לאיש אשכולות
וכל הגדול מחבירו אמרו חכמינו / לעמל יולד וזה עבודתינו
איך בין מקנא דיין פליסיגיע פעדער וואס גיסט תנכ"ישע לשונות... כ'שעם זיך צו מגלה זיין ווי לאנג ס'האט מיר גענומען צו שרייבן די פיר שורות וואס גראמט אביסל...
דיין שאלה איז צו דיין ווייב, זאל זיין געזונט, איז גערעכט מיט איר טענה אז דו ליגסט צופיל אין sports.
די תירוץ איז לכאורה = "יא".
אייידער איך האב זיך אראפגעזעצט שרייבן דעם דאזיגען בריוו צו דיר, האב איך פארגעלייגט דיין שאלה און מיין תשובה פאר א איד וואס איז בעסער באקאנט, ער רופט זיך א "בעל-תשובה" אין דעם ענין. די סיבה פארוואס כ'האב זיך דורכגערעדט ערשט מיט אים איז צוליב מיין גענצליכע אומבאקאנטשאפט מיט ספאורט'ס פרטיה ואפילו כלליה, וויפיל כ'הער רעדן וועגן דעם אויף די ראדיא איז דאס נאך אלץ פרעמד פאר מיר. ממילא, ווען איך ענטפער ווען לויט מיין אייגענע קליינע פארשטאנד וואלט איך דיר אנקעקוקט ווי א משוגענער! היתכן דו פארברענגסט צייט מיט שטותים און הבלים. - פונקט ווי דו וואלסט אנגעקוקט א פייערדיגע סטולינע חסיד וואס ליגט טיף אין די סאטמארע פאליטיק און איז אויסגעקאכט מיט יעדע פיצל אינפרמאציע פון אלישע הורביץ ביז ברוך יודא שניצלער. Come on! Get a life! וואס ליגסטו אין דעם? וואס האט עס מיט דיר?
האב איך געוואלט זיין מער ריאליסטיש, און כדי מיינע ווערטער זאלן זיין דברים המתיישבים על הלב, האב איך זיך אינטערסירט אין דעם אביסל. איז אזוי: דער ערשטער וואס כ'האב גערעדט מיט, זאגט מיר אז ער איז גאנץ up to date אין עולם הכדר, זיין ווייב ווייסט דערפון, אבער זי הערט אים נישט רעדן דערפון, און זי זעהט אים נישט מיטהאלטן די שפיל live. – פאר זיין ווייב, זאגט ער, איז לא מעלה ולא יורד.
א צווייטער זאגט מיר אז זיין ווייב פלעגט שעלטען ווען ער פלעגט מיטהאלטן אויפן ראדיא – אפילו אין קאר – ספאורטס נייעס, אבער ס'איז מקיום געווארן "גם איוביו ישלים עמו", ער האט איר אויסגעלערענט "אלף בית" פון ספאורטס ביז זי איז געווארן זיין חברותא, און ביידע האבן מיטגעהאלטן די נייעס טעגליך... ביז זי איז געווארן א מאמע פון גרויסע קינדער... by that time האט ער שוין געארבעט full time און צופיל צייט פאר דעם איז נישט געווען, וחשק הכדר שככה.
דער "בעל תשובה" וואס כ'האב פריער דערמאנט, ער איז לכאורה געווען אין די זעלבע מצב ווי דיר. אין זיין ווייב'ס אויגן איז די גאנצע מושג פון הערן ראדיא אינדערהיים געווען א פרעמדע זאך, און כאטש זי איז געווען א געטרייע ווייב, איז זי אבער נישט געווען גרייט נאכצולאזן פון איר "רוחניות'דיגע סטענדארטן" אפילו א משהו. זי האט דאס מורא'דיג פארדראסען, סיי די חלק פון זיין ליגען אין דעם, און סיי די חלק וואס דאס איז געקומען ראשון במעלה, נאך פאר איר! אנשטאטס זיצען ביינאכט און פארברענגן צוזאמאן, שמועסן, לאכן, קוקען עפעס אינטערסאנט, זענען זיינע אויגן געווען צוגענאגעלט צו דער רויט געקליידעטע גוי מיט מעכטיגע מוסקאלן און זיין שנעל לויפענדע פיס. זי שפריגט אין איר הויט, און ער שיסט אויס מיט א "יעי!!" אדער "שי*" – און אזוי זאמעלט זיך אן טינא על גבי טינא אין איר הארץ, ביז ס'עקספלאדירט א היציגע דין ודברים, און די מאן שטייט און וואונדערט זיך "וואס האב איך שוין געטוהן?"
איך גלייב אז דו ווילסט נישט דארפען צוקומען צו די שריט וואס האט יענעם געמאכט א "בעל תשובה"...
וואס בלייבט?
1) היות דו ביסט א כולל אינגערמאן, און דו האסט נישט קיין ארבעט-פלאץ ווי צו מיטהאלטן די נייעס, וועט דאס זיין גאר א שווערע אינטערנעמאונג, אז פון היינט און ווייטער זאלסטו נישט מיט האלטן קיין שום ספאורסט אינדערהיים ווען זי איז דארט, אפילו אין בית-כסא. – מיט דיין חברותא אין כולל קענסטו רעדן וויפיל דו ווילסט, און אויב דו האסט א קליינע ראדיא, קענסטו דאס האלטן אונטער דיין שלחן ערוך מן הבוקר עד הערב. אבער אינדערהיים? קיין אות נישט.
2) ווארף אראפ דעם יאך פון "מה יאמרו הבריות", א רייכע שווער און די פרישע איידעם לערנט נישט אין כולל?! – האב זיי אלע אין בוידעם!! (דער אמת איז אז "זיי" עקזיסטירן ניטאמאל, קיין שום נארמאלע מענטש פרעגט נישט "היתכן יענער איז נישט אין כולל?"... און די פאר וואס פרעגן יא, זיי געהערן טאקע אין א בוידעם). הייב אן צו זיכען א פרנסה! נוץ אויס דיינע בעסטע יארן פאר זאכן וואס וועט דיר ברענגן נאר גוטס אין די לאנגע יארן וואס ערווארטען דיר. זיי נישט ווי די 30 יעריגע וואס וועקן זיך אויף פון שלאף ווען די חובות וואקסען שוין נעבעך.
3) ווייז דיין ווייב – מתוך שלא לשמה בא לשמה – אז דו ביסט נייגעריג אין איר. ווען זי זיצט נעבען דיר איז נישט די צייט פון ליינען א צייטונג און אוודאי נישט צו זיין אויף וואצעפפ. הער איר אויס!
4) דו מוזט ארבעטן צוריק אויפצובויען דיין חשוב'קייט אין איר אויגן, חדש ימיך כקדם. – און דאס איז נישט דורך מתנות וכדו', נאר דורך דעם וואס זי וועט זיין ווי ערענסט דו נעמסט "וויכטיגע" זאכן, און דו ווייסט צו לייגן די "נישט וויכטיגע" צום סוף פון די ליסטע.
ווי געזאגט, דאס איז אלץ געזאגט געווארן באופן כללי, ווייל דאס האט נישט דווקא מיט ספאורטס, דאס זעלבע קען זיין מיט "פאליטיק", בפרט ווען ס'קומט פאר וואלען אין לאנד און ס'איז היבש לעבעדיג. באופן פרטי, צו ספאורטס איז "מותר" אדער "אסור" איז א שמועס פאר זיך. ווייל אויב נעמט דאס אוועק צייט פון מער וויכטיגע זאכן, ווי למשל, שלום בית, פרנסה, תפילה בציבור, קביעת עתים לתורה, דאן איז דאס ניטאמאל קיין שאלה. און אין דיין פאל, איז ביי מיר ברור אז ס'שטערט דיין עתיד, ס'הרגעט דיין אינגע לעבן.
[הסיום נמחק]
כ'האב אז דו ביסט נישט ברוגז אויף מיר פארן אונטערשאצען די חשוב'קייט פון ספאורטס... אבער לדעתי שאצטו אונטער די חשוב'קייט פון שלום-בית...
לאז מיך וויסן וואס נאך דו ווילסט הערן, און צו די ברויכסט עפעס.
יברכך ה' וישמרך, יאר ה' פנים פניו אליך וגו' וישם לך שלום
ידידך אוהבך באמת, ורוצה בהצלחתך
- מקום החתימה[/justify]
מכתב ג': זי טענהט אז ער ליגט ראשו ורובו אין sports
- משיב לשואל
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 6
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 9:41 pm
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל
מכתב ג': זי טענהט אז ער ליגט ראשו ורובו אין sports
משיב לשואל - געוועזענע ישיבה-משגיח, וואס פלעגט ענטפערן שאלות בכתב.
- דריידל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1146
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
- געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
- האט שוין געלייקט: 1132 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל
זייער שיין ארויסגעברענגט, ובפרט #4 אז צו בויען א געזינטער קשר מיט'ן ווייב קומט נישט דורך קויפן מתנות נאר דורך ווייזן אז זי קומט פאר אלעם.
איך האב דאס געטראכט לגבי די אלע קול קורא'ס וואס שרייען איבער די חורבן פון סמארטפאון'ס און וואטסעפ אז דאס צעברעכט די שלום בית. ס'איז אמת אבער די סאלושן צו דעם איז נישט דאס אסר'ן וואטסעפ, ווייל ס'שטערט פונקט אזוי אויב דער מאן קומט אהיים נאך א טאג ארבעט און די ווייב איז כסדר אויפ'ן טעלעפאן. מ'דארף פשוט ארויסברענגען די וויכטיגקייט פון געבן די פולע עטענטשאן פאר'ן עזר כנגדו/ה
איך האב דאס געטראכט לגבי די אלע קול קורא'ס וואס שרייען איבער די חורבן פון סמארטפאון'ס און וואטסעפ אז דאס צעברעכט די שלום בית. ס'איז אמת אבער די סאלושן צו דעם איז נישט דאס אסר'ן וואטסעפ, ווייל ס'שטערט פונקט אזוי אויב דער מאן קומט אהיים נאך א טאג ארבעט און די ווייב איז כסדר אויפ'ן טעלעפאן. מ'דארף פשוט ארויסברענגען די וויכטיגקייט פון געבן די פולע עטענטשאן פאר'ן עזר כנגדו/ה
פארדריי די דיר דיין קאפ
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
זייער קלוג און פראקטיש.
ס'וואונדערט מיר נאר איין זאך, ווען אלישע הורוויץ האט נאך געהאט עפעס משמעות אין די סאטמער'ע פאליטיק איז נאך וואטסעפפ געווען א דבר שלא בא לעולם. מן הסתם איז דאס פון די באפוצטע סחורה.
ס'וואונדערט מיר נאר איין זאך, ווען אלישע הורוויץ האט נאך געהאט עפעס משמעות אין די סאטמער'ע פאליטיק איז נאך וואטסעפפ געווען א דבר שלא בא לעולם. מן הסתם איז דאס פון די באפוצטע סחורה.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves